אדער יא האט געשריבן:ייש"כ, הייסט דאס אז דער בעל חובת הלבבות האט געמאכט דעם כד הקמח, וואר ?
(בד"וו שיינע אוועטאר, וואס איז דאס?)
קוק נאכאמאל אויף די שער בלעטער!
דעם כד הקמח האט געמאכט רבינו בחיי בן אשר תלמיד הרש"בא דער מחבר פון מדרש רבינו בחיי
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
קיקיון האט געשריבן:קאווליר האט געשריבן:א שאל ווערט בכלל נישט גערעכענט פאר איינע פין די בגדי לבן
פארוואס איז א שאל אנדערש ווי אן אזור?והאר"י ז"ל כתב יש ללבוש ד' בגדי לבן מלבוש העליון והתחתון ואיזור והחלוק כנגד ד' אותיות הוי"ה.
דריידל האט געשריבן:מיין שווער ווערט נערוועז ווען קינדער וואקן ארום אן שיך. ער זאגט אז אבלים גייען אזוי. איך האב אים געפרעגט אז לפי"ז מעג מען אויך נישט גיין מיט סליפערס?
למעשה, האט עס א מקור?
נחמן נתן האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:מיין שווער ווערט נערוועז ווען קינדער וואקן ארום אן שיך. ער זאגט אז אבלים גייען אזוי. איך האב אים געפרעגט אז לפי"ז מעג מען אויך נישט גיין מיט סליפערס?
למעשה, האט עס א מקור?
אינדערהיים איז נישט געווען אזוי ווייט די פאנטאפל, און אודאי נישט די קראקס, ממילא אן אבל ל"ע איז געגאנגען אהנע שיך. אידן פון דערהיים, ווען זיי האבן געזעהן זייערע קינדער און אייניקלעך זיך ארום דרייען אהנע שיך, פלעגן זיי צו מעורר זיין אז אן אבל גייט אזוי. אבער סליפערס, ווי דערמאנט, איז נישט געווען אזוי איינגעגעסן אינדערהיים, וועט זיי נישט שטערן אז מ'גייט דערמיט סתם אזוי.
דריידל האט געשריבן:נחמן נתן האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:מיין שווער ווערט נערוועז ווען קינדער וואקן ארום אן שיך. ער זאגט אז אבלים גייען אזוי. איך האב אים געפרעגט אז לפי"ז מעג מען אויך נישט גיין מיט סליפערס?
למעשה, האט עס א מקור?
אינדערהיים איז נישט געווען אזוי ווייט די פאנטאפל, און אודאי נישט די קראקס, ממילא אן אבל ל"ע איז געגאנגען אהנע שיך. אידן פון דערהיים, ווען זיי האבן געזעהן זייערע קינדער און אייניקלעך זיך ארום דרייען אהנע שיך, פלעגן זיי צו מעורר זיין אז אן אבל גייט אזוי. אבער סליפערס, ווי דערמאנט, איז נישט געווען אזוי איינגעגעסן אינדערהיים, וועט זיי נישט שטערן אז מ'גייט דערמיט סתם אזוי.
אבער דער וואס איז מקפיד, דארף אויך נישט גיין מיט קיין סליפערס/קראקס, וזה לא שמענו.
איינס האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:נחמן נתן האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:מיין שווער ווערט נערוועז ווען קינדער וואקן ארום אן שיך. ער זאגט אז אבלים גייען אזוי. איך האב אים געפרעגט אז לפי"ז מעג מען אויך נישט גיין מיט סליפערס?
למעשה, האט עס א מקור?
אינדערהיים איז נישט געווען אזוי ווייט די פאנטאפל, און אודאי נישט די קראקס, ממילא אן אבל ל"ע איז געגאנגען אהנע שיך. אידן פון דערהיים, ווען זיי האבן געזעהן זייערע קינדער און אייניקלעך זיך ארום דרייען אהנע שיך, פלעגן זיי צו מעורר זיין אז אן אבל גייט אזוי. אבער סליפערס, ווי דערמאנט, איז נישט געווען אזוי איינגעגעסן אינדערהיים, וועט זיי נישט שטערן אז מ'גייט דערמיט סתם אזוי.
אבער דער וואס איז מקפיד, דארף אויך נישט גיין מיט קיין סליפערס/קראקס, וזה לא שמענו.
איך מיין דו האסט נישט פארשטאנען נחמן נתן.
א מנהג איז נישט שייך צו פרעגן קשיות ווייל זייער אסאך מאל הייבט זיך עס אן פון דעם וואס מיין עלטער עלטער זיידע (און רוב מאל נאר מיין עלטער זיידע (איין מאל)) האט געווארן נערוועז ווייל אזוי האט אים זיין געפיל געשפילט, און דערפאר אויב מיין עלטער זיידע האט נישט געהאט קראקס און פאנטפל איז ער נישט געווארן נערוועז ווייל ער האט נישט געזעהן אייניקלעך גייען ארום מיט עם, און אויב וואלט ער יא געזעהן וואלט מען טאקע היינט נישט געגיינגען מיט דעם.
_
נ.ב. נישט קיין שייכות מיט וויפל א מנהג איז חשוב און וויכטיג צו האלטן
טראכט א מינוט האט געשריבן:דא איז א לינק צו זען די גאנצע מאמר אויף עמוד 358
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... -b801-e%27
נתתי ללבי לברר מה שיש הרבה מקפידין שלא לילך בבית באנפלאות ( זאקע״ן) בלי מנעלים, ומחנכין
בכך א ת ילדיהן אחריהן בדגוש יתירה, וטעם הקפידא מ תאמרא בפומא דאינשי משום שמיחזי כאבילות
ל״ע. ולאידך גיסא הרבה אנשים אינם יודעים כלל מקפידא הזו ולא שמעו על זה מעולם, ואמרתי לנסות
למצוא מקור מוצא הקפידא ולראות עד היכן הדברים מגיעים, ומענין לענין לברר גם הדין א ם מותר לילך
יחף לגמרי בלי אנפלאות והמסתעף לזה.
ונקדים להעתיק כמה מאמרי חז״ל מה שדיברו בענין החיוב לילך במנעלים, וכן מה שאיתא ברמ״א
( או״ח ס י׳ ב ) שלא ילך יחף, ונבאר בארוכה א ם מקורות הללו יש להם שייכות להקפידא הנ״ל, ואח״כ ( באות
כ ג) נברר א ם יש מ מש בטעם הנ״ל שמיחזי כאבילות, ובעז״ה אנסה להקיף א ת הענין ולהעיר ולהאיר מה
שהעלתה בזה מצודתי כדרכה של תורה. וזה החלי בעזרת ה׳ החונן לאדם דעת.
כג) ואמנם למעשה ידוע שיש הרבה הנזהרין ומקפידין מלילך גם בבית בלי מנעלים אע״פ שיש לו
אנפלאות, והרבה אומרים כי מקובל אצלם דההולך כן מיחזי כמתנהג באבילות. והוא כעין מה שמורגל
ג״כ בפי אנשים ליזהר שלא לאחוז הקנקן באופן ההיפך מהנהוג וימלא הכוס, כיון שמיחזי כאבילות, ועוד
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,, אן אריכות פון 5 עמודים
שטאלצער יוד האט געשריבן:מהרמ"מ מלובאוויטש זצ"ל האט מקפיד אז ווען תשעה באב פאלט אום שבת זאל מען נישט גיין מיט קיין פאנטאפל אפילו אינדערהיים מחשש אבילות בפרהסיא בשבת.
לכאורה האט געשריבן:מורי ורבותי, איך זוך א מקור צו א מדרש / מאמר חז"ל
איך האב עס געהערט פון א חשוב'ער רב, וואס ער האט עס געהערט אויף א קאסעטע פון הרה"ק מהר"י מפשעווארסק זצ"ל, בשם א פוילישער איד וואס האט געקענט אסאך מדרשים
אז משה רבינו האט זוכה געווען צו זיין דער מנהיג ישראל, ווייל בשעת ער האט געפאשעט די שאף האט ער באמערקט א פייגל וואס לאקערט אויף זיי, ער האט פרובירט צו פארטרייבן דעם פויגל אבער ער האט זיך נישט געלאזט, האט ער פארשטאנען אז דאס פייגל איז הונגעריג, האט ער "אפגעשניטן פון זיך א שטיק פלייש און אהינגעגעבן" און דער פייגל האט זיך בארוהיגט און אוועקגעפלויגן
אויב איינער ווייסט פון אזא סארט מדרש וכדומה, זאל מען זיך ביטע מעלדן