דער מנהג פון טיילן הבדלות ז' אדר

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג מארטש 09, 2014 6:23 pm

ווי איז די מקור צו טיילען הבדלות ז' אדר?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12615
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 09, 2014 11:30 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:ווי איז די מקור צו טיילען הבדלות ז' אדר?

אויף מנהגי ח"ק איז כמעט ניט שייך פרעגען ווי איז דער מקור
עס איז א סך תושבע"פ
למשל ניט אלע ח"ק האלטען ז אדר
די ח"ק ווי זוגתי שתחי' איז זיך משתתף מאכט ניט דעם סיום ז אדר
---
הרה"ק רי"י מסקווירא זי"ע האט שטארק געוואלט אן אייגנע בה"ח אבער זיך צוריק געהאלטען
ווייל ער האט ניט געהאט קיין קבלה בענין, ביי זיין לוי' האט מען געדארפט ווארטען אויף א
תשובה פון הרה"ק ממאכניווקע זי"ע
--
הרה"ק מהר"ש באבוב זי"ע האט געמיזט פרעגען ביי אנדערע גאליציאנער חברות
ניט ער און ניט זיינע אינגעלייט האבען געוויסט מנהגים

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12615
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 11, 2014 5:01 pm

קיקיון האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:ווי איז די מקור צו טיילען הבדלות ז' אדר?

אויף מנהגי ח"ק איז כמעט ניט שייך פרעגען ווי איז דער מקור
עס איז א סך תושבע"פ ..........

הצנע לכת אין אן אישי האט געשריבן:נושא: וואו איז דער מקור?....

להגדיל שמו האט געשריבן:ווי איז די מקור צו טיילען הבדלות ז' אדר?

אות נ"ד און וויטער

אויף עמוד 35 איז דא א טעם וועגען טיילען הבדלה ליכט ביי די סעודה פון ח"ק

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 1:05 pm

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:ווי איז די מקור צו טיילען הבדלות ז' אדר?

אויף מנהגי ח"ק איז כמעט ניט שייך פרעגען ווי איז דער מקור
עס איז א סך תושבע"פ ..........

הצנע לכת אין אן אישי האט געשריבן:נושא: וואו איז דער מקור?....

להגדיל שמו האט געשריבן:ווי איז די מקור צו טיילען הבדלות ז' אדר?

אות נ"ד און וויטער

אויף עמוד 35 איז דא א טעם וועגען טיילען הבדלה ליכט ביי די סעודה פון ח"ק

דארט רעד מען א סעודה איז שמיני עצרת, והמנהג הי' לכבוד התורה לילך באבוקות
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

דער מנהג פון טיילן הבדלות ז' אדר

תגובהדורך פישל » מאנטאג מארטש 16, 2015 11:24 am

איך האב אלעמאל געמיינט אז דער מנהג אז די חברה קדישא טיילט הבדלות אום ז' אדר איז א מנהג ישן נושן

פארגאנגענע וואך האב איך געזען א אינטערסאנטע זאך אין דעם גליון 'זקניך ויאמרו לך' וואס ערשיינט דורך די ת"ת אין קרית יואל, שרייבט דארט הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מראשי החברה קדישא אין קרית יואל וויאזוי דער מנהג איז צושטאנד געקומען.

איך ברענג אראפ דעם לשון ווארט ביי ווארט וויאזוי ר' יאסל דערציילט דאס.

ר' יוסף ווייס הי"ו האט געשריבן:אין דער אלטער היים איז געווען א מנהג ז' אדר האט די חברה קדישא געמאכט א סעודה גדולה פארן גאנצן ציבור. דא אין אמעריקע איז דער מנהג נישט אנגעגאנגען ווייטער האט זיך די חברה קדישא איינגעפירט אלס זכר צו דעם מנהג צו טיילן הבדלות פאר די מעמבערס אין די קהילה, כדי צו מהנה זיין דעם ציבור. (מי יתן והיה, אויב עמיצער ווייסט א פריערדיגער מקור צו דעם מנהג).

עס ליגט מיר אין זכרון אז דער משמש דקהלתינו הק' פלעגט אלס האבן הבדלות אויך נאך ז' אדר פאר די חברי הקהלה וואס האבן נישט גענומען קיין הבדלה בו ביום, און במשך די נאכפאלגענדע צייט זענען אלס געווען אידן וואס זענען געקומען נעמען הבדלות.

איז אמאל אריבערגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ע"ה יו"ר הנהלת החברה קדישא, און זעהנדיג ווי א איד נעמט אן הבדלה צוויי וואכן נאך ז' אדר, האט ער זיך אנגערופן צו יענעם "א שטיקל פיש פון די ז' אדר סעודה וואלסטו אויך אהיימגענומען צוויי וואכן שפעטער? !".

אגב, האב איך געהערט פון א פעסטער איד, וואס האט געדענקט אז אין פעסט איז געווען דער מנהג אז אין שמחת תורה האט די חברה קדישא געטיילט הבדלות פאר אלע חברי הקהילה וואס האבן געהאט געצאלט די קהילה שטייער."
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מוצ"ש פאברואר 17, 2018 7:02 pm

ווי איז דער מקור פין דעם מנהג ?
צוגעלייגטע
הבדלה ז אדר.jpg
הבדלה ז אדר.jpg (83.27 KiB) געזעהן 501 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:18 am

קענעך שוין מאכן הבדלה, האלסט איך דארף נאך ווארטען ביז מוצאי?
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:40 am

האבעך היינט געטשעפעט דעם שמש, פון וואנעט טיילסטו הבדלות? ווערהאטעכעס געגעבן? אמער, אם אין דעת הבדלה מנין?!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט