שבת 4# - שלום עליכם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

שלום עליכם - בואכם לשלום
די ערשטע מקור פון שלום עליכם, איז ארום 700 יאר צוריק. דארט ווערט געברענגט אז ווען מען קומט אהיים פון שוהל זאל מען זיך אוועקשטעלן ביי די ליכט און זאגן "שלום עליכם" וכו', און "בואכם לשלום" וכו', צו באגריסן די מלאכים וואס קומען אינאיינעם מיטן איד פון שוהל. די דריי מאל וואס מען זאגט, איז קעגן די דריי זאכן וואס די מלאכים געפינען ווען זיי קומען אהיים פון שוהל, נר דלוק, שלחן ערוך און מיטה מצעת.

די ערשטע מקור איז געווען צו זאגן בלויז די ערשטע צוויי פזמונים, שלום און בואכם, און מען זאגט עס ביי די ליכט. אין תיקוני שבת ווערט געברענגט דער מנהג, צולייגנדיג אז מען זאל אויך זאגן "ברכנו לשלום", "בשבתכם לשלום" און "בצאתכם לשלום".

ברכנו לשלום
צווישן גדולי ישראל געפינען מיר פקפוקים אויף דער "ברכנו לשלום", צוליב דעם וואס מיר טארן זיך נישט ווענדן צו די מלאכים נאך ברכות, מיר ווארטן אז בלויז דער באשעפער אליין זאל אונז בענטשן. טייל גדולי ישראל האבן זיך דעריבער מונע געווען פון צו זאגן דעם דאזיגן חרוז. דער יעב"ץ פלעגט זאגן בלויז די ערשטע צוויי חרוזים, אזוי ווי דער ערשטער מנהג איז געווען.

אנדערע פארענטפערן דאס, אז אונזער ביטע איז נישט אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן, נאר וויבאלד מיר ווייסן אז דער אויבערשטער הייסט אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן, אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין די גמרא, אז די מלאכים זאגן "לשבת הבא כן", בעטן מיר זיי אז זיי זאלן טון דעם רצון הבורא, און אונז טאקע בענטשן. אויף אזא אופן איז דאס מותר.

בשבתכם לשלום
ביי די ספרדים זאגן מען דעם חרוז "בשבתכם לשלום". דערמיט פארבעטן מיר די מלאכים זיך צו זעצן. עס זענען געווען מפקפקים דערויף, וויבאלד מלאכים זיצן נישט און שטענדיג זענען זיי אין א שטייענדיגע פאזיציע. ביי די אשכנזים האט מען טאקע דעריבער נישט געזאגט "בשבתכם".

אנדערע פארענטפערן דאס, אז מען מיינט נישט אז זיי זאלן זיך זעצן א ישיבה של ממש, אזוי ווי מיר זענען געוואוינט, נאר זיי זאלן זיך באקוועם מאכן וכו'. ווידער זענען דא וואס ערקלערן אז די כוונה איז פארקערט, "בשבתכם לשלום" - ווען איר קערט אייך צוריק צו אייער ארט, זאל עס זיין בשלום.

געוויסע האבן זיך געפירט צו זאגן "בשבתכם" גראד נאכן חרוז פון "בואכם" און פאר "ברכינו", אזוי אז נאך וואס די מלאכים זעצן זיך אראפ ביי אונז, זאלן זיי אונז בענטשן.

למעשה זאגט מען נישט ביי אונז אשכנזים דעם חרוז פון "בשבתכם".

בצאתכם לשלום
דער ארגינעלער נוסח איז "בצאתכם לשלום", ביי אשכנזים איז דאס געטוישט געווארן אויף "צאתכם לשלום". לכאורה שטעלט זיך די קושיא, ווי אזוי פארטרייבן מיר די מלאכים און פארבעטן זיי אוועקצוגיין? - לויטן נוסח פון "בצאתכם", איז דאס פארשטענדליך אז מיר שיקן נישט יעצט אוועק די מלאכים, נאר מיר זאגן אז ווען זיי גייען אוועק, זאל דאס זיין בשלום. אנדערע זאגן אז אויך דער נוסח "צאתכם" לשלום, מיינט דאס צו זאגן. א מיינונג איז פארהאן, אז מיר רעדן צו די וואכנדיגע מלאכים וואס לאזן אפ דעם איד אויף שבת, איבערגעבנדיג די שמירה פאר די שבת'דיגע מלאכים.

עס זענען אבער דא וואס זאגן אז יא, מיר שיקן אוועק די מלאכים, מיינענדיג דערמיט ארויסצוברענגען, אז ביז יעצט האט מען טאקע גערעדט צו די מלאכים, אבער די אנדערע עבודות פון ליל שבת-קודש, איז בלתי לה' לבדו, און מיר טוען גארנישט פאר די מלאכים זעלבסט.

התנגדות נגד שלום עליכם
עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט געזאגט קיין שלום-עליכם, צי דערפאר וואס מיר גרויסן זיך נישט אז מלאכים גייען מיט אונז מיט, עיי' ערך התכבדו מכובדים, אדער צוליב דעם וואס מיר רעדן נישט צו קיין מלאכים, נאר בלויז צום באשעפער. עס איז באקאנט אז דער חתם-סופר פלעגט נישט זאגן קיין שלום-עליכם. ווידער דער מהר"ם שיק, דער גרויסער תלמיד פון חתם-סופר שרייבט, אז זיכער האט דאס זיין רבי געזאגט, ער האט נישט מבטל געווען א מנהג ישראל, אבער נישט הויך און ברבים. לויט אנדערע עדות, האט דאס דער מהר"ם שי"ק זעלבסט נישט געזאגט.

אויך דער חפץ-חיים פלעגט דאס נישט זאגן, נישט אויפצוהאלטן דעם עולם פון עסן די סעודה. בלויז נאך די סעודה האט ער געזאגט דעם ערשטן חרוז פון שלום עליכם.

ווער עס האט עפעס וואס מוסיף צו זיין, איז מער ווי ווילקאמען.
לעצט פארראכטן דורך חסדי אבות אום דאנערשטאג יוני 30, 2022 12:43 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

סאיז דא וואס זאגען נישט צאתכם לשלום
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

ארומגיין די טיש האט גארנישט מיט שלום עליכם
עס איז א ענין על פי קבלה צי ארומגיין די טיש פאר קידוש און אסאך פלעצער טוט מען אזוי
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איז נאך היינט דא וואס זאגן נישט שלום עליכם?
שמואל חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:27 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל חיים »

איך בין נישט זיכער וואו דו צילסט דא מיט דיינע אלע אנקעטעס. אבער לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט, אויף דעם אשכול און אויף די אנדערע - ענליכע - אשכולות.

דאס איז ברור אז רובא דרובא פון וואס אונז טוען אום שבת קודש ביי די סעודה האט בעצם נישט קיין מקור אין הלכה. די מקורות ע"פ רוב איז פון זוה"ק, אריז"ל, פון דארט צו די חסידישע רבי'ס און פון דארט צו אונז. נהרא ונהרא ופשטיה. איבער זאגן אדער זינגען שבת שלום ומבורך האט מען שוין צוגעברענגט דברי אריז"ל. איבער שלום עליכם ווי מען נעמט אויף די מלאכים איז ווידער דא פילע מנהגים, די שר שלום פון בעלזא שרייבט די סיבה פארוואס נאר ביי שלום עליכם זאל מען זאגן מלאכי השרת (אין אסאך פלעצער זאגט מען יא מלאכי השרת ביי אלע שטיקעלעך), מיט צאתכם לשלום איז ווידער דא פילע מנהגים דערין, דא וואס זאגן עס אינגאנצן נישט (פארוואס אוועקשיקן די מלאכים?) ס'איז דא וואס זאגן בצאתכם לשלום, ווי צו זאגן עטס בלייבט נאך טאקע דא אבער ווען איר גייט זאל עס זיין לשלום, ס'איז דא וואס זאגן דוקא יא צאתכם לשלום און בכוונה אוועקשיקן די מלאכים "ווייל יעצט ווילן מיר זיין בלויז מיטן באשעפער" - דא היא סעודתא דחקל תפוחין קדישין.

אין מחצית השקל שטייט טאקע אז ס'איז דא וואס האבן ארויסגענומען די צאתכם לשלום אבער זאגט אז מ'דארף נישט ווייל ס'איז "על דרך ברוך אתה בבואך ברוך אתה בצאתך" וע"ע פרי צדיק פר נח און מצורע, און אין שם משמואל ויחי.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

שמואל חיים האט געשריבן:די שר שלום פון בעלזא שרייבט די סיבה פארוואס נאר ביי שלום עליכם זאל מען זאגן מלאכי השרת


וואס זאגט ער? - וואס איז די טעם?
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

.
לעצט פארראכטן דורך חסדי אבות אום דאנערשטאג יוני 30, 2022 12:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

שלום עליכם - בואכם לשלום
די ערשטע מקור פון שלום עליכם, איז ארום 700 יאר צוריק. דארט ווערט געברענגט אז ווען מען קומט אהיים פון שוהל זאל מען זיך אוועקשטעלן ביי די ליכט און זאגן "שלום עליכם" וכו', און "בואכם לשלום" וכו', צו באגריסן די מלאכים וואס קומען אינאיינעם מיטן איד פון שוהל. די דריי מאל וואס מען זאגט, איז קעגן די דריי זאכן וואס די מלאכים געפינען ווען זיי קומען אהיים פון שוהל, נר דלוק, שלחן ערוך און מיטה מצעת.

די ערשטע מקור איז געווען צו זאגן בלויז די ערשטע צוויי פזמונים, שלום און בואכם, און מען זאגט עס ביי די ליכט. אין תיקוני שבת ווערט געברענגט דער מנהג, צולייגנדיג אז מען זאל אויך זאגן "ברכנו לשלום", "בשבתכם לשלום" און "בצאתכם לשלום".

ברכנו לשלום
צווישן גדולי ישראל געפינען מיר פקפוקים אויף דער "ברכנו לשלום", צוליב דעם וואס מיר טארן זיך נישט ווענדן צו די מלאכים נאך ברכות, מיר ווארטן אז בלויז דער באשעפער אליין זאל אונז בענטשן. טייל גדולי ישראל האבן זיך דעריבער מונע געווען פון צו זאגן דעם דאזיגן חרוז. דער יעב"ץ פלעגט זאגן בלויז די ערשטע צוויי חרוזים, אזוי ווי דער ערשטער מנהג איז געווען.

אנדערע פארענטפערן דאס, אז אונזער ביטע איז נישט אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן, נאר וויבאלד מיר ווייסן אז דער אויבערשטער הייסט אז די מלאכים זאלן אונז בענטשן, אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין די גמרא, אז די מלאכים זאגן "לשבת הבא כן", בעטן מיר זיי אז זיי זאלן טון דעם רצון הבורא, און אונז טאקע בענטשן. אויף אזא אופן איז דאס מותר.

בשבתכם לשלום
ביי די ספרדים זאגן מען דעם חרוז "בשבתכם לשלום". דערמיט פארבעטן מיר די מלאכים זיך צו זעצן. עס זענען געווען מפקפקים דערויף, וויבאלד מלאכים זיצן נישט און שטענדיג זענען זיי אין א שטייענדיגע פאזיציע. ביי די אשכנזים האט מען טאקע דעריבער נישט געזאגט "בשבתכם".

אנדערע פארענטפערן דאס, אז מען מיינט נישט אז זיי זאלן זיך זעצן א ישיבה של ממש, אזוי ווי מיר זענען געוואוינט, נאר זיי זאלן זיך באקוועם מאכן וכו'. ווידער זענען דא וואס ערקלערן אז די כוונה איז פארקערט, "בשבתכם לשלום" - ווען איר קערט אייך צוריק צו אייער ארט, זאל עס זיין בשלום.

געוויסע האבן זיך געפירט צו זאגן "בשבתכם" גראד נאכן חרוז פון "בואכם" און פאר "ברכינו", אזוי אז נאך וואס די מלאכים זעצן זיך אראפ ביי אונז, זאלן זיי אונז בענטשן.

למעשה זאגט מען נישט ביי אונז אשכנזים דעם חרוז פון "בשבתכם".

בצאתכם לשלום
דער ארגינעלער נוסח איז "בצאתכם לשלום", ביי אשכנזים איז דאס געטוישט געווארן אויף "צאתכם לשלום". לכאורה שטעלט זיך די קושיא, ווי אזוי פארטרייבן מיר די מלאכים און פארבעטן זיי אוועקצוגיין? - לויטן נוסח פון "בצאתכם", איז דאס פארשטענדליך אז מיר שיקן נישט יעצט אוועק די מלאכים, נאר מיר זאגן אז ווען זיי גייען אוועק, זאל דאס זיין בשלום. אנדערע זאגן אז אויך דער נוסח "צאתכם" לשלום, מיינט דאס צו זאגן. א מיינונג איז פארהאן, אז מיר רעדן צו די וואכנדיגע מלאכים וואס לאזן אפ דעם איד אויף שבת, איבערגעבנדיג די שמירה פאר די שבת'דיגע מלאכים.

עס זענען אבער דא וואס זאגן אז יא, מיר שיקן אוועק די מלאכים, מיינענדיג דערמיט ארויסצוברענגען, אז ביז יעצט האט מען טאקע גערעדט צו די מלאכים, אבער די אנדערע עבודות פון ליל שבת-קודש, איז בלתי לה' לבדו, און מיר טוען גארנישט פאר די מלאכים זעלבסט.

התנגדות נגד שלום עליכם
עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט געזאגט קיין שלום-עליכם, צי דערפאר וואס מיר גרויסן זיך נישט אז מלאכים גייען מיט אונז מיט, עיי' ערך התכבדו מכובדים, אדער צוליב דעם וואס מיר רעדן נישט צו קיין מלאכים, נאר בלויז צום באשעפער. עס איז באקאנט אז דער חתם-סופר פלעגט נישט זאגן קיין שלום-עליכם. ווידער דער מהר"ם שיק, דער גרויסער תלמיד פון חתם-סופר שרייבט, אז זיכער האט דאס זיין רבי געזאגט, ער האט נישט מבטל געווען א מנהג ישראל, אבער נישט הויך און ברבים. לויט אנדערע עדות, האט דאס דער מהר"ם שי"ק זעלבסט נישט געזאגט.

אויך דער חפץ-חיים פלעגט דאס נישט זאגן, נישט אויפצוהאלטן דעם עולם פון עסן די סעודה. בלויז נאך די סעודה האט ער געזאגט דעם ערשטן חרוז פון שלום עליכם.

ווער עס האט עפעס וואס מוסיף צו זיין, איז מער ווי ווילקאמען.
לעצט פארראכטן דורך חסדי אבות אום דאנערשטאג יוני 30, 2022 12:26 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אין קאמארנא זאגט מען שלום-עליכם?
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

??
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שבת 4# - שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

חסדי אבות האט געשריבן:אין קאמארנא זאגט מען שלום-עליכם?

אין שלחן הטהור (סי' רסב) שרייבט די קאמערנער אז מען זאל זאגן שלום עליכם
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”