וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:און די קנויטן ווערען אריינגעקוועטשט אין די צלאזטע וואקס!

ביי דע וועי וואס טוסטו מיט די אויל לעכט?


איך ווייס נישט פארוואס, אבער די אויל קנויטן ברען איך נישט אפ! פילייכט האב איך אזוי געזען ביים פאטער, כ'געדענק שוין אבער נישט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן:4. אויף א שטיינערנע פאדלאגע טאר מען עפ"י הלכה נישט קניען אן קיין הפסק (בגד וכדומה).

נאר אויב מ'בוקט זיך און איז מען טוחה פניו בקרקע (אפילו אן פישוט ידיו ורגליו). אבער סתם שטיין אויף די קני - פארוואס נישט?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:קרעמער כתב:
דעברעצינער רב אין זיין ספר באר משה (חלק ח' סי' ל"ו) האט א שמועס איבער עטליכע אזעלכע מנהגי נשים, צב"ש נישט לאזן א פיצל קינד קוקן אין שפיגל, נישט איבערגיין א קינד (און אויב יא, צוריקגיין), אנבינדן א רויט בענדל קעגן עין הרע, וכו' וכו'.


אפשר ברענגסטו עס אראפ להנאתינו ולהנאת אנשי ביתי ולהנאת אנשי בית ישראל.


איך האב עס נישט אינדערהיים. בעט דעם סקרענטאנער, אפשר איז עס דא אויפן נעט.


יא עס איז דא אויפ'ן נעט, היברו-בוקס האט אלע חלקים, לכשאפנה אעתיקו.

הק' סקרענטאנער
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

מקור אין מגיני ארץ, איבער לייגען די פינגער'ס איינס אין די אנדערע, שערי תשובה סימן צ"ה ועיין בטו"ז שם,

באמת אין די גמרא איז משמע אז בעת צרה איז יא א ענין, אבער די שארפע ווערטער וואס ער ברענגט, מאכט מיך מורא האבען אליין אפצומאכען ווען עס איז שעת שלום און ווען נישט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערנסטער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:4. אויף א שטיינערנע פאדלאגע טאר מען עפ"י הלכה נישט קניען אן קיין הפסק (בגד וכדומה).

נאר אויב מ'בוקט זיך און איז מען טוחה פניו בקרקע (אפילו אן פישוט ידיו ורגליו). אבער סתם שטיין אויף די קני - פארוואס נישט?


לכאורה גערעכט. דאך קען מען נישט אוועקמאכן די אלטע אידישע ווערטל: נון נון נון, א איד טאר נישט קניען. עס איז זיכער געווען א שטארקע קפידה ביי אונזערע עלטערן אינדערהיים, צוליב סיבות ידועות להם.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן: נון נון נון, א איד טאר נישט קניען.

ס'איז גאר א גוטע ווערטל.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער באר משה הנ"ל ברענגט נישט קיין מקור, ער זאגט נאר אז ער האט שוין געהערט פון די אלע זאכן אינדערהיים (כ'געדענק נישט לע"ע צו מ'האט דא דערמאנט דעם ענין פון נישט שטעלן א קינד אקעגן א שפיגל) און ס'איז נכלל אין די ווערטער פונעם רשב"א (?) אז דאס איז א מנהג זקינים וואס איז תורת אמת.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלתר, וועסט אוודאי נישט ברוגז זיין אז איך שטעל אהער דיין בקשה לחיפוש מקור, כדי שיהא דבר דיבר על מכונו.

אלטעבחורל האט געשריבן:האט איינער אמאל געהערט, אדער געזעהן ערגעץ שטיין.

אז אויב ווען מען טרעט ארויס פון שטוב, און מען באגעגענט א צובראכענעם 'כלי' וכדומה.
זאל מען זיך אויסדרייען און צירוק אהיימגיין, ווייל דאס ווייזט אויף א נישט גוטער מזל אויף יענעם טאג,
א רמיזה מן השמים.
איך האב עס אמאל געהאט געהערט.

איך ווויל דאס וויסן, ווייל איך האב געזען ווי איינער קומט היינט ארויס פון זיין הויז,
און ער האט באמערקט, א צובראכענעם 'סנעפלל', און ער האט זיך אויסגעדרייט און צוריק געגאנגען.

איך וויל פשוט וויסן ווי דער מקור איז, איך האב מיר דערמאנט דערפון.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

Re: וואו איז דער מקור???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פאפיגיי האט געשריבן:ווי איז דער מקור אז מען טאר נישט עסן די עק פון א ברויט?

ווי איז דער מקור אז מען טאר נישט אויסבלאזען א ליכט מיט די מויל?

ווי איז דער מקור אז מען טאר נישט אריינלייגען איין האנט אין צווייטען (ווי די גוים טוהן ביים פרעפלען?)?

ווי איז דער מקור אז א איד טאר נישט קניען?

ווי איז דער מקור אז אויב מען פרעגט ווי איז דער מקור איז מען א אפיקורס?


דעם שבת געזען אין זמירות עטרת יהושע (מנהגי הרמ"א פריינד זצ"ל) ביי סדר ליל ויום ששי אות כ"א: היה מכבה את הנרות עם הכובע או בנענוע ידיו, ולא ברוח הבל הפה.

אין די מקורות והערות שרייבן זיי: בספר יש נוחלין (חלק אזהרות מן הסכנה) כתב וז"ל, אמרו רבותינו ז"ל ארבעה דברים העושה אותן דמו בראשו וכו', וחד מנהון המכבה את הנר בפיו, וכן הוא בכל בו (סימן קי"ח) עכ"ד. ובבן איש חי (שנה שניה פרשת פנחס אות ח"י) כתב וז"ל, כתוב בשער רוח הקודש לרבינו האר"י ז"ל וכו' ולא יכבה הנר בפיו וכו', עכ"ד. ובכף החיים (יור"ד סימן קט"ז ס"ק קט"ו) כתב וז"ל, אמרו רז"ל אל יכבה אדם הנר בפיו ודמו בראשו וכו' עכ"ד.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

פסחים קיג ע"ב
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סארי. דארט נישט.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

גערעכט. (איזנשטיין האט מיר אזוי אנגעצייכענט, מען רעדט דארט אין פסחים פון א סך דמו בראשו'ס, אבער נישט פון דאס)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:און די קנויטן ווערען אריינגעקוועטשט אין די צלאזטע וואקס!

ביי דע וועי וואס טוסטו מיט די אויל לעכט?


איך ווייס נישט פארוואס, אבער די אויל קנויטן ברען איך נישט אפ! פילייכט האב איך אזוי געזען ביים פאטער, כ'געדענק שוין אבער נישט.


אין זמירות עטרת יהושע שרייבן זיי אז ר' משה ארי' פריינד זצ"ל האט אויך נאר אפגעברענט די ליכט, און נישט די אויל-קנויטן.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער; איך ברען נישט אפ די קנויטלעך פון די אויל (פתיל-צף בלע"ז) ווייל ס'רעביצין זאגט אז ס'איז נאכדעם שווערער אנצוצינדן, משא"כ די חלב'דיגע ליכט.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מיין טאטע נישט אפ די קנויטן, אבער אזויווי מיין שווער טוט דאס יא, און מיין ווייב גלייכט עס בעסער אויב עס איז יא אפגעברענט, ברען איך עס יא אפ.

יגר, זעט אויס אז דו לאזט עס צו סאך ברענען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך ברען בכלל נישט אפ די ליכט פשוט ווייל היינטיגע ליכט ברענען שענער אז מ'ברענט זיי נישט אפ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס איז שוין א חידוש, וואס ברויך לכאורה א שאלת חכם. ווייל פאקטיש ווערט ערווענט הבהוב הנרות אין די פוסקים.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דרך אגב,

הרה"צ ר' מיכל מנתני' שליטא זאגט אלץ אז פונקט אזוי ווי די פרוי קען אויס בעטען גוטער קינדער ביי ליכט בענטשען אזוי קען די מאן אויסבעטען גוטע קינדער ביים אנגרייטען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

קרעמער דעס וואס די וואונדער'סט זיך אז עס איז א חידוש, וויל איך דיר מערר זיין אז לויט מיין זכרון, ווערט עס שוין דערמאנט אדער אין באר הטיב אדער אין משנה ברורה, עס קען זיין אז עס איז נישט ביי הילכות שבת, אפשר ביי חנוכה, אז איך וועל האבען צייט וועל איך עס אפירזיכען,

אבער ביי אינז צינד מען לכבוד שבת די שענערע ליכט וואס ברענט זיבען שעה, מיר זענען נזהר אין רגיל לעשותן יפה, איך ברען עס אפ אבער איך לאז עס נאר ברענען גאר וויינינג, ווואו אויך גיב איך אכט אז עס זאל זיין אנגאנצען פארלאשען דאס הייסט אז אפי' א פינק זאל נישט בלייבען ברענען ווייל דאס קען דאך אפברענען די גאנצע קנויט, אין עס ברענט זייער שיין ביי די סעודה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א גוט מארגן, אלע אידישע קינדער.

נעכטן נאכט האב איך געזעהן אין "זמירות עטרת יהושע" ער מוטשעט זיך געפערליך צוצוצייכענען א מקור אז "דער מאן" דארף "אפברענען די לעכט". ער קנאקט א טשולענט איינס אינעם צווייטן, א רמ"א (בסי' רס"ד סעי' ט') אז "נהגו להדליק הפתילה ולכבותה כדי שתהיה מחורכת ותאחז בה האור יפה" און תיכף דערנאך לייגט ער דעם מג"א אין סי' רס"ג!! (סק"ז) אז האיש יתקן הנרות, און ער וויל עס צוזאמקלעשן..

כ'מיין צו זאגן, אוודאי איך פיר מיך אזוי און אויך מיין פאטער און אויך דער "עטרת יהושע" זצ"ל, אבער קיין "מקור" האבן מיר נישט דערצו, פשטות מיינט עס אז די ווייב זאל לייגן די ווייסע טישטוך (און פארשטייט זיך קודם אראפנעמען אלעס פונעם דיינונג-רום טיש..), לייגן דעם לייכטער, אנגערייטן די רילעקס, און דער מאן "זאל מאכן די ליכט"!! יא, גוט געהערט, ניטאמאל אפברענען. אמאל האט מען זיך דאך געמוטשעט צו "מאכן" א ליכט פשוט און פראסט, עי' במנהג ישראל תורה אויפן מנהג פון צוגרייטן די שעוה ליכט ערב יוה"ק, אז מ'זאל עס מאכן א טאג פריער ס'זאל נישט זיין קיין חציצה ביי די טבילה ערב יום הקדוש.


ועי' באשכול "זמירות עטרת יהושע" מה שציינתי אויף "צוצוקלעבן די ליכט". וואס אויף דעם איז זיכער נישטא קיין שום מקור, חוץ דעם "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סאכדעס האט געשריבן:וויי געוואלד, זאג איהם דארט אז ער זאל נישט קניען...

יאנקל'ע קני נישט...

דו קניעסט???? :? אוי וויי, שנעל זעץ זיך אראפ...

האט דאס א מקור???

קרעמער, אז דאס איז דער מנהג ווייס איך, כ'זוך שוין יארן א מקור אין שולחן ערוך אויף דעם. ווער עס האט שוין געלערנט איבער דעם, זאל מיר זיימוחל זיין לאזן וויסן.


אלעקסיי האט געשריבן:געהערט דא ווי איז דער מקור???

אגב, די פראגע שטייט שוין אויך דארט.


וקיימתיה מסברתי......
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:.... (כ'געדענק נישט לע"ע צו מ'האט דא דערמאנט דעם ענין פון נישט שטעלן א קינד אקעגן א שפיגל)...

בכלל נישט שטעלען?
פון מיינע עלטערען האב איך געהערט, נישט שטעלען פאר א שפיגל ווילאנג דאס קינד קען נאך נישט רעדן.
the SCY is the limit
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער האט געשריבן:
ערנסטער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:4. אויף א שטיינערנע פאדלאגע טאר מען עפ"י הלכה נישט קניען אן קיין הפסק (בגד וכדומה).

נאר אויב מ'בוקט זיך און איז מען טוחה פניו בקרקע (אפילו אן פישוט ידיו ורגליו). אבער סתם שטיין אויף די קני - פארוואס נישט?


לכאורה גערעכט. דאך קען מען נישט אוועקמאכן די אלטע אידישע ווערטל: נון נון נון, א איד טאר נישט קניען. עס איז זיכער געווען א שטארקע קפידה ביי אונזערע עלטערן אינדערהיים, צוליב סיבות ידועות להם.


ברוך שכיוונתי, כאדעך געוואוסט אז קרעמער וועט לבסוף אנקומען צו דעם פשט...

כ'זוך א מקור אויף'ן נישט מעגן קניען... וייסט עמעץ?
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”