וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קאווליר
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » פרייטאג יולי 13, 2018 9:47 am

מיין חברותא זאגט מיר היינט אז ער האט אמאהל געזעהן אין א ספר(ער געדענקט נישט וועלעכע) אז פרייטיג ביים יום זאל מען זאגן היום יום "השישי" בשבת שבו היו הלוים וכו' מיט א ה' הידוע ווייסט איינער א מקור

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג יולי 13, 2018 12:36 pm

מיין זיידע ע"ה, א איד פון פריערדיגן דור, פלעגט צו זאגן: "נאך פורים קומט פסח".

ווען ער האט דאס ארויסגעזאגט פון מויל, האט קיין לעכטל זיך נישט דערוואַגט מער צו פאָכענען
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג יולי 13, 2018 12:54 pm

ביי אונז האט מען געפאכעט מיט די הענט ביז די לעכטל האט אנערקענט אז נשאר איינער בלייבט פאכענען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג יולי 13, 2018 12:58 pm

קאווליר האט געשריבן:מיין חברותא זאגט מיר היינט אז ער האט אמאהל געזעהן אין א ספר(ער געדענקט נישט וועלעכע) אז פרייטיג ביים יום זאל מען זאגן היום יום "השישי" בשבת שבו היו הלוים וכו' מיט א ה' הידוע ווייסט איינער א מקור

איך מיין אז דאס נעמט זיך פונעם לשון הפסוק ביי ששת ימי בראשית, איך קען עטליכע וואס זאגן השישי (אריין גערעכענט מיין שכן וואס שרייט מיר אין אויער א גאנצן דאווענען) אבער א מקור ווייס איך נישט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 13, 2018 3:07 pm

יאצמעך האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:מיין חברותא זאגט מיר היינט אז ער האט אמאהל געזעהן אין א ספר(ער געדענקט נישט וועלעכע) אז פרייטיג ביים יום זאל מען זאגן היום יום "השישי" בשבת שבו היו הלוים וכו' מיט א ה' הידוע ווייסט איינער א מקור

איך מיין אז דאס נעמט זיך פונעם לשון הפסוק ביי ששת ימי בראשית, איך קען עטליכע וואס זאגן השישי (אריין גערעכענט מיין שכן וואס שרייט מיר אין אויער א גאנצן דאווענען) אבער א מקור ווייס איך נישט.

דיין שכן איז אפשר פון די עדות המזרח ?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג יולי 13, 2018 4:18 pm

ניין. גראדע האב איך א שכן פון עדות מזרח אויך אבער יענער דאווענט געלאסן און נישט אזוי הויעך, ווייס איך נישט צו ער זאגט אויך אזוי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 13, 2018 5:04 pm

קיינע האט נישט באמערקט אז די בני עדות המזרח זאגען יעדען טאג היום ........... בשבת קודש ?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג יולי 13, 2018 7:08 pm

פון זאגן ברכי נפשי ר"ח ביים דאווענען?
ווער זאגט יא און ווער נישט? (כ'בין געווען צוגעוואוינט אייביג אז מ'זאגט עס, ביז לעצטענס בין איך געווען אפאר מאל אין א ביהמ"ד און דארט האט מען עס בכלל נישט געזאגט)

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג יולי 13, 2018 7:13 pm

קיקיון האט געשריבן:קיינע האט נישט באמערקט אז די בני עדות המזרח זאגען יעדען טאג היום ........... בשבת קודש ?

נעוואדע האמער עד געזען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » זונטאג יולי 15, 2018 12:57 am

נחמן נתן האט געשריבן:מיין זיידע ע"ה, א איד פון פריערדיגן דור, פלעגט צו זאגן: "נאך פורים קומט פסח".

ווען ער האט דאס ארויסגעזאגט פון מויל, האט קיין לעכטל זיך נישט דערוואַגט מער צו פאָכענען

מיין זיידע ז״ל פלעגט זאגען פורים פסח פאקט מען פעקלעך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19729
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 15, 2018 9:11 am

יוראפ האט געשריבן:פון זאגן ברכי נפשי ר"ח ביים דאווענען?
ווער זאגט יא און ווער נישט? (כ'בין געווען צוגעוואוינט אייביג אז מ'זאגט עס, ביז לעצטענס בין איך געווען אפאר מאל אין א ביהמ"ד און דארט האט מען עס בכלל נישט געזאגט)

איך דעדענק אז אין צאנז האט ען נישט געזאגט, בלויז געזונגען ביי די ר"ח סעודה.

אין סאטמאר טוט מען ביידע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 15, 2018 9:46 am

קיקיון האט געשריבן:קיינע האט נישט באמערקט אז די בני עדות המזרח זאגען יעדען טאג היום ........... בשבת קודש ?

שוין געהערט אויך מאחינו האשכנזים וואס זאגן אזוי.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 15, 2018 10:45 am

באקומען אין אישי
ורק ביום ששי יוסיף אות ה"א ויאמר היום יום הששי בה"א יתירה, וכן ביום ראשון ידקדק לומר יום אחד בשבת קודש,
בן איש חי - שנה ראשונה כי תשא, יז
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קאווליר
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » זונטאג יולי 15, 2018 10:46 am

איינס האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:קיינע האט נישט באמערקט אז די בני עדות המזרח זאגען יעדען טאג היום ........... בשבת קודש ?

שוין געהערט אויך מאחינו האשכנזים וואס זאגן אזוי.

א מקור האב איך אבער נאכנישט

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 15, 2018 10:52 am

ס'איז אבער נישט קלאר צו ער מיינט אז נאר יום ראשון זאל מען זאגן קודש,
אדער ער האט געוואלט שרייבן: וכן ידקדק לומר בשבת קודש.
נאר מ'וואלט זיך טועה געווען אז ער מיינט צו זאגן אז שבת זאל מען זאגן מיט א ה'.

און אויב ער וואלט געשריבן: וכן ידקדק לומר בשבת קודש.
וואלט מען פארשטאנען אז נאר פרייטאג דארף מען זאגן קודש.
און דערפאר האט ער אנגעכאפט יום ראשון.

אויב איז עס אמת, איז לכאורה כונתו
וכן ידקדק לומר: בשבת קודש בכל ימי השבוע.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג יולי 15, 2018 10:54 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 15, 2018 10:53 am

קאווליר האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:קיינע האט נישט באמערקט אז די בני עדות המזרח זאגען יעדען טאג היום ........... בשבת קודש ?

שוין געהערט אויך מאחינו האשכנזים וואס זאגן אזוי.

א מקור האב איך אבער נאכנישט

איך געדענק נישט וואו איך האב עס געהערט
איך מיין אין וויזניץ.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19729
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 17, 2018 4:41 pm

פון דא

קרעמער האט געשריבן:היינט האב איך צום ערשטן מאל געהערט א מאדנע זאך וואס האט ווארשיינליך נישט קיין אנדערע מקור ווי די באקאנטע "נשים זקינות" המבואר באשכול זה.

... אז מוצאי שבת זאל מען נישט ארויסטראגן די מיסט פון שטוב...

לאו דוקא מוצאי שבת, יעדע נאכט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יולי 17, 2018 7:44 pm

farshlufen האט געשריבן:פון דא

קרעמער האט געשריבן:היינט האב איך צום ערשטן מאל געהערט א מאדנע זאך וואס האט ווארשיינליך נישט קיין אנדערע מקור ווי די באקאנטע "נשים זקינות" המבואר באשכול זה.

... אז מוצאי שבת זאל מען נישט ארויסטראגן די מיסט פון שטוב...

לאו דוקא מוצאי שבת, יעדע נאכט.

:lol:
דביה תחדי נפשא

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » דינסטאג יולי 17, 2018 9:20 pm

אז אין יעדע שטיקל פון די פיוט לכה דודי איינס ביי איינס, איז דא גע'גנב'עטע אויסדריקן פון איינע פון די הפטרות פון די דריי ואכן אדער שב דנחמתא!
ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » דינסטאג יולי 17, 2018 9:21 pm

Capture44.JPG
Capture44.JPG (120.2 KiB) געזעהן 391 מאל
לעצט פאראכטן דורך יד ושם אום דינסטאג יולי 17, 2018 9:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דינסטאג יולי 17, 2018 9:25 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פון דא

קרעמער האט געשריבן:היינט האב איך צום ערשטן מאל געהערט א מאדנע זאך וואס האט ווארשיינליך נישט קיין אנדערע מקור ווי די באקאנטע "נשים זקינות" המבואר באשכול זה.

... אז מוצאי שבת זאל מען נישט ארויסטראגן די מיסט פון שטוב...

לאו דוקא מוצאי שבת, יעדע נאכט.

:lol:

כוויל נישט פארקריכן אבער וואזוי זאגט יענער
די מאן ברענגט אהיים געלט און טראגט ארויס די גארביטש
די פרוי טראגט ארויס די געלט און ברענגט אריין די גארביטש
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג יולי 17, 2018 10:55 pm

;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דינסטאג יולי 17, 2018 11:01 pm

נא, די ניין טעג!
עי' מימרא מהרה"ק רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יולי 17, 2018 11:10 pm

יד ושם האט געשריבן:אז אין יעדע שטיקל פון די פיוט לכה דודי איינס ביי איינס, איז דא גע'גנב'עטע אויסדריקן פון איינע פון די הפטרות פון די דריי ואכן אדער שב דנחמתא!
ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?

גע'גנב'עטע אויסדריקן - א שיינע שפראך!
יעדער פייטן האט געבויעט אויף פסוקים, גענאשט מליצות און לשונות. דער לשון גניבה איז איבריג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יולי 17, 2018 11:35 pm

קאווליר האט געשריבן:מיין חברותא זאגט מיר היינט אז ער האט אמאהל געזעהן אין א ספר(ער געדענקט נישט וועלעכע) אז פרייטיג ביים יום זאל מען זאגן היום יום "השישי" בשבת שבו היו הלוים וכו' מיט א ה' הידוע ווייסט איינער א מקור

איך פיר מיך אזוי, זינט איך האב דאס געזען אין פלא יועץ (ערך ששה) וז"ל:

במספר ששה כתבו המקובלים שצריך ליזהר הרבה לומר הששי שהוא יחוד קבה"ו וכן יזהר ג"כ בכתיבה כגון כשכותב כתובה בששי יכתוב ביום הששי וכשכותב פרקים יכתוב פרק הששי וכל כיוצא בזה לעולם יזהר בזה ובפרט כשאומר השיר של לוים יאמר היום יום הששי ויכוין ליחד הקבה"ו יסוד ומלכות והדברים עתיקים:

אויב איך געדענק גוט, האב איך געזען אין די מנהגים פון הגר"א לייטנער אז ער פלעגט אויך אזוי זאגען.

==
בנוגע אויסלעשן די ליכט מיט "פורים, פסח", כן ראיתי אצל אאמו"ר, שראה כן אצל אביו זצ"ל
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט