בני היכלא האט געשריבן:ולא תתורו זאגט די גמרא אין סוף ערשטן פרק ברכות זה הרהור עבירה
אויב ס'מיינט אויך ראי' איז א מחלוקת הראשונים דער רבינו יונה האלט אז יא ס'איז אסור מדאורייתא דער עצם הראי', און דער בית שמואל לייגט צו, אז בי הרהור כו"ע מודי אז ס'איז אסור מדאורייתא.
אגב אין די אנדערע מבהיל'דיגע ספר צדקת הצדיק פארווארפט זיך אויך מערערע מאל, פון די סוגיות.
אויב זאג איך אז ס'מיינט אויך ראי', איז דאס אויך הבטה אדער נאר הסתכלות?