מאכלי חודש תשרי: רינדעכיגע/ראזינקע חלות, געקעסטלטע לאקשן, כריין, קיטן, און נאך

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

מאכלי חודש תשרי: רינדעכיגע/ראזינקע חלות, געקעסטלטע לאקשן, כריין, קיטן, און נאך

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 12:57 pm

ווען דארף מען עסן רינדעכיגע חלות, און ווען קען מען עסן די לינגלעכיגע חלות?

וואס איז די טעם פון אריין לייגן ראדזשינקעס אין די חלות?

וואס איז די טעם פון עסן באקסעדיגע לאקשן, און ביז ווען עסט מען עס?

ביז ווען טינקט מען איין די חלה אין די האניג?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 1:49 pm

עס זענען מסתמא פארהאן פארשידענע מנהגים אין יעדע זאך.

ביי אונז אין די קרעמער פאמיליע (ולמעלה בקודש.. פונעם אלטן קרעמער אנגעהויבן) פירט מען זיך צו טינקן די חלה אין האניג פון ראש השנה ביז נאך שבת בראשית (אויך אינדערוואכן!), אזוי אויך עסט מען ביי די אלע סעודות רינדעכיגע חלות מיט פירקאנטיגע לאקשן.

ראזשינקעס לייגט מען אריין אין די חלה בלויז שמחת תורה זעלבסט (מען זאגט אז דאס קומט צייגן אז אין די תורה איז באהאלטן גוטע זאכן).

בנוגע א טעם אויף רינדעכיגע חלות: יש אומרים אז די גוטס זאל נישט האבן קיין עק.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 2:45 pm

ביי אונז אין די סהדותא-פאמיליע ווייסט מען, אז דער מנהג פון חלה מיט האניג ביז נאך שבת בראשית שטאמט פון בעלז

אויך ווייסט יעדער פון אונז, אז מ'דארף נישט שרייבן פון ווען מ'טינקט, ווייל אזוי פירן זיך "אלע קרייזן" אז ס'איז פון ראש השנה.

ביי מיין טאטען און זיידן וואס לעבן לאורך ימים ושנים טובות, פירט מען זיך אז מ'טינקט ביז נאך שמחת תורה, דאכטזיכמיר (אזוי שרייבט מען דא אין קרעטשמע? איך בין שוין לאנג נישטא געווען) אז אזוי שטייט אויך אין מחזור דברי יואל.

רינדכיגע חלות, קרעמער יישר כח פאר דיין טעם, ושמעתי או קריתי, א' אזוי ווי א קרוין, וואס דעם חודש ובפרט אום ר"ה שרייעט מען כסדר אויס "מלכיות". ב' אז דער באשעפער איז איין איינציג.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 3:40 pm

טעם ב' צריך עיון, מה ענין עגול אצל אחד?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 4:57 pm

גוט געפרעגט, יאנאש, ס'דערקענט זיך אז מיר האבן יום הקדוש געדאווענט אין איין שול, עפעס האט זיך אין דיר אנגעקלעבט אז די קענסט שוין פרעגן כענין.

תשובה: ביים יום טוב פסח, ברענגן כמה מפרשים דעם טעם פון באקן דייקא רינדיגע מצות, ווייל ביי די אומה"ע איז געווען א מנהג אז זיי פלעגן מאכן זייערע טייג, קוקיס און אנדערע מאכלים, מיט אזויפיל שפיצן וויפיל געטשקעס זיי האבן פארמאגט, לדוגמא איינער וואס האט געהאט דריי אפגעטער האט אלעמאל געבאקן זיינע קיכלעך, מיט דריי שפיצן. והיינו טעמא אז פסח מאכן מיר א רינדיגע מצה, צו ווייזן אז מיר האבן איין איינציגן טאטן אין הימעל.

דאס האב איך געזעהן אויף פסח, והיינו טעמא דמצה היינו טעמא דרינדיגע חלות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 5:03 pm

ביי אונז, ביי די שוועמלעך האט מען זיך געפירט אז יא , מען עסט טאקע חלה מיט האניג פון ראש השנה ביז נאך שמחת תורה, אבער אנדערש ווי די קרעמער פאמיליע פירן מיר זיך נאר צו טינקן די חלה אין האניג אין די שבתים און אין ימים טובים - דייקא נישט אינדערוואכן.

בנוגע רונדיגע חלות, דאכזיכמיר אין מחזור דברי יואל שטייט אז שבת שובה האט מען נישט געגעסן רונדיגע חלות . הגם ביי די שוועמלעך האט מען יא געגעסן.

און צום לעצט די ראזשינקעס, אין העלטה פוד סטאר איז דא צו באקומען ספעלט ברויט מיט ראזשינקעס. איך האב עס איינמאל געגעסן איך ראט עס נישט פאר שמחת תורה.


יאנאש;
אויב דו ווייסט פארוואס א קאפ פון א מענטש איז רונדיג וועסטו דאס אויך פארשטיין
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 6:32 pm

ביי אונז עסט מען רונדעכיגע חלות ביז נאך שמחת תורה, האניג ביז נאך שבת בראשית,
אויף די קשיא פארוואס מ'עסט באקסעדיגע לאקשן, האט נאך דערווייל קיינער נישט געענטפערט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 8:08 pm

איך_הער;

אז מען ווייסט נישט, ענטפערט מען נישט. די פיר קאנטיגע לאקשן מנהג איז א שטיקל מיסטעריע וואס איר טעם איז קיינמאל געהעריג אנטפלעקט געווארן פאר אונזער דור.

בנוגע די רינדיגע חלות שבת שובה; טייל פירן זיך טאקע נישט צו עסן רינדיגע חלות אין שבת שובה, אנדערש ווי די קרעמער'ישע מנהג.

בנוגע איינטונקן די חלה/ברויט אין האניג אינדערוואכן; עס קען זיין אז ביי די קרעמער'ס איז פשוט א גאנצע וואך בבחינת שבת...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 8:18 pm

איך מיין אז איך האב געזעהן א טעם אויף די לאקשן אינעם אידישן ספר פון הרה"ג דוד דוב מייזליש שליט"א, איך געדענק שוין נישט וואס די טעם איז, אבער אז עס דריקט אזוי פאר'ן עולם וועל איך טרייען עס צו טרעפן.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 10:52 pm

די טעם פארוואס מעסט באקסעדיגע לאקשן איז אזוי, אזוי ווי א גאנץ יאר עסט מען דינע לאקשן, מלשון דין, ממילה פירט מען זיך נישט צו עסן דינע לאקשן, איי פארוואס דוקא באקסעדיגע, זעהט אויס אז די סטאר פארקויפט נישט דריי עקיגע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:05 pm

טאגליכט האט געשריבן:די טעם פארוואס מעסט באקסעדיגע לאקשן איז אזוי, אזוי ווי א גאנץ יאר עסט מען דינע לאקשן, מלשון דין, ממילה פירט מען זיך נישט צו עסן דינע לאקשן, איי פארוואס דוקא באקסעדיגע, זעהט אויס אז די סטאר פארקויפט נישט דריי עקיגע.


אם קבלה הוא נקבל, ואם ל'דין' יש תשובה.

איך גלייך זייער נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף מנהגי ישראל, אבער דער דאזיגער טעם קוקט מיר אויס אביסל 'דחוק' (דין).

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:06 pm

אזוי האט מיר מיין מאמע זאל זיין געזונט געזאגט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 03, 2006 11:19 pm

אל תטוש תורת אמך.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 2:15 pm

ביין דאיען איז מען נישט מקפיד, וואס די רביצין גרייט צו דאס עסט מען.

shtilerheit
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

תגובהדורך shtilerheit » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 4:35 pm

איך זעה אז קיינער חוץ קרעמער ווייסט נישט פון קיין ראזינקעס אין די חלות, איך האב דאס טאקע אויך נישט געוואוסט ווייל ביי מיינע עלטערען האט מען זיך נישט אזוי געפירט אבער נאך מיין חתונה בין איך געוואר געווארען דערפון.
לעצט פאראכטן דורך shtilerheit אום מיטוואך אוקטובער 04, 2006 7:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 4:58 pm

ביי אונז נוצט מען ראזינקע חלות נאר אום שמחת תורה, אויף א לענגעלעכיגע חלה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 5:07 pm

ביי מיינע עלטערן האט מען יא געגעסן ראזשינקע חלות, ( איך מיין אז נאר שמחת תורה, איך בין נישט זיכער )אבער איך האב עס קיינמאל נישט איינגעפירט ביי מיר, ווייל איך האב זייער ליב חלות און איך האב אויך זייער ליב ראזשינקעס, אבער עקסטער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 6:04 pm

shtilerheit האט געשריבן:איך זעה אז קיינער חוץ קרעמער ווייסט נישט פון קיין ראזינקעס אין די חלות, איך האב דאס טאקע אויך נישט געוואוסט ווייל ביי מיינע עלטערען זראלג"ע האט מען זיך נישט אזוי געפירט אבער נאך מיין חתונה בין איך געוואר געווארען דערפון.


זאלן רוען אין לעכטיגן גן עדן?

השם ישמרנו, ביידע עלטערן היטן שוין אויף דיר פון אויבן? (איך האף אז עס איז נאר א וויץ, אזוי ווי "שמילי").

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 7:32 pm

קרעמער האט געשריבן:
shtilerheit האט געשריבן:איך זעה אז קיינער חוץ קרעמער ווייסט נישט פון קיין ראזינקעס אין די חלות, איך האב דאס טאקע אויך נישט געוואוסט ווייל ביי מיינע עלטערען זראלג"ע האט מען זיך נישט אזוי געפירט אבער נאך מיין חתונה בין איך געוואר געווארען דערפון.


זאלן רוען אין לעכטיגן גן עדן?

השם ישמרנו, ביידע עלטערן היטן שוין אויף דיר פון אויבן? (איך האף אז עס איז נאר א וויץ, אזוי ווי "שמילי").


וואו עס קוקט אויס איז דאס געווען א פאטאלע טעות פון שמילי'ס זייט, ער האט שוין עורך געווען זיין הודעה.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 9:32 pm

טאגליכט האט געשריבן:די טעם פארוואס מעסט באקסעדיגע לאקשן איז אזוי, אזוי ווי א גאנץ יאר עסט מען דינע לאקשן, מלשון דין, ממילה פירט מען זיך נישט צו עסן דינע לאקשן, איי פארוואס דוקא באקסעדיגע, זעהט אויס אז די סטאר פארקויפט נישט דריי עקיגע.
טאגליך האסט נישט געהעריג אויסגעפירט משא"כ די פיר עקעדיגע איז דיק און נישט דין ? יא דאס האסטי געוואלט ארויסברענגען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 10:35 am

ניין ניין, דאנט געט הים ראנג.

זיין פאוינט איז אז 'נישט דינע' ווייל ס'יז מרמז אויף דין, נאר סיי וואס. און וויבאלד ס'יז נאר דא באקסעדיגע עסט מען דאס, אז ס'וואלט געווען דריי עקיגע וואלט מען ווען דאס געגעסן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 4:09 pm

אבער עס איז נאך אלץ דינע לאקשען????????? כמו דין

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 4:52 pm

איך טראכט אן אייגענם טעם, אז ס'איז א רמז, אז די השפעות וואס מ'בעט זיך אויס זאלן קומען פון אלע פיר זייטן, לאקשן, איז נוטריקון לא קשין, אז ס'זאל מער נישט זיין קיין שוועריגקייטן ביי קיינעם, ממילא אין די צייט וואס מ'עסט אסאך זאכן אלץ רמזים, איז אפשר אויך דאס דער רמז, ווי געשריבן אין אנפאנג.

shtilerheit
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

תגובהדורך shtilerheit » דאנארשטאג אוקטובער 05, 2006 5:00 pm

כ'ער זייער שיין א הערליכען פשט שכויח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 3:04 pm

למאנסע, פארוואס עסט מען פיר-קאנטיגע לאקשען?

די קשיא איז מיר אלץ שווער, דא ביי די חלות מאכט מען דייקא רינדעכיג און ווידער ביי די לאקשן איז פיר-עקיג, האלאו דבר הוא? ולית נגר ובר-נגר דיפריקינה


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט