פיוטים ופייטנים, ועל הפיוט 'וכל מאמינים'

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

יוכ"פ ליינענדיג די מעשה פון ר' אמנון, ווי ס'ווערט געברענג'ט אין אור זרוע, האט מיר עפעס געכאפט דעם לשון פונעם אור זרוע (מכת"י ר' אפרים מבון) וכשגמר כל הסילוק נסתלק "ונעלם" מן העולם "לעין כל" ואיננו כי לקח אותו אלוקים וכו'. צו מיינט ער טאקע ונעלם מן העולם אזוי ווי ער ברענגט דעם פסוק פון חנוך, אדער ס'איז נאר א מליצה.

אז איינער ווייסט ערגעץ ווי ס'ווערט גערעדט וואלט איך הנאה כעהאט
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

אודאי נישט כפשוטו, ווייל זיין מצבה אין מאגענצא איז געשטאנען. אזוי שרייבט רבי יוזלמאן אין זיין זכרונות, וכמדומה בתשו' חת"ס כשכותב אודות הביה"ח במאגענצא (כך מונח בזכרוני, ואל תשימיני כבן בליעל אם זכרוני הטעני).
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

יישר כח
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

אמירת פיוטים, סגולה לאריכות ימים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'איז ארויסגעקומען ספר "השיר והשבח", וואס איז א הערליכע פירוש אויף אלע פיוטים לשבתות השנה - שבתות חנוכה, לחתן וכו', לפורים, ולברית מילה, אפשר וועלמיר שפעטער שרייבן מער אין "ספרים חדשים" אשכול.
האב איך געזען דארט אן אינטערסאנטע זאך, אין מכתב הסכמה והמלצה פון "מורשת חכמי אשכנז" געשריבן דורך ר' בנימין שלמה האמבורגר, שרייבט ער דארט אז הגאון ר' שמואל וואזנר ז"ל איז געווען דער וואס האט זיי שטענדיג מעודד געווען צו מחזיר זיין עטרת אמירת הפיוטים ליושנה, און ער פלעגט זיי זאגן "לאנגע פיוטים, לאנגע אריכות ימים", און אין זיינע עלטערע יארן האט ער געזאגט עטליכע מאל, "במה הארכת ימים? בזכות הידיעה מן הראשונים שאמירת הפיוטים היא סגולה לאריכת ימים!".
ווייסט איינער מער איבער די סגולה פון די ראשונים?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס איז באקאנט אז אין וויזניץ פלעגט מען נישט זאגען די פיוטים, ביז איינער פון די צדיקים האט געזאגט אז דערפאר האבן די אדמורי"ם דארט נישט מאריך געווען, און מען האט זיך גענומען זאגען, און עס האט ב"ה געהאלפן.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עיין בספה"ק קב הישר פרק פו, ובנמוקי או"ח סי ס"ח.

ועיין בס' חסידים סי' קיד ובס' תרז.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

על מחבר הפיוט "יום זה יהי משקל" שאומרים בסדר יום כיפור קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

היינט האב איך צו ערשטען מאל באמערקט אז דער פיוט "יום זה יהי משקל" וואס מ'פאנגט אן דעם סדר "יום כיפור קטן" איז נתחבר געווארען דורך רבי יהודה אריה די מודינא, זיין נאמען איז רמוז אינעם פיוט, כזה: יהודה אריה ממודינא

כידוע אז רבי יהודה אריה האט מחבר געווען דעם ספר ארי נוהם, וואס דערינען איז ער מפקפק על אמתיות הזהר וגדולי חכמי המקובלים, און אויך האט ער מפקפק געווען אויף דעם ענין פון גלגול. און צוליב דעם האב פילע נישט געלערנט אין זיינע ספרים. דער חיד"א (שה"ג אות י' סי' עט) שרייבט אבער אז בסוף ימיו האט ער חוזר געווען והודה באמונת הגלגול. ואכמ"ל.

אבער דא זע מיר אז דער גאנצער ציבור זאגט זיין פיוט, און ביי א גרויסער עולם איז דער תפלה גאר די התחלה און דער אריינפיר צו די הייליגע טעג.

באמת האט זיך געטון אויף זאגן דעם פיוט בימים קדומים, און די מפקפקים האט גאר געזאגט אז ער האט געגלייבט אין ש"ץ, און ער האט עס מרמז געווען אינעם לעצטען קטע פונעם פיוט: "שלח נושא נזר ראשנו", [נזר ראשנו איז בגימי' 814 כמנין שבתי צבי], און צוליב דעם האבן עס א טייל מגיה געווען.
אין סידור עבודת ישראל פון ר' יצחק בער האט ער מגיה געווען: "נושא הוד ראשנו", און ער שרייבט אז די הגה"ה איז על שם הפסוק בזכריה ו' יג, וגם בזה נמלטנו מחשש רמז פסול, ודי למבין.
אבער ס'קלאר אז ר' יהודה אריה האט נישט דאס מכוון געווען, נאר אזוי שטימט דער יתד פונעם פיוט. ווי אויך איז ער נסתלק געווארען בערך ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די שבתאות, ממילא איז בכלל נישט מסתבר אז ער זאל האבן מכוון געווען צו שבתאות, ובפרט ער האט דאך נישט געהאלטן פון די מקובלים.

אויך איז דא וואס זאגן אז מ'זאל אויסלאזן די קטע: "דיני אני אדע באש קלוי", כדי שלא לפתוח פה לשטן (זע דא א שמועס דעריבער).

[דרך אגב האב איך מיך דערמאנט אז ער האט אויך מחבר געווען א פירוש "צלי אש" אויף די הגדה, און ער רופט זיך דארט "אמר הצולה", אזוי ווי מיר האבן געשריבן באריכות אינעם אשכול המיוחד לכך.]


אינטערסאנט אז למעשה איז אבער דא אפילו לעצטערע וואס האלטן אז מ'זאל טאקע נישט זאגן דעם פיוט, בספר מנהגי הקהלות (עמ' רפ"ט) ברענגט ער פון הג"ר דוד יונגרייז זצ"ל אז ער האט געהאלטן אז מ'זאל בשום אופן נישט זאגן דעם פיוט.

ר' יעקב משה הלל אין א תשובה (בשו"ת וישב הים ח"ג סי' יח) איבער דער סדר יום כיפור קטן של האשכנזים, שרייבט ער בתוך הדברים: וגם מקום שרוצים לתקן מחדש סדר תפלות ערב ראש חדש, ראוי לשים לב מתחילה לכלול רק התפלות שאין עליהם חשש ופקפוק, כן נלע"ד.
און די הערה שרייבט ער וואס ער מיינט: ובכלל התמיהות שיש להרגיש באותן התפלות הוא מה שנהגו לומר בתחילת הסדר פיוט יום זה יהי משקל אשר ר"ת חרוזיו הם יהודה אריה ממודינא, הוא בעל המחבר ספר ארי נוהם, שפקפק על חכמת הקבלה וגדולי מלמדיה, ואיך באים לרצות קונם בפיוט כזה? ועיין שם הגדולים בערכו.

אבער למעשה זעט מען דאך אז ס'איז נתקבל געווארען דער פיוט, קען זיין אז השי"ת האט אזוי מסבב געווען כדי שלא ידח ממנו נדח, אז מ'זאל טאקע ער"ח מתפלל זיין "יום זה יהי משקל כל חטאתי" כדי די התעוררות התשובה פון דער פיוט זאל זיין א תיקון פארן מחבר - אויב ברויך ער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יא, שוין געקלערט דערפון, היתכן מען זאגט דעם פזמון וואס דער מחבר איז רבו כמו רבו החולקים עליו, ורבים דנו את ספרו לשריפה..

בנוגע דעם שטיקל 'שלח נא נושא נזר ראשינו', שטעל איך דא א הערליכען פשט פונם הייליגן דרכי תשובה פון מונקאטש זצ"ל, געברענגט דורך זיין זון אין שער יששכר מאמרי חודש ניסן מאמר אגדתא דפסחא סוף אות ק"ב (אויבן אויפן רעכטן זיין פון עמוד, זעה צוריק פאריגן עמוד פארן הקדמה)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... D&pgnum=55

(קרעדיט: הגה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א שיינער פשט ר' יהיה, יישר כח!

וואו שרייבט עס ר' יוסף חיים ?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ער שרייבט עס נישט, כ'האב עס געהערט פון אים אויפן טעיפ
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

יהיה כן האט געשריבן:יא, שוין געקלערט דערפון, היתכן מען זאגט דעם פזמון וואס דער מחבר איז רבו כמו רבו החולקים עליו, ורבים דנו את ספרו לשריפה..

בנוגע דעם שטיקל 'שלח נא נושא נזר ראשינו', שטעל איך דא א הערליכען פשט פונם הייליגן דרכי תשובה פון מונקאטש זצ"ל, געברענגט דורך זיין זון אין שער יששכר מאמרי חודש ניסן מאמר אגדתא דפסחא סוף אות ק"ב (אויבן אויפן רעכטן זיין פון עמוד, זעה צוריק פאריגן עמוד פארן הקדמה)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... D&pgnum=55

(קרעדיט: הגה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א)

אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען איז דער טענה אויפן ספר ארי נוהם, ואי הכי איז נישט קיין ראי', ווייל דעם 'מטפחת ספרים' פון הייליגן יעב"ץ האט מען אויך דן געווען.....

אגב, מי לנו גדול פונעם מנחת אלעזר בחומר ההרחקה מדברים הנובעים ממקור מפוקפק (כידוע מה שהאריך בזה בכ"מ), און דא טרעפט מען גאהר אז ער ברענגט א טייטש אויפן פייט, און טאקע אויפן שטיקל וואס טייל האבן ארויסגענומען, הלא דבר הוא!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

האסט טאקע נישט ריכטיג פארשטאנען. די טענות אויף רי"א מודינא איז נישט געווען נאר אויף זיין ספר, עס איז געווען פערזענליך אויף אים און אויף זיין מהות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

עיין כאן
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אמירת פיוטים, סגולה לאריכות ימים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

נא_שכל האט געשריבן:
ס'איז ארויסגעקומען ספר "השיר והשבח", וואס איז א הערליכע פירוש אויף אלע פיוטים לשבתות השנה - שבתות חנוכה, לחתן וכו', לפורים, ולברית מילה, אפשר וועלמיר שפעטער שרייבן מער אין "ספרים חדשים" אשכול.
האב איך געזען דארט אן אינטערסאנטע זאך, אין מכתב הסכמה והמלצה פון "מורשת חכמי אשכנז" געשריבן דורך ר' בנימין שלמה האמבורגר, שרייבט ער דארט אז הגאון ר' שמואל וואזנר ז"ל איז געווען דער וואס האט זיי שטענדיג מעודד געווען צו מחזיר זיין עטרת אמירת הפיוטים ליושנה, און ער פלעגט זיי זאגן "לאנגע פיוטים, לאנגע אריכות ימים", און אין זיינע עלטערע יארן האט ער געזאגט עטליכע מאל, "במה הארכת ימים? בזכות הידיעה מן הראשונים שאמירת הפיוטים היא סגולה לאריכת ימים!".
ווייסט איינער מער איבער די סגולה פון די ראשונים?
אין מחזור המפורש שטייט עס בשם ספר זכירה, בית הלל
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אזלא גרש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 7:01 pm

Re: פיוטים ופייטנים, ועל הפיוט 'וכל מאמינים'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזלא גרש »

לעווי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2008 3:38 pm

2)עס איז פון די איינציגסטע פיוטים וואס די תימנ'ער זאגן אויך.
https://tora-forum.co.il/threads/%D7%A4 ... %9D.23678/
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

גד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 1:54 am
פאר הונדערטער יארן, האט קיינער נישט געוואוסט און גערעדט פון דעם יניי, זיין נאמען איז כמעט פארגעסן געווארן, איין איינציג פיוט, "אוני פטרי רחמתים" [דער אנהייב פון ויהי בחצי הלילה, אז רוב נסים] איז איבערגעבליבן פון אים, און נאר ביי די אשכנזים, דארט חתמ'ט ער זיין נאמען, נאך מחיה המתים, יניי"
אבער זינט דעם גניזה טרעפונג, האט מען געטראפן אסאך פיוטים פון אים, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט דאס וואס רבינו גרשום שרייבט, אז ער איז געווען פון די גרעסטע פייטנים אין ארץ ישראל בדורו, איבער אכט הונדערט פיוטים האט מען געטראפן, און זייט דעמאלט איז געדרוקט געווארן דורך פארשער, עטליכע חיבורים פון זיינע פיוטים, "מחזור יניי" פיוטי יניי", און לעצטענס "פיוטי רבי יניי לתורה ולמועדים", צווישן זיינע פיוטים, שטעלט זיך ארויס צו זיין, אויסער אוני פטרי, אז רוב נסים, אויך "וכל מאמינים", [ליגט מיר אין קאפ אויך דער נוסח פון על חטא ליום כיפור].

עצימער האט פובליצירט א הוצאות ש"ר אויף ייני און אז אין לומבארדיא האט מען נישט געזאגט זיינע פיוטים, איך וויל עס בכלל נישט ציטירן.

נישטא קיין שום מקור אז וכל מאמינים קומט פון אים. ס'איז השערות געבויעט אן קיין גרונט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”