מקללה לברכה על דרך הרמז (גראמען)

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

מקללה לברכה על דרך הרמז (גראמען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

[align=center]בס"ד

הקדמה



מיר האלטן יעצט סוף שנת תשפ''א, א שווערע יאר איז פאריבער אויף כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם און מיר בעטן עס זאל זיין תכלה שנה וקללותי'.
פארדעם ליינט מען די תוכחה פאר ראש השנה כדי צו מעורר זיין און בעטן שהשנה הבאה עלינו לטובה יהי' שנת גאולה ישועה ונחמה.
עס איז ידוע פון די חסידישע ספרים וואס האבן פארטייטש די תוכחה און מרמז געווען רמזים צו מקיים זיין דעם ''ויהפוך ה' אלוקיך לך את הקללה לברכה'' און ארויס געברענגט אז עס ליגען דא באהאלטען אסאך ברכות. עס קען זיין אז די לימוד איז אז אפילו ווען א מצב זעהט אויס זייער שווארץ ר''ל ליגט אין דעם באהאלטן א ברכה.
איך האב מלקט געווען א מעט מן המעט פון די חסידישע ספרים וואס טייטשן די פסוקים מקללה לברכה און עס אראפגעשריבן מיט חרוזים און איך האף אז דאס וועט מחזק זיין אחינו בני ישראל צו טרעפן אן אור בתוך החשך און מהפך זיין יעדע מצב מקללה לברכה.
די ערשטע פאר טייטשן האב איך אנגעהויבן צו שרייבן ווען איך בין געווען כלוא בבית מיט קרונה און ב''ה אשר לא עזב חסדו ויהפוך ה''א ועזרני לחזור לאיתני.
ואני תפלה צום בורא כל עולמים ''השקיפה ממעון קדשך מן השמים'' און פון יעצט און ווייטער זאל זיין אפענע חסדים מתוך רחמים גדולים בביאת משיח צדקנו אמן.


הכ''ד
ברוך מרדכי ערלאנגער
לונדון יצ''ו
אלול תשפ''א לפ''ק
[/align]


ידְבֵּ֧ק ה' בְּךָ֖ אֶת הַדָּ֑בֶר עַ֚ד כַּלֹּת֣ו


עס זאל אייביג זיין דער מענטשס בקשה,
צו גיין בדרך הישר,
נאר וואס קען מען טון טאטע זיסע,
עס איז מעכב די (יצה''ר) שאור שבעיסה,
דארף מען אזוי פיל בעטן ביים א-ל חָי,
אז א עת רצון זאל אנקומען אזוי,
דאס איז פשט יַדְבֵּ֧ק ה' בְּךָ֖ אֶת הַדָבר,
דב''ר איז גוטע דיבורים באש להבה,
זאל זיין די ווילען בעת הזאת,
אנצוקומען צו דביקות עַד כַּלֹּת.
(זרע קודש)


נאך א פשט

כלל ישראל ווערט אנגערופן דורשי יחודך,
ווייל נאר זיי קענען גורם זיין יחוד העליון,
יַדְבֵּ֧ק ה', ווער קען מאכן די יחוד קלאר,
בְּךָ֖ נאר כלל ישראל און נישט קיין אומה ולשון.
(קול יעקב)


נאך א פשט

יַדְבֵּ֧ק ה' בְּךָ֖ אֶת הַדָּ֑בֶר דורך דיבורים פון תפילה,
האט מען די סגולה,
מ'קען זוכה זיין לדביקות בו,
בכל לבבו.
(חסד לאברהם)


נאך א פשט

ווי אזוי קען מען מקיים זיין שויתי,
ווען מען לערנט די תורה די זיסע,
נאר אויב מען איז זיך מבטל צום באשעפער בביטול גמור,
איז מען זוכה אז די נשמה,
איז מקיים שויתי ה' לנגדי תמיד,
דאס איז פשט יַדְבֵּ֧ק השֶם,
ווי אזוי קען מען זיין דבוק אויף א פארנעם,
אֶת הַדָּ֑בֶר בשעת מען לערנט דיבורים פון תורה,
עַד כַּלֹּת אז מען איז זיך מבטל פאר די בורא,
קען מען מקיים זיין שויתי יעדע מינוט.
(מאמר מרדכי)



יִתֵּ֧ן ה' אֶת מְטַ֥ר אַרְצְךָ֖ אָבָ֣ק וְעָפָ֑ר מִן הַשָּׁמַ֙יִם֙ יֵרֵ֣ד עָלֶ֔יךָ עַ֖ד הִשָּׁמְדָֽךְ׃

ווען מען ווערט מרכבה לשכינה,
איז מען זוכה צו השפעות אלע מיני,
דאס איז פשט מִן הַשָּׁמַיִם יֵרֵ֣ד עָלֶ֔יךָ,
די באשעפער וועט רוען באהליך,
וועסטו זוכה זיין צו אסאך ברכה,
כ''ד איז די שם פון הצלחה,
הִשָּׁמְדָֽךְ איז אותיות הש''ם כ''ד וועט נשפע ווערן הרווחה.
(ברכת ישורון)



וְהָיְתָ֤ה נִבְלָֽתְךָ֙ לְמַֽאֲכָ֔ל לְכׇל ע֥וֹף הַשָּׁמַ֖יִם וּלְבֶהֱמַ֣ת הָאָ֑רֶץ וְאֵ֖ין מַחֲרִֽיד.

די מליצי יושר,
בימי הרצון בשעת הכושר,
זענען מט''ט און אליהו,
זיי זענען געווען בעלמא הדין,
טוען זיי אונז גוט פארשטיין,
און קענען מליץ טוב זיין כראוי,
שטייט אין זהר פשט,
אז עוף השמים איז רומז אויף מט''ט,
דאס איז פשט, וְהָיְתָ֤ה נִבְלָֽתְךָ מלשון נבול תבול,
אונז ווערן מיד פון די עבודה פון די מעשים וואס מיר טוען וואויל,
לְמַֽאֲכָל לְכׇל ע֥וֹף הַשָּׁמַ֖יִם,
פאר מלאך מט''ט צו מליץ זיין לפניהם,
ולבהמת הארץ, בהמ''ה גימטריא אליה''ו,
זיי ביידע וועלן ברענגן די השפעה.
(עטרת ישועה)


נאך א פשט

נבל רומז אויף נבל וכינור
מיינט תקיעת שופר ברינה
עוף השמים יוליך הקול
גייט ארויף אויף קול השופר במחול,
לְע֥וֹף הַשָּׁמַ֖יִם וּלְבֶהֱמַ֣ת הָאָ֑רֶץ גייט ארויף אויף יצחק אבינו,
עו''ף און בהמ''ה גימטריא יצח''ק, די זכות איז בפינו,
וְאֵ֖ין מַחֲרִֽיד, אז דורך די שופר בהדדי,
וועט נישט זיין קיין חרדה.
(עטרת ישועה)


נאך א פשט

א תפילה בלי כוונה איז כנבילה,
די באשעפער וועט אריינלייגן א התעוררות מלעילא,
אז מען זאל דאווענען א תפילה בכוונה,
און דאס וועט מעלה זיין בהאי ענינא,
נִבְלָֽתְךָ אלע פסולע תפילות,
לְע֥וֹף הַשָּׁמַ֖יִם צום באשעפער עילת העילות.
(בשם המגיד מקאזניץ)



וְלֹ֥א תַצְלִ֖יחַ אֶת דְּרָכֶ֑יךָ

ענוה איז א סגולה פאר פרנסה,
פון באשעפער מכל ברכתא,
דאס איז פשט וְלֹ֥א,
אויב דו האלסט זיך בענוה גענוי,
וועסטו האבן פרנסה אסאך,
תַצְלִ֖יחַ אֶת דְּרָכֶ֑יךָ איז סופי תיבות די שם פון פרנסה חת''ך.
(ברכת ישורון)



פְּרִ֤י אַדְמָֽתְךָ֙ וְכׇל־יְגִ֣יעֲךָ֔ יֹאכַ֥ל עַ֖ם אֲשֶׁ֣ר לֹא־יָדָ֑עְתָּ וְהָיִ֗יתָ רַ֛ק עָשׁ֥וּק וְרָצ֖וּץ כׇּל־הַיָּמִֽים.

א צדיק איז מיט זיינע סיגופים משפיע,
פאר'ן גאנצע וועלט שפע בידיעה,
אזוי ווי די גמרא זאגט ביי רב חנינא,
אז ער איז דיו בקו חרובין, די בחינה,
און דורך דעם שפייזט ער די גאנצע וועלט,
ווייל ער האט סיגופים אין זיין געצעלט,
דאס איז פשט קלאר,
דיינע מעשים טובים פְּרִ֤י אַדְמָֽתְךָ,
וועט האבן השפעה אויפן גאנצע וועלט, אפילו אויף עַ֖ם אֲשֶׁ֣ר לֹא־יָדָ֑עְתָּ,
ווייל דו ביסט עָשׁ֥וּק וְרָצ֖וּץ כׇּל־הַיָּמִֽים,
איז דאס משפיע ביים רבון העולמים.
(אמרי נועם)



וְהָיִ֖יתָ מְשֻׁגָּ֑ע מִמַּרְאֵ֥ה עֵינֶ֖יךָ אֲשֶׁ֥ר תִּרְאֶֽה
די רמב''ם זאגט אז די דרך צו זיין יראת שמים קונה,
איז צו מתבונן זיין בגדלות הבורא שוכן מעונה,
און דורך דעם קומט מען צו צו שפלות עצמו,
אין יראת שמים ווערט נתרבה בלבבו,
אין נועם אלימלך שטייט אז א מענטש האט צוויי אויגן,
איינס צו זעהן שפלות עצמו און איינס צו זעהן גדלות הבורא כהוגן,
דאס איז פשט ''וְהָיִ֖יתָ מְשֻׁגָּע'' משגע ר''ת שפלות עצמו גדלות מקום,
מען איז זוכה מכיר זיין בגדלות אינעם שוכן שחקים,
מִמַּרְאֵ֥ה עֵינֶ֖יךָ, אז מיט ביידע אויגן טוט מען קוקען,
זעהט מען ביידע ענינים בדרך המתוקן.
(ברכת ישורון)



וְהָיִ֣יתָ לְשַׁמָּ֔ה לְמָשָׁ֖ל וְלִשְׁנִינָ֑ה בְּכֹל֙ הָֽעַמִּ֔ים אֲשֶׁר יְנַהֶגְךָ֥ ה' שָֽׁמָּה


וְהָיִ֣יתָ לְשַׁמָּ֔ה אויב עס וועט זיין צרות,
וואס וועט האלטן די לבבות נשברות?,
לְמָשָׁ֖ל די תורה וואס הייסט משל הקדמוני,
וְלִשְׁנִינָה מלשון ושיננתם חזר'ן די תורה במעונו,
בְּכֹל הָֽעַמִּים ווען אונז זענען אין גלות אויפ'ן ארט,
אֲשֶׁר יְנַהֶגְךָ֥ ה' שָֽׁמָּה וועט די באשעפער מיט קומען דארט.
(אור פני משה)



כְּרָמִ֥ים תִּטַּ֖ע וְעָבָ֑דְתָּ וְיַ֤יִן לֹֽא תִשְׁתֶּה֙ וְלֹ֣א תֶאֱגֹ֔ר כִּ֥י תֹאכְלֶ֖נּוּ הַתֹּלָֽעַת
די עיקר עבודה איז תפילה-דאווענען,
בעקבתא דמשיחא צום באשעפער פראווענען,
אפילו אויב דורך דעם איז מען פון תורה מבוטל,
דאווענען איז עלינו חוב מוטל,
כרם רומז לתפלה יין איז רומז לתורה,
כְּרָמִ֥ים תִּטַּ֖ע דאווענען זאלסטו מלא אורה,
וְיַ֤יִן לֹֽא־תִשְׁתֶּה אפילו אויב עס וועט דיר שטערן,
פון תורה צו לערנען זאלסטו נישט אויפהערן,
כִּ֥י תֹאכְלֶ֖נּוּ הַתֹּלָֽעַת,
פון תורה אליין (בלי תפלה) קען מען צוקומען לגיאות.
(עטרת ישועה)



בָּנִ֥ים וּבָנ֖וֹת תּוֹלִ֑יד וְלֹא יִהְי֣וּ לָ֔ךְ כִּ֥י יֵלְכ֖וּ בַּשֶּֽׁבִי׃

בָּנִ֥ים וּבָנ֖וֹת זענען רומז אויף די מצוות,
וואס א מענטש טוט אן קיין קצבות,
אז מען טוט די מצוות און מען טוט עס בשעת,
שלא על מנת לקבל פרס,
וְלֹא יִהְי֣וּ לָ֔ךְ מען וויל נישט די שכר בעולם הזה דאהי,
איז דאס מעלה די ניצוצות וואס זענען געפאלן בַּשֶּֽׁבִי.
(דגל מחנה אפרים)


נאך א פשט

בָּנִ֥ים וּבָנ֖וֹת דיינע קינדער,
לֹא יִהְי֣וּ לָ֔ךְ, וועלן זיי בעסער ווי דיר אצינדער,
כִּ֥י יֵלְכ֖וּ בַּשֶּֽׁבִי, איז לרבות,
שב''י ר''ת י'שמחו ב'מלכותך ש'ומרי ש'בת,
זיי וועלן זיין שבת'דיגע אידן,
און דו וועסט זיין צופרידן.
(ליקוטי אמרי חיים)



הַגֵּר֙ אֲשֶׁ֣ר בְּקִרְבְּךָ֔ יַעֲלֶ֥ה עָלֶ֖יךָ מַ֣עְלָה מָּ֑עְלָה וְאַתָּ֥ה תֵרֵ֖ד מַ֥טָּה מָּֽטָּה

די גבורות און דינים זענען עולה למעלה,
און עס ווערט נמתק בשורשם די דינים אלע,
און פון אויבן קומען אראפ די השפעות,
שפע פאר כלל ישראל בכל השעות,
דאס איז פשט הַגֵּ''ר גימטריא יצחק וואס איז רומז אויף גבורה,
יַעֲלֶ֥ה עָלֶ֖יךָ מַ֣עְלָה מָּ֑עְלָה אויבן צום מנהיג לבירה,
וְאַתָּ֥ה (מבואר בזוהר) רומז אויף חסדים,
תֵרֵ֖ד מַ֥טָּה וועט נשפע ווערן למטה אויף אלע צדדים.
(אמרי נועם)


נאך א פשט

הַגֵּר איז רומז אויף די נשמה,
וואס איז איז א גר בעולם הזה ווייל ער קומט מאיגרא רמה,
יַעֲלֶ֥ה עָלֶ֖יךָ מַ֣עְלָה מָּ֑עְלָה, וועט האבן פון אויבן סייעתא,
ווייל הבא לטהר העלפט די הייליגע טאטע,
וְאַתָּ֥ה תֵרֵ֖ד און אויב ח''ו עס איז דא א ירידה,
מַ֥טָּה מָּֽטָּה וועט עס זיין צוביסלעך און שטאַט,
כדי צו קענען תשובה טון אין יעדע צייט.
(קדושת ציון)



הָאִישׁ֙ הָרַ֣ךְ בְּךָ֔ וְהֶעָנֹ֖ג מְאֹ֑ד תֵּרַ֨ע עֵינ֤וֹ בְאָחִיו֙ וכו' וּבְיֶ֥תֶר בָּנָ֖יו אֲשֶׁ֥ר יוֹתִֽיר

פון וואס האט א מענטש הנאה,
אז ער קען פאר זיינע קינדער געבן בהשפעה,
תֵּרַ֨ע איז א לשון פון ריעות,
פריינדשאפט, ער פרייט זיך אויפ'ן זכות,
בְיֶ֥תֶר בָּנָ֖יו אֲשֶׁ֥ר יוֹתיר,
אז ער האט גוטע קינדער קליינע און גרויסע,
וואס ער לאזט איבער מלא אורה,
און ער איז פאר זיי משפיע און זיי גייען בדרך התורה.
(זרע קודש)



וְנִשְׁאַרְתֶּם֙ בִּמְתֵ֣י מְעָ֔ט


וְנִשְׁאַרְתֶּם֙ בִּמְתֵ֣י מְעַט,
זאגט די עטרת ישועה פשט,
די לעבן פון א מענטש איז צוטיילט אויף דריי,
''עָרֵב טוב מועיל'' זענען זיי,
עָרֵ''ב זענען די אינגע יארן,
מועי''ל זענען די צייט'ן וואס מ'איז במסחר עוסק,
טו'ב בימי זקנה ווען מ'האט אלס פארלאָרן,
לערנט מען תורה מ'איז נישט פוסק,
מע''ט ר''ת ע'רב ט'וב מ'ועיל,
דער צדיק לעבט אלע יארן אזוי וואויל,
ער איז אלע יארן עוסק בטוב,
טוב מעט לצדיק איז די רמז דערויף,
דאס זאגט די פסוק וְנִשְׁאַרְתֶּם֙ בִּמְתֵ֣י מְעט,
מען וועט איבערבלייבן מיט טוב וואס איז די קלענסטער מספר פון מע''ט.
(עטרת ישועה)



בַּבֹּ֤קֶר תֹּאמַר֙ מִֽי יִתֵּ֣ן עֶ֔רֶב וּבָעֶ֥רֶב תֹּאמַ֖ר מִֽי יִתֵּ֣ן בֹּ֑קֶר


בַּבֹּ֤קֶר גייט ארויף אויף ערב פסח בייטאג
מִֽי יִתֵּ֣ן עֶ֔רֶב ווען קומט שוין די סדר נאכט געבט יעדע א זאג,
מ'ווארט אויף די ליל שימורים,
צו קענען אריינלייגן און רעדן אמונה בדיבורים,
וּבָעֶ֥רֶב תֹּאמַ֖ר מִֽי יִתֵּ֣ן בֹּ֑קֶר
ליל סוכות ווארט מען ביוקר,
צו קענען מצוות לולב זיין מקיים,
צו מאכן נחת רוח לאבינו שבשמים.
(בשם הרה''ק מזידיטשוב זי''ע)



תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ, תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ!!!
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: מקללה לברכה על דרך הרמז (גראמען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: מקללה לברכה על דרך הרמז (גראמען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

.
אטעטשמענטס
במע.jpg
במע.jpg (196.17 KiB) געזען 366 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”