חכמת היד והפרצוף

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

חכמת היד והפרצוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

בעזהשי"ת
עפנען מיר דא א נייע אשכול וואס מען וועט קענען זיך דורך שמיסען איבערן ענין פון "חכמת היד והפרצוף,"
למעשה וואס עס האט מיר געברענגט צו עפנען די אשכול איז, ווייל איך האב לעצטענס באמערקט אין די ספרים סטארס נייע סארט ספרים וואס איך האב נישט געזען ביז לעצטענס, ווי למשל ספרים פון חכמת היד אין א זעלעכע ספרים פון קבלה און סתרי תורה וואס ס'פלעגט נישט זיין אפען פאר יעדן וואס עס שמעקט אים אן צו האבן א ידוע דערין, וויל איף פשוט זיך דורך שמיסען, וואס איז די זאך פון עצם חכמת היד,צו סתם א חכמה, צו קבלה צו מעג מען נישטערן דערין א.א.וו,
(בדרך אגב זעט מען ביי להבדיל די גוים קענען אויך די חכמה, זיי רופען דאס PALM READING, צו איז דאס די זעלבע ווי חכמת היד צו נישט? ווייס איך נישט)
קען איינער העלפן איבער דעם ענין איז געבטען,,,
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

דער עיקר חילוק פון די תורה'דיגע חכמת היד והפרצוף און די פון די גוים איז אז די תורה'דיגע איז געבויט ביסודו אויפן זוהר פון "ואתה תחזה" אבער די וואס די גוים האבן איז געבויט אויף סטאטיסטיקס.

אינטערעסאנט, פאריגע וואך ברענגט דער רמב"ן בשם ר' שרירא גאון, אז אין די צוויי פסוקים פון "זה ספר תולדות אדם ביום ברוא אלוקים אדם בדמות אלוקים עשה אותו" און ווייטער איז מרומז די גאנצע חכמת היד והפרצוף
לעצט פארראכטן דורך קוימען קערער אום דינסטאג אקטאבער 28, 2008 11:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך האב אמאל געזעהן אלס קינד א ספר אין אידיש אויף חכמת היד אין א געשעפט, ווער עס ווייסט דערפון זאל ביטע מודיע זיין וואס עס פארמאגט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קודם א יישר כח הרב טרעגער ושותפו הקערער פאר פתיחת האשכול ותגובתו, יהא כן לאשכול הבאה.

דאכציך מיר אז מאשקע האט שוין ערגעצוואו אמאל געשריבען איבער א ספר אויף די חכמות.
אוועטאר
וואסער טרעגער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

אלעקסיי האט געשריבן:איך האב אמאל געזעהן אלס קינד א ספר אין אידיש אויף חכמת היד אין א געשעפט, ווער עס ווייסט דערפון זאל ביטע מודיע זיין וואס עס פארמאגט.

עס קען אז דאס מיינסטו
http://www.literatur-des-judentums.de/j ... ahme&erg=0
מיללער האט געשריבן:דאכציך מיר אז מאשקע האט שוין ערגעצוואו אמאל געשריבען איבער א ספר אויף די חכמות.

דאס מיינסטו לכאורה
http://www.ivelt.com/forum/index ... viewtopicc
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
אוועטאר
וואסער טרעגער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

קוימען קערער האט געשריבן:אינטערעסאנט, פאריגע וואך ברענגט דער רמב"ן בשם ר' שרירא גאון, אז אין די צוויי פסוקים פון "זה ספר תולדות אדם ביום ברוא אלוקים אדם בדמות אלוקים עשה אותו" און ווייטער איז מרומז די גאנצע חכמת היד והפרצוף

דא האט איר דעם רמב"ן הק'
וכתב רבנו שרירא הגאון שמסרו חכמים אחד לחברו הכרת פנים וסדרי שרטוטין, מקצתן אמורים בסדר פסוק "זה ספר תולדות אדם", ומקצתן בסדר פסוק של אחריו "זכר ונקבה בראם". ואין מוסרים סתרי תורה ורזין אלא למי שרואין בו סימנין שראוי לכך. אלו דברי הגאון. ולא זכינו בהם:עכלה"ק
פון דעם איז משמע אז חכמת היד איז קבלה אין סתרי תורה, אין עס נישט פאר יעדעם, אזוי ווי ער שרייבט "ואין מוסרים סתרי תורה ורזין אלא למי שרואין בו סימנין שראוי לכך"
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

וואסער טרעגער האט געשריבן:
אלעקסיי האט געשריבן:איך האב אמאל געזעהן אלס קינד א ספר אין אידיש אויף חכמת היד אין א געשעפט, ווער עס ווייסט דערפון זאל ביטע מודיע זיין וואס עס פארמאגט.

עס קען אז דאס מיינסטו
http://www.literatur-des-judentums.de/j ... ahme&erg=0


ניין, איך האב געמיינט אן אנדערע ספר, וואס איז געווען נאר אין אידיש אויפן גאנצען בלאט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך האב אין מיין ספרים שאפע עטליכע ספרים, איבער די חכמת היד והפרצוף, עס איז היבש אינטרעסאנט, און איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען אן אשכול איבער דעם, און א יישר כח פארן וואסער טרעגער פארן עס טוהן.

דער מקור פון אונזער חכמה איז פארשטייצעך פון די תורה הק' אין פרשת יתרו, ווען משה רבינו האט געדארפט אויסקלויבן דיינים און שרים, האט ער נישט געוויסט ווער עס איז באמת א שונא בצע, האט אים יתרו אויסגעלערנט אטא די דאזיגע חכמה, און אין זוהר הק' איז עס טאקע מבואר מיט א געשמאקע ברייטקייט וואס איז פשוט ב'טעמ'ט דורכצולערנען, (עס איז נישט אזוי שווער, און פאר א נויט קען מען נאך ניצן זוהר לשון קודש, אדער הבהיר וכו'), עס איז א מציאות וואס אלע וואס שרייבן פון די חכמה זאגן אז ביי אידן טוישן זיך די פאקטן אין סימנים מער ווי ביי די גוים, ווייל אידן מיט תפילה קענען טוישן גזירות און מזלות וכו', איך וועל דא אין געציילטע שורות אפשרייבן עטליכע קלייניקייטן וואס נעמט אלץ ארום די חכמות בלויז מען זאל פארשטיין ווי גרויס און פארצווייגט די זאך איז.

אויף די הענט ביי חכמת היד ווייסט יעדער אז מען קוקט אויף די שרטוטין, יא אמת, אבער דאס איז אחד מיני הרבה, מען קוקט קודם אויף אסאך אנדערע זאכן ווי צ.ב.ש.
די וועג ווי אזוי מען האלט די הענט ווען מען גייט.
די וועג ווי אזוי מאלט די האנט ווען מען שטייט.
ווען מען זיצט און אזוי ווייטער.
די גרויסקייט פון די הענט איז צוטיילט און צוויי, די חלק הכף און די חלק הצפרנים, מען קוקט אויף זייער לענג און זייער ברייטקייט און דיקיקייט.
נאכדעם איז דא די נעגל וואס דאס אליינס איז א מערכה כבידה, די ברייטע און שמאלע לאנגע און קורצע.
ווייסע נקודות אינעם נאגל ביי וועלכע פינגער.
די קאליר פון די הענט פון אינדריוסן אין פון אינעווייניג.
ווי טעמפיוטשער פון די הענט.
די האר אויף די הענט.
די ווייטקייט פון די פינגער איינע פון די צווייטע ווען מען ווייסט נישט אז מען קוקט אויף אים.
און נאך ועוחז"ל בל"נ אי"ה.

און נאכדעם איז דא די שרטוטין.
און וואס איז דאס שרטוטין? דאס זענען די דיקע ליניעס וואס געפונען זיך אויף האנט, און יעדע ליין האט א נאמען,
קו החיים,
קו החכמה,
קו השלחן,
קו העושר,
קו המזל,
און קו הכבוד,

דאס איז די בעיקר די קוין אויף ווי מען קוקט, און וואס זעהט מען דארט? אהה דאס איז א גוטע קשיה.

אינעם קו החיים קען מען זעהן ווי לאנג מען לעבט און ווי אזוי זיין געזונט צושטאנט און סטאבילטעט וועט זיין, און און נאך גאר אסאך.
אינעם קו הכחמה קען מען זעהן זיין חכמה און זיין יראת שמים און ווי לאנג ער וועט האבן די חכמה און נאך.
אינעם קו השלחן קען מען זעהן דער מצב הפרנסה און אנדרע מזלות וואס הערשן איבער אים.
אין אזוי ביי יעדע פון זיי.

עס איז שוין שפעט וויל איך ענדיגן מיט א קליינגקייט איבער חכמת הפרצוף אז דא איז נאך אסאך גרעסער אין שווערער איין דוגמה וועל איך יעצט געב איז די העיר ליין, ווי די האר ענדיגט זיך ביים שטערן, דער ליניע צוטיילט מען אין פיר ד"ה אויף יעדע פערטעל פונעם שטערן איז דא אן אנדערן מהלך וויזוי די האר וועט לויפן, און עס האלט זיך אין איין טוישן לפי המצב פונעם מענטש, און דארט קען מען זעהן וויפיל ער ניצט זיין עמקות המוח און וויפיל ער לאזט זיך פון הרגשים (תאוות), וויפיל ער ניצט פון רעכטן זייט פונעם מוח און וויפיל פונעם לינקן זייט, און נאכער די שרטוטי המצח דאס איז א ריזיגע אריכות, די פיאות ווי עס דרייט זיך, קעגן די אויגן, אדער קעגן די נאז, מויל וכו'.

המשך יבא בל"נ
אוועטאר
וואסער טרעגער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

א גרויסן יישר כח זיידעלע פאר די הערליכע שיעור
קען איר אפשר געבען א ליסטע פון די ספרי קודש וואס איר האט אין ספרים שאפע אין אויב מען קען דאס דא ארויף לייגן ביטע,,,,,,
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער אינטערעסאנט. יישר כח זיידעניו. זקן זה שקנה חכמה.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואסער טרעגער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח זיידעלע פאר די הערליכע שיעור
קען איר אפשר געבען א ליסטע פון די ספרי קודש וואס איר האט אין ספרים שאפע אין אויב מען קען דאס דא ארויף לייגן ביטע,,,,,,


אויף היברובוקס איז דא א ספר 'שושנת יעקב' אויף חכמת היד והפרצוף, געדרוקט און ליוורני בשנת תקנ"ב
עס איז אלט, אבער זייער גרינג צי לערנען.
אסאך פון די שפעטערע ספרים אויף דער מקצוע האבען גענאשט פון דא.
איך ווייס נישט צי מעהאט עס איבער געדרוקט און אויב עס איז דא היינט בנמצא. איך האב א קאפי.
דער לינק איז
http://hebrewbooks.org/19705


דא איז נאך

פירוש אור החמה על הזהר מהגאון האלקי מו"ה אברהם אזולאי זצ"ל
אנפאנגענדיג פון דא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=170

און דא איז צי פארקויפען 18 חיבורים אויף דער מקצוע
http://www.aron-hasfarim.co.il/product. ... 57&afid=21
the SCY is the limit
אוועטאר
וואסער טרעגער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער טרעגער »

א גרויסען יישר כח פאר די ספרים איך האב דאס שוין דורך געקוקט עס קוק אויס צו זיין זייער אינטערעסאנט.

איך האב געסערטשט אביסל וועגן דעם ענין איך האב געטראפן א פאר פיקטערס וואס איך דאס אביסל מסביר און מען קען דאס פארשטיין דורך דעם אביסל בעסער דא האט איר
אטעטשמענטס
דאס קוק אויס אידישליך
דאס קוק אויס אידישליך
דאס איז בפשטות גוישע השגות
דאס איז בפשטות גוישע השגות
science_friction_fig3.jpg (19.56 KiB) געזען 7922 מאל
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

זיידעניו
מיר ווארטן בכליון עינים אויף די המשך פון די שטארק לערנדע ארטיקל

אדאנק
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לכבודך הרב ווארום (ווי אזוי ליינט מען עס, איך האב דריי מהלכים)... וועל איך אריין לייגן נאך אפאר מינוט אינדעם אשכול.

כללים וואס מען דארף וויסן אלץ די אלף בינה פון דעם חכמה.

א זכר קוקט מען בעיקר אויף די רעכטע הענט און א נקיבה אויף די לינקע, הגם עס איז דא חידושים אויף יעדע הענט האבן די חכמי הכחמה דערציילט אז דער האנט האט א שטערקערע אפעקט אויפן מענטש.

מען קען נאר קוקן אויף די הענט ווען זיי זענען אונטער א נאטורליכע צושטאנד און נישט ווען מען איז צו קאלט אדער הייס אדער ווען מען קומט ארויס פון א הייסע מקוה ווייל עס טוישן זיך גאר אסאך שרטוטין לויט די ארומיגע מצבים, אזוי אויך ווענטזיך עס לויט די מענטש'נס ארבעט למשל אייענר וואס ארבעט מיט ערד, און ציגל, אדער א פעינטער, וועשער אדער סיי וועלכע ארבעט מיט וואסער וואס פארמערט די שרטוטין.

לויט די שטארקייט פון די ליין ד.ה. די דיקיקייט און טיפקייט און שיינקייט וכו' אזוי שטארק וועלן זיין די הוראות וואס מען קען זאגן אויף דעם.

דאפעלט איז שטערקער, דהיינו אויב איז דא צוויי ליינס אויף די זעלבע ענין וועט דאס שטערקער מאכן דעם פתרון (ע"ע פרעה'ס חלום)

ווען עס איז דא סתירות ציווישן די ליינס קוקט מען אויף וועלכע איז מער שטערקערע ליין.

און אלעס וואס מען זעהט אויף די הענט איז נאר על תנאי, ד.ה. אויפן תנאי אז אלעס וועט מען ווייטער לאזן אזוי פירן מיט די זעלבע טבע און מזל אבער עס טרעפט זיך זייער אסאך בפרט ביי אידן אז דער מענטש וואס איז ביכולת צו טוישן זיין טבע און דאן ווערט דאס אויסגעניצט לטוב און אלעס ווערט איבערגעדרייט לטוב.

ביי אידישע קינדער דער עם קדוש לה' איז דער גאצער חכמה נאר א מוכר עין, אבער מיט אביסל תשובה תפילה און צדקה קען מען אלעס טוישן און אלע בעלי החכמות היד והפרצוף שרייען מיט איין קול אאז גארנישט איז נישט מוכרח א מענטש קען אלעס טוישן, און פארקערט אויך ח"ו ווען מען זעהט א גוטע זאך דארף מען זעהן עס נישט מקלקל זיין נאר מען זאל זיך אנהאלטן צו די מעשים טובים .
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

ווי לאנג קען נעמען זיך עס אויסצולערנען? און קענען גוט?
האט די גאנצע זאך צוטוען מיטן זוהר???
פישל גוטביין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גוטביין »

יישר כח קעי סי עס פי פארן ארויפברענגן אזא רייכע אשכול.

זיידעניו האט געשריבן אז די עיקר קוין אויף וואס מען קוקט זענען:
קו החיים,
קו החכמה,
קו השלחן,
קו העושר,
קו המזל,
און קו הכבוד,

אבער ווען מען קוקט אויף וואסער טרעגער'ס בילד זעהט מען זיי נישט,

http://www.ivelt.com/forum/index ... &rb_v=file

דער סיבה דערצו איז ווייל דער בילד קומט נישט פון א תורה'דיגע מקום עס האט טאקע אידישע נעמען, עס איז בלויז איבער געטייטש פון ענגליש, אבער ווען מען קוקט אריין אין די אידישע ספרים וואס אונזערע גדולים רעדן פון דעם חכמה, זעהט מען בעיקר די נעמען וואס זיידעניו באניצט זיך.

נאך א זאך וואס מען קען באמערקן אז ביי די קוין למשל ביי די קו החיים (וואס איז די זעלבע מקום סיי ביי אידן און סיי ביי די גוים) איך דא דארט דורכאויס די לינע זיבן שטעקליך, וואס דאס ווייזט אויף די אריכות ימים פון א מענטש, און אויב דער קו החיים קומט אן ביז דער סימן וועט ער עס דערלעבן און לויט די סימנים וואס עס איז דא ביי די יארגאנג פונעם סימן קען מען זעהן ווי אזוי עס וועט זיין אויף אים די יארן, אבער וואס איך זעה יעצט איז, אז דא צוטיילט ער די קו החיים אין זיבן חלקים, בשעת ווען רוב אידישע חכמים האבן עס צוטיילט אין ניין חלקים, דהיינו ניינציג יאר.

חוץ די חכמה פון ליינען איז דא נאך א חכמת היד פון פראקטעצירן און מאנעווירן פונעם האנט אלע חלקי הגוף, וואס ווערט אנגערופן ריפלעקסילוגיה, דאס דארף מען אויך גלייבן דעראין, אין עס איז שטארק באניצט ביי די ווייטע מזרח, ווי אין כינע טשייניק, א.א.וו., און איך ברענג דא א בילד ווי די חלקי היד וועלכע פון זיי האבן א שייכות מיט וועלכע חלק פינען קערפער
אטעטשמענטס
hands 1.jpg
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

גראדע קען איך גיט די חכמה פון חכמת היד בפרצף.

זיידעניא
ווי די פיאת דרייט זיך?! צו די אויגן נאז אדער מויל?!
נו ודאי, ווענד זיך ווי שטארק געדרייעט, אין צי ער האט עס היינט געמאכט מיט א קעמל, אין צו ער האט עס בכלל געמאכט, אדער ער האט עס אראפ געקעמט גלייך.

אבער אויב קוקט עס צו די אויגן, ווייזט עס אויף קרלי האר.
אין אויב האט ער בכלל נישט קיין פיאת. איז ער נישט קיין היימישער...


ווערטליך אין א זייט, האב איך זייער אסאך אריין צו רעדן אין די נושא פארשטייט זיך נאר פון היימישע קוועלער, ועוד חזון למועד.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

אזוי ווי איך זעי אז כ'קום נישט אן, צו שרייבן א לענגערע ארטיקל באריכת. וועל איך שרייבן א יעדע שטיקל צייט לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

די קבים וועל מיר לאזן אויף צום לעצט. אין מ'וועל מיר קודם באשרייבן די ארימיגע.

דאס איז אמאל זיכער אז א מענטש איז צוזאמענגעשטעלט פון 4 מזגים. מזג האדומי, מזג היריקה, מזג הלבינה, מזג השחורה.

יעדער מענטש האט פון געוויסע מער, אין פון געוויסע ווייניגער. יעדער מענטש אנדערשט. ווי אויך האט עס מיט די יאהר-גאנג, אין די שעות פון טאג. אין ווי ואיך מיט די עסן וואס א מענטש עסט.
אבער געווענליך איז א מענטש זייער שטארק מיט זיין מזג. נאר אין די יאהרגאנג אדער אין די שעה טוישט זיך עס א קליין ביסעלע.

יעדע מזג ווייזט אויף די טבעיות פון די מענטש. וואס דאס איז דא זה לעומת זה, דאס מיינט קעגן יעדע אויבן דערמאנטע מזג איז דא א טבע וויאזוי עס אנצוריפן אין מאמע לשון.

די 4 טבעיות זענען. חם ולח, חם יובש, קר ולח, קר ויבש.
מזג האדומי איז חם ולח, מזג הירוקה איז חם ויבש, מזג הלבינה איז קר ולח, אין מזג השחורה איז קר ויבש.

פארשטייט זיך אז עס האט אויך צו טין מיט די 4 יסודות וואס די וועלט איז באשאפן געווארן. אש, מים, רוח, אפר. וואס מיט דעם זענען צוזאמענגעקנאטן די אויבן דערמאנטע מזגים.

אין פון וואס א מענטש האט די מערסטע. דערקענט זיך די מערסטע זיין טבע: למשל. קר ולח, וואס דאס איז אויך מזג הלבינה, איז די מערסטע קעגן מים (וואסער). דעריבער וועט אזא איינער זייער שווער קענען אויפכאפן זאכן, אין ער וועט עס שנעל פארגעסן. ער וועט זיך זייער שווער אויפרעגן, אין זיך גרינג בארואיגן. א וואסעריגן זיכרון. אין ער וועט זייך היפש דיקליך, צוליב די סאך וואסער וואס ס'איז נישט דא די חום עס אויסצוקאכן.

דערמאנט אייך נאר וואס מ'האט געלערנט אין פרקי אבות פרק ה': 'ארבע מדות בדעות. נוח לכעות ונוח לרצות קשה לכעוס וקשה לרצות' וכ"ו איר קענט עס אליינס דורכלערנען. די זעלביגע ווייטער: 'ארבע מדות בתלמידים מהיר לשמוע ומהיר לאבד קשה לשמוע וקשה לאבד' וכ"ו. דאס האט אלעס צו טון מיט די מזגים.

יעדע פון די אויבנדערמאנטע טבעיות. אויב דערקענט איר אויף א מענטש אז ער איז דאס מערסטע פון איין אדער פון צוויי טבעיות (דערקענען איז א סגיא פאר זיך) זענט איר נענטער צו זיין תכונת הנפש. אין איר קענט אים בעסער פארשטיין מיט א בליק.


כ'האב עס טאקע נאר בארירט אויפן שפיץ גאפל, אבער די צייט ערלויבט נישט מער יעצט, וועט איר זיך מיזן באגעניגן מיט דעם. ועוד חזון למועד אי"ה.

אבער כדי נישט אנצוציען דעם לייענער, וועלן מיר אראפ ברענגען געוויסע איינצלהייטן, אז די פראקטיק לערנעריי זאל זיך שוין קענען אקארשט אנהייבן.


די האר:
דאס ווערט באשאפן פון די איבריגע ליחות/רוחות וואס קומט ארויף פון די הארץ. דעריבער האט דער מין מענטש די ווייניגסטע האר פון אלע בעלי חיים, ווייל ער עסט די ווייניגסע מותרות.

דעריבער ווען דער מענטש קומט אין א סיטואציע, וואס ער ווערט אויסגעטריקענט בטבע, וועט זיין קאפ ווערן קרח מכאן וקרח מכאן. וויבאלט די האר ווערט פון איבריגע ליחות וועט די האר פון די מענטשן וואס זענען די טבע פון קר ולח קיינמאל נישט ארויספאלן. (ווענד זיך ווי שטארק מ'איז עס)הכל לפי מה שהוא אדם. די זעלבע, פרויען וועלן קיינמאל נישט זיין קיין קרחת, וויבאלט זייער מוח איז זייער לח.


צום פינטל:
דיקע האר. ווייזט אויף א שטארק הארץ, אין א געזונטע מוח.

ווייכע האר. ווייזט אויף די ווייעכקייט פון די הארץ, דו קאלטקייט פון די מוח, אין אויף א שווערערע הבנה.

גאלדענע האר. אויף א שטות'ימיגער אין א שטארקער כעס'ן.

ווייסע האר. ביי יונגע מענטשן ווייזט עס אויף א שטארקע חום הטבעי. משא"כ ביי עלטערע. דעריבער וועט די ווייסקייט ביי יונגע זיין אנדערשט ווי ביי עלטערע. ביי יונגע וועט זיך עס אנהייבן ביים שפיץ, אין ביי עלטערע וועט זיך עס אנהייבן ביים אנהויב פון ווי ס'וואקסט ארויס פון גוף. וויבאלט די ווייסקייט וואס ס'מאכט עס ווייס(ביי א אנדער געלעגנהייט) איז אין מוח.

אכטונג אכטונג:
דו גאנצע ארטיקל. ווי אויך די קומענדיגע אי"ה. זענען קאפירייט. ואיסר השגת גבול ידוע. עס איז נישט ערלויבט איבערשרייבן/קאפירן אפילו נאר א חלק דערפון בלי רשותי בכתב. (מיט מיין עכטע נאמען)


פארזעצונג קומט אי"ה
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

המשך (וויפיל די צייט ערלויבט יעצט)

די אויגן ברעמען:

אסאך האר אין די אויגן ברעמען ווייזט. אויף א שווערע רעדנער. (א דרשה וועט ער זייער שווער קענען האלט. אין אויב יא, וועט דער עולם פלאצן צוליב דאס שטייטקייט דערפון. ווייל ער דארף זיך זייער אנשטרענגען דערצו)
אין ער דארף שטארק ארבייטן אויף זיך, ער זאל נישט אננעמען פערזענליך דעם טאג טעגליכן לעבן. זיין סענסיטיוויטי איז שטארק. ער נעמט אן אלעס ווי א צרה. (די וועלט זאגט. אז מ'געוויינט זיך צו לעבן אין צרות, לעבט מען אין פריידן)

אויב די האר אויף די אויגן ברעמען זענען לאנג. דארף ער שטארק ארבייטן אויף די מידה פון גאוה, ער זאל נישט זיין קיין גס רוח.

פארזעצונג קומט אי"ה
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

כאטש מאנכע וועלן זיכער האלטן, אז צו שרייבן ארטיקלען אויף אזא פארנעם פארן ברייטן פאבליקום פון אזא סענסיטיווע נושא איז פרעצעדענטלאז אבסורד... דאך ביז ס'וועט נישט קומען א געהעריגע פארלאנג ( כמו פראטעסט)עס אפצושטעלן, וועלן מיר פראבירן אנצוגיין ווי ווייט מעגליך.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

פונקט פארקערט מיר קענען נישט ווארטען אזוי לאנג פארן קומעדיגס..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

ג"א מצטרף לבקשת לוסטיג, ובכליון עינים.
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

די אויערן:

גרויסע אויערן, ווייזט אויף ארוכת ימים. (ס'מיינט נישט אז קליינע ווייזט אויף פארקערט)

קליינע אויערן, ווייזט אויף קליגשאפט.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אזוי נארמאל האט געשריבן:די אויערן:

גרויסע אויערן, ווייזט אויף ארוכת ימים. (ס'מיינט נישט אז קליינע ווייזט אויף פארקערט)

קליינע אויערן, ווייזט אויף קליגשאפט.


אריכות ימים מיינט בחיים אדער אויך 'יאריך ימים על ממלכתו' (איך ברויך עס נייטיג וויסען וועגן דעם היינטיגען פרעזידענט פון די פ"ש [פאראייניגטע שטאטן])
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

כבוד הרב מיללער

גאנץ א גיטס...
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”