סדר השתלשלות קבלת תורתינו עד היום

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

סדר השתלשלות קבלת תורתינו עד היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין פסוק שטייט
ה' קטנטנהי רואשהית דחראכו וגו' וטזאהזיזה זאצאלוי אטמוין, וטזאהזחיה שחסעשסולעהים יום יום,
מאשחזחזקת לאפטנטיו באכטל עות, מאשחזחזקת באתובול אגראצו, ואשחעגשועוי זאת באנוי אטדטם (משלי ח')


- א -
ה' קנני ראשית דרכו.
די תורה הקדושה זאגט אויף זיך אליין, איך בין איינס פון די זעקס זאכן וואס עס איז באשאפן געווארן נאך פאר בריאת העולם, שטייט אין מדרש, ר' אבא האט געזאגט אז די תורה איז באשאפן געווארן נאך פאר די כסא הכבוד, די גאנצע בריאת העולם איז נאר געווען אין זכות פון די תורה וואס די אידן וועלן מקבל זיין און איינהאלטן אזוי ווי עס שטייט "ה' בחכמה יסד ארץ" אז דער אויבערשטער האט צוליב די חכמה, (דאס מיינט די תורה) באשאפן די וועלט, אזוי ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, אז ביי קבלת התורה האט דער אויבערשטער געזאגט, טאמער וועלן די אידן נישט מקבל זיין די תורה, וועט ער צוריק מאכן די וועלט אויף תהו ובהו.

- ב -
ואהיה אצלו אמון, ואהיה שעשועים יום יום.
די תורה הק' זאגט ווייטער, איך בין געווען ביים אויבערשטען באהאלטען צוויי טויזענט יאר, ווייל ביים אויבערשטען איז איין טאג אזוי ווי טויזענט יאר, און אז עס שטייט יום יום מיינט עס צוויי טויזענט יאר, דער אויבערשטער האט שוין געשריבן די תורה מיט צוויי טויזענט יאר פאר בריאת העולם, און דער באשעפער האט זיך משתשע געווען מיט די תורה הק', אזוי ווי פאר בריאת העולם איז נאך נישט געווען קיין בהמות מיט וואס צו מאכן פארמעט, האט דער באשעפער געשריבן די תורה מיט שווארצע פייער אויף ווייסע פייער, ווי עס שטייט "מימינו אש דת למו"
(פ' וזאת הברכה).

- ג -
ואהיה אצלו אמון - אל תקרי אמון אלא אומן. (כלי אומנות)
ווען דער באשעפער האט געוואלט באשאפן די וועלט, האט ער זיך קודם באראטן מיט די תורה, אין האט געפרעגט די תורה, זאל איך באשאפן די וועלט ? האט די תורה הק' געזאגט, רבש"ע דו ווייסט דאך אלע באהאלטענע זאכן, און דו זעהסט אלעס וואס גייט זיין, טו וויאזוי דו פארשטייסט, ווען דער אויבערשטער האט געהערט דעם ענטפער פון די תורה, איז עס אים זייער געפעלן, האט דער באשעפער גענומען די תורה מיט זיך אין מיט דעם האט ער באשאפן די וועלט.
ווען דער באשעפער האט באשאפען די וועלט, האט דער באשעפער גענומען די תורה און האט אין דעם אריינגעקוקט, און אזוי האט ער באשאפן די וועלט, ווי עס שטייט אין מדרש אויף דעם פסוק ואהיה אצלו אמון, דו זאלסט נישט ליינען אמון נאר אומן, דאס מיינט אז איך בין געווען אזוי ווי א בוי מייסטער פארן אויבערשטען אויף צו באשאפן די וועלט, אזוי ווי די תורה אליין איז מעיד אויף זיך, "ב"ראשית, "בי" מיט מיר "ראשית ברא" האט דער באשעפער באשאפן די הימל און די ערד.

- ד -
משחקת לפניו בכל עת.
די תורה הק' האט זיך אפגערעדט פארן רבונו של עולם, און געזאגט, פארוואס האסטו מיך באשאפן צוויי טויזענט יאר פאר בריאת העולם, אויב דו ווילסט מיך נישט געבן פאר די מענטשן פון די ערד ? האבן די מלאכי השרת גע'ענטפערט, אז די מענטשן וועלן זינדיגן און זיי זענען נישט ראוי צו באקומען די הייליגע תורה, עס איז בעסער ווען די תורה וועט בלייבן דא אין הימל מיט אונז, ווען די תורה האט דאס געהערט האט זיך די תורה צולאכט פארן אויבערשטען, אזוי ווי עס שטייט משחקת לפניו, און דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די מלאכים, די תורה לאכט פון ענק און פרעגט פארוואס דארפט עטס א תורה ? זענט עטס דען געווען קנעכט אין מצרים ביי פרעה ? קענט עטס דען עסן און טרינקען ? גייט דען ביי ענק אן די הלכות פון טומאה און טהרה ? זענען די מלאכים שטיל געשוויגן און האבן נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

- ה -
משחקת בתבל ארצו.
אפילו נאכדעם וואס די וועלט איז באשאפן געווארן, האט דער באשעפער נאך נישט געגעבן די תורה פאר די מענטשן, נאר עס איז געבליבן אין הימל נאך צוויי טויזענט יאר, און קיין שום מענטש האט נישט מקיים געווען די מצות פון די תורה, אפילו עס איז געווען צדיקים אזוי ווי נח - שם - ועבר, וואס זיי האבן געלערענט די תורה, אבער זיי האבן נאר געהאלטן די ý7þ מצות וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר נח, אזוי ווי עס שטייט משחקת בתבל ארצו דאס מיינט אז די תורה איז נאר געווען על פני תבל, אבער מענטשן האבן נישט מקיים געווען די מצות פון די תורה, ביז אברהם אבינו איז געקומען, וואס ביי אים שטייט "וישמור משמרתי מצותי חקתי ותורתי", אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז אברהם אבינו האט מקיים געווען, אפילו די מצוה פון עירוב תבשילין, וואס דאס איז נאר א מצוה מדרבנן, דעמאלט האט זיך גע'ענדיגט די צוויי טויזענט יאר פון נאך בריאת העולם, און די תורה האט אנגעהויבן נתגלה צו ווערן, ביז עס איז געקומען צו מתן תורה און אלע אידן האבן מקבל געווען די תורה הק'.

- ו -
ושעשועי בני אדם.
און ביזן היינטיגן טאג, ווען א מענטש וויל זיך דערפרייען זיין הארץ און דערקוויקן זיין גייסט, צו וויסן וואס צו טאן, און וויאזוי זיך צו פירן, טרעפט ער דאס אין די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, תורת ה' תמימה משיבת נפש, עדות ה' נאמנה מחכימת פתי, פקודי ה' ישרים משמחי לב, מצות ה' ברא מאירת עינים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א
ומשה היה רועה צאן יתרו.
ווען עס איז אנגעקומען ט"ו ניסן ב' אלפים תמ"ז, פונקט א יאר פאר די אידן זענען ארויס פון מצרים, ווען משה רבינו וואס איז געווען א פאסטעך ביי יתרו, איז געגאנגען מיט די שעף פאשען אין מדבר, אינמיטן פאשען איז איין שאף אוועקגעלאפן, משה רבינו איז אים נאכגעלאפן, ביז די שאף איז אנגעקומען צו א פלאץ וואס הייסט חסוח, דארט איז געווען א ברין מיט וואסער און די שעפעלע האט זיך אפגעשטעלט טרינקען, ווען משה רבינו איז אנגעקומען און געזען אז דאס שעפעלע טרינקט וואסער, האט משה רבינו געזאגט איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט דארשטעריג, און ער האט געזעהן

אז דאס שעפעלע איז זייער מיעד האט ער עס גענומען אויף זיין אקסעל, ווען דער אויבערשטער האט געזעהן די מדה פון רחמנות ביי משה רבינו האט דער באשעפער געזאגט, ער איז ראוי' צו זיין דער פאסטעך פון כלל ישראל !

- ב -
ויבא אל הר האלקים חרבה.
משה רבינו איז אנגעקומען צום בארג פון

באשעפער אין חורב (מדבר סיני), וואס אויף דעם בארג האט דער באשעפער געגעבן די תורה פאר די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, און ווייל ביי קבלת התורה האט דער אויבערשטער געגעבן די תורה דורך משה רבינו, האט משה רבינו געדארפט זיין שטענדיג פארבינדן מיטן באשעפער דורך די העכסטע און גרעסטע מאס פון נבואה, דערפאר האט דער באשעפער געוואלט אז משה רבינו זאל זיך צוביסלעך צוגעוואוינען צו די גרויסע מדריגה, האט זיך דער באשעפער דאס ערשטע מאל באוויזן צו משה דורך א מלאך, אזוי ווי עס שטייט "וירא מלאך ה' אליו בלבת אש" אין א פלאם פייער (כדי ווען עס וועט געגעבן ווערן די תורה אויף דעם בארג מיט פלאמען פייער, זאל ער זיך נישט דערשרעקן) אין מיטן פון א דארן וואס הייסט "סנה" (וועגן דעם הייסט דער בארג "סיני") צו ווייזן אז דער באשעפער פיעלט דעם צער פון די אידן אין מצרים, משה רבינו זעהט אז דער דארן ווערט נישט פארברענט, זאגט משה רבינו צו די אנדערע פאסטעכער אז זיי זאלן קוקן אויף די אונטערעסאנטע זאך, אבער זיי זאגן פאר משה, אז זיי זעהן גארנישט.

- ג -
ויאמר משה אסורה נא.
זאגט משה איך וויל צוגיין זעהן די אונטערעסאנטע זאך פארוואס דער דארן ווערט נישט פארברענט, ווען דער באשעפער האט געזעהן אז משה וויל נאנט טרעטן צו דעם הייליגן פלאץ, זאגט דער אויבערשטער צו משה - "משה משה" , האט משה געזאגט איך בין דא און גרייט.

- ד -
אל תקרב הלום של נעליך מעל רגליך.
זאגט אים דער באשעפער, טרעט נישט נאנט צום בארג טו דיר אויס די שיך, ווייל דאס פלאץ ווי דו שטייסט איז א הייליג פלאץ, און כאטש משה איז נאך געווען ווייט פון דעם סנה, ווייל די סנה איז געווען אין שפיץ בארג, דארט ווי דער באשעפער איז געווען בשעת מתן תורה, האט אים דער אויבערשטער געזאגט ער זאל זיך שוין אויסטאן די שיך ווייל די גאנצע בארג איז הייליג.

- ה -
אנכי אלקי אביך.
דער באשעפער זאגט ווייטער צו משה, איך בין דער באשעפער פון דיין טאטען און פון אברהם יצחק און יעקב, ווען משה האט דאס געהערט, האט ער זייער שטארק מורא געהאט צו קוקן אויפן באשעפער , און ער האט זיך פארדעקט זיין פנים (פארדעם האט משה זוכה געווען צו האבן שטראלעדיגן פנים).

- ו -
ויאמר ה' ראה ראיתי.
דער אויבערשטער זאגט צו משה, איך האב געזעהן די גרויסע צרות פון די אידן, וואס די מצריים פייניגן זיי, איך האב צוגעהערט זייער וויי געשריי, און איך ווייס זייער ווייטאג, וועגן דעם בין איך אראפ געקומען זיי ארויס צונעמען פון מצרים, און זיי אריין ברענגען קיין ארץ ישראל.

- ז -
ועתה לך ואשלחך
און יעצט משה גיי און איך וועל דיך שיקן צו פרעה, און דו וועסט ארויס נעמען די אידן פון מצרים.

- ח -
מי אנכי וגו' וכי אוציא את בני ישראל
זאגט משה רבינו פארן באשעפער, איינס, ווער בין איך, און וואס בין איך דעם חשוב אז איך זאל גיין צו פרעה, און צווייטנס, וואס פאר א זכות האבן די אידן אז זיי זאלן ארויס גיין פון מצרים.

- ט -
בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה
האט עם דער באשעפער גע'ענטפערט, אויף די ערשטע שאלה וואס דו האסט געפרעגט וואס בין איך חשוב, זאג איך דיר אז נישט דו משה אליין וועסט גיין צו פרעה, נאר איך וועל מיטגיין מיט דיר, און די צווייטע שאלה וואס דו האסט געפרעגט, וואסערע זכות די אידן האבן אז זיי זאלן ארויס פון מצרים, איז דער תירץ, אז דריי חדשים נאך וואס די אידן וועלן ארויס גיין פון מצרים, וועט זיין דער גרויסער מעמד פון קבלת התורה, און פאר דעם וועלן די אידן מקריב זיין קרבנות, און וועגן דעם זכות זענען זיי ראוי ארויס צו גיין פון מצרים.

- י -
לך ואספת
דער באשעפער זאגט ווייטער פאר משה, ער זאל נעמען אלע זקני ישראל, און גיין צו פרעה דער קעניג פון מצרים, אז ער זאל ארויס לאזן די אידן פון מצרים, ווייל מיר ווילן גיין א וועג פון ý3þ טעג (פון מצרים ביז בארג סיני איז געווען א וועג פון ý3þ טעג) און מיר ווילן מקריב זיין קרבנות פארן אויבערשטען.

- יא -
שלח נא ביד תשלח
משה רבינו זאגט פארן אויבערשטען, שיק דעם וועם דו שיקסט געווענליך, דאס מיינט מיין ברודער אהרן, ווייל די אלע יארן וואס משה רבינו איז נישט געווען אין מצרים, איז אהרן געווען דער נביא ה', און יעצט וועל איך אוועק נעמען זיין גרויסקייט?

- יב -
הנה הוא יוצא לקראתך וראך ושמח בלבו
זאגט עם דער באשעפער, אז פאר דיין ברודער אהרן וועט גארנישט וויי טאן אז דו וועסט ארויסנעמען די אידן פון מצרים, דו וועסט זען אז ווען דו וועסט צוריק גיין קיין מצרים וועט אהרן דיר אקעגן קומען און ער וועט זיך פרייען אין זיין הארץ, משה רבינו האט זיך געוואלט ארויסדרייען פון דעם שליחות דורך פארשידענע וועגן, אזוי איז ער געשטאנען אויפן בארג סיני ý7þ טעג, און זיך דורך געשמועסט מיטן באשעפער, ביז ער האט אנגענומען די שליחות, און ער איז געגאנגען צו פרעה, און געברענגט אויף אים און אויף זיין גאנצע פאלק די צען מכות, ביז עס איז געקומען די גליקלעכע מינוט און די אידן זענען ארויס פון מצרים פונקט א יאר נאך די אויבן דערמאנטע מעשה, אין יאר ב' אלפים תמ"ח, ט"ו ניסן (פסח).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- א -
ווען די אידן זיינען ארויס פון מצרים, זענען זיי געווען זייער אויסגעמוטשעט און צובראכן פון די שווערע ארבעט וואס די מצרים האבן אזוי שווער גע'ארבעט מיט זיי, עס איז געווען צווישן די אידן זייער אסאך קראנקע, בלינדע, הינקעדיגע, טויבע, האט דער אויבערשטער נאכנישט געוואלט פאר זיי געבן די תורה, און ער האט געזאגט אז קודם זאלן זיי זיך אויסרוען און זיי זאלן קומען צו זיך אביסל, און דערנאך וועל איך פאר זיי געבן די תורה.

- ב -
וילכו שלשת ימים במדבר ולא מצאו מים.
די אידן זענען געגאנגען אין מדבר, נאך די גרויסע ניסים פון קריעת ים סוף, און זיי האבן נישט געטראפן קיין וואסער (דאס מיינט תורה, ווייל תורה איז געגליכן צו וואסער), וילונו העם וגו' נאך צוויי טעג אן קיין תורה איז מען צוגעקומען זיך צו קריגן מיט משה רבינו, האט דער אויבערשטער געגעבן ý3þ מצות, די מצוה פון - שבת - פרה אדומה - דינים - כיבוד אב ואם, און די אידן האבן עוסק געווען מיט לערנען די מצות.

- ג -
בחודש השלישי וגו' ביום הזה באו מדבר סיני.
ראש חודש סיון זענען די אידישע קינדער אנגעקומען אין מדבר סיני, און גראד ווען זיי זענען אנגעקומען, האבן זיי שוין געווארט מיט גרויס השתוקקות צו דעם געהויבענעם טאג ווען עס וועט זיין קבלת התורה, אזוי ווי די ספה"ק זאגן, ביום הזה באו "מדבר" סיני, מדבר איז א לשון פון רעדן, זיי האבן א גאנצע צייט גערעדט פון דעם, ווען וועט שוין זיין קבלת התורה אויפן בארג סיני.

- ד -
ויחן שם ישראל.
דער באשעפער האט געזעהן זייער גרויס אחדות, אזוי ווי עס שטייט ויחן א לשון יחיד, אז אלע אידן זענען געווען כאיש אחד בלב אחד, האט דער אויבערשטער מחליט געווען אז עס איז שוין געקומען די צייט אז די אידן זאלן מקבל זיין די תורה, נאר אזוי ווי זיי זענען ערשט אנגעקומען, זענען זיי נאך געווען אויסגעמוטשעט פון דעם וועג, האט זיי דער באשעפער גארנישט געזאגט, אזוי ווי די גמרא זאגט "ביומא קמא לא אמר להו ולא מידי משום חולשא דאורחא"

- ה -
ומשה עלה אל האלקים.
דעם צווייטן טאג אין סיון איז משה רבינו ארויף געגאנגען אויפן בארג צום אויבערשטען, דאס איז די זעלבע בארג וואס ער האט באגעגענט דעמאלס ווען ער האט געפאשעט יתרו'ס שעף, ווען משה איז ארויף אין הימל איז דאס געווען אין די פארטאגס שעה'ן, און דער אויבערשטער זאגט פאר משה, "כה תאמר לבית יעקב, ותגיד לבני ישראל", פאר די אידישע טעכטער זאל זיין בלשון אמירה, דאס מיינט ווייעכע רייד, און פאר די מענער זאלסטו זאגן מיט שטרענגע רייד, וועגן דעם האט משה רבינו קודם געזאגט פאר די ווייבער כדי זיי זאלן אנערקענען זייער גרויסע פליכט וואס זיי האבן אין אויפבויען א אידישע הויז, ווייל זיי זענען אינדערהיים ביים אנהייב טאג ווען די קינדער שטייען אויף און זיי לערנען די קינדער וויאזוי זיך צו פירן אין משך פונעם טאג.
עלית למרום שבית שבי לקחת מתנות

- ו -
עלית למרום.
ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל צום אויבערשטען מקבל צו זיין די הייליגע תורה, האבן די מלאכים געזען משה רבינו, זענען זיי געגאנגען צום אויבערשטען און געפרעגט, וואס טוט דא אין הימל צווישן אונז א מענטש וואס איז באשאפן געווארן פון בלוט מיט פלייש, האט זיי דער באשעפער גע'ענטפערט, אז ער איז ארויף געקומען מקבל זיין די תורה פאר די אידן, ווי די מלאכים האבן דאס געהערט, זאגן זיי פארן אויבערשטען רבש"ע, די הייליגע תורה וואס איז געווען באהאלטן דא אין הימל צוויי טויזענט יאר פאר די באשאפונג פון די וועלט, ווילסטו געבן פאר מענטשען וואס זענען באשאפן געווארן פון בלוט אין פלייש, "מה אנוש כי תזכרנו", און זיי זאגן ווייטער " תנה הודך על השמים", געב עס נישט פאר מענטשען, לאז די תורה דא אין הימל און מיר וועלן לערנען די תורה.

- ז -
שבית שבי.
ווען משה רבינו האט געהערט די טענה פון די מלאכים, האט ער זיך זייער שטארק דערשראקן, און ער זאגט פארן באשעפער, איך האב מורא אז די מלאכים וועלן מיך פארברענען מיט די פלאמען פייער וואס גייט ארויס פון זייער מויל, זאגט דער באשעפער פאר משה כאפ דיך אן אין דעם כסא הכבוד און ענטפער זיי, האט זיי משה רבינו גע'ענטפערט (די זעלבע תירץ וואס די תורה האט גע'ענטפערט פאר די מלאכים נאך פאר די וועלט איז באשאפן געווארן) און געזאגט, עטץ מלאכים ווילן אז די תורה זאל בלייבן ביי ענק, לאמיר נאר זעהן וואס שטייט אין די תורה, אין די תורה שטייט אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים, זאגטס נאר מלאכים זענט עטץ געווען אין מצרים ? נאך שטייט אין די תורה, כבד את אביך ואת אמך, האט עטס דען טאטע מאמע וועמען עטס דארפטס מכבד זיין ? און אזוי האט משה זיי געפרעגט פון אלע עשרת הדברות, אויך האט דער באשעפער געמאכט אז משה רבינו זאל האבן די זעלבע צורה ווי אברהם אבינו, וואס די מלאכים האבן געגעסן ביי אים מילכיג מיט פליישיג, און דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די מלאכים, אין די תורה שטייט אז מען טאר נישט עסן קיין מילכיגס און פליישיגס צוזאמען, און ביי אים האט עטץ יא געגעסן, האבן די מלאכים מודה געווען און געזאגט פארן אויבערשטען, "ה' אדוננו מה אדיר שמך בכל הארץ", אז די תורה דארף טאקע זיין ביי די אידן.

- ח -
לקחת מתנות.
ווען די מלאכים האבן געזען די גרויסקייט פון משה רבינו, אז ער איז דער וואס וועט לערנען מיט די אידן די תורה הקדושה, האבן זיי אים אלע געגעבן מתנות, און אנטפלעקט פארשידענע סודות פון די תורה, מיט סגולות און רפואות, אויך דער מלאך המות האט אויסגעזאגט דעם סוד פון "קטורת" אז דאס איז א סגולה אויף אפצוהאלטן א מארד ח"ו.

- ט -
יום המיוחס.
דער אויבערשטער זאגט פאר משה רבינו, ער זאל זאגן פאר די אידן, אז אויב זיי וועלן צו הערן מיין קול, און זיי וועלן אפהיטן מיין תורה, וועלן זיי זוכה זיין צו דריי זאכן, והייתם לי "סגולה מכל העמים" - ואתם תהיו לי "ממלכת כהנים" - "וגוי קדוש", וועגן דעם ווערט אנגערופן דער צווייטער טאג אין סיון "יום המיוחס", ווייל די אידן האבן באקומען די גוטע בשורה, אז זיי וועלן זיין מיוחסים מער ווי אלע פעלקער.
משה רבינו איז אראפ געקומען אין דעם זעלבן טאג, און ער איז געגאנגען צו די זקנים, און ער האט זיי געזאגט אלעס וואס דער אויבערשטער האט אים געזאגט, און כאטש ער האט נאר גערעדט צו די זקנים, אבער ויענו כל העם יחדו, אלע אידן אינאיינעם אן דעם וואס איינער זאל זיך אפשמועסן מיטן צווייטן, האבן גע'ענטפערט "כל אשר דבר ה' נעשה"

- י -
ג' סיון "שלשת ימי הגבלה".
דעם דריטן טאג פארטאגס, איז משה רבינו ווייטער ארויף אין הימל צום באשעפער, און ער האט צוריק געברענגט די ענטפער פון כלל ישראל, אז זיי זענען גרייט כאיש אחד ובלב אחד, מקבל צו זיין די תורה הקדושה, און אפילו דער אויבערשטער האט געוואוסט אז די אידן זענען מסכים, פון דעסט וועגן, האט משה רבינו דאס געזאגט פארן באשעפער, ("למדך תורה דרך ארץ", אז מען דארף שטענדיג צוריק ברענגען די שלוחות פון דעם וואס האט אים געשיקט, אפילו יענער ווייסט דעם ענטפער).
ווען משה האט געברענגט דעם ענטפער פון די אידן צום באשעפער, זאגט דער אויבערשטער פאר משה "הנה אנכי בא אליך בעב הענן" איך וועל אראפ קומען צו דיר מיט א וואלקן, כדי די אידן זאלן מיך נישט זעהן, "בעבור ישמע העם בדברי עמך", אז די אידן זאלן נאר הערן וויאזוי איך רעד מיט דיר, "וגם בך יאמינו לעולם", דורך דעם וועלן זיי גלייבן אין דיר, און אויך אין אלע נביאים וואס וועלן זיין נאך דיר.

- יא -
מצוות הגבלה.
דער אויבערשטער זאגט ווייטער פאר משה, גיי זאג פאר די אידן, אז זיי זאלן זיין באגרעניצט, נישט נאנט גיין צום בארג סיני, ווען איך וועל אראפ קומען געבן די תורה אויף דעם בארג, דער מדרש זאגט, אז דער גרעניץ אליין האט געזאגט "השמרו לכם עלות בהר" ווייל כל הנוגע בהר מות יומת, משה רבינו איז אראפ געקומען און איבער געגעבן די מצוה פון הגבלה פאר די אידן אזוי ווי די גמרא זאגט, בתלתא אמר להו מצוה הגבלה, וועגן דעם ווערט דער דריטע און פערטע און פינפטע טאג, אנגערופן שלשת ימי הגבלה, ווייל די אידן זענען געווען באגרעניצט אין די דריי טעג, נישט ארויף צו גיין אויפן בארג סיני.

- יב -
ד' סיון.
דעם פערטן טאג פארטאגס, איז משה רבינו נאך אמאל ארויף אין הימל, אין געזאגט פארן אויבערשטען, אז די אידן האבן אויף זיך מקבל געווען די מצוה פון הגבלה, און די אידן בעטן "רצוננו לראות את מלכנו" אז דער אויבערשטער אליין זאל געבן די תורה, נישט דורך א פארמיטלער, זאגט דער אויבערשטער, אויב זיי ווילן הערן די תורה פון מיר אליין, "לך אל העם וקדשתם היום ומחר" זאג זיי אז זיי זאלן זיך הייליגן היינט און מארגן, און זיי זאלן זיך טובל'ען "והיו נכונים ליום השלישי", און זיי זאלן זיין גרייט צום דריטן טאג פון היינט דאס מיינט ו' סיון, זיי זאלן זיין פארנומען נאר מיט עניני קדושה וטהרה, "כי ביום השלישי ירד ה' לעיני כל העם על הר סיני", דער אויבערשטער בכבודו בעצמו, וועט קומען און געבן די תורה פאר די אידן, אזוי ווי זיי האבן געבעטן.

- יג -
וירד משה וגו' ויקדש את העם וגו'.
משה רבינו איז אראפ געקומען און האט איבער געגעבן פאר די אידן וואס דער אויבערשטער האט געזאגט, און די אידן האבן זיך געהייליגט און זיך גע'טובל'ט און אויך די קליידער האבן זיי גע'טובל'ט, אזוי ווי דער אויבערשטער האט געהייסן.

- יד -
ה' סיון.
דעם פינפטן טאג, איז משה אויפגעשטאנען פארטאגס, און ער איז נישט ארויף געגאנגען אין הימל אזוי ווי די פריערדיגע טעג, נאר "ויבן מזבח תחת ההר ושתים עשרה מצבה", משה האט געבויעט א מזבח אונטן ביים בארג און אויפגעשטעלט ý12þ מצבות, פאר די צוועלף שבטים, און ער האט געשיקט די בכורים, אז זיי זאלן מקריב זיין קרבנות (עולות און שלמים) פארן באשעפער, אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט, "בהוציאך את העם תעבדון את האלקים בהר הזה".
א מלאך איז געקומען און ער האט צוטיילט דאס בלוט פון די קרבנות פונקט אויף האלב, משה רבינו האט גענומען די העלפט פון די בלוט פון די עולות און אריין געלייגט אין א בעקן, און העלפט פון די בלוט פון די שלמים אריין געלייגט אין א אנדערע בעקן.
די בלוט האט ער געשפריצט אויף די אידן, און כאטש עס איז געווען ווייניג בלוט, איז ארויף געשפריצט געווארן אויף אלע אידן, און די אנדערע העלפט בלוט האט ער געשפריצט אויף די מזבח, דערנאך האט משה רבינו גענומען דעם ספר הברית וואס ער האט געשריבן פון בראשית ביז די פרשה פון מתן תורה, און די מצות וואס זענען געגעבן געווארן אין מרה, און די ý7þ מצות פון די בני נח, און ער האט דאס פארגעליינט, אויך האט ער פארגעליינט די ברכות און די קללות פון די תורה.

- טו -
ויאמרו כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע.
די אידן האבן אויסגעשריגן און געזאגט, מיר וועלן אלעס טאן און אלעס הערן, דעמאלס איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט, ווער האט אנפלעקט פאר די אידן די באהאלטענע רייד וואס די מלאכים באנוצן זיך מיט דעם. עס זענען אראפ געקומען זעקס הונדערט טויזענט מלאכים, יעדער מלאך מיט צוויי קרוינען, איינס קעגן "נעשה" און איינס קעגן "נשמע", און דאס אנגעטאן פאר א יעדן איד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- א -
ה' מסיני בא וזרח משעיר למו.
ווען דער אויבערשטער האט געוואלט געבן די תורה הק', איז ער געגאנגען צו אלע פעלקער און זיי געפרעגט צו זיי ווילן נעמען די תורה, קודם איז ער געגאנגען צו די בני עשו, האבן זיי געפרעגט דעם אויבערשטען, וואס שטייט אין די תורה וואס דו ווילסט אונז געבן ? זאגט זיי דער אויבערשטער, אין די תורה שטייט לא תרצח מען טאר נישט הרג'ענען, זאגן זיי פארן באשעפער, רבונו של עולם, די גאנצע פארמעגן פון עשו איז דאך דורך רציחה, אזוי ווי אונזער זיידע יצחק האט אונז געבענטשט מיט ועל חרבך תחיה, מיר קענען נישט נעמען די תורה. איז דער אויבערשטער געגאנגען צו די בני ישמעאל, און געפרעגט ווילט עטס מקבל זיין די תורה, פרעגן זיי וואס שטייט אין די תורה ? ענטפערט זיי דער באשעפער אין די תורה שטייט לא תגנוב מען טאר נישט גנב'ענען, זאגן זיי פארן באשעפער, מיר קענען נישט מקבל זיין אזא תורה.
אזוי איז דער באשעפער ארום געגאנגען פון איין פאלק צום צווייטן, און קיינער האט נישט געוואלט מקבל זיין די תורה.

- ב -
ארץ רעשה ושקטה.
ווען די הימל און די ערד האבן געזעהן, אז קיין איין פאלק וויל נישט מקבל זיין די תורה, האבן זיי מורא געהאט, אז דער אויבערשטער גייט חרוב מאכן די וועלט, ווייל דער באשעפער האט זיך אויסגענומען מיט זיי, אז אויב מען וועט נישט מקבל זיין די תורה וועט די וועלט ווערן צוריק פוסט און וויסט, זענען זיי זייער דערשראקן געווארן, די ערד האט געציטערט, און די הימל האט ארויס געגעבן שרעקליכע קולות, און האט אויסגעזען ווי א שטיק פייער, די גאנצע וועלט האט זיך געווארפן און געטרייסעלט, מענטשען פון די וועלט האבן זיך זייער דערשראקן, און זענען געלאפן צו זייער נביא בלעם הרשע, און געפרעגט אויב דער באשעפער גייט ברענגען א מבול אויף דער וועלט, האט זיי בלעם הרשע גע'ענטפערט שוטים וואס עטץ זענטס, צו ווייסט עטץ נישט, אז דער אויבערשטער האט געשוואוירען, אז ער וועט מער נישט ברענגען א מבול, זאגן זיי אפשר א מבול פון וואסער טאקע נישט, אבער קען זיין א מבול פון פייער וועט דער אויבערשטער יא ברענגען, האט זיי בלעם געזאגט, אז דער אויבערשטער גייט געבן די תורה, פאר זיין באליעבט פאלק די אידן, האבן זיי געזאגט, דער אויבערשטער זאל זיי בענטשען מיט שלום.

- ג -
ויהי ביום השלישי בהיות הבוקר.
ווען דער באשעפער האט גע'ענדיגט צו רעדן מיט אלע פעלקער, איז ער געגאנגען צו די אידן, די אידן זענען געווען זייער מיד, ווייל די טעג פון סיון, זענען זייער לאנג, און די נאכט איז זייער קורץ, ווען דער באשעפער איז געקומען צו די אידן, איז נאך געווען גאנץ פרי פארטאגס, און די אידן זענען נאך געשלאפן, האט דער באשעפער געמאכט, אז די אלע שיינע קולות מיט געזאנג, וואס די מלאכים לויבן דעם באשעפער אין די פארטאגס שעה'ן, זאלן די אידן הערן, אזוי ווי עס שטייט ויהי קולות וברקים, משה רבינו איז ארום געגאנגען אין די מחנה, און זיי אויף געוועקט, און געזאגט אז דער אויבערשטער ווארט שוין אויף זיי ביים בארג סיני.

- ד -
ויוצא משה את העם לקראת האלקים.
משה רבינו האט גענומען די אידן, און איז מיט זיי ארויס געגאנגען צום בארג סיני, אזוי ווי זיי זענען אנגעקומען נאנט צום בארג, איז דער אויבערשטער אקעגן געגאנגען די אידן, אזוי ווי א חתן גייט קעגן די כלה ביי די חופה. ווען דער אויבערשטער איז אראפ געקומען אויפן בארג, האט ער מיטגעברענגט מיט זיך, איין כתה פון זעקס הונדערט טויזענט ברענעדיגע מלאכים, קעגן דעם צאל פון די אידן. און נאך א כתה פון צוויי און צוואנציג טויזענט מלאכים, קעגן די צוויי און צוואנציג טויזענט לויים, און ווען זיי זענען געקומען זענען זיי געווען איינגעטיילט מיט "דגלים" פענער, ווען די אידן האבן דעס געזעהן האבן זיי מקנא געווען די מלאכים, האט זיי דער באשעפער געזאגט איך וועל ענק אויך געבן די זעלבע דגלים אין מדבר.

- ה -
ההרים רקדו כאילים גבעות כבני צאן.
די אידן שטייען ביים בארג סיני, און זיי זעהן ווי אלע בערג פון די וועלט טרייסלען זיך, און זיי זעהן ווי די דריי גרעסטע בערג פון די וועלט, דאס זענען הר תבור, הר חרמון, און הר כרמל, לויפן, און קריגען זיך צווישן זיך, זאגענדיג, אויף מיר איז ראוי אז דער אויבערשטער זאל געבן די תורה, זענען זיי אנגעקומען צום בארג סיני, און יעדער בארג האט געמיינט, אז אויף אים וועט דער באשעפער געבן די תורה, האט זיי דער אויבערשטער געזאגט, אז ער וועט געבן די תורה אויף בארג סיני, וואס זי האלט זיך קליין, און אויף איר איז ראוי צו געבן די תורה, ווייל די תורה קען זיך נישט האלטן אויף די אלע וואס האלטן זיך גרויס, און אויף די וואס קריגן זיך ארום, זענען זיך די גרויסע בערג אוועק געגאנגען.

- ו -
הר המוריה.
דער הייליגער בארג, וואס אדם הראשון און נח, האבן אויף דעם בארג געבויעט א מזבח און מקריב געווען קרבנות, אויך אברהם אבינו, האט אויף דעם בארג ארויף געברענגט זיין זון יצחק צו די עקידה, און אויף דעם בארג וועט מען בויען דעם בית המקדש במהרה בימינו, איז אויך געקומען, און האט זיך ארויף געשטעלט אויפן בארג סיני, אז אויך אויף אים זאל געגעבן ווערן די תורה, ווען דער אויבערשטער איז אראפ געקומען, האבן אלע בערג פון די גאנצע וועלט זייער געציטערט, און די ערד וואו די אידן זענען געשטאנען האט זייער געציטערט, האט דער באשעפער געפרעגט די בערג וואס ציטערט איר אזוי, מה לך וגו ההרים תרקדו כאילים וגו' האבן זיי גע'ענטפערט - מלפני אדון חולי ארץ - מיר ציטערן פונעם אויבערשטען וואס האט באשאפן די וועלט, דעמאלס האט דער אויבערשטער ארויף געלייגט זיינע הענט אויף די בערג, און זיי זענען שטיל געווארן.
דערנאך האט דער באשעפער אויף געהויבן דעם בארג סיני, און דער בארג איז געהאנגען אין די לופטן, און זיך צושפרייט איבער אלע אידן, עס האט אויסגעזעהן אזוי ווי א חופה, ווייל ביי מתן תורה, האט אונז השי"ת מקדש געווען מיט חופה וקדושין, דער באשעפער האט געזאגט פאר די אידן אויב ווילט עטץ מקבל זיין די תורה איז גוט, און טאמער נישט וועט עטץ אלע באערדיגט ווערן דא אונטער דעם בארג, האבן די אידן תיכף גע'ענטפערט מיר זענען גרייט מקבל צו זיין די תורה.

- ז -
אתה הראת לדעת.
דער אויבערשטער האט גע'עפענט אלע זיבן הימלען, און די ערד ביז צום תהום, אז אלע אידן זאלן זעהן, אז אין עוד מלבדו, דער אויבערשטער איז דער איינציגער באשעפער אויף דער הימל און אויף דער ערד, די אידן האבן זוכה געווען, צו גאר א גרויסע מדריגה פון התגלות ה', וואס קיינער האט נאכנישט זוכה געווען צו האבן.

- ח -
אתה נגלית וגו' בערפלי טוהר.
דער נאך האט דער אויבערשטער גענומען, אלע זיבן הימלען, און אראפ געבויגן און אויסגעשפרייט אויף די בארג, און א וואלקן האט ארום גענומען דעם בארג, און דער בארג איז געווען באדעקט מיט א רויך וואס איז געגאנגען ביז צום הימל, און דער רויך האט זיך נישט צושפרייט אזוי ווי דער סדר איז, נאר עס איז ארויף געגאנגען שיין גראד אזוי ווי צוויי טענען ביימער.

- ט -
מפי עוללים ויונקים יסדת עוז.
אלעס איז שוין גרייט, יעדער האט זיך שוין צוגעגרייט מקבל צו זיין די הייליגע תורה, מען וויל שוין זעהן די הייליגע שכינה, מען וויל שוין הערן די עשרת הדברות, אבער השי"ת וויל זיכער מאכן אז ער גיט איבער די תורה אין געטרייע הענט, און זיי וועלן דאס היטן ווי דאס שווארץ אפל פון אויג, פרעגט זיי דער אויבערשטער ווער וועט זיין דער "ערב" ווער גאראנטירט, איז איר וועט טאקע אפהיטן די תורה ? האבן די אידן גע'ענטפערט, אז די הימל און די ערד וועלן זיין ערבים, האט דער באשעפער געזאגט, אז זיי קענען בטל ווערן און זיי זענען נישט קיין גוטע ערבים, האבן די אידן געזאגט, אונזערע אבות הקדושים וועלן זיין די ערבים, אז מיר וועלן אפהיטן די תורה, השי"ת איז נאכנישט צופרידן פון די ערבים, איך וויל נאכנישט געבן די תורה פאר די אידישע קינדער, ברענגט מיר בעסערע ערבים, אז איר וועט האלטן געטריי צו מיין תורה, ענטפערן די אידישע קינדער רבוש"ע מיר געבן דיר פאר ערבים, "דאס טייערסטע און חשוב'סטע זאך וואס מיר פארמאגן, דאס איז אונזערע קליינע קינדערלעך" וואס ווייסן נאכנישט פון קיין שום שלעכטס, זיי וועלן מיר געבן פאר א משכון, האט זיי דער באשעפער געזאגט, איר געט מיר טאקע די קליינע קינדער פאר ערבים, אבער ווער זאגט אז די קליינע קינדער זענען מסכים דערצו, האבן די אידן געברענגט אלע קליינע קינדערלעך פון די וויגעלעך, פרעגט זיי דער באשעפער, זענט איר ערבים אז אייערע עלטערן וועלן אפהיטן די הייליגע תורה, און אויב ח"ו נישט וועט איר זיין אחריות דערויף, איז געשעהן א נס און אלע קינדער אויף איינמאל האבן גע'ענטפערט "יא" מיר נעמען אויף אונז דעם אחריות און מיר ווילן זיין ערבים פאר אונזערע עלטערן אז זיי וועלן זיין געטריי צו די תורה הקדושה, און הערשט דעמאלס האט השי"ת געגעבן די תורה פאר די אידישע קינדער.

- י -
וכל העם רואים.
די אלע אידן וואס זענען געווען קראנק, ווען מען איז ארויס פון מצרים, זענען אויסגעהיילט געווארן, בלינדע זענען זעעדיג געווארן, טויבע זענען הערעדיג געווארן, הינקעדיגע זענען געגאנגען געהעריג, עס זענען נישט געווען קיין שוטים, נערנים, טיפשים, אויך האבן די אידן זוכה געווען צו ווערן אזוי הייליג ווי די מלאכים, דער אויבערשטער האט גערופן דעם מלאך המות (יצר הרע) און אים געזאגט, דו האסט
נישט קיין רשות צו טשעפענען מיט מיינע קינדער (אויב די אידן וואלטן נישט געזינדיגט ביים עגל וואלט נאך היינט אויך געווען אזוי) די אלע אידן וואס האבן זוכה געווען צו הערן דעם קול פון אויבערשטען, האבן זוכה געווען אז זיי זענען מער קיינמאל נישט טמא געווארן, און עס האט נישט שולט געווען אין זיי קיין רמה ותולעה.

- יא -
כל העולם כולו חל מפניך.
ווען דער אויבערשטער האט אנגעהויבן צו זאגן די דברות, זענען די אלע קולות וואס עס איז דא אויף דער וועלט, שטיל געווארן, די פויגל האבן נישט געקוויטשעט, און זענען נישט געפלויגן, אלע חיות פון דער וועלט זענען שטיל געווארן, די גרויסע קולות פון די רוישיגע וואסערן האבן זיך איינגעשטילט, די זון איז געבליבן שטיין, די מלאכים ושרפים האבן נישט געזאגט קיין שירה, אלע מענטשען פון דער גאנצער וועלט זענען שטיל געווען, און יעדער האט געוואלט מיטהאלטן דעם גרויסן מעמד פון קבלת התורה.

- יג -
קול ה' בכח וגו' בהדר וגו' שובר ארזים.
ווען דער אויבערשטער האט געזאגט די דברות איז דער קול פון באשעפער געווען מיט זייער א שטארקע כח וואס האט צובראכן טענען ביימער, דער מדבר איז דערציטערט געווארן, דער קול איז געווען מיט א שיינקייט, די אותיות פון די דברות זענען געווען מיט א צורה, אידן האבן געזען מיט די אויגן דעם קול פון די דברות, וואס איז ארויס פונעם מויל פונעם אויבערשטען מיט א פלאם פייער, דער קול איז איז אריינגעקריצט געווארן אין די לוחות און אזוי איז עס אריין געשריבן געווארן די עשרת הדברות.

- יב -
נפשו יצאה בדברו.
ווען די אידן האבן געהערט דעם קול פון באשעפער זענען אלע אידן דערציטערט געווארן און זענען געפלויגן אויף צוריק, צוועלף מיל, און דארט זענען זיי געשטארבן, זענען די דברות צוריק געגאנגען צום אויבערשטען און געזאגט, רבונו של עולם, דו לעבסט אייביג און דו בלייבסט אויף אייביג, אויך די תורה בלייבט אויף אייביג, און דו שיקסט אונז צו טויטע מענטשען ? האט דער באשעפער גענומען פונעם טל (טוי) מיט וואס ער וועט מחי' מתים זיין, און ארויף געשפריצט אויף די אידן, און זיי זענען צוריק לעבעדיג געווארן, זיי האבן אבער נישט געהאט קיין כח צוריק צו גיין צום בארג סיני, האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט צוויי מלאכים פאר א יעדן איד, איינער האט אנגעכאפט ביים הארץ צו געבן כח, און דער צווייטער האט אויפגעהויבן ביים האלדז אז זיי זאלן קענען זעהן די שכינה הקדושה, און אזוי האבן זיי צוריק געברענגט די אידן צום בארג סיני, אזוי איז געשען ביי יעדע פון די עשרת הדברות. ווען דער אויבערשטער האט געזאגט די עשרת הדברות איז מיט יעדן
דיבור מיט געקומען בשמים פון הימל און האט זיך צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און ווען דער באשעפער האט געזאגט דעם צווייטן דיבור, איז געקומען א ווינט און צובלאזן די בשמים, אזוי איז געווען ביי א יעדן דיבור עקסטער.
אויף דעם דור וואס האט זוכה געווען צו זיין ביים מעמד פון קבלת התורה, זאגט אויף זיי דער פסוק - אשרי העם שככה לו - אשריך ישראל מי כמוך, - מיר וועלן ענדיגן אונזער מאמר, מיט דעם מדרש אין פ' ויחי, אז ווען משיח וועט קומען וועט דער באשעפער ברענגען די אלע ý3þ גרויסע בערג - הר תבור, - הר חרמון, - און הר כרמל, - און אויך דעם בארג סיני, און ער וועט בויען אויף זיי דעם דריטן בית המקדש, וואס וועט געבויעט ווערן במהרה בימינו אמן.

- יד -
זכרו תורת משה עבדי.
נאכדעם וואס משה רבינו האט מקבל געווען די תורה און משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, איז דער שטן (יצר הרע) געקומען צום אויבערשטען און געפרעגט: רבונו של עולם ווי איז די תורה ? האט הקב"ה גע'ענטפערט, איך האב עס געגעבן פאר די מענטשן פון די ערד. איז דער שטן אראפ געקומען צו די ערד און געזאגט: ערד, ערד ! ווי איז די תורה ? האט די ערד גע'ענטפערט: איך ווייס נישט ווי די תורה איז "אלקים הבין דרכה" דער באשעפער ווייסט ווי די תורה געפינט זיך. איז דער שטן ווייטער געגאנגען צום ים און געזאגט, ים, ים ! ווי איז די תורה ? האט דער ים גע'ענטפערט "אין עמדי" די תורה איז נישט מיט מיר, איך ווייס נישט ווי די תורה איז.
אזוי איז דער שטן געגאנגען ווייטער צום תהום (אפגרינד) אין געפרעגט: תהום, תהום ! ווי איז די תורה ? האט דער תהום גע'ענטפערט "לא בי הוא" נישט אין מיר איז די תורה. דערנאך איז דער שטן געגאנגען צום גהינום און צום שאול תחתית און געפרעגט: ווי איז די תורה ? האבן זיי אים גע'ענטפערט מיר האבן טאקע געהערט מיט אונזער אויער די אלע קולות וואס דער באשעפער האט געמאכט ווען ער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, אבער מיר ווייסן נישט ווי די תורה ליגט.
דער שטן איז צוריק געגאנגען צום אויבערשטען און געזאגט: רבוש"ע איך האב געזוכט די תורה אויף דער ערד און איך האב עס נישט געפונען. האט דער באשעפער אים געזאגט: גיי צו בן עמרם. איז דער שטן אראפגעקומען צו משה רבינו און געפרעגט: משה ווי איז די תורה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר די אידן דורך דיר ? האט משה רבינו גע'ענטפערט דעם שטן: ווער בין איך דען און וואס בין איך ווערט אז דער באשעפער זאל מיר געבן זיין הייליגע תורה, ווען הקב"ה האט געהערט וואס משה רבינו ענטפערט פאר'ן שטן האט ער געפרעגט משה, דו זאגסט
ליגענט ח"ו ? האט משה רבינו גע'ענטפערט: רבוש"ע, דיין באהאלטענע טייערע אוצר מיט וואס דו טוסט דיך מיט דעם דערקוויקן און דו האסט דערפון פארגענוגן א יעדן טאג, בין איך דען ראוי' אז עס זאל אוועק געגעבן ווערן צו מיר ? זאל איך זאגן אז דו האסט מיר דאס געגעבן?
האט הקב"ה געזאגט פאר משה, וויבאלד דו האסט דיך געהאלטן אזוי קליין און דו האסט נישט געזאגט אז דו ביזט ווערד אז די תורה זאל געגעבן ווערן פאר דיר, צוליב דעם וועט די תורה הקדושה ווערן גערופן אויף דיין נאמען אזוי ווי עס שטייט אין פסוק זכרו תורת משה עבדי.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- א -
"ויתן" אל משה "ככלותו".
נאכדעם וואס די אידן האבן מקבל געווען די תורה הקדושה, און אלע אידן זענען צוריק געגאנגען צו זייערע געצעלטן, האט דער אויבערשטער ארויף גערופן משה רבינו אויפן בארג סיני און ער האט מיט אים געלערענט כל התורה כולה. בייטאג האט ער געלערענט "מקרא" וואס דאס איז תורה שבכתב, און ביינאכט האט ער געלערענט "משנה" וואס דאס איז תורה שבעל פה. אזוי האט דער אויבערשטער געלערענט מיט משה רבינו ע"ה פערציג טעג און פערציג נעכט, ווען עס איז דורך די פערציג טעג האט משה רבינו פארגעסן אלעס וואס דער אויבערשטער האט מיט אים געלערענט. משה רבינו האט זיך אפגערעדט פארן אויבערשטען: איך האב פארגעסן דאס לערנען וואס איך האב געלערענט אין די פערציג טעג ! האט דער באשעפער געגעבן פאר משה רבינו דאס לערנען אלס א מתנה, אזוי ווי א מתנה וואס מען געט פאר א כלה בלייבט ביי די כלה, אזוי אויך האט דער אויבערשטער געגעבן פאר משה די תורה הקדושה במתנה, און ער האט דאס מער נישט פארגעסן.

- ב -
שני לוחות הברית.
ווען דער באשעפער האט גע'ענדיגט צו לערנען מיט משה רבינו די תורה, האט ער אים געגעבן די צוויי שטיינערנע לוחות וואס זענען נאך געווען אנגעגרייט פון ששת ימי בראשית - אזוי ווי מיר טרעפן אין פרקי אבות (פרק ה) אז די לוחות זענען פון די צען זאכן וואס זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות, אזוי אויך די אותיות און די נעמען פון די אותיות זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות.

- ג -
לחת אבן.
די לוחות זענען געווען געמאכט פון זייער א טייערן מין איידלע שטיין וואס הייסט "סנפיר". די שטיינער פון די לוחות האבן געלאכטן מיט אן אויסערגעווענליכן שיינעם ליכטיגקייט, א מין הימלישע ליכטיגקייט.די שטיינער פון די לוחות האט דער באשעפער אליין אויסגעהאקט פון (גלגל חמה) די זין, זיי זענען געווען זייער שווערע שטיינער עס האט געוואויגן פערציג סאה, וואס דאס איז אומעגליך געווען צו האלטן, נאר צוליב די הייליגקייט פון די אותיות וואס איז געווען אריין געקריצט האבן זיי זיך אליינס געהאלטן דורך א נס.
כאטש די לוחות זענען געווען פון די סנפיר שטיינער וואס איז זייער הארט און שווער און מען קען דאס נישט צוברעכן, האבן זיי זיך בדרך נס געקענט צוזאמען וויקלען אזוי ווי א ספר תורה. דעריבער שטייט אין פסוק "לחת" אבן א לשון יחיד אפילו די לוחות זענען באשטאנען פון צוויי באזונדערע שטיינער, זענען זיי אבער געווען אייניג און פונקטליך אין די מאס. יעדער לוח באזונדער איז געווען זעקס טפחים די הויעך, דריי טפחים די ברייט, און דריי טפחים די דיק.

- ד -
קול ה' "חוצב" להבות אש.
ווען דער אויבערשטער האט ארויס געזאגט די עשרת הדברות האבן די אידן געזעהן ווי מיט יעדן דיבור פליט מיט צוויי פלאמען פייער פון די צוויי זייטן און דער דיבור איז צוגעפלויגן צו יעדן איד און געזאגט דעם שכר און אויך די עונשים פון יעדע מצוה, און געפרעגט אויב ער איז גרייט מקבל צו זיין די מצוה - ווען דער איד האט גע'ענטפערט אז יא, האט דער דיבור געקישט דעם איד.
נאכדעם וואס דער דיבור האט גערעדט צו יעדן איד באזונדער איז ער צוריק געפלויגן צום בארג סיני און כביכול דער אויבערשטער האט געשריבן מיט זיינע פינגער א קעגן די לוחות די ווערטער פון יעדן דיבור און דער דיבור האט זיך אריין געקריצט אין די לוחות וואס משה רבינו האט געהאלטן אין די הענט בשעת קבלת התורה.

- ו -
והלוחות מעשה אלקים המה.
אזוי זענען אין די לוחות אריין געקריצט געווארן די עשרת הדברות, וואס אין דעם איז דא ý620þ אויתיות, וואס דאס איז קעגן די תרי"ג מצוות און אויך די שבע מצוות בני נח.
ווען די ווערטער זענען אריין געפלויגן אין די לוחות זענען זיי נישט בלויז ארויף געקריצט געווארן אויף די לוחות, נאר זיי האבן דורך געלעכערט דעם שטיין אדורך און אדורך, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "מזה ומזה הם כתובים". און כאטש דער סדר איז ווען מען לעכערט דורך א שטיין מיט אותיות, ליינט זיך נישט פון די צווייטער זייט די זעלבע ווי אויף די פאדערשטע זייט נאר עס ליינט זיך פארקערט. האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז מען האט געקענט ליינען די לוחות פון ביידע זייטן די זעלבע.

- ז -
והמכתב מכתב אלקים.
נאך א גרויסער נס איז געווען ביי די לוחות ווייל די צוויי אותיות, ענדע "ם" און "ס", ווען מ'קריצט אדורך פון די זייטן כדי עס זאל אויסקוקן ווי א ענדע "ם" און א "ס" - קען זיך נישט האלטן די אינעווענדיגסטע חלק פון דעם "ם" און "ס" {זעה א) נאר אויב עס איז באהאפטן פון די צוויי זייטן {זעה ב), דא אבער איז געווען א נס אז עס האט זיך געהאלטן פון זיך אליין אין די ליפטן {זעה ג).
אויסער דעם וואס עס איז געווען אריין געקריצט אין די לוחות די עשרת הדברות איז געווען אריין געשריבן צווישן יעדן אות די גאנצע תורה און אסאך הלכות אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שיר השירים ה') ידיו גלילי זהב, וואס די חז"ל דרש'ענען דעם פסוק אויף די לוחות "ידיו" וואס עס איז געווען אריין געשריבן פינף דברות אין יעדן לוח אזויפיל ווי די פינגערס פון א האנט, "גלילי" מען האט דאס געקענט דרייען און ארום וויקלען כאטש עס איז געווען פון דעם שטארקן שטיין סנפיר, "זהב" עס האט געשיינט אזוי ווי גאלד, "ממולאים בתרשיש" עס זענען געווען אנגעפילט צווישן יעדן דיבור מיט פסוקים פון די תורה און מדרשי חז"ל אזוי ווי די וואלן פון דעם ים "תרשיש" וואס צווישן די גרויסע וואלן איז דא קליינע וואלן, אזוי אויך די לוחות צווישן די גרויסע דברות איז געווען פול מיט פסוקים און מדרשי חז"ל.

- ח -
חרות על הלחת.
ווען די אידן האבן באקומען די ערשטע לוחות זענען זיי פריי געווארן פונעם "יצר הרע" און פון שיעבוד מלכיות, דער בית המקדש וואלט קיינמאל נישט חרוב געווארן, די אידן וואלטן נישט געגאנגען אין גלות, אויך זענען זיי פריי געווארן פון ארימקייט, פון אלע ערליי קרענק, אויך וואלט יעדער געלעבט אויף אייביג, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "חרות" על הלוחות וואס די חז"ל דרש'ענען חרות א לשון פון חירות פרייהייט, אז דורך די לוחות זענען די אידן באפרייט געווארן פון די אלע דערמאנטע זאכן (נאכדעם וואס מען האט געמאכט דעם עגל און משה רבינו האט צובראכן די לוחות זענען די אלע מדרגות אוועק געגאנגען)
נאכדעם וואס די אידן האבן געמאכט דעם עגל וואס דאס איז געווען שבעה עשר בתמוז דער פערציגסטער טאג פון ווען משה רבינו איז געווען אין הימל, האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט משה רבינו צוזאמען מיט די לוחות. משה רבינו איז אראפ געקומען פון בארג און איז אריין אין די מחנה פון די אידן, ווען די לוחות האבן באגעגענט דעם עגל זענען די הייליגע אותיות וואס זענען געווען אריין געקריצט אין די לוחות צוריק ארויף געפלויגן אין הימל, און וויבאלד עס האט זיך אפגעטאן די קדושה פון די לוחות זענען זיי געבליבן צוויי שווערע שטיינער וואס איז אוממעגליך געווען פאר משה רבינו צו האלטן אין הענט, עס איז אראפ געפאלן פון משה רבינו'ס הענט און עס האט זיך צובראכן.
משה רבינו האט גענומען דעם עגל און דאס צושטויסן, פארברענט, צומאלן, און צושפרייט די אחש אויפן וואסער, און באפוילן פאר די בני לוי זיי זאלן הרג'ענען די מענטשן וואס האבן געדינט צום עגל. אויף צומארגענס י"ח תמוז איז משה רבינו צוריק ארויף אין הימל מתפלל זיין און בעטן ביים באשעפער אז ער זאל מוחל זיין פאר די אידישע קינדער. אזוי האט זיך משה רבינו אויפגעהאלטן אין הימל נאכאמאל פערציג טעג און פערציג נעכט, כ"ט אב - ערב ר"ח אלול האט הקב"ה געזאגט פאר משה אז ער איז מוחל פאר כלל ישראל אויף די מעשה פון עגל, און געהייסן פאר משה אראפ גיין צו די אידן און ארויף ברענגען נייע שטיינער פאר די צווייטע לוחות (נישט ווי די ערשטע לוחות וואס דער אויבערשטער האט אליין אויסגעהאקט פון די זין).
משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל צו די אידן און דערציילט אז דער באשעפער האט זיי מוחל געווען אויפן חטא העגל אבער דער באשעפער איז נאכנישט איבערצייגט אז זיי האבן תשובה געטון מיטן גאנצן הארץ. משה רבינו האט זיי געזאגט אז ער גייט צוריק ארויף אין הימל אויף נאך פערציג טעג כדי צו ברענגען נייע לוחות, און די גאנצע צייט וואס ער וועט זיין אין הימל זאלן זיי מרבה זיין בתשובה.
משה רבינו האט נישט געוואוסט פון ווי צו נעמען די טייערע שטיינער פאר די נייע לוחות, האט הקב"ה באשאפן אין משה רבינו'ס שטוב דעם טייערן שטיין סנפיר און פון דעם האט ער אויסגעהאקט די נייע לוחות די זעלבע מאס ווי די ערשטע לוחות. משה רבינו איז ארויף אין הימל ר"ח אלול מיט די נייע שטיינער אויף וועלכע מען וועט שרייבן די נייע לוחות. דער באשעפער האט געהייסן פאר משה רבינו אז ער זאל נאכאמאל איבער שרייבן די תורה ביז מתן תורה (אזוי ווי ביי די ערשטע לוחות) נאכדעם האט הקב"ה אריין געשריבן אין די לוחות די עשרת הדברות.
ווען עס האט זיך געענדיגט די פערציג טעג וואס דאס איז אויסגעקומען יום כיפור, האט דער באשעפער געזאגט פאר משה רבינו "סלחתי כדברך" איך האב מוחל געווען פאר כלל ישראל ברצון אויפן חטא העגל, דעמאלס איז משה רבינו אראפ געקומען צו די אידן און דערציילט מיט גרויס שמחה די גוטע בשורה אז הקב"ה האט מוחל געווען פאר זיי אויפן חטא העגל. משה רבינו האט אריין געלייגט די לוחות אין א ארון קודש, וואס איז געווען אנגעגרייט נאך איידער ער איז ארויף געגאנגען אין הימל וואס דארט איז שוין געלעגן די צובראכענע לוחות. נאכדעם וואס בצלאל האט געמאכט דעם גאלדענעם ארון (קאסטען) אין משכן האט מען דארט אריין געלייגט די צווייטע לוחות, און די צובראכענע לוחות איז געבליבן אין דעם ארון הקודש. ווען די אידן פלעגן ארויס גיין אין א מלחמה האבן זיי מיטגענומען דעם ארון און אין זכות פון די לוחות האבן זיי באזיגט די פיינט ביי די מלחמות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- א -
משה קיבל תורה מסיני.
ווען "משה רבינו" האט מקבל געווען די תורה הקדושה אויפן בארג סיני פון הקב"ה, האט דער אויבערשטער אים איבער געגעבן די גאנצע תורה, סיי "תורה שבכתב" און סיי "תורה שבעל פה", אלע אירע כללים, פרטים, הלכות, סודות התורה. אזוי ווי עס ווערט דערציילט אין די גמרא (מנחות כט:), אז ווען משה רבינו איז ארויף געגאנגען אין הימל, האט ער געזעהן ווי דער באשעפער קניפט ארויף כתרים (קרוינען) אויף די אותיות פון די הייליגע תורה (דאס זענען די תגין אויף די אותיות אין די ספר תורה), האט משה רבינו געפרעגט דעם באשעפער ווער האלט דיך אפ פון צו געבן די תורה ? אז עס פעלט נאך אויס ארויף צו לייגן די קרוינען ? האט אים דער אויבערשטער גע'ענטפערט אז עס וועט זיין א מענטש אין די שפעטערדיגע דורות וואס וועט דרש'ענען אויף יעדן קרוין און אויף יעדן פינטל וואס איז דא אויף די אותיות הויפענעס מיט הלכות, און זיין נאמען איז עקיבא בן יוסף.
משה רבינו האט געבעטן פון הקב"ה אז ער וויל אים זעהן, האט אים דער אויבערשטער געזאגט: משה, גיי צוריק (אין דעם היכל ווי ר' עקיבא האט געלערענט מיט זיינע תלמידים) וועסטו אים זעהן, איז משה צוריק געגאנגען און זיך אראפ געזעצט אין די אכטע שורה און אויסגעהערט ווי ר' עקיבא לערענט מיט זיינע תלמידים, משה רבינו האט אבער גארנישט פארשטאנען וואס זיי לערנען, האט משה רבינו באקומען "חלישת הלב" און זיין כח האט זיך אפגעטאן פון אים, ביז ווען איינער פון די תלמידים האט געפרעגט פון ר' עקיבא אויף א געוויסע הלכה פון וואו ער נעמט די הלכה ? האט אים רבי עקיבא גע'ענטפערט אז ער האט אזוי מקבל געווען פון זיינע רבי'ס אז דאס איז א "הלכה למשה מסיני" - מיט דעם האט זיך משה רבינו בארואיגט.
ווען משה רבינו האט געלערענט מיט די אידן די תורה, האט ער געגעבן די תורה שבכתב פאר די אידן אפגעשריבן, און די תורה שבעל פה האט ער געלערענט מיט די אידן מיטן מויל פון אויסענווייניג, נישט אפגעשריבענערהייט.
און אזוי איז די תורה איבער געגעבן געווארן דור נאך דור. די תורה שבכתב אפגעשריבן און די תורה שבעל פה האט מען איבערגעגעבן אויף אויסענווייניג איין דור פארן צווייטן דור. די תלמידים פלעגן טיילמאל אראפשרייבן וואס זיי האבן מקבל געווען פון תורה שבעל פה, אבער דאס געשריבענע האט מען געהאלטן נאר פאר זיך און נאכדעם דאס באהאלטן (מגילת סתרים) ווייל אראפשרייבן די תורה שבעל פה אויף צום לערנען איז נישט געווען ערלויבט.

- ב -
תורה שבכתב (תנ"ך) ת'ורה נ'ביאים כ'תובים.
אלע מצוות וואס הקב"ה האט איבער געגעבן פאר משה רבינו ע"ה אויפן בארג סיני, האט משה רבינו שפעטער אפגעשריבן אין די פינף חומשים. משה רבינו האט דאס אפגעשריבן נאענט פאר זיין פטירה, ביי די ענדע פון די פערציג יאר וואס די אידן זענען געווען אין מדבר, אלעס לויט ווי השי"ת אליין האט אים געהייסן. ער האט דעמאלט געשריבן ý13þ ספרי תורה, פאר יעדן שבט פון די צוועלף שבטים האט ער געגעבן איין ספר תורה, און איינס האט ער געגעבן פאר די לויים זיי זאלן דאס אריין לייגן אינעם גאלדענעם ארון וואס איז געווען אין קדשי קדשים.
די חמשה חומשי תורה ווערן אנגערופן "תורה שבכתב", אויך "נביאים וכתובים" ווערן אנגערופן תורה שבכתב, ווייל דאס איז "אפגעשריבן געווארן" דורך די נביאים פון שפעטערדיגע דורות.

- ג -
תורה שבעל פה.
די תורה שבעל פה איז א פירוש אויף די תורה שבכתב, און מיר זענען מקיים די תורה שבכתב לויט ווי עס איז ערקלערט געווארן אינעם תורה שבעל פה (גמרא). ווייל אלע ý613þ מצוות וואס שטייען געשריבן אין חומש ווערן נאר דערמאנט אין קורצן און עס איז נישט באשריבן אלע איינצעלהייטן און הלכות פון יעדע מצוה.
השי"ת האט די אלע איינצעלהייטן איבערגעגעבן פאר משה רבינו, ביי יעדע מצוה עקסטערע, אבער נישט צום פארשרייבן אין די תורה שבכתב נאר דאס צו לערנען פון אויסענווייניג און איבערצוגעבן איין דור פארן אנדערן. משה רבינו האט געלערענט מיט די זיבעציג זקנים און אויך מיט אלע אידן יעדע מצוה און אויך די איינצעלהייטן פון די מצוות. דערנאך האבן די אידן דאס אלעס איבער געלערענט איינער מיטן אנדערן און האבן יעדע זאך איבערגע'חזר'ט פיל מאל כדי זיי זאלן דאס גוט געדענקען.
און אזוי איז אויך געווען אין די קומענדיגע דורות, אז דער נביא אדער דער הויפט פון בית דין האט געלערענט די תורה שבעל פה אויסענווייניג מיט די תלמידים, און זיי האבן דאס דערנאך איבערגע'חזר'ט פיל מאל כדי זיי זאלן דאס גוט געדענקען.

- ד -
ומסרה ליהושע.
משה רבינו האט פאר זיין פטירה איבער געגעבן די הייליגע תורה פאר זיין גרויסן תלמיד "יהושע" בן נון, וואס האט איבער גענומען די הנהגה צו פירן כלל ישראל נאך די פטירה פון משה רבינו, און ער האט
אריין געפירט די אידן קיין ארץ ישראל.

- ה -
ויהושע לזקנים.
יהושע האט שפעטער איבער געגעבן די תורה פאר די "זקנים" פון זיין דור, צווישן די זקנים זענען געווען, פנחס דער זון פון אלעזר דער זון פון אהרן הכהן, וואס ווערט דערמאנט אין די תורה, און כלב בן יפונה דער נשיא פון שבט יהודה. כלב און יהושע זענען געווען די איינציגסטע פון דור המדבר וואס זענען געבליבן לעבן און זיי זענען אריין קיין ארץ ישראל. נאך די מעשה פון די מרגלים וואס דער באשעפער האט גוזר געווען אז אלע וואס זענען געווען צוואנציג יאר אלט זאלן שטארבן אין מדבר.
פון די זקנים איז איבער געגאנגען די תורה צו די "שופטים", צווישן די שופטים זענען געווען עתניאל בן קנז, (א ברודער מיט כלב בן יפונה, פון איין מאמע) דבורה הנביאה, שמשון הגבור, עלי דער כהן גדול, שמואל הנביא, שמואל הנביא איז געווען דער לעצטער שופט ביי אידישע קינדער, די תקופה פון די שופטים האט געדויערט ארום דריי הונדערט און פופציג יאר.

- ו -
וזקנים לנביאים.
פון די שופטים איז איבער געגאנגען די תורה צו די "נביאים" דאס איז די תקופה פון דוד המלך ביז עזרא הסופר. דוד המלך האט מקבל געווען די תורה פון שמואל הנביא און פון זיין בית דין, און ער האט דאס איבער געגעבן צו דעם נביא "אחיה השילוני", און ער האט דאס איבער געגעבן פאר "אליהו הנביא". אלישע דער נביא האט גענומען די תורה פון זיין רבי'ן אליהו און פון זיין בית דין. און אזוי איז די תורה הקדושה איבער געגעבן געווארן פון איין נביא צום צווייטן ביז עס איז אנגעקומען צו "עזרא הסופר", די תקופה האט געדויערט ארום פינף הונדערט און פופציג יאר.

- ז -
ונביאים לאנשי כנסת הגדולה.
עזרא הסופר האט געהאט א בית דין פון הונדערט און צוואנציג חכמים, אלע זענען געווען קדושי עליון, צווישן זיי זענען געווען די נביאים, חגי, זכרי', מלאכי, און מרדכי הצדיק וואס ווערט דערמאנט אין די מגילה. אויך איז געווען צווישן זיי, חנני', מישאל, עזרי' און דניאל. דער בית דין פון עזרא זענען געווען די "אנשי כנסת הגדולה", זיי זענען געווען די וואס האבן מתקן געווען דעם נוסח פון דאווענען וואס כלל ישראל דאווענט יעדן טאג ביזן היינטיגן טאג. "שמעון הצדיק" איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה, ער האט מקבל געווען די תורה פון עזרא הסופר און זיין בית דין. ער איז אויך געווען דער כהן גדול נאך עזרא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ח -
תקופת התנאים.
נאך שמעון הצדיק האט זיך אנגעהויבן די תקופה פון די תנאים. "אנטיגנוס איש סוכו" וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן פרק פון פרקי אבות, ער געווען דער ערשטער תנא וואס האט מקבל די תורה פון שמעון הצדיק.
פון אנטיגנוס איש סוכו איז די תורה אריבער געגאנגען פון איין תנא צום אנדערן ביז עס איז אנגעקומען צום תנא רבי יהודה הנשיא וועמען מען האט גערופן "רבינו הקדוש", אינצווישן זענען געווען תנאים ווי שמעי' און אבטליון, הלל שמאי, רבי עקיבא, רבי שמעון בן יוחאי, רבי יוחנן בן זכאי, און פיל מער.

- ט -
תורת הנסתר - זוהר הקדוש.
דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי וואס איז געווען דער תלמיד פון רבי עקיבא, האט אנטפלעקט דעם תורת הנסתר וואס דאס איז זייער טיפע סודות וואס אנטהאלט אין זיך די פארבארגענהייט פון די וועלט באשאפונג און פון נאך די וועלט באשאפונג.
די אלע סודות התורה האט ער זוכה געווען צו לערנען ווען ער איז געווען באהאלטן דרייצן יאר אין די מערה, און ווען ער איז ארויס געקומען האט ער דאס געלערענט מיט זיינע תלמידים (די חבריא קדישא). אינעם טאג וואס ער איז נסתלק געווארן פון די וועלט האט ער געהייסן פאר זיין תלמיד ר' אבא ער זאל אראפ שרייבן די אלע סודות וואס ער וועט דעם היינטיגן טאג מגלה זיין. ר' אבא האט דאס אלעס אראפ געשריבן, און דאס איז דער ספר זוהר הקדוש.
ביז די תקופה פון די "תנאים" איז די תורה געווען קלארע הלכות אן קיין שום מחלוקת אן קיין שום ספיקות, אין די תקופה פון די תנאים ווען די דורות האבן אנגעהויבן שוואכער צו ווערן, און עס האט זיך אנגעהויבן צו פארגעסן פארשידענע הלכות און ענינים פון די תורה, צוליב דעם האט זיך געמאכט פארשידענע חילוקי דיעות, און פון די אלע חילוקי דיעות און מחלוקת צווישן די תנאים, איז שפעטער געווארן די גמרא.

- י -
משניות.
ביז די צייטן פון רבינו הקדוש האט מען תורה שבעל פה געלערענט אויף אויסענווייניג, ווייל תורה שבעל פה (גמרא) האט מען נישט געטארט אפשרייבן. שפעטער ווען די דורות זענען געווארן נאך שוואכער האט רבינו הקדוש איינגעזען אז וויבאלד כלל ישראל צושפרייט זיך אויף פארשידענע לענדער און אויב די "תורה שבעל פה" וועט נישט זיין אפגעשריבן און מען וועט דאס ווייטער לערנען נאר פון "אויסענווייניג", דאן קען עס חלילה צוביסלעך פארגעסן ווערן פון כלל ישראל. איז ער געגאנגען און צוזאמען גערופן אלע תלמידי חכמים פון זיין דור, די הייליגע תנאים, יעדער האט איבערגעגעבן וואס ער האט געלערענט פון זיין רבי'ן און דערנאך האט ער דאס מסדר געווען און אראפ געשריבן. דאס איז די ששה סדרי משנה וואס מיר האבן ביזן היינטיגן טאג. און אפילו באמת טאר מען נישט שרייבן די תורה שבעל פה, האט רבינו הקדוש געזאגט דעם פסוק "עת לעשות לה' הפרו תורתיך" אמאל קומט א צייט וואס פארן אויבערשטען'ס וועגן דארף מען צו שטערן א זאך פון די תורה, און דערפאר האט ער אראפ געשריבן די תורה. "פארשטייט זיך אז צו טון אזא זאך דארף מען זיין אזוי גרויס ווי רבינו הקדוש". דאס איז געווען אין יאר ג' אלפים תתקמ"ח, דריי טויזענט ניין הונדערט און אכט און פערציג יאר נאך די וועלט באשאפונג, הונדערט און צוואנציג יאר נאכן חורבן פון צווייטן בית המקדש.

- יא -
תקופת האמוראים.
מיטן ענדיגן די משניות האט זיך גע'ענדיגט די תקופה פון די תנאים, קיינער האט מער נישט געהאט קיין כח צו קריגען אויף די רייד פון די תנאים. דאן האט זיך אנגעפאנגען די תקופה פון די "אמוראים". די אלע אמוראים זענען געווען קדושי עליון וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט און הייליגקייט.

- יב -
תוספתא - ברייתות.
צוליב דעם וואס די שפראך פון די משנה איז קורץ, און עס ענטהאלט אין זיך פיל ענינים וואס איז געשריבן געווארן בלויז מיט א רמז. האט רבי חייא, איינער פון די גרעסטע תלמידים פון רבינו הקדוש געמאכט דעם "תוספתא" צו ערקלערן און ארויסברענגען די פילע ענינים און הלכות וואס שטייען נישט ארויסגעשריבן בפירוש אין משניות.
אזוי אויך האט ר' חייא און ר' אושיעא מסדר געווען ברייתות, דאס זענען די אלע מחלוקת פון די תנאים וואס רבינו הקדוש האט נישט מסדר אין די משניות.

- יג -
ספרא - ספרי.
נאך איין גרויסער תלמיד פון רבינו הקדוש וואס האט געהייסן "רב" (זיין אריגינעלער נאמען איז געווען "רב אבא אריכא"), האט געמאכט דעם "ספרא" און "ספרי" וואס טוען אויך ערקלערן די הלכות וואס שטייען נישט ארויסגעשריבן בפירוש אין די משנה.

- יד -
תלמוד ירושלמי.
ר' יוחנן וואס איז אויך געווען א תלמיד פון רבינו הקדוש, און איז געבליבן וואוינען אין ארץ ישראל נאכן חורבן בית שני, האט צוזאמען גענומען און קלאר געמאכט די אלע מחלוקת פון די תנאים פון ארץ ישראל, און דאס מסדר געווען לויט דעם סדר פון די משניות. דאס ווערט אנגערופן תלמוד ירושלמי.

- טו -
תלמוד בבלי.
צווישן די אמוראים וואס זענען געגאנגען וואוינען קיין בבל, און אנגעפירט מיט ישיבות זענען געווען, רב און שמואל (זיי זענען אויך געווען תלמידים פון רבינו הקדוש), און אביי ורבא, און נאך אסאך אמוראים. די אמוראים מיט זייערע תלמידים האבן געלערענט און מברר געווען די אלע הלכות און מחלוקת וואס איז געווען צווישן די תנאים וואס איז געשריבן געווארן אין די "משניות", דאס אלעס איז געלערענט געווארן ווייטער נאר אויף אויסענווייניג און איז איבער געגעבן געווארן פונעם רבי'ן צו זיין תלמיד. ביז די צוויי גרויסע אמוראים "רבינא און רב אשי" האבן צוזאמען גענומען די אלע פירושים און מחלוקת וואס האבן זיך געמאכט אין משך פון די אלע יארן, זיי האבן דאס מסדר געווען לויטן סדר פון די משניות און עס ווערט אנגערופן "תלמוד בבלי" דאס איז די גמרא וואס מיר האבן ביזן היינטיגן טאג.
א חלק פון תורה שבעל פה איז די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, וואס די חכמים האבן דערמיט ארויסגעלערנט פון די תורה פארשידענע הלכות, און דער בי"ד הגדול האט מסכים געווען דערויף אז דאס איז די כוונה פון די הייליגע תורה. אויך פארשידענע גדרים וסייגים וואס די נביאים און די חכמים האבן געמאכט צו די תורה
אזוי ווי א צוים אז מען זאל ח"ו נישט קומען עובר זיין אויף פארשידענע הארבע הלכות, איז פאררעכנט אלס תורה שבעל פה ווייל די תורה האט געגעבן דעם כח פאר די חכמים גוזר צו זיין אזוי ווי די תורה לערנט אונז (פ' שופטים) לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- טז -
תקופת הגאונים.
אין די שפעטערדיגע דורות נאך די הייליגע אמוראים "רבינא און רב אשי", זענען די אידן צושפרייט געווארן אין ווייטע לענדער און עס איז אדורך אויף די אידן פארשידענע שווערע צרות, און דאס האט גורם געווען אז די תורה איז אפגעשוואכט געווארן ביים אידישן פאלק. עס איז שווער געווען צו לערנען און פארשטיין קלאר וואס די גמרא זאגט, ווייל די גמרא איז א טיפע און שווערע לערנען. דעריבער האט כלל ישראל אנגעפרעגט די "גאונים" פון יענע צייטן פיל שאלות און קשיות וואס מען האט נישט פארשטאנען אין די גמרא, און די גאונים האבן דערויף גע'ענטפערט און קלאר געמאכט וואס מען האט נישט פארשטאנען.
דערנאך האבן די מענטשן צוזאמען גענומען די "תשובות" וואס די גאונים האבן גע'ענטפערט, און האבן דערפון צוזאמען געשטעלט ספרים. אויך האבן די גאונים אליין געמאכט ספרים צו ערקלערן די גמרא, און ספרים פון הלכות און דינים ארויסגענומען פון די גמרא, כדי אז די וואס קענען נישט קלאר אפלערנען די גמרא זאלן אויך וויסן די מצוות פון די תורה וויאזוי א איד דארף זיך פירן, צו וויסן וואס איז כשר און וואס איז טריפה, א.א.וו.

- יז -
תקופת הראשונים.
נאך די צייטן פון די גאונים האט זיך אנגעהויבן די תקופה פון די ראשונים וואס האבן אויך געמאכט ספרים צו ערקלערן די גמרא, אויך ספרים פון הלכות און דינים. צווישן זיי איז דער גרויסער רי"ף (רבינו יצחק אלפסי), רש"י הק' (רבינו שלמה יצחקי) די בעלי תוספות, דער הייליגער רמב"ן (רבינו משה בן נחמן), דער רא"ש (רבינו אש"ר) און נאך אנדערע. אזוי אויך האט דער הייליגער רמב"ם (רבינו משה בן מימון) געמאכט זיין חיבור "יד החזקה" ווי ער האט אראפגעשריבן אלע הלכות פון די תורה, נאכדעם וואס ער האט דורך געלערענט גאנץ תורה שבכתב און בעל פה אויך די אלע ספרים וואס די גאונים האבן געשריבן ביז זיין צייט, דאס אלעס האט ער אראפ געשריבן מיט א קלארקייט אויף "לשון הקודש".

- יח -
ארבעה טורים.
אין סוף פון ערשטן יאר הונדערט פון אלף הששי, האט רבינו יעקב בעל הטורים דער זון פון רא"ש, געמאכט דעם ספר הלכות "ארבעה טורים" וואס איז באקאנט מיטן נאמען "דער טור". ער האט דאס איינגעטיילט אין פיר חלקים "אורח חיים" "יורה דעה" אבן העזר" "חושן משפט".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- יט -
שלחן ערוך.
אין סוף פון דריטן יאר הונדערט פון אלף הששי, האט רבינו יוסף קארו פון די שטאט צפת מחבר געווען זיין ספר "בית יוסף" וואס איז א פירוש אויפן טור. ער ברענגט דארט אויף יעדע הלכה די מיינונגען פון די פילע גאונים וואס זענען געווען ביז זיין צייט, דערנאך באשרייבט ער קלאר דעם פסק הלכה לויט די כללים וואס ער ברענגט אין די הקדמה צו זיין ספר "בית יוסף".
דער בית יוסף האט געזען אז עס איז אויך וויכטיג עס זאל זיין א ספר וואס באשרייבט בלויז דעם פסק דין פון יעדע הלכה, נישט ברענגענדיג דערביי קיין סברות און מיינונגען, האט ער דערנאך געמאכט א ספר נאר פון הלכות און דינים וואס ווערט אנגערופן מיטן נאמען "שלחן ערוך". אין שלחן ערוך ברענגט ער אין קורצן אלע הלכות און דינים לויט דעם זעלבן סדר ווי עס ווערט געברענגט אין טור, דאס איז דער שלחן ערוך וואס מיר האבן ביז היינט און וואס אן דעם רירט זיך נישט קיין שום איד. א קורצע צייט דערנאך האט דער רמ"א (רבינו משה איסרליש), דער רב פון די שטאט קראקע, צוגעשטעלט צום שלחן ערוך נאך פארשידענע קורצע הלכות און דינים אויך מנהגים, דאס איז אויך זייער אנגענומען געווארן ביי אידן אלס א טייל פונעם שלחן ערוך.
די פסקים פון שלחן ערוך זענען אנגענומען געווארן ביי אידן, און דאס איז אונזער וועג ווייזער אויפן טאג טעגליכן לעבן, עס לערנט אונז וויאזוי זיך צו פירן יעדן טריט און שריט לויט די הייליגע תורה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מקען עס מאכען אסאך מער בקיצור,
יעדער חסידות צייכענט צו זייער רבי אלס תלמיד פין זיין רבי וכו' ביז צום בעל שם טוב, אין פון דארט איז א שפרונג צו אחיהו השילוני ולמעלה
איז דאס א שלשלת הקבלה, כ'האב עס אמאל געזען אין א בעלזא גליון אויסגערעכנט אדמו"ר מדודו, ודודו עד השר שלום מבעלזא זי"ע שקיבל מרבי שלמה לוצקער שקיבל מהמגיד שקיבל מהבעל שם טוב אחיהו השילוני מיוצאי מצרים ממשה רבינו.
אויס וועלט
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס וועלט »

PDF?
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שיינע אשכול דאס!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ישלהוסיף האט געשריבן:מקען עס מאכען אסאך מער בקיצור,
יעדער חסידות צייכענט צו זייער רבי אלס תלמיד פין זיין רבי וכו' ביז צום בעל שם טוב, אין פון דארט איז א שפרונג צו אחיהו השילוני ולמעלה

האבן מיר געהערט פאר עטליכע יאר צוריק אז לפי"ז זענען מיר נענטערע מקבלים [לויט די דורות] ווי רמב"ם'ס 40 דורות וואס ער רעכנט אויס בהקדמת ספר המצוות
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

PDF
אטעטשמענטס
Microsoft Word - סדר קבלת התורה עד היום.pdf
(155 KiB) געווארן דאונלאודעד 123 מאל
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wow
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עניני דיומא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:מקען עס מאכען אסאך מער בקיצור,
יעדער חסידות צייכענט צו זייער רבי אלס תלמיד פין זיין רבי וכו' ביז צום בעל שם טוב, אין פון דארט איז א שפרונג צו אחיהו השילוני ולמעלה

האבן מיר געהערט פאר עטליכע יאר צוריק אז לפי"ז זענען מיר נענטערע מקבלים [לויט די דורות] ווי רמב"ם'ס 40 דורות וואס ער רעכנט אויס בהקדמת ספר המצוות

;l;p-
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: סדר השתלשלות קבלת תורתינו עד היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט מקבל געווען די הייליגע תורה און אייראפע פון אביו הקדוש און פון די צדיקי אמת ארגענעל אזוי ווי מהאט עס מקבל געווען במעמד קבלת התורה במדבר סיני און עס איבערגעפלאנצט על אדמת אמעריקע בלי שום שינו כל שהוא ובדרך הזה נלך עד ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: סדר השתלשלות קבלת תורתינו עד היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

Wow wow

מורעדיג הייליג

אינזערע יסודות אזוי קלאר
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

זיידעניו האט געשריבן:- טז -
תקופת הגאונים.
אין די שפעטערדיגע דורות נאך די הייליגע אמוראים "רבינא און רב אשי", זענען די אידן צושפרייט געווארן אין ווייטע לענדער און עס איז אדורך אויף די אידן פארשידענע שווערע צרות, און דאס האט גורם געווען אז די תורה איז אפגעשוואכט געווארן ביים אידישן פאלק. עס איז שווער געווען צו לערנען און פארשטיין קלאר וואס די גמרא זאגט, ווייל די גמרא איז א טיפע און שווערע לערנען. דעריבער האט כלל ישראל אנגעפרעגט די "גאונים" פון יענע צייטן פיל שאלות און קשיות וואס מען האט נישט פארשטאנען אין די גמרא, און די גאונים האבן דערויף גע'ענטפערט און קלאר געמאכט וואס מען האט נישט פארשטאנען.
דערנאך האבן די מענטשן צוזאמען גענומען די "תשובות" וואס די גאונים האבן גע'ענטפערט, און האבן דערפון צוזאמען געשטעלט ספרים. אויך האבן די גאונים אליין געמאכט ספרים צו ערקלערן די גמרא, און ספרים פון הלכות און דינים ארויסגענומען פון די גמרא, כדי אז די וואס קענען נישט קלאר אפלערנען די גמרא זאלן אויך וויסן די מצוות פון די תורה וויאזוי א איד דארף זיך פירן, צו וויסן וואס איז כשר און וואס איז טריפה, א.א.וו.

-


רעב זיידעניו, האט געמאכט זייער א שיינע קלארע ארבעט.
אבער איין דור פעלט.

דער דור המעבר בין אמוראים לגאונים - רבנן סבוראי.
אנגעהאלטן בערך 200 יאר. לאחר הסתלקותם של רבינא ורב אשי, רבה תוספאה ומר בר רב אשי - זענען געווען זייערע תלמידים אין בבל,

ואלו הם:
מר הונא, רב יצחק סברין, רב אחאי מבי חתים, רב רחומי, רב סימונא, ורב עינא ועוד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”