נוסחאות התפלה ומנהגיה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
- לאקאציע: אין קוועטש פלאץ
דוד משה האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:שאלה,
אין די בעלזא סידור עבודת השם (אינו ת"י כעת) ביי די דריי פסוקים ה' צבקות עמנו... אשרי אדם... ה' הושיעה המלך יעננו וואס מ'זאגט פארנט,
שטייט דארט אז ביום שאין אומרים תחנון זאגט מען נאר איין מאל די פסוקים, נישט ג' פעמים כנהוג.
איינער ווייסט די מקור דערצו?
אין פאפא (שהם נוהגים מנהגי בעלזא) זאגט מען אייביג נאר 1 מאל איעדע פסוק.
אין תפלה ישרה סידור שטייט אז מען זאגט דאס איין מאל, און בשעת מגיפה זאגט מען עס 3 מאל.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
shalsheles האט געשריבן:ווי איז דער מקור אז מען לייגט צו די פסוק לכו נרננה נאכן שיר של יום רביעי?
זע דא
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
שוועמל האט געשריבן:שאלה,
אין די בעלזא סידור עבודת השם (אינו ת"י כעת) ביי די דריי פסוקים ה' צבקות עמנו... אשרי אדם... ה' הושיעה המלך יעננו וואס מ'זאגט פארנט,
שטייט דארט אז ביום שאין אומרים תחנון זאגט מען נאר איין מאל די פסוקים, נישט ג' פעמים כנהוג.
איינער ווייסט די מקור דערצו?
דו ווייסט שוין א מקור פארוואס דער וועלט זאגט בכלל 3 מאל, ווי דער מקור צו דעם?
כתבי אר"י שטייט אז מען זאגט די פסוקים ולא נזכר בכלל שאומרים ג"פ, רק בעת מגפה ח"ו נזכר שאומרים ג"פ
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
שוועמל האט געשריבן:דוד משה האט געשריבן:אין דרכי חיים ושלום שטייט אז יום א' וב' דפסח האט מען ביים מנח"א געזאגט בשעת הוצאת ס"ת א תפילה מיוחדת הנדפסת בכמה מחזורים, ווייסט איינער וועלכע תפילה דאס איז, וואו עס איז געדריקט און אין וועלכע נאך חצרות האט מען זיך געפירט דאס צו זאגן ?
גאנץ מעגליך ער מיינט די תפילה פתחו לי שערי צדק צלותא דרעוא קמי עתיקא דעתיקין וכו'.
די תפילה האב איך געזען צוברענגען אין סידור מתוק מדבש (שבת) ומציין בשם ספר חרדים וכן בסידור ישועת ישראל תפילה על הדבקות מרבינו מאיר הלוי לאומרה בזמן מנחה של שבת.
ניין, די כוונה איז צו א צווייטע תפלה, רבש"ע מלא משאלותי לטובה וכו' ותוציאנו מעבדות לחרות, משעבוד לגאולה וכו', ומקורו בספר שם טוב קטן.
און דאס איז בהוספה צו די תפלה וואס מען זאגט בכל ג' רגלים ומקורו בספר שערי ציון
איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט בביאור התפילה פון דעם לאנגן והוא רחום וואס מיר זאגן מאנטאג און דאנערשטאג.
ביים שטיקל פון "אין כמוך חנון ורחום" זאגן מיר:
והסר ממנו מכת המות כי רחום אתה. וויל איך פארשטיין, וואס בעטן מיר פון בוכ"ע, אז זאל אפטאן פון אונז מיתה, מיר זאלן נישט שטארבן, אדער ער זאל אפטאן פון אונז "מכת המות", ענליך ווי מיר זאגן שפעטער: "והסר ממנו מכת המגפה וגזירה קשה".
די ביאורים און טייטש סידורים זענען עפעס נישט מפרש וואס מיר בעטן דא.

- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
מצלמה האט געשריבן:איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט בביאור התפילה פון דעם לאנגן והוא רחום וואס מיר זאגן מאנטאג און דאנערשטאג.
ביים שטיקל פון "אין כמוך חנון ורחום" זאגן מיר:
והסר ממנו מכת המות כי רחום אתה. וויל איך פארשטיין, וואס בעטן מיר פון בוכ"ע, אז זאל אפטאן פון אונז מיתה, מיר זאלן נישט שטארבן, אדער ער זאל אפטאן פון אונז "מכת המות", ענליך ווי מיר זאגן שפעטער: "והסר ממנו מכת המגפה וגזירה קשה".
די ביאורים און טייטש סידורים זענען עפעס נישט מפרש וואס מיר בעטן דא.
פון ספר ברוך שאמר לר' ברוך עפשטיין
חוח בין השושנים האט געשריבן:מצלמה האט געשריבן:איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט בביאור התפילה פון דעם לאנגן והוא רחום וואס מיר זאגן מאנטאג און דאנערשטאג.
ביים שטיקל פון "אין כמוך חנון ורחום" זאגן מיר:
והסר ממנו מכת המות כי רחום אתה. וויל איך פארשטיין, וואס בעטן מיר פון בוכ"ע, אז זאל אפטאן פון אונז מיתה, מיר זאלן נישט שטארבן, אדער ער זאל אפטאן פון אונז "מכת המות", ענליך ווי מיר זאגן שפעטער: "והסר ממנו מכת המגפה וגזירה קשה".
די ביאורים און טייטש סידורים זענען עפעס נישט מפרש וואס מיר בעטן דא.
פון ספר ברוך שאמר לר' ברוך עפשטיין
ייש"כ פאר דיין מראה מקום.
דעם פשט פון "ברוך שאמר" ווערט אפט צוברענגט, אבער פון די ווערטער והסר ממנו מכת המגפה, איז טייטש אז מכה מיט מגיפה גייט אינאיינעם. ווייל מיר בעטן נישט אז נאר די שרעקליכע מכה מגיפה זאל השי"ת אפטאן. נאר יעדע מגיפה זאל ער אפטאן פון אונז.
ממילא איז דאך משמע אז מכת המות איז אויך נישט קיין ספעציעלע מיתה, נאר א געווענליכע מיתה. והדרן קושיא לדוכתא.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מצלמה האט געשריבן:איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט בביאור התפילה פון דעם לאנגן והוא רחום וואס מיר זאגן מאנטאג און דאנערשטאג.
ביים שטיקל פון "אין כמוך חנון ורחום" זאגן מיר:
והסר ממנו מכת המות כי רחום אתה. וויל איך פארשטיין, וואס בעטן מיר פון בוכ"ע, אז זאל אפטאן פון אונז מיתה, מיר זאלן נישט שטארבן, אדער ער זאל אפטאן פון אונז "מכת המות", ענליך ווי מיר זאגן שפעטער: "והסר ממנו מכת המגפה וגזירה קשה".
די ביאורים און טייטש סידורים זענען עפעס נישט מפרש וואס מיר בעטן דא.
בראשית ברא האט געשריבן:פשוט דער צווייטער
אמת, אבער דער צווייטער איז דאך גארנישט פשוט, מכת המגפה וגזירה קשה איז פארשטענדליך אבער וואס איז דאס מכת המות אויב נישט סתם מיתה?
ייש"כ מצלמה פאר מעורר זיין.
איך האב געזוכט אין ה"ב און געזען אז דער הפלאה בתוך הדברים זאגט א שטיקל פשט.
זע סוף אות כו
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=7
והיינו דאמר והסר ממנו מכת המות היינו מיתה קשה כמ"ש חז"ל בברכות [ח.]
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 731
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
צָֽלֲלוּ֙ כַּֽעוֹפֶ֔רֶת בְּמַ֖יִם אַדִּירִֽים
כ"כ בסדורים ישנים אין מזאגט צָלְלוּ ווען לכורא דארף מעם זאגן צָלַלוּ,
אין די נייע סדורים שטייט שוין צָלְלוּ.
איז דא עפעס א נ"מ ?
כ"כ בסדורים ישנים אין מזאגט צָלְלוּ ווען לכורא דארף מעם זאגן צָלַלוּ,
אין די נייע סדורים שטייט שוין צָלְלוּ.
איז דא עפעס א נ"מ ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
המעריב ערבים האט געשריבן:צָֽלֲלוּ֙ כַּֽעוֹפֶ֔רֶת בְּמַ֖יִם אַדִּירִֽים
כ"כ בסדורים ישנים אין מזאגט צָלְלוּ ווען לכורא דארף מעם זאגן צָלַלוּ,
אין די נייע סדורים שטייט שוין צָלְלוּ.
איז דא עפעס א נ"מ ?
שמעתי פעם מהרב ר' הערשל מייזליש אז דער חטף אויף צָלְלוּ (און נאך ווערטער) איז נישט ריכטיג און דאס איז א פשוט'ער שווא נע.
לפי ווי איך האב געוואוסט קומט א חטף דוקא אויף אותיות וואס זענען נישט מקבל קיין שווא נע און לפי ווי ער זאגט זענען טאקע אסאך נחטף בטעות. ער טענה'ט אז אמאליגע מדפיסים האבן גענוצט דעם חטף במקום שווא נע אדער לסימן שווא נע
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
המעריב ערבים האט געשריבן:צָֽלֲלוּ֙ כַּֽעוֹפֶ֔רֶת בְּמַ֖יִם אַדִּירִֽים
כ"כ בסדורים ישנים אין מזאגט צָלְלוּ ווען לכורא דארף מעם זאגן צָלַלוּ,
אין די נייע סדורים שטייט שוין צָלְלוּ.
איז דא עפעס א נ"מ ?
ריכטיג קומט מיט א קמ"ץ גדו"ל, שו"א נע, מלאפום.
ביידע זענען אבער ריכטיג, דער חט"ף איז נאר להורות להנ"ל, לויטן מנחת שי פינטלט מען אבער אלעמאל מיט א שו"א, עיין מנחת שי פ' לך לך ובכמה מקומות, ובמאמר המאריך בסוף ספרו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר מאה
- תגובות: 156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
שלום לרבני ארץ.
איך האב געזעהן, אז, בכמה מקומות איז דער מנהג שבת בהוצאת ספר תורה, נישט צו פארמאכן דעם ארון הקודש ווי לאנג דער חזן זאגט שמע ישראל, אוך זוך א מקור פאר דעם מנהג, ווייסט איינער?
מלשון הטור איז דא א מקום צו דעם, אין טור שטייט "ועומד בפתח ההיכל ואומר שמע ישראל"
ווער קאן מרחיב זיין?

וחיי עולם נטע
Re: למחילת חטא ולסליחת עון ולכפרת פשע
יהיה כן האט געשריבן:נעכטן האט א יונגערמאן ביי אונז אין ס'מעדרש געדאוונט מוסף פארן עמוד, ביי די ווערטער למחילת חטא ולסליחת עון ולכפרת פשע, די וועלט איז זיך נוהג צו זאגן למחילת חטא ולסליחת עון, דער עולם זאגט אמן, און דערנאך ולכפרת פשע, ווייטער אמן, דער האט אבער געזאגט אלע דריי למחילת חטא ולסליחת עון ולכפרת פשע, אמן - טענה'נדיג אז ס'יז א טעות פון די וועלט ווייל מחילה סליחה וכפרה קומט ציזאמען.
ער איז לכאורה גערעכט, נישט אזוי?
איך געדענק אויך אזוי פון מיינע קינדער יארן
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 269
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
ביי די דרעזנער אין שמעלצער שמועס האט מען אויפגעברענגט איין וואך ווי עס איז די מקור צו זאגען ברוך הו וברוך שמו ביים דיכענען ווען מען זאגט השם, ווייס איינער די מקור ?
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
לאמיר פארשטיין האט געשריבן:ברוך הוא וברוך שמו ביים דוכענען ווען מען זאגט השם
פסקי תשובות ברענגט די דיעות אין דעם
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 731
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
ביי יעלה ויבא זאגט מען ראש חודש הזה אדער ראש החודש הזה ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 731
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
אחינו בית ישראל זאגט אויך נאר די חזן אדער דאס איז אויך פאר קהל?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
המעריב ערבים האט געשריבן:אחינו בית ישראל זאגט אויך נאר די חזן אדער דאס איז אויך פאר קהל?
מתחילה איז געווען איינגעפירט נאר די חזן. משתקפו הצרות אין די תר״ע יארן האט מען איינגעפירט בכמה קהילות אז די גאנצע קהל זאגט דאס.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 731
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
לב בשר האט געשריבן:המעריב ערבים האט געשריבן:אחינו בית ישראל זאגט אויך נאר די חזן אדער דאס איז אויך פאר קהל?
מתחילה איז געווען איינגעפירט נאר די חזן. משתקפו הצרות אין די תר״ע יארן האט מען איינגעפירט בכמה קהילות אז די גאנצע קהל זאגט דאס.
פאר די ערשטע וועלט קריג ?
וועליכע קהילות ?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
Re: נוסחאות התפלה ומנהגיה
ס׳איז געווען אן ענין לשעה. היינט דארף עס ווידער בלויז דער ש״ץ זאגן, וכן נהוג בכמה מקומות, ווי מען ווייסט וואס מען טוט.