וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

טאקע דא אזעלכע וואס פירן נישט אויס דעם יהי רצון ביזן סוף נאר ביז ותן חלקנו בתורתיך
ווייל דאס איז א משנה אין נישט קיין תפלה
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך האב אפאר קושיות, אפשר קען מיר איינער ענטפערן:

שבת זאגט מען 'מזמור לדוד הבו לה' און די טעם איז צוליב קבלת התורה וואס איז געווען אום שבת. אויב אזוי, פארוואס זאגט מען נישט מזמור לדוד אום שבועות?

נאך א קושיא:
פארוואס לייגט מען נישט ארויס ברעקלעך פאר די פייגלעך אום שביעי של פסח, פונקט ווי מען לייגט ארויס אום שבת שירה?
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

די ברעקלעך האט מיט שבת
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

בלעטל האט געשריבן:די ברעקלעך האט מיט שבת

ס'האט מיט די פרשת המן וואס שטייט אין פרשת בשלח
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

חסדי אבות האט געשריבן:שבת זאגט מען 'מזמור לדוד הבו לה' און די טעם איז צוליב קבלת התורה וואס איז געווען אום שבת. אויב אזוי, פארוואס זאגט מען נישט מזמור לדוד אום שבועות?

ברכות כ"ט ע"א:
הני שבע דשבתא כנגד מי א"ר חלפתא בן שאול כנגד שבעה קולות שאמר דוד על המים
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

שביעי של פסח דארף מען נישט קיין זכר פון די פייגלעך מיט די שירה וכו' דעמאלס האט מען דאך די שירה אליין. די זכר דארף מען נאר בשעת עס איז נאר דא די קריאה המעורר הזמן, ודו"ק
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

סידיראם האט געשריבן:שביעי של פסח דארף מען נישט קיין זכר פון די פייגלעך מיט די שירה וכו' דעמאלס האט מען דאך די שירה אליין. די זכר דארף מען נאר בשעת עס איז נאר דא די קריאה המעורר הזמן, ודו"ק


עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער טעם איז ווייל די פייגלעך האבען אויפגעגעסען דעם מן וואס דתן ובירם האבען ארויסגעלייגט ליל ש"ק
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קיקיון, דער טעם וואס דו שרייבסט איז בשם דעם רבי'ן פון לובלין. איך גלייב נישט אז אין א ליטווישע חדר לערנט מען אזוי אויס.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

חסדי אבות האט געשריבן:איך האב אפאר קושיות, אפשר קען מיר איינער ענטפערן:

שבת זאגט מען 'מזמור לדוד הבו לה' און די טעם איז צוליב קבלת התורה וואס איז געווען אום שבת. אויב אזוי, פארוואס זאגט מען נישט מזמור לדוד אום שבועות?


נישט געוויסט אז וועגן דעם זאגט מען, אבער שבת איז לכ״ע נתנה תורה. שבועות ווידעראום געפאלט דאך ו׳ סיון וואס איז מתן תורה נאר לויט די רבנן.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

זריקת הדמים פין קרבנות איז געווען ביים יסוד המזבח
ווי שטייט די טעם הדבר פארוואס פינקט ביים יסוד?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

דו מיינט אודאי כנגד היסוד, די טעם איז ווייל די מזבח איז געוון געטיילט בחלקו של בנימין און יהודה
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שטאלצער יוד האט געשריבן:דו מיינט אודאי כנגד היסוד, די טעם איז ווייל די מזבח איז געוון געטיילט בחלקו של בנימין און יהודה

נו? פארוואאס האט מען דארט געשפריצט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די גמרא אין פרק איזהו מקומן לערנט עס ארויס פון פסוקים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נו וודאי איז עס פסוקים
די שאלה איז נישט געווען ווי די פסוק איז.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מה יקר האט געשריבן:ג)אין שו"ע שטייט אז מען טאר נישט לייגן נביאים וכתובים אויף א חומש, אבער ביי נביאים וכתובים אליינס קען מען לייגן איינס אויפן צווייטן, אבער דאס שטייט נישט דארט אז מען טאר נישט לייגן אנדערע ספרים אויף נביאים וכתובים איז אבער דא מענטשן וואס זענען מחמיר דערויף, איה המקור?
יבואו הלומדים ויציינו.


http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=yd_x6798
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (15 KiB) געזען 1973 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זידיטשויבער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 01, 2017 8:44 am

איתא בספרים בקדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשויבער »

אמאל האב איך געהערט בשם צדיקים - און איך טרעפ'ס נישט צוריק.
דאס איז פשוט - אז לימוד התורה הקדושה איז די קיום פון די וועלט
צדיקים האבען מוסיף געווען אויף דעם - בשעת א איד לערנט מסכת כלים דאס געבט אריין א חיות און אלע כלים אויף די גאנצע וועלט. ווען מיר לערנט א סוגיא וואס האט צוטיען למשל מיט בהמות דאס ברענגט אראפ די חיות פון אלע בהמות
איינער ווייסט א מקור?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

פון די נקודה רעדט מען אסאך אין ספרי חב"ד, עס דארף צו שטיין אויך אין מאור עינים
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איז דא א מקור אז פרויען זאלן נישט טרינקען קיין וויין מוצאי שבת? דאס אז זיי זאלן נישט טרינקען פון די הבדלה וויין ווייסעך שוין פון לאנג, אבער לעצטנס זאגט מיר איינער אז ביי זיי איז די קפידא בכלל אויף וויין פאר פרויען מוצ"ש, אפילו נישט פון הבדלה וויין.

האט דאס בכלל א מקור, אדער ליגט דא עפעס א טעות?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

סידיראם האט געשריבן:איז דא א מקור אז פרויען זאלן נישט טרינקען קיין וויין מוצאי שבת? דאס אז זיי זאלן נישט טרינקען פון די הבדלה וויין ווייסעך שוין פון לאנג, אבער לעצטנס זאגט מיר איינער אז ביי זיי איז די קפידא בכלל אויף וויין פאר פרויען מוצ"ש, אפילו נישט פון הבדלה וויין.

האט דאס בכלל א מקור, אדער ליגט דא עפעס א טעות?

הבדלה:

וזל"ק מרן של"ה מסכת שבת פרק תורה אור צ"ט:
עוד כתב (תולעת יעקב, סוד מוצאי שבת, אות כ"ב) וזה לשונו: וכבר ידעת מה שאמרו רבותינו ז"ל (ברכות מ א) בסוד העץ שחטא בו אדם הראשון, גפן היתה. ואמרו (בראשית רבה פי"ט ס"ה) מלמד שסחטה ענבים ונתנה לו, והם 'סורי הגפן נכריה' (ירמיה ב, כא), 'קבעת כוס התרעלה' (ישעיה נא, יז), כוס חמתו. וכנגד זה בא לאשה דם נדות, סוד הזוהמה שהטיל הנחש בחוה (שבת קמו א). ולפי שנתכוונה להבד(י)ל מאדם על ידי היין, אין הנשים טועמות יין של הבדלה.

זעה דא https://www.kedem-auctions.com/he/node/7865 גאנץ שארפע ווערטער: "קבלה מהרב הנורא אדומ"ו יעקב יצ[חק] מפלונגיאן, זה אחד מהסימנים, אשה ששותה מכוס הבדלה יהיה לה שני בעלים" .... ח"ו

דרך אגב: עי' במג"א או"ח סי' רצ"ו סק"ד ד"ה שופכין מן הכוס: היינו לאחר שתיה, כמש"ל משום הפסק ולא ישתה עד שישב [מט"מ מנהגים גמ']: נהגו הנשים שלא לשתות מכוס הבדלה וע' הטעם בשל"ה, כ' בש"ל בה' קידוש כוס של הבדלה רגיל המבדיל לשתות כלו ואין משקה ממנו בני הבית: מ'זאגט נאך איך מיין פון הייליגען זידיטשובער זי"ע אז עס איז נישט מסוגל אויף שלום בית ווען מ'געט פאר די קינדער צוטרינקען פון די הבדלה וויין. (ער שמועסט עס אויס ע"ד הקבלה).

טרינקען וואסער איז דא א קפידה בבין השמשות שבת אחצ"ה, און פון נאכן בענטשען פון סעודת שלישית ביז הבדלה, (עי' בכף החיים סי' רצ"ט). ולנשים מעוברת ומיניקת לכאו' אין להחמיר עליהם, ונכון שישפיכו מהמים קצת קודם הברכה (כמ"ש הפרי מגדים דבכל עת שרוצה לשתות ישפוך מהמים קצת קודם הברכה (משום הנשמות וכו'..).

צוריק צו וויין אויף מוצ"ש בכלל, איך זאג נישט אז עס איז נישטא א מקור אויף דעם, לא ידענו אינו ראי', אבער די מציאות איז ביי יעדע זאך וואס איז אומקלאר דער טעם דערביי, ביי טייל מענטשען ווערט עס נזנך, און ביי אנדערע ווערט עס גאר הארבער און מ'לייגט צו צו דעם, דאס קען זיין דא אויך, אבער ווי ס'קוקט אויס פון די טעם וואס דער של"ה הק' ברענגט, איז אז די עיקר קפידא איז ביי "הבדלה" דייקא. די אחרונים זאגן טאקע אז ווען דער מאן איז נישט אינדערהיים, און מ'קען נישט הערן הבדלה פון א צווייטען, זאל מען מאכן הבדלה אויף חמר מדינא.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

אז מ'רעדט שוין פון הבדלה, געהערט לעצטענס פון א גוטער איד בנוגע דער מנהג פון ווארפן האטוכער וכו' אויף א חתן ביי די מוצאי שבת שבע ברכות,

אז דאס איז, עס זאל נישט זיין קיין "הבדלה" קיינמאל ביי דעם פארפאלק, וועגן דעם לסימנא טבא טוט מען כל מיני טצדקי צוצושטערן די הבדלה.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

רויט האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון הבדלה, געהערט לעצטענס פון א גוטער איד בנוגע דער מנהג פון ווארפן האטוכער וכו' אויף א חתן ביי די מוצאי שבת שבע ברכות,

אז דאס איז, עס זאל נישט זיין קיין "הבדלה" קיינמאל ביי דעם פארפאלק, וועגן דעם לסימנא טבא טוט מען כל מיני טצדקי צוצושטערן די הבדלה.

גוט! קיינמאל געהערט קיין מקור בכלל. לפי"ז אפשר פארקערט אויך, אז דערפאר איז געווענליך דער חתן דער וועלכער מאכט דער ערשטער קידוש ביים שבע ברכות (לכה"פ בסעודת ליל שב"ק) און דער גאנצער עולם איז שטיל, כדי דער קידושין זאל אנהאלטן לכל ימי חייו בעז"ה בשלום ובשלוה מתוך אהבה אחוה וריעות. (אגב, צו דערגיין אויב ס'איז טאקע א סגולה בדוקה דארף מען אפשר זיך נאכפרעגן ביי די וועלכע האבן ל"ע נישט אזוי מצליח געווען וויאזוי די ערשטע הבדלה איז אריבער. ולרמז: אם אין דעת - ענין זיווג הגון כידוע מספרים הק' מיוסד על לשון הקרא בתוה"ק, דהיינו שבעוה"ר לא עלה זיווגו יפה - הבדלה מנין?).

בעצם איז דאך די גאנצע הבדלה א סימן ברכה אויף להתחיל השבוע בכי טוב וממילא קען עס אויך זיין אויף להתחיל ימי חייהם לטובה ולברכה בסייעתא דשמיא, וידועים מצדיקים כמה וכמה טעמים פארוואס דער ביי די חתונה שרייט שבת. אזוי מאכט מען דאך דאן דעם סימן פון כל בית שאין נשפך בו יין כמים וכו', אבער ביים חתן דנן מאכט מען דעם סימן ברכה נאך פריער אינמיטן הבדלה כמ"ש הרב רויט הי"ו וייש"כ גדול. אפשר האט עס אויך מיט די גרויסע מצוה פון שמחת חתן וכלה וממילא איז דאך דא דער זריזין מקדימין, ועל זה אפשר שיש להמליץ מ"ש ביוצר לשבה"ג: יין כי יתאדם למצוה הוא מוקדם.

(און אז ס'איז טאקע יא א סגולה, קען אפשר אויך זיין אלס דעם אז אויב ס'איז חלילה באשערט געווען אז עפעס זאל אמאל דארפן פליען אינעם נייעם שטוב זאל עס חלילה קיינמאל נישט זיין קיין בעזים שטעקן אדער מאפ אדער פלאנדזשער אדער אייזענע טעפ און זילבענע טעפלעך וכדומה, נאר פשוטע סחורה'נע האנטוכער. ווי האט יענער געזאגט? מיר לעבן אזוי גוט ממש ווי טויבן, איין טאג פלי איך און די אנדערע טאג פליט די אנדערע, וחוזר חלילה וחס היו לא תהי' רק אדרבה ואדרבה, זאלן אלע אידישע זיווגים אוודאי זיין בהצלחה מרובה והשראת השכינה מתוך שמחה ומתוך שלום ושלוה, וכמ"ש אחותי רעיתי יונתי תמתי ואחז"ל כיונה שאינה מחלפת בת זוגה לעולם).

ובכלל איז אין מוצאי שב"ק נאך אן ענין פון סגולה לשלום בית, כמ"ש הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע בערך בלש"ק: די וועלט זאגט אז צוזאמענלייגן דעם טלית במוצאי שב"ק איז א סגולה פאר שלום בית, האב איך געהערט פון (הרה"ח ר') יוסף שלמה הערש (שטויבער הי"ו) אז ארויפשארצן די ארבל און אויסוואשן א גלעזל איז א זיכערע סגולה פאר שלום בית.

איידער איך בין ממשיך. דער מקור פארן צוזאמענלייגן דעם טלית כסגולה לשלום בית איז אפשר ווייל דער טלית באקומט דאך דער חתן אלס מתנה פונעם צד הכלה כנהוג (וכמובא הטעם על זה ווייל דאנק איר האט ער דאך באקומען קליידער כי הלא קודם החטא שהיא גרמה הרי לא נצרכו עדיין לזה), ממילא ווייזט ער איר אז ער האלט איר מתנה שיין און צוזאמענגלייגט. (קטע זו נכתב בכוונה תחילה להקדים רפואה למכה, כי כאשר כבר הורגלתי בכאלה בעוה"ר ידעתי נאמנה שאי"ה אחר עבור כמה מינוטן משליחת התגובה הלזו הנני מוכן ומזומן לקבל פסק נכבד באופן אישי מניקים חשובים ביותר על כתיבת דברי צחות בשנירל שאינו מיוחד לזה, ועל כן הנני מקוה להשי"ת שבזכות הוספת מקור בשנירל שמקור מקומו ושמו לא יהי' גדול כל כך הקצף עלי, ומה חרי האף הגדול הזה).

נאך די מוצשב"ק פריפיטשיק מעשה פון הייליגן בעל שם טוב הק' זי"ע איז פארהאן וואס זענען מוסיף לומר משמי' דהרה"ק ר' שלום מקאמינקא זי"ע אז דאס צו דערציילן איז מסוגל לפרנסה בריוח וזיווגים הגונים, און מאנכע פירן זיך צוצולייגן: נישט נאר די מעשה נאר אלע מעשיות, נישט נאר פון בעשטה"ק נאר פון אלע צדיקים, און נישט נאר פאר פרנסה וזיווגים נאר פאר כל מיני ישועות.

(וכמ"פ במוצש"ק בעת שמקשיבי הסיפור מתווכחים על הנוסח בגופא דעובדא לדיוקא, הנני רגיל להוסיף גם - כמובן רק בדרך צחות בעלמא - און נישט נאר מיט דעם נוסח נאר מיט אלע נוסחאות). ועפי"ז שמעתי פעם גם על ענין קיפול הטלית כסגולה לשלום בית כנ"ל. נישט נאר מוצאי שב"ק נאר א גאנצע וואך אויך, נישט נאר דעם טלית נאר סתם וועש אויך, און נישט נאר ער נאר גם היא אויך.

זאלן אלע אידישע קינדער זוכה זיין לכל מיני ישועות ונחמות, א גוטע וואך. (הגם שעכשיו כבר מוצאי זונטאג, אבל גם ביום ראשון נמשכת קדושת השבת כידוע, ועכ"פ קדושת מוצשב"ק כידוע מכמה צדיקים וקדושים ובתוכם מרן הק' מצאנז זי"ע שהרבה פעמים סעדו מלוה מלכה ביום ראשון, וממילא עכשיו מוצאי דמוצאי שב"ק, א גוטע וואך א גוטע וואך).
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

חאצקל זאגט גוט!
כ'בין א תם - נישט א נער
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:נאך די מוצשב"ק פריפיטשיק מעשה פון הייליגן בעל שם טוב הק' זי"ע איז פארהאן וואס זענען מוסיף לומר משמי' דהרה"ק ר' שלום מקאמינקא זי"ע אז דאס צו דערציילן איז מסוגל לפרנסה בריוח וזיווגים הגונים, און מאנכע פירן זיך צוצולייגן: נישט נאר די מעשה נאר אלע מעשיות, נישט נאר פון בעשטה"ק נאר פון אלע צדיקים, און נישט נאר פאר פרנסה וזיווגים נאר פאר כל מיני ישועות.


זייער גוט געשריבען חאצקעל מיט שיינע הערות

גראדע אין ספר בית נאמן בישראל למוצאי שבת, האב איך געזעהן ווי ער ברענגט נאך די מעשה פון פריפטשיק, פון ספר=== וואס האט עס געהרט מפ"ק פון רבי שלום קאמינקער זי"ע, און רבי שלום זי"ע האט געזאגט אז די מעשה איז א סגולה צו פארציילען דייקא "נאך" אלע אנדערע מעשיות פון צדיקים ביי מלוה מלכא, (שטייט נישט אז מ'מוז פארציילען פון אנדערע צדיקים) און די לעצטע זאך פארן בענטשען, און תיכף ווען מענדיגט די מעשה אז די 2 האבן זיך משדך געווען און די געלט האט מען געגעבען פאר נדן, פירט מען אויס "זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן מזל טוב" שיר המעלות.... אזוי שטייט האט ער געטון. זי"ע.

מ'דארף וויסן פונקט ווי א עסן קומט מיט א רעסעפי, קען א סגולה אויך קומען מיט א רעסעפי, טאמער מ'פאלגט נישט אויס די רעסעפי קען עס אמאל צוזאמפאלן וכו'. ודי ואמ"ל בכ"ז.

דער אייבישטער זאל העלפן יעדער זאל האבן כל מיני השפעות טובות, בני חיי ומזוני וכט"ס.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Scan.jpg

1 עפעס האב איך געזעהן\געהערט אז האט א שייכות
מיט שערות = גבורה
2 אפשר פשוט ווייל מען גייט מיט גרויסע קאפלעך צידעקען
דעם גאנצען קאפ
ווער עס וויל ענטפערען פאר ר ישוע דירעקט
[email protected]
און שרייבען minhagim in subject line
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

2 איז דאכצעך פשוט אז מ'זאל זעהן אז דער האט שני כיסיום.
...
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”