בלאט 8 פון 245

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 4:27 pm
דורך farshlufen
א גרויסן ישר כח ר' שמחה, וועל מיר עס בל"נ ארויספרינטן און אדורכלערנען.

תחזקנה ידיכם.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 2:23 pm
דורך farshlufen
ר' שמחה, איך זע נישט אז ער זאל בכלל דערמאנען אין די תשובה "עצמות" אדער "דזשעלאטין", קאן זיין אז אזוי דורכבליקענדיג האב איך עס פארפאסט, איר קאנט מיר אפשר זיין אזוי גוט און צוצייכענען קלארער פון וועלכען פאראגראף איר רעדט? איך וואלט עס עכט אפרישיעיטעד.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 9:35 pm
דורך scy4851
איך האב נישט געהאט דורך געלערענט דער תשובה ווען איך האב געשיקט דער לינק.

ר' חיים עוזר ז"ל רעדט נישט דארט בפרטות וועגען עצמות אדער דזשעלאטין.
ער באהאנדעלט דארט כעין דער זעלבע ענין.

דאס שטיקעל האב איך געדענקט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 25, 2009 7:51 am
דורך farshlufen
א שיינעם דאנק ר' שמחה, היינט פארטאגס האבן מיר טאקע אדורכגעבליקט און געקומען צו די החלטה אז נאר דעם שטיקל קען זיין נוגע צו דשעלעטין.

מיר איז עפעס געלעגן אין קאפ אז ער דינגט זיך איבערן עצם האיסור פון עצמות, קאן זיין איך בין מיך טועה.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:22 pm
דורך בןהרחמן
היינט האבן די נשים צדקניות וואס זיצן אינעם האלבן (אדער גאנצן) ראד אונטער די ביימער, נאכגעזאגט עפעס א זאך אז אויב עס רעגנט אין דעם ערשטן טאג שבועות וועט רעגענעןו דערנאך 40 טעג, וועגן דעם רעגנט לעצטנס אזוי סאך,

האט איינער שוין געהערט דערפון אמאל? צי האט דאס א מקור?

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2009 11:53 am
דורך מיללער
איך האב אמאל געהערט דערפון פונעם אנדערן האלבן-ראד אונטער די ביימער........

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2009 11:56 am
דורך משה קארנפעלד
בן הרחמן, וויזוי קען עס שטימען מיט ענליכע מימרא פון די זעלבע מקור, אז אויב עס רעגענט דריי טעג אין א רייע קומט משיח...

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2009 11:58 am
דורך יאנאש
בעני, איך האב נאך אויך נישט געהערט דערפון ביז מיין באנקירטע (טשעיס אין מאנרא) האט מיר געזאגט אז איינער האט איר דאס געזאגט.

זעהט אויס אז מענער ווייסן שוין אויך דערפון היינט...

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2009 12:25 pm
דורך אנאנימער
ווי עס שיינט, איז דיזע וואך שבת געווען די מקור צום אנדערן האלב ראד.... אזא זון, קיין וואלקן אין די ספערן, בלייבט נאר איבער צו זוכן א מקור אויףן דעם דריי טאגיגן משיח רעגן (מיסטער קארנפעלד, לויט ווי איך האב עס געהערט פון מיין בעיביסיטער אישה מפי אישה ביז די באבע פון אלע נעניס, מיינט עס רעגענען 3 טעג אין איין ציה אן אויפהער, נישט דריי טעג און יעדן טאג אביסל.

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2009 7:41 pm
דורך קרעמער
עזרת נשים שע"י מחנה רב טוב

געשריבן: זונטאג יולי 05, 2009 10:02 pm
דורך איך_הער
קרעמער, לאכטי.

איזעס טאקע נישט מער ווי דאס?

געשריבן: מאנטאג יולי 06, 2009 11:08 am
דורך קרעמער
איך האב נישט געוואוסט אז די באבעס פלעגן שוין גיין שווימען...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:12 am
דורך בןהרחמן
מיר זעהט אויס אז זיי זענען טאקע נישט געגאנגען שווימען, ווייל ווען יא וואלטן זיי געלאזט גיין שווימען נאך י"ז בתמוז

געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2009 12:31 pm
דורך קרעמער
משה קאפויער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:עזרת נשים שע"י מחנה רב טוב

הייסט אז דאס שטאמט אויך פונעם האלבן ראד אונטער די ביימער :wink:


איך האב נעכטן אביסל נאכגעזוכט דעם ענין, האב איך געפינען אז ר' ישראל דוד הארפענעס ברענגט עס אין זיין קונטרס לימי בין המצרים [יצא לאור בשנת תשס"א], ער שרייבט טאקע דארט אז ס'האט נישט קיין שום מקור אין די פוסקים, אבער ער פירט דארט אויס, אז היות ס'איז אזוי מקובל פון די באבעס, זאל מען חושש זיין דערויף.

האבן מיר שוין א מחלוקת הפוסקים, ווייל אין נטעי גבריאל שרייבט ער אז וויבאלד דאס האט נישט קיין מקור דארף מען נישט חושש זיין דערצו.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 4:39 am
דורך פארצייטישע
אויפריכטיג האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז פרויען טארן נישט טרינקען מוצש"ק די הבדלה וויין?
מיינט עס סתם וויין אויך, אדער בלויז אויף די וואס מען האט געמאכט הבדלה?


עס איז דא א שיינע מעשה פון די מוטער פון ראפשיצער רב זי"ע, המכונה "די שווארצע ביילא", וואס איז געווען א אשה מחוכמת מאוד.

ס'האט זיך אמאל געמאכט אז זי האט געדארפט אליינס מאכן הבדלה, האט זי גענומען צוויי כוסות פון וויין, אויף איינס האט זי געמאכט הבדלה, אבער געטרינקען האט זי פון די אנדערע כוס. קומט אויס אז זי האט נישט געהאט די פראבלעם פון טרינקען הבדלה וויין, און אויך נישט מאכן א ברכה לבטלה.
לפי זה האסט דו שוין די תירוץ אויף דיין קשיא.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 3:54 pm
דורך למעלה משבעים
דא האט ער שוין אויך די תירוץ, עס שטייט דאך קלאר מכוס ההבדלה.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 4:33 pm
דורך והוא פלאי
סאדע_באטל האט געשריבן:עס האט איינער די וואך אנגעפרעגט דערויף אין איינע פון די צייטונגען.

וואס איז די מקור אז זיין א קוואטער ביי א ברית איז א סגולה פאר קינדער ?

איך מיין אז עס איז א בפירוש'ער מדרש, ווער האט צוגעשטעלט דעם מדרש ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער מער צושטעל ווי 13 מענטשן זאגן 13 מאל 13 טאג קאפיטאל יג, און נאכדעם מפרסם זיין און מעלות.
דער מדרש זאגט אין פרשת נשא ביום השביעי מי הקדימנו ואשלם, טייטשט דער מדרש אז ווער אז איז מיר מקדים באצאל איך, מי שאין לו נכסים ועושה צדקה וגמילת חסדים, מי שאין לו בנים ונותן שכר סופרים ומשנים, מי שאין לו בית ועושה מזוזה, מי שאין לו טלית ועושה ציצית, מי שאין לו בנים ומוהל וכו', אמר הקב"ה זה הקדים וקים מצותי עד שלא נתתי לו במה לקיימן, צריך אני לשלם ליתן לו ממון ובנים שיהיו קוראים בספרים, הוי מי הקדימני לעשות מצוה ואשלם לו שכרו. (ועין מדרש אמור כ"ז ב'),
שטייט אין מדרש, אז מל'ן פאר מען האט א קינדער איז א סגולה פאר קינדער, א מוהל איז נישט יעדער, (בפרט קינדערלאזע, ווייל געווענליך איז דער ערשטע אן אייגענס), א סנדק איז א שיינע איד אדער א זיידע, בלייבט איבער א התעסקות במילה, וואס דער פרוי קען זיך משתתף זיין, קוואטערשאפט. לכאורה ה"ה ווער עס צאלט א ברית פאר רוסישע וכדו'.
אגב שטייט דא אז צאלן שכר לימוד איז אויך א סגולה, עס איז אויך דא א מדרש אין די פתיחה אויף איכה אז דער חורבן ביהמ"ק איז געקומען ווייל מען האט נישט געהעריג געצאלט שכר לימוד.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:35 am
דורך מיללער
דער לעגענדארער סאטמארער עסקן צאמצונמען סר-לימוד הרה"ח ר' דוד מרדכי מייזעלס ע"ה פון מאנראו, פלעגט שטענדיג איבערחזרן דעם מדרש אז זאלען 'שכר לימוד' איז א סגולה פאר ערליכע קינדער.

יה"ר שכולנו נזכה לבנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות על ישראל שלום.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 9:41 am
דורך קרעמער
איז דא עפעס א מקור צו דעם וואס די "לוחות" ווערן איבעראל אהערגעשטעלט מיט א רינדעכיגן קעפל? זענען נישט די לוחות געווען פירקאנטיג?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 9:48 am
דורך שוועמל
איך זוך א מקור אויף דעם מנהג העולם אנצושמירן די אויגן "ברעמען" מיט הבדלה וויין.
אין שו"ע שטייט דוכט זיך אין רמ"א כדי לחחב המצוה איז א מנהג אנצושמירן די אויגן, און נישט די ברעמען.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 9:58 am
דורך והוא פלאי
קרעמער האט געשריבן:איז דא עפעס א מקור צו דעם וואס די "לוחות" ווערן איבעראל אהערגעשטעלט מיט א רינדעכיגן קעפל? זענען נישט די לוחות געווען פירקאנטיג?

דער ליבאוויטשער רבי האט איבערגעקערט די וועלט וועגן דעם, און גע'טענה'ט אז עס קומט פון דא ווינסי'ס בילד, פארשטייט זיך אז די ליטווישע האבען ממילא געטראפן תירוצים און מקורות, אבער עס איז א אויסגעדראשענע סוגי' כמעט ווי די שיפע אדער רינדיכיגע מנורה.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:18 am
דורך והוא פלאי
שוועמל האט געשריבן:איך זוך א מקור אויף דעם מנהג העולם אנצושמירן די אויגן "ברעמען" מיט הבדלה וויין.
אין שו"ע שטייט דוכט זיך אין רמ"א כדי לחחב המצוה איז א מנהג אנצושמירן די אויגן, און נישט די ברעמען.

דער לשון אין די פוסקים איז לרחוץ העינים, אבער אין פרקי דר"א וואס איז דער מקור, רעט ער פון די וואסער וואס מען גיסט אריין אינם כוס, און ער זאגט מעבירו על גבי עיניו,
וזיל בתר טעמא עס איז אן ענין סגולי, אלס חיבוב שיורי מצוה, וי"א לרחוץ הפנים, ממילא מוז מען עס נישט אריינלייגען און די אויגן ווי איי-דראפס, עס איז נאר לסימנא

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:20 am
דורך שוועמל
http://www.chabad.org.il/Magazines/Arti ... icleID=717
קרעמער, וועסט דיך מחיה זיין דארטן.

בתוך הדברים שרייבט דער רבי:
ולכן עשו רעש (מאחורי הפרגוד) שישנו זאת על נייר המכתבים ("סטיישאנערי") של מוסד פלוני, ששם נדפס הציור של החלק העליון של הלוחות כחצי כדור

וועמען מיינט ער?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:23 am
דורך והוא פלאי
ר' ישראל יעקב פישער ענטפערט פון קרעמער'ס פעיווארט סאבדזעקט, אין מרובע מששת ימי בראשית...
ויש בזה אריכות עד אין שיעור
רב ש"ך זאגט אז עס איז כמוס, אבער הנח להם לישראל, ער זאגט אבער אז דער חזו"א האט אויך געהייסן מאכן מרובע
עס איז דא וואס זאגן עס איז נשתרבב געווארן פון דעם כמו כתר עליו

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:24 am
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:איז דא עפעס א מקור צו דעם וואס די "לוחות" ווערן איבעראל אהערגעשטעלט מיט א רינדעכיגן קעפל? זענען נישט די לוחות געווען פירקאנטיג?

ערשט טרעף בכלל א מקור צו די מנהג, כידוע איז מונקאטשער רב געווען שטארק דערקעגן, ולפלא אז הרב לפלא האט עס נישט אנגעצייכענט.

איידער מיין בר מצוה האט מיך מיין זיידע ע"ה אנגעזאגט אז איך זאל נישט לייגן קיין לוחות אויפן תפלין בייטל מטעם זה.