וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 28, 2019 11:07 am

מקור פון עסן חמץ מוצאי פסח - מעשה רב להווילנא גאון זצ"ל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 28, 2019 8:34 pm

דריידל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:געווענליך א מקור זאגט מען אויף א מנהג וואס חסידים ואנשי מעשה האבן זיך געפירט ועיין

געווען צדיקים וואס האבן געמאכט הבדלה אויף ביר מוצאי פסח

יש ספר קטן, וואס שרייבט אז די מנהג איז געווען צו מאכן הבדלה אויף ביר, אבער אלץ אן אנדערע טעם, וויבאלד מוצאי פסח איז עס מער חביב ווי יין - רמ"א סי' רצ"ו ס"ב.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אפריל 28, 2019 8:38 pm

געזען אין איינע פון די 'ספרים הקדושים' בענדער, (כמדומני) א ספר'ל פון הרה"ק ר' יחזקאל'ע קוזמירער, וואס שרייבט אז די טעם דערפון איז כדי צו ארויסברענגן אז די סיבה פארוואס מיר עסן נישט קיין חמץ איז מפני ציווי הבורא. בערך אזוי.
הוי מחשב...

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » זונטאג אפריל 28, 2019 8:57 pm

אינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט אראפ אהער דא די תרגום יונתן

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 28, 2019 9:39 pm

גבר ישראל האט געשריבן:אינטרעסאנט אז קיינער ברענגט נישט אראפ אהער דא די תרגום יונתן


ניק חשוב אין אישי האט געשריבן:לינק

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 28, 2019 11:01 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:געווענליך א מקור זאגט מען אויף א מנהג וואס חסידים ואנשי מעשה האבן זיך געפירט ועיין

געווען צדיקים וואס האבן געמאכט הבדלה אויף ביר מוצאי פסח

יש ספר קטן, וואס שרייבט אז די מנהג איז געווען צו מאכן הבדלה אויף ביר, אבער אלץ אן אנדערע טעם, וויבאלד מוצאי פסח איז עס מער חביב ווי יין - רמ"א סי' רצ"ו ס"ב.

שוין ווייטער מיט דיינע שטעך ווערטלעך.
איינער זיכט א מקור אז ס'איז אן ענין צו עסן חמץ מוצאי פסח, שרייב איך אז ס'זענען געווען אזעלכע וואס האבן געמאכט הבדלה אויף ביר (מהאי טעמא). קומסטי ווי אן אויבער חכם מיט א רמ"א וואס רעדט פון א צווייטע זאך, צו ווייזן אז איך האב געמאכט א טעות. ניין שעפעלע, איך ווייס פון די רמ"א אבער דא רעדט מען פון עפעס אנדערש. טאמער פארשטייסטי נישט וואס איינער שרייבט קען מען פרעגן, ס'פעלט נישט אויס יענעם אוועקמאכן מיט א ביטול.

והאי לך לשון תורה תמימה פרשת בא אות קס"ח
תוספת דברים אלו מכוונת למה שנהגו גדולים מיוחדים לטעום חמץ בכניסת ליל מוצאי פסח [וכך שמעתי בשם הגר"א שהיה מבדיל במוצאי הפסח על כוס שכר חמץ], ואולי באמת סמכו על הת"י, והוא גם הוא כוון למנהג זה והטעם כדי לעשות היכר בין זמן האסור ומותר בחמץ, וכמו כשיוצאין מן הסוכה לבות עושין איזה היכר בהכשר הסוכה להורות ולהראות שפטורין ממנה כמבואר באו"ח סי' תרס"ו.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 28, 2019 11:14 pm

אז די האלטסט כ'האב געמיינט צו שטעכן יהיה לך אשר לך. כ'האב סך הכל דיר געוואלט אנמערקן אז די טעם פון די צדיקים איז נישט דאס וואס די שרייבסט נאר אלץ די רמ"א.

אין מעשה רב שטייט גראדע נישט אז ער האט געמאכט הבדלה אויף ביער, שטייט אבער יא אז ער האט געגעסן חמץ מוצאי פסח אלץ דעם טעם, ווי יידישע האט געברענגט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 28, 2019 11:58 pm

זייער שווער צו זאגן אז צדיקים האבן זיך גערעכנט מיט א שטיקל תורה תמימה...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:59 am

...שלא לאכול בשר בהמה בפסח?

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:27 am

יענקעלע האט געשריבן:...שלא לאכול בשר בהמה בפסח?

בפשטות ווייל א בהמה האט מען נישט אליינס געקויפט און געשאכטן אזווי א הינדל נאר מען האט געקויפט א חלק ביים קצב איז דאס שוין נישט געווען היימיש, משא"כ א הינדל האט מען גענימען די אייגענע און געגאנגען צום שוחט און אליינס כשר געמאכט

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 12, 2019 12:56 am

זענען דא וואס פירן זיך אויסציטון די היט/שטריימל איידער מ'גייט אריין אין ביה"כ/מקוה.

מקור?

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג מאי 12, 2019 4:18 am

אויף א שטריימל זאגט מען ווייל ס'איז במקום תפילין

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 12, 2019 9:52 am

יום זה מכובד האט געשריבן:אויף א שטריימל זאגט מען ווייל ס'איז במקום תפילין

און טאמער פאלט עס אראפ פאסט מען?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 12, 2019 11:05 am

יאצמעך האט געשריבן:שוין דא א גאנצע שמועס דערויף דא אויף אייוועלט, דאכצעך פון די יום כיפור סיזען. איך ווייס אבער נישט וויזוי צו סערטשן

viewtopic.php?f=5&t=35243
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 12, 2019 11:12 am

דריידל האט געשריבן:זענען דא וואס פירן זיך אויסציטון די היט/שטריימל איידער מ'גייט אריין אין ביה"כ/מקוה.

מקור?

אלס בבגד מיוחד לתפילה אדער דבר שבקדושה.
עיין ט"ז או"ח סי' כ"א ס"ק ג'
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג מאי 12, 2019 11:46 am

farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:זענען דא וואס פירן זיך אויסציטון די היט/שטריימל איידער מ'גייט אריין אין ביה"כ/מקוה.

מקור?

אלס בבגד מיוחד לתפילה אדער דבר שבקדושה.
עיין ט"ז או"ח סי' כ"א ס"ק ג'

ומהאי טעמא גייט מען נישט אריין מיט'ן טלית
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג מאי 12, 2019 1:01 pm

אילו זכינו האט געשריבן:איז דא א מקור אז ביי א לוי' (פון א אדם גדול) זאל מען בשעת'ן מלווה זיין אנכאפן דעם ארון?
כ'פארשטיי אז ס'איז א זכיה וכו' כ'וויל אבער וויסן צו ס'האט א מקור ערגעץ?

אין קול סופר האב איך געזען אז ביים לוי' פון מרן חתם סופר האבן זיי ספעציעל געמאכט לאנגע האלצערנע שטאנגען ארויסצי פסל היוצא מן הסוכה, אז הונדערטער מענטשן זאלן קענען בבת אחת טראגן, עיי"ש

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 12, 2019 1:44 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:זענען דא וואס פירן זיך אויסציטון די היט/שטריימל איידער מ'גייט אריין אין ביה"כ/מקוה.

מקור?

אלס בבגד מיוחד לתפילה אדער דבר שבקדושה.
עיין ט"ז או"ח סי' כ"א ס"ק ג'

ומהאי טעמא גייט מען נישט אריין מיט'ן טלית

די טלית טיט מען אויס ווייל מ'וויל נישט ס'זאל שמוציג ווערן, והא ראי' אז אפילו ווען מ'איז משתין וואס דעמאלטס מעג מען אריינטראגן די טלית, טיט מען עס אויך אויס.

ובכלל, מהיכי תיתי אז א היט/שטריימל איז א בגד המיוחד לתפילה? ווען איך גיי אין גראסערי אדער צו א חתונה האב איך אויך אן די היט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג מאי 12, 2019 1:48 pm

אי משום הא, ס'איז אמת אז דער דרך החיים שרייבט אזוי אז לקטנים דארף מען נישט, איז עס סך הכל אז היתר למי שקשה לו אויסצוטון קיטל\טלית וכו', אבער חסיד'ישע אידן האבן נאך אלץ רעכט נזהר זיין

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 12, 2019 1:52 pm

אין בעלזא האט מען נישט מקפיד געווען אויסצוטון דאס שטריימל, נאר ענדערש בלייבן מיטן שטריימל ווי לענגער אויך אין מקוה.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 12, 2019 1:58 pm

גלאזער האט געשריבן:אי משום הא, ס'איז אמת אז דער דרך החיים שרייבט אזוי אז לקטנים דארף מען נישט, איז עס סך הכל אז היתר למי שקשה לו אויסצוטון קיטל\טלית וכו', אבער חסיד'ישע אידן האבן נאך אלץ רעכט נזהר זיין

האסט א מקור פאר וואס די שרייבסט אז ס'איז סה"כ א היתר למי שקשה לו?
און אגב דאס איז נישט קיין חידוש פון דרך החיים, אלע פוסקים האלטן אזוי

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג מאי 12, 2019 2:04 pm

דער ערוך השלחן שרייבט
ונכון להקפיד להפשיט הטלית גם בעת יציאתו לקטנים. וכן אנו נוהגים
דער ט"ז ושו"ע הרב ועוד זענען נישט מחלק,

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 12, 2019 2:10 pm

גלאזער האט געשריבן:דער ערוך השלחן שרייבט
ונכון להקפיד להפשיט הטלית גם בעת יציאתו לקטנים. וכן אנו נוהגים
דער ט"ז ושו"ע הרב ועוד זענען נישט מחלק,

שכח
יעצט וואס טיט זיך מיט די שאלה צו א היט/שטריימל איז בכלל א בגד המיוחד לתפילה?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג מאי 13, 2019 5:17 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין בעלזא האט מען נישט מקפיד געווען אויסצוטון דאס שטריימל, נאר ענדערש בלייבן מיטן שטריימל ווי לענגער אויך אין מקוה.

און אויך א היט אינדערוואכען

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ווי אין זוהר הקדוש שטייט דאס

תגובהדורך dovidal » מאנטאג מאי 13, 2019 5:19 pm

מובא בזוהר הקדוש: "וכן אמר ר' יוסי מתליסר שנין וליעלא (מגיל 13), חובתא על צדיקיא למעבד ההוא יומא חדוותא דליבא, כיומא דסליק לחופה (חובה לעשות יום שמחה ביום ההוא כיום הכניסה להחופה)" ובהמשך מסופר על התנא רבי שמעון בר יוחאי (מעל 1900 שנה): "רבי שמעון בר יוחאי זמין למארי דתיובתא ומארי דמתניתא למיכל בסעודתא רבת' דעבד בר מצוה לבריה רבי אלעזר (הזמין את הרבנים לסעודה כשעשה בר מצוה לבנו) וחפא לביתיה במאנן דיקר ואותיב לרבנן בהאי גיסא ובהאי גיסא והוי קא בדח טובא, א"ל רבנן מאי בדיחותא דמר ביומא דין יתירה משאר יומין (שאלו אותו החכמים למה אתה כ"כ שמח היום), א"ל רשב"י דיומא דין נחתין נשמתין קדישא עילאין בד' גפין דחיותא לברי ר"א ובהלולא דא חדי בדיחותא שלימתא (אמר להם שהיום בנו זוכה למעלה רוחנית גבוהה וזוכה להתעלות זה יום של שמחה שלימה)".


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט