נוסחאות התפלה ומנהגיה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 10, 2016 12:22 pm

איך זוך א ליסטע וואו ס'איז אויסגערעכנט אלע חילוקים שבין נוסח ספרד לאשכנז אינעם נוסח התפלה, ייש"כ

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 12, 2016 8:41 am

לטובה ולברכה האט געשריבן:ביי שמו"ע ימים נוראים איז דא מחזורים וואס שטייט וְעולָתָהּ תִּקפָּץ פִּיהָ מפיק הא
דאס איז לכאורה א טעות ווייל די טייטש איז אז די עושי עָוֶל וועלן בטל ווערן אזוי ווי וכל עולה קפצה פיה
וְעולָתָהּ איז טייטש איר עולה מען רעדט נישט פון קיינעם ביפאר
און די מקור פון די ווערטער איז אין איוב קאפיטל ה' און דארט שטייט טאקע וְעולָתָה תִּקפָּץ פִּיהָ בלא מפיק הא

און מחזור המפורש (וינגארטן) האט אינעם פרישן דרוק דאס טאקע פאראכטן, והנאתי


כ״ה נוסח באבוב מאז ומעולם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 10:43 am

scy4851 האט געשריבן:געזעהן און אן אלטען 'עלים לתרופה' פון עש"ק ויחי י"ב טבת תשס"ח לפ"ק

דער תפילה וואס מעזאגט א יעדען מושב"ק 'ג-ט פון אברהם' איז א גאר א פארצייטישע נאך אסאך פארען קדושת לוי זי"ע.

און א ספר בשם 'ברכת המזון וזמירות ופירושיהם' נדפת בפראג שנת ש"מ לפ"ק (ואח"כ בקראקא שנ"ז) שטייט אזוי.

גאט פון אברהם אונ' יצחק אונ' יעקב, בהיט דיין פאלק ישראל, און דיינם לוב. דיא זיבען טאג זאלן אונש וואל ביקומן, צו גליק אונ' הייל אך צו גזונט אונ' צו אלן פורמן. דז אונש דער שבת קודש גייט דא הין. די וואך קום אונש צו גזונט אונ' צו גווין. (אזא זאגט מן דרייא מאלע)


דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט צוגעשטעלט און מרחיב געווען די תפילה.

איך האב ארום געזיכט אבער דער ווייל האב איך נאך נישט געטראפען דער חיבור אויפען אלוועלטליכען געוועב.

דא
דאס גייט אויפן גראם:
דס זאגט מן דרייא מאל:

גאט אברהם יצחק אונ' יעקב,
בהיט דיין פאלק ישראל אין דיינם לוב
דיא זיבען טאג זאלן אונש ביקומן
צו גליק אונ' הייל אויך צו אונש אונ' צו אלין פרומן.
דס דער שבת קודש גיט דא הין.
דיא וואוך קומט צו שלום אונ' גיזונד אונ' צו גיווין:
צוגעלייגטע
Capture.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

זיך אויפשטעלן פריצייטיג ביי השכיבנו

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג יוני 09, 2017 2:51 pm

פרייטאג צונאכטס ווען מ'זאגט די ברכה פון השכיבנו, זעהט מען אלעמאל אן אינטערעסאנטע זאך.

דער עולם הייבט אן זיך אויפשטעלן זייער פרי, אזש אז נאך בעפאר די טענער נעמען זיך ארויפצורוקן אויף די העכסטע ביים געשמאקען שטיקל פון ופרוש, אדער גאר נאך פריער
ביי ושמור, הייבט מען שוין אן ארומקריצן מיט די בענק אדער בענקלעך, און דער עולם שטעלט זיך אויף.
און די מצב איז נאך גערעסער ביי די בתי מדרשות וואס האבן אזעלכע בענק מיט האלצערנע שטיקלעך זיצן, נעמט מען זיך הערן אזאנע האקעס מיט זעצעס, ווארשיינדליך ארויסצוטרייבן אלע וואכענדיגע מחשבות פון ביהמ''ד.

מה הפשט?, איז עס סתם א מין איבערגעאיילקייט פון מענטשן, אדער איבערגערעכנט, אזויווי ס'דא די מענטשן וואס וועלן זיך אלעמאל אוועקשטעלן ביים באס סטאפ צוואנציג מינוט פאר די צייט?, וואס פארא מין סינדראם איז דאס?.

למעשה, האב איך אבער גאנץ לעצטנס געטראפן אז די אר''י הק' שרייבט מ'זאל אזוי טוהן, אין ספר יסוד ושורש העבודה, שער ח' פרק ד':
...כשיגיע ל'ופרוש עלינו סכות שלומך וכו' '' צריך לעמוד, האר''י ז''ל. וימשיך ויקבל על עצמו תוספות נשמה יתרה של ליל שבת, וגם בתיבת בא''י הפורש סוכת שלו' יכון כנ''ל.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יוני 09, 2017 5:58 pm

ודאי אזוי, ווערט געברענגט אין שערי תשובה.
וואו איז דָוִי?

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:44 am

ראש הקהל האט געשריבן:אן אונטרעסאטנטע זאך
שמעתי פעם בשם היעב"ץ ועד עכשיו לא מצאתי בספריו אולי יהיה מישהו שיוכל למצוא איזהו מקומן של שבחים

דער יעב"ץ שרייבט אז ער האט זיך אייביג געווינדערט ביים קדושה של שחרית בשב"ק,
ווי די חזנים ציען ארויף מיטן קול, אז בקול רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, און ער האט זיך אייביג געווינדערט
אז ס'איז נישט דער פונעם סידור אזוי מאריך צו זיין מיט לשונות בקול רעש גדול אדיר וחזק, און בכלל שרייבט ער
פארוואס שטייט נישט ארויסגעשריבען ווער זענען דיע משמיעים קול??

שרייבט ער ווייטער אז ער איז געגאנגען פארשען און נאכזוכען ביז ער האט געטראפן דער אן אלטע סידור ווי ס'שטייט
אז בקול רעש גדול או"ח משמיעים קול וגו', זאגט דער יעב"ץ אז לכאורה מיינט עס, אז בקול רעש גדול אופנים וחיות משמיעים קול
מיוסד אויפן תפלה של קרי"ש והאופנים וחיות הקודש ברעש גדול מתנשאים לעומת השפרים לעומתם משבחים ואומרים וגו'.
איז געגאנגען א בחור הזעצער און אנגעפולט דעים ראשי תיבות מיט אדיר וחזק, שאין לו ביאור ושחר כלל, ונדפס אחריו בכל הסדורים
בטעות, ווער ס'קען א טובה טוען און טרעפען דער מראי מקום פונעם יעב"ץ ולדעתי הוא פליאה נשגבה וואס מענטשען און איבערהויפט חזנים
ווייסען אפי' נישט וואס זיי זאגען


איך האב דאס געזעהן אין מאיר עיני חכמים פון די אוסטראבצער און אויך אין ספר זכרון איש חי"ל פון נייפעסטע רב ז"ל. אויך האב איך עס געהערט נאכזאגן בשם ר' שמעו'לע ז'עליכובער. לכאורה איז דאס געווען א באקאנט ווארט און יעדער וואס האט דאס נאכגעזאגט, האט מען געמיינט אז ער האט עס מחדש געווען.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:55 am

ביקסאד האט געשריבן:אין מונקאטש'ער סידור'ל שער יששכר איז ער מדייק אזוי אשר בדברו מעריב ערבים בחכמה, פותח שערים בתבונה, משנה עתים, ומחליף וכו', נישט ווי די וועלט זעצט אשר בדברו מעריב ערבים, בחכמה פותח שערים, ובתבונה משנה עתים, ומחליף וכו', יאך האב איצטער נישט נאך געזוכט אין מאמר נוסח התפלה אפשר ווערט דארט גערעדט דערפון, און ווי אויך וואלט מען אפשר אויך באדארפט נאך צו קוקן אין דעם היינטיגן בעלזא סידור זעהן ווי אזוי זיי זעצן לויט ווי זיי פארשטייען חכמת הדקדוק, אבער תשועה ברוב יועץ.

די נוסח ווערט געברענגט אין שערי תשובה בשם הארי (נישט אז די מנח"א האט עס גענומען פון שערי תשובה)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:04 pm

בןהרחמן האט געשריבן:דער מנחת אלעזר זצ"ל האט כמעט אלע נוסחאות גענומען עפ"י קבלה מספרי האריז"ל ותלמידיו און פון די פריערדיגע סידורים פון די בעלי מקובלים למשל סידור ר' שבתי מרשקוב זי"ע (נאכן קריג האבן די מונקאטשע תלמידים ארויסגעגעבן דעם סידור מיט הגהות צבי תפארת פונעם דרכי תשובה, די מנח"א האט אליין ארויסגעגעבן "סידור חמדת ישראל" מיט הגהות פון די דרכי תשובה. נאכ'ן קריג איז ארויסגעקומען סידור שער יששכר אבער אן הגהות פון די דרכי תשובה. פאר צוואנציג יאר צוריק האבן זיי ארויסגעגעבן א סידור דרכי תשובה. אגב דאכט זיך מיר אז קאשויער רב ז"ל בעל ברכות שמים פלעגט אויך דאווענען אין דעם סידור), ביי די שמונה עשרה איז זייער אסאך ברכות אנדערש ווי רוב וועלט זאגט ווייל עפ"י קבלה אין טור ווערט שוין אויסגערעכענט מנין התיבות פאר יעדע ברכה האט יעדע ברכה א סכום ווערטער און לויט די וועלט'ס נוסח איז אסאך מאל דא מעהר, ממילא ביי אסאך ברכות זאגט מען נישט לויט דעם א ווארט צו עטליכע וואס די וועלט זאגט יא.

גראדע פאלט מיר יעצט איין (קען זיין עס שטייו שוין)דאס שרייבט דאך די מנח"א אין מאמר נוסח התפלה א ראי' צו דעם נוסח פון ברכת שמע קולינו, וואס די וועלט נוסח איז אב הרחמן שמע קולינו ה' אלקינו וכו' אבער אין מונקאטש (און איך מיין אין נאך פלעצער) זאגט מען אזוי "שמע קולינו ה' אלקינו אב הרחמן רחם עלינו וכו'", האב איך געטראכט אז באמת רופט מען דאך דאס איבעראל אין די גמ' שו"ע ופוסקים "ברכת שמע קולינו" איז אויב די נוסח וואלט געווען אנצוהייבן מיט אב הרחמן וואלט דאך עס געדארפט הייסן ברכת אב הרחמן, אלא מאי איז א סימן אז די מקור הברכה קומט אנצוהייבן מיט שמע קולינו, אזוי איז מיר יעצט איינגעפאלן ווער עס וויל קען מיך אפווענדן אבער אזוי האב איך יעצט געטראכט

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:16 pm

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די וואך שבת ביי מוסף האט ביי מיין (אין סקרענטאנע קאנטרי שטייטציך) מנין געדאווענט פארן עמוד א מונקאטשער, ביי כתר האט ער מסיים געווען 'אומרים פעמים באהבה' אנשטאט וואס מיר הערן אין סאטמאר 'פעמים באהבה שמע אומרים', איז דאס א מוקאטשטע טוויסט?
רוב חסידישע וועלט וואס זענען נמשך פון גאליציא און זאגן נישט 'ברוך יאמרו' זאגן 'אומרים פעמים באהבה', דער ייטב לב האט א תשובה אין אבני צדק צו פארענטפערען דעם 'האומר שמע שמע'.

אין באבוב (לכאורה מנהג צאנז) זאגט מען ואומרים פעמים באהבה, מיט א ו"ו פאר אומרים. די חילוק איז ווי "ערב ובוקר בכל יום תמיד" גייט ארויף. לויט די נוסח "ואומרים" גייט עס אויף ארויף, "המיחדים שמו ערב ובוקר בכל יום תמיד". לויט די נוסח פעמים באהבה שמע אומרים און אומרים פעמים באהבה, גייט עס אויף אראפ

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:21 pm

ביקסאד האט געשריבן:לכבוד שבת קודש, א פרישע נושא אין נוסחאות התפלה: "ו"קונה הכל, דער חילוק כאפט בעיקר ווי אזוי מען זאל אויס רעכענען עס זאל זיין בגימטריא דעם שם ונקה.

מיט דעם "ו" איז דער נוסח העולם, אין עיון תפלה בשם הגר"א אז אזוי ווי מען טרעפט אין די תורה ונקה חסר דערף מען אזוי זאגען, און אין די סידורי הגר"א, און אזוי פירן זיך די ראפשיצ'ע אייניקלעך און אזוי אויך אין סקאליע, דער בני יששכר אין דברים נחמדים, דער תפארת שלמה סוף פרשת בחקתי.

אן דעם אות "ו" איז דער נוסח איו די סידורי האר"י ר' שבתי און ר' אשר, אזוי אויך אין אבודרהם און אין משנת חסידים (תפלת האצילות, פ"ו אות ט-י), דער בעל התניא אין סידור, דער בוטשאטש'ער רב אין סידור דעת קדושים און אין אשל אברהם אויף שו"ע או"ח סימן ס"ח, דער קאמארנער אין חומש (היכל הברכה, בראשית צ"ג.) שרייבט ובשמ"ע יש לומר קונה הכל ויכוין ונקה, והאומר וקנה לא משתבש, אויף דעם שרייבט דער מונקאטש'ער רב אין מאמר נוסח התפלה סוף סעיף י"א ותמהני על הגה"ק הנ"ל שלא הרגישו בזה. וא"כ צ"ל קונ"ה (בלא ו' שקודם הק') והוא בגי' קס"א כנז':, אזוי איז אויך דער נוסח אין זידיטשוב-ספינקא און קאסאן.

אינטערעסאנטע זאך האב איך געזעהן אין די באבוב'ע סידור "צלותא דשלמה" אז א גאנץ יאר זאגט מען קונה און עשי"ת זאגט מען וקנה (אדער פארקערט)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:27 pm

מיללער האט געשריבן:
אז מ'רעדט פון נוסחאות התפלה, בנוגע דעם נוסח צו מ'זאגט 'אהבה רבה' אדער 'אהבת עולם', קודם איז דאס א מחלוקה פון מחבר און רמ"א אין או"ח סי' ס', מיר אשכנזים נעמען אן די רמ"א אז מ'זאגט אהבת עולם.

דער שערי תשובה ברענגט אבער אז עפ"י קבלה איז מען מחלק צווישן שבת און אינדערוואכן און אזוי אויך יוה"כ וואס דאן זאגט מען 'אהבה רבה', איך זעה אבער נישט ווער עס זאגט אז יו"ט זאגט מען 'אהבה רבה' ווייסט איינער א מקור?


דאס איז א מחלוקת ראשונים. די בני יששכר אויף שבועות שרייבט אויך די חילוק פון שבת און וואכן. איך געדענק נאר נישט אויב ער זאגט יו"ט איז אזויווי שבת. איך וועל נאכקוקן בל"נ.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:35 pm

ביקסאד האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אז מען רעדט פון כתר ביי מוסף, פלעגט דער קאשויער רב ז"ל ביים סוף כתר זאגן – אזוי ווי געוויסע זאגן - "וישמיענו ברחמיו לעיני כל חי לאמר" אנשטאט "וישמיענו ברחמיו "שנית" לעיני כל חי לאמר", די טעם איז, ווייל ווי האט פשט צו זאגן "שנית" ווען בהמשך גייט עס בפשטות ארויף אויף די ווערטער " הן גאלתי אתכם אחרית כראשית", וואס אויף די ווערטער פאסט נישט צו זאגן אז ער וועט עס זאגן די "צווייטע מאל", אז "יעצט האב איך ענק אויסגעלייזט, אזוי ווי די ערשטע מאל" ווייל דעמאלטס וועט זיין די ערשטע מאל וואס ער וועט זאגן, "יעצט איז ווי די ערשטע מאל" ודו"ק, נאר די פשט אויף די וואס זאגן יא, איז ווייל די ווערטער "וישמיענו ברחמיו שנית" קען ארויף גיין אויף די ווערטער "להיות לכם לאלקים אני השם אלקיכם" וואס דאס וועט דעמאלט זיין שוין די צוויטע מאל וואס מען וועט עס הערן.

דאס איז דאך אויך כפי נוסח מונקאטש.

הודעה #3000

די מנח"א שרייבט דאך דאס אין מאמר נוסח התפילה.
אין לקוטי מהרי"ח ברענגט ער די גירסאות וועגן וישמיענו ברחמיו שנית

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:56 pm

די מנח"א שרייבט אז ביי מוסף ר"ח זאל מען נישט זאגן "ויהי החודש הזה סוף וקץ לכל צרותינו" ווייל ס'קוקט אויס ווי מ'בעט ס'זאל זיין צרות ח"ו. כמדומה אז ער ברענגט נישט קיין מקור פון פריעדיגע וואס שרייבן מ'זאל עס נישט זאגן און ער איז מגיה בלויז מסברה. (ולענ"ד יש לדין)

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 11, 2018 2:10 pm

און אלקי נצור
וויאזוי איז די ריכטיגע, וכל הקמים והחושבים עלי רעה, אדער והחושבים עלי לרעה?

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג פאברואר 11, 2018 8:09 pm

דריידל האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:אן אונטרעסאטנטע זאך
שמעתי פעם בשם היעב"ץ ועד עכשיו לא מצאתי בספריו אולי יהיה מישהו שיוכל למצוא איזהו מקומן של שבחים

דער יעב"ץ שרייבט אז ער האט זיך אייביג געווינדערט ביים קדושה של שחרית בשב"ק,
ווי די חזנים ציען ארויף מיטן קול, אז בקול רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, און ער האט זיך אייביג געווינדערט
אז ס'איז נישט דער פונעם סידור אזוי מאריך צו זיין מיט לשונות בקול רעש גדול אדיר וחזק, און בכלל שרייבט ער
פארוואס שטייט נישט ארויסגעשריבען ווער זענען דיע משמיעים קול??

שרייבט ער ווייטער אז ער איז געגאנגען פארשען און נאכזוכען ביז ער האט געטראפן דער אן אלטע סידור ווי ס'שטייט
אז בקול רעש גדול או"ח משמיעים קול וגו', זאגט דער יעב"ץ אז לכאורה מיינט עס, אז בקול רעש גדול אופנים וחיות משמיעים קול
מיוסד אויפן תפלה של קרי"ש והאופנים וחיות הקודש ברעש גדול מתנשאים לעומת השפרים לעומתם משבחים ואומרים וגו'.
איז געגאנגען א בחור הזעצער און אנגעפולט דעים ראשי תיבות מיט אדיר וחזק, שאין לו ביאור ושחר כלל, ונדפס אחריו בכל הסדורים
בטעות, ווער ס'קען א טובה טוען און טרעפען דער מראי מקום פונעם יעב"ץ ולדעתי הוא פליאה נשגבה וואס מענטשען און איבערהויפט חזנים
ווייסען אפי' נישט וואס זיי זאגען


איך האב דאס געזעהן אין מאיר עיני חכמים פון די אוסטראבצער און אויך אין ספר זכרון איש חי"ל פון נייפעסטע רב ז"ל. אויך האב איך עס געהערט נאכזאגן בשם ר' שמעו'לע ז'עליכובער. לכאורה איז דאס געווען א באקאנט ווארט און יעדער וואס האט דאס נאכגעזאגט, האט מען געמיינט אז ער האט עס מחדש געווען.

עיין באשכול דיונים בניקוד בתפילה:
viewtopic.php?p=1288807#p1288807
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 14, 2018 2:53 am

דממה דקה האט געשריבן:און אלקי נצור
וויאזוי איז די ריכטיגע, וכל הקמים והחושבים עלי רעה, אדער והחושבים עלי לרעה?

אין גמרא שטייט "רעה", און שרייבט דער אבודרהם און אזוי איז נוסח אשכנז
דער נוסח "לרעה" איז דער מקור פון סידור ר' עמרם גאון און אזוי שטייט אין של"ה
זאל זיין נארגוט
לעצט פאראכטן דורך זענדל אום מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך פאברואר 14, 2018 2:57 am

זענדל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:און אלקי נצור
וויאזוי איז די ריכטיגע, וכל הקמים והחושבים עלי רעה, אדער והחושבים עלי לרעה?

אין גמרא שטייט "רעה", און שרייבט דער אבודרהם און אזוי איז נוסח אשכנז
דער נוסח "לרעה" איז דער מקור פון סידור רע"ג און אזוי שטייט אין של"ה
זאל זיין נארגוט

??

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:26 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:??

סדר ר' עמרם גאון
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:39 am

זענדל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:און אלקי נצור
וויאזוי איז די ריכטיגע, וכל הקמים והחושבים עלי רעה, אדער והחושבים עלי לרעה?

אין גמרא שטייט "רעה", און שרייבט דער אבודרהם און אזוי איז נוסח אשכנז
דער נוסח "לרעה" איז דער מקור פון סידור ר' עמרם גאון און אזוי שטייט אין של"ה
זאל זיין נארגוט

לכאורה איז געווען צוויי גרסאות אין די גמרא

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מארטש 13, 2018 3:54 pm

אין דרכי חיים ושלום שטייט אז יום א' וב' דפסח האט מען ביים מנח"א געזאגט בשעת הוצאת ס"ת א תפילה מיוחדת הנדפסת בכמה מחזורים, ווייסט איינער וועלכע תפילה דאס איז, וואו עס איז געדריקט און אין וועלכע נאך חצרות האט מען זיך געפירט דאס צו זאגן ?

DCV.JPG
DCV.JPG (43.76 KiB) געזעהן 1081 מאל

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » דינסטאג מארטש 13, 2018 5:18 pm

טייבעלע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:אן אונטרעסאטנטע זאך
שמעתי פעם בשם היעב"ץ ועד עכשיו לא מצאתי בספריו אולי יהיה מישהו שיוכל למצוא איזהו מקומן של שבחים

דער יעב"ץ שרייבט אז ער האט זיך אייביג געווינדערט ביים קדושה של שחרית בשב"ק,
ווי די חזנים ציען ארויף מיטן קול, אז בקול רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, און ער האט זיך אייביג געווינדערט
אז ס'איז נישט דער פונעם סידור אזוי מאריך צו זיין מיט לשונות בקול רעש גדול אדיר וחזק, און בכלל שרייבט ער
פארוואס שטייט נישט ארויסגעשריבען ווער זענען דיע משמיעים קול??



עי' מזה בקובץ אור ישראל מה שכתבו בזה, בחלק ל"א עמוד רל"א, ועוד...
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 16, 2018 2:24 am

דוד משה האט געשריבן:אין דרכי חיים ושלום שטייט אז יום א' וב' דפסח האט מען ביים מנח"א געזאגט בשעת הוצאת ס"ת א תפילה מיוחדת הנדפסת בכמה מחזורים, ווייסט איינער וועלכע תפילה דאס איז, וואו עס איז געדריקט און אין וועלכע נאך חצרות האט מען זיך געפירט דאס צו זאגן ?

גאנץ מעגליך ער מיינט די תפילה פתחו לי שערי צדק צלותא דרעוא קמי עתיקא דעתיקין וכו'.

די תפילה האב איך געזען צוברענגען אין סידור מתוק מדבש (שבת) ומציין בשם ספר חרדים וכן בסידור ישועת ישראל תפילה על הדבקות מרבינו מאיר הלוי לאומרה בזמן מנחה של שבת.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 23, 2018 3:35 am

שאלה,

אין די בעלזא סידור עבודת השם (אינו ת"י כעת) ביי די דריי פסוקים ה' צבקות עמנו... אשרי אדם... ה' הושיעה המלך יעננו וואס מ'זאגט פארנט,
שטייט דארט אז ביום שאין אומרים תחנון זאגט מען נאר איין מאל די פסוקים, נישט ג' פעמים כנהוג.

איינער ווייסט די מקור דערצו?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » פרייטאג מארטש 23, 2018 10:19 am

שוועמל האט געשריבן:שאלה,

אין די בעלזא סידור עבודת השם (אינו ת"י כעת) ביי די דריי פסוקים ה' צבקות עמנו... אשרי אדם... ה' הושיעה המלך יעננו וואס מ'זאגט פארנט,
שטייט דארט אז ביום שאין אומרים תחנון זאגט מען נאר איין מאל די פסוקים, נישט ג' פעמים כנהוג.

איינער ווייסט די מקור דערצו?

נישט ממש א מקור אבער קרוב לזה
שטייט אין תפילה ישרה סידור אז נאר בזמן מגפה זאגט מען די פסוקים 3 מאל

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג מארטש 23, 2018 10:40 am

שוועמל האט געשריבן:שאלה,

אין די בעלזא סידור עבודת השם (אינו ת"י כעת) ביי די דריי פסוקים ה' צבקות עמנו... אשרי אדם... ה' הושיעה המלך יעננו וואס מ'זאגט פארנט,
שטייט דארט אז ביום שאין אומרים תחנון זאגט מען נאר איין מאל די פסוקים, נישט ג' פעמים כנהוג.

איינער ווייסט די מקור דערצו?

אין פאפא (שהם נוהגים מנהגי בעלזא) זאגט מען אייביג נאר 1 מאל איעדע פסוק.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט