וחי צער תחיה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהרןרייך

וחי צער תחיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרןרייך »

איך זיך א מקור צו דעם תורה וואס איך האב לעצטענס געהערט

די בעש"ט הק' זיעועכי"א האט נאכגעזאגט פאר זיינער תלמידים בשם אליהו הנביא ממתיבתא דרקיעא
אז וחי צער תחיה מיינט נישט פשוט אז מ'זאל לעבען מיט צער צו דען איז דאס די דרכה של תורה?

נאר פשט איז וחי צער תחיה

אז ווען מען זעהט א איד וואס איז בצער דארף מען אלעס אוועק לייגען אין עהם זעהן צו העלפען
אין זיך נישט איינרעדען אז די דרכה של תורה איז זיך מתעלם זיין פון א צובראכענע איד ח"ו,

נאר אדרבה איהם מחיה זיין

ווער עס וויסט ווי דאס ווערט געברענגט זאל מוחל זיין אין עס מפרסם זיין

יישר כח
בברכת חזק ואמץ גייטס אלע מחיל אל חיל
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דאס איז א שיינע רמז (א חלק פון די תורה פונקט ווי פשט), אבער פשוט פשט איז אז מען זאל נישט לעבען מיט לוקסוס נאר מיט איינגענומענקייט אזוי ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין די משנה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אין רב ייב"י איז דא א טייער ווארט וואס שטימט אויך עפ"י פשט.
ער פרעגט וואס איז די לשון פון "ואם אתה עושה" פון דעם רעדט מען דאך אין צווייטענס מילא אשריך בעוה"ב פארשטיי איך אבער וואס איז פשט מיט אשריך בעוה"ז.
נאר איז ער מסביר אז עס זענען דא צוויי מהלכים אין עבודת האכילה, איינס אז דאס ברענגט צו אז מ'זאל האבן כח צו דינען דעם אייבישטער אין צווייטע והוא העיקר איז אז דאס אליין איז אן עבודה.
וזה הפירוש כל הוא דרכה של תורה אויב דאס איז נאר א דרך אנצוקומען צום תורה דעמאלטס פת במלח וכו' ווייל מ'זאל זיך נישט מגשם זיין, נאר עסן וויפיל עס פעלט זיך באמת אויס. אבער אויב אם אתה עושה כן דהיינו אז די עסן אליין איז אן עשיה און עבודת ה', דעמאלטס אשריך בעוה"ז קענסטו שוין עסן אין טרינקען אין אלעס איז עבודת השי"ת.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”