וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מוצ"ש ינואר 03, 2009 10:19 pm

בכלל איז דא חילוקי דיעות אויב א פרוי זאל מאכן הבדלה אויף וויין, באופן וואס זי האט נישט פון וועמן צי הערן, איך האב שוין עטליכע מאל געהאט די שאלה, און אין יעדע פאל האט מען מיר גע'פסק'נט אנדערש.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג ינואר 12, 2009 7:03 pm

מיר האט מען אסאך מאל געפסקנט אז מען מאכט הבדלה אבער מען טרינקט נישט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג ינואר 12, 2009 7:06 pm

פרויען טארן נישט טרינקן אבער אין פאל זיי האבן נישט פון וועים צו הערן דארף זי מאכן הבדלה און א קינד דארף עס טרינקען

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » דינסטאג ינואר 13, 2009 6:54 am

הרב החוקר, הרב שמן זית.

רוב פוסקים האלטן אז נשים זענען חייב בהבדלה, ס'זענען פארהאן פוסקים וואס האלטן אז זיי זענען פטור, ממילא איז מען חושש לדעתם פון די פוטרים און מ'פסק'נט אז לכתחילה זאל א פרוי נישט מאכן הבדלה, נאר יוצא זיין פון א צווייטן.

אבער טאמער זי האט נישט קיין ברירה, למשל זי האט נישט פון וועם צו הערן, מעג זי רואיג מאכן הבדלה, און יא טרינקען די וויין (ערוך השלחן), ווייל דאס אז נשים טרינקען נישט הבדלה וויין איז א מנהג און נישט א דין (מג"א), און כמדומני אז משמו של הרמ"א פריינד זצ"ל פון ירושלים האב איך געהערט נאכזאגן, אז זי מעג טרינקען און "ס'וועט איר נישט וואקסן קיין בארד"...

איך שרייב נאר להרחיב הידיעה, און איך בין נישט קיין פוסק.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 13, 2009 7:38 am

המסתתר האט געשריבן:כמדומני אז משמו של הרמ"א פריינד זצ"ל פון ירושלים האב איך געהערט נאכזאגן, אז זי מעג טרינקען און "ס'וועט איר נישט וואקסן קיין בארד"...

אין ספר מעשה אי"ש (ח"ה ע' צ"ג) ברענגט ער בשם דעם חזון אי"ש בזה"ל: אמר שטעות שמטו בפי העולם שנקיבה השותית מיין של הבדלה יגדל לה זקן, אלא צ"ל בהיפך שרק מי שגדל לו זקן (פי' זכר) שותה מיין של הבדלה, ע"כ.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 13, 2009 10:43 am

קענסט מיך,
יישטר-כח פארן ווארט פונען חזון אי"ש, עס איז מיר געפאלן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 13, 2009 8:11 pm

המסתתר האט געשריבן:הרב החוקר, הרב שמן זית.

רוב פוסקים האלטן אז נשים זענען חייב בהבדלה, ס'זענען פארהאן פוסקים וואס האלטן אז זיי זענען פטור, ממילא איז מען חושש לדעתם פון די פוטרים און מ'פסק'נט אז לכתחילה זאל א פרוי נישט מאכן הבדלה, נאר יוצא זיין פון א צווייטן.

אבער טאמער זי האט נישט קיין ברירה, למשל זי האט נישט פון וועם צו הערן, מעג זי רואיג מאכן הבדלה, און יא טרינקען די וויין (ערוך השלחן), ווייל דאס אז נשים טרינקען נישט הבדלה וויין איז א מנהג און נישט א דין (מג"א), און כמדומני אז משמו של הרמ"א פריינד זצ"ל פון ירושלים האב איך געהערט נאכזאגן, אז זי מעג טרינקען און "ס'וועט איר נישט וואקסן קיין בארד"...

איך שרייב נאר להרחיב הידיעה, און איך בין נישט קיין פוסק.

ענינא דיומא: דאס לערנט מען היינט אינעם שיעור ב' הלכות ליום (אין בית יאנאש).

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מיטוואך ינואר 14, 2009 11:10 pm

איך האב לעטענ'ס געהערט אן אינטרעסאנטע זאך בשם דער בעל ברך משה זצ"ל, איינער האט אים געפרעגט ווי איז די מקור אז א אשה מעוברת דארף גיין אין מקוה אין דעם ניינטן חודש? האט ער גענטפערט אז אינדערהיים האט מען נישט געהאט קיין וואנעס ביי זיך אינדערהיים, און עס איז דאך באקאנט אז ווארימע וואסער העלפט צו צום לידה, פלעגט מען דערויף גיין אין מקוה...
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך ינואר 14, 2009 11:20 pm

דער מקור פון גיין אין מקוה ווען מען גייט אריין אין ניינטע חודש איז א ספר זכירה (דף ק"ב) און ער שרייב דארט אז דאס איז מבטל אלע ראיות אסורות וואס די פרוי האט געזעהן דורכאויס די חודשי העיבור אז עס זאל נישט שאדן פארן קינד.

און דער אמרי נועם פרשת בשלח ברענגט אויף דעם א רמז א"ת וה"ב בסופה, ר"ת ב'טרם י'בא א'ליהן ה'מילדות ו'ילדו, און סופה איז ביגמט' מקוה, וד"ל.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » פרייטאג ינואר 16, 2009 10:04 am

ווי איז די מקור אז ביי 2ND MARRIGE דהיינו ווען א גרוש האט חתונה מיט א גרושה/אלמנה אדער א אלמן מיט א גרושה/אלמנה
טאנצט מען נישט קיין מצוה טאנץ?
און פארוואס נישט? פארוואס אחר כל התלאה אשר מצאתהו און ער איז זוכה צו ב''ה אויפצושטעלן זיין שטוב פון דאסניי זאל
ער נישט האבן די זכוי' צו די אלע גרויסע זאכן וואס שטייט וואס מען קען אלס אויפטון מיט כיצד מרקדין לפני הכלה ווי די זרע
קודש זאגט מרקדין מאכט מרק דין ווי אויך איז ידוע אז מיט די ריקודין לפני הכלה קען מען מער פועל'ן ווי יו''כ ביי נעילה
איבערהויפט ווען די גאנצע מקור פון מחילת עונות ביום החופה לערנט מען ארויס פון מחלת בת ישמעאל וואס איז געווען זיווג שני?
און ווי איז די מקור אז מען מאכט די חופה אינטער א דאך? בעת ווען די ענין פון מאכן א חופה תחת כיפת השמים איז לסימנא טבא
אז די קינדער זאלן זיין ככוכבי השמים לרוב פארוואס נאכדעים וואס ער איז דורך אזויפיל מיטמאכענישן און ער וויל שוין זוכה
זיין צו זש''ק פארוואס זאל ער נישט האבן די סגולה?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג ינואר 16, 2009 1:15 pm

דאס נישט מאכן אין גאס די חופה איז ווייל מען איז תולה אז דאס וואס מען ל"ע שטעלן חופה א צווייטע מאל איז צוליב עין הרע, מאך מען די חופה באיתכסיה.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » פרייטאג ינואר 16, 2009 2:21 pm

זיידעניו נחמתני בני נחמתני אבער נאר אביסל וד''ל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש ינואר 17, 2009 9:07 pm

שמן;
דו פרעגסט פון געפיל אויס.
הלכה איז הלכה און געפיל איז געפיל.
מנהג איז תלוי במקום ובזמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש ינואר 17, 2009 9:11 pm

וואו איז דער מקור פון די פאלקס זאץ: אין מלך בלא עם?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מוצ"ש ינואר 17, 2009 9:25 pm

דער מקור איז א פרקי דרבי אליעזר פרק ג' בשינוי לשון קצת. עס ווערט אבער צוגעברענגט מיט דעם לשון 'אין מלך בלא עם' אין אסאך ראשונים ובתוכם רבינו בחיי (בראשית לח, ל) עיי"ש.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג פאברואר 15, 2009 1:59 pm

וואו אין שלחן ערוך ווערט דערמאנט ה' אייר ?
........................................
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 15, 2009 4:44 pm

דו פרעגסט סארקאסטיש? אדער טובא גניז בגוויה?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג פאברואר 15, 2009 4:45 pm

איך שטעל זיך פאר אז ערגעץ אין שלחן ערוך ווערט דערמאנט די ווארט אייר און פונקט פארדעם איז צוגעצייכענט א 'ה' פון א ס"ק אין טו"ז אדער מג"א, און דאס איז די ה' אייר, דארף מען נאר טרעפן ווי אין שו"ע דאס איז.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג פאברואר 15, 2009 6:16 pm

מאיר'ל טייערע, איך בין נישט קיין חדר אינגל.

איך פרעג צו די עולם קען צוטרעפן וואו ה' אייר ווערט דערמאנט אין שו"ע, נישט קיין סעיף קטן באצייכענונג, נאר ה' אייר, וואס דער באדייט דערפון איז די פינפטע טאג אין חודש אייר.

ווער עס ווייסט ווערט געבעטן זיך אנצורופן,

איך פרעג נאר לחדודי בעלמא, איך ווייס וואו דאס שטייט, טאמער קיינער וועט נישט צוטרעפן וועל איך מגלה זיין די מקור.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג פאברואר 15, 2009 6:22 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:מאיר'ל טייערע, איך בין נישט קיין חדר אינגל.

איך פרעג צו די עולם קען צוטרעפן וואו ה' אייר ווערט דערמאנט אין שו"ע, נישט קיין סעיף קטן באצייכענונג, נאר ה' אייר, וואס דער באדייט דערפון איז די פינפטע טאג אין חודש אייר.

ווער עס ווייסט ווערט געבעטן זיך אנצורופן,

איך פרעג נאר לחדודי בעלמא, איך ווייס וואו דאס שטייט, טאמער קיינער וועט נישט צוטרעפן וועל איך מגלה זיין די מקור.

ס'קוקט נישט אויס ווי איינער וועט צוטרעפן דא, סוי קענסט שוין מגלה זיין.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 15, 2009 7:23 pm

איך האב געזוכט איבעראל ווי עס שטייט "אייר" אין שולחן ערוך, און אויף קיין פאל איז נישט ארויסגעקומען ה' אייר. אפשר רעדסטו פון די נושאי כלים? (אדער סי' קפ"ט אין יו"ד).

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג פאברואר 15, 2009 11:41 pm

קרעמער רעדט ווי א ת"ח,

קפ"ט... עיי"ש ותמצא נחת
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 15, 2009 11:44 pm

ער רעדט נישט, ער איז!
the SCY is the limit

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג פאברואר 17, 2009 7:19 am

סאדע באטל: מיינסט אפשר סעי' ו' אין סימן קפ"ט?

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » זונטאג מארטש 01, 2009 6:30 am

נו וואס האט איר מורא ארויסצושרייבן, ס'ווערט דאך קלאר געברענגט אין מחבר דארט אז ה' אייר איז א טאג פון טומאה, און ס'איז דא וואס צו חושש זיין אויף דעם.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט