מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

איינפאכער איד האט געשריבן:די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח

נישט ריכטיג, ערב פסח גייט מען מיט בגדי שבת נאר פון חצות.
WhatsApp-Image-2018-04-07-at-1.08.53-PM-15.jpeg
WhatsApp-Image-2018-04-07-at-1.08.53-PM-15.jpeg (113.07 KiB) געזען 1098 מאל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

איינפאכער איד האט געשריבן:די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח

טעות
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

משה צימערינג האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח

טעות

איך געדענק גראדע ער"פ תשס"ט ביים קידוש החמה האב איך געזעהן די סקווירא אידן מיט שטריימלעך, אבער אפשר איז דאס געווען וועגן קידוש החמה.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
נישט געפירליך
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 10:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט געפירליך »

פארצייטיש האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח

נישט ריכטיג, ערב פסח גייט מען מיט בגדי שבת נאר פון חצות.
פון מצות באקען 3:30
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14690
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ביי א וואך נאכט האט מען אנגעהויבען גיין מיט א שטריימל אינמיטען די נ יארן
רוב וועלט גייט נאך אלס נישט מיט א שטריימל
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

נישט געפירליך האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח

נישט ריכטיג, ערב פסח גייט מען מיט בגדי שבת נאר פון חצות.
פון מצות באקען 3:30

די חברות וואס באקן מצות גיין שוין מיט בגדי שבת פון חצות. אזוי אויך די רבי שליט"א קומט אהן צום מצות באקן בערך צוויי אזייגער שוין אנגעטוהן מיט די בגדי שבת.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

הרב_שלום האט געשריבן:ביי א וואך נאכט האט מען אנגעהויבען גיין מיט א שטריימל אינמיטען די נ יארן
רוב וועלט גייט נאך אלס נישט מיט א שטריימל

א החלטה סופית, ווייל עס איז דא מקומות מען איז געגאנגען פארדעם אויכעט, עס איז דא מקומות מען גייט היינט אויכעט נישט.

בדרך כלל די ארץ ישראלדיגע גייען שנעלער און מער מיט בגדי שבת, לדוגמא בר מצוה איז מען דארט געגאנגען יארען צוריק וכו'.

בבית נדבורנא קרעטשניף גייט מען בכל מאורע בבגדי שבת,

עס איז דא מאורעות וואס אמאל איז מען געגאנגען און שפעטער האט מען אויפגעהערט, לדוגמא הדלקת נר חנוכה, דער קדושת יו"ט איז געגאנגען בבגדי שבת, דער דברי יואל הפסיק.
סנדקאות הדברי יואל בשנים הראשונות הלך ואח"כ הפסיק.
המנחת אלעזר הלך עם קאלפיק כשהיה מוהל
בבאבוב גם הולך הסנדק עם שטריימל

בעצם מאי שנא, א שמחה איז א שמחה, א חתונה א ברית א בר מצוה וכו', דארף נישט האבן קיין אנדערע הלכות, נאר לדעתי האט דאס צוטוען, ווייל א חתונה און א ברית איז אייביג געווען א מאורע וואס מען האט געפראוועט אפילו אין דער אלטער היים וכו', דער עושר צו דער ארימאן, משא"כ וואך נאכט, בר מצוה, שבע תנאים, ברכות יעדע נאכט, ודברים הדומים, האט מען אמאל נישט געמאכט כל זב חוטם, לכבוד א בר מצוה איז אפשר געווען א לחיים נאכען דאווענען אויב עס איז געווען, שבע ברכות כמעט האט מען קיינמאל נישט געמאכט [חוץ בבית רבנים ואדמורים] און אפילו שבת, איז דאך די חופה געווען על פי רוב עש"ק, און די סעודה ליל שבת שבע ברכות איז אויכעט געווען די סעודת החתונה וכן על זה הדרך

און היינט אז מען מאכט סעודות גדולות ביי יעדע מאורע כמו חתונה וכדומה, זאל מען טאקע גיין בבגדי שבת אזוי ווי א חתונה און א ברית
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

maybeeynot האט געשריבן:איך האב שוין טאקע אסאך מאל געטראכעט פארוואס די עלטערען פונעם בעל ברית גיין מיט בגדי שבת משא"כ די קינדער פונעם בעל ברית (בחורים אין אברכים) גיין נישט
#עקסטערע אשכול

טאקע אינטערעסאנט
די טאטע פון די רך הנימול איז פאר אים די יום הברית כעין יום טוב און ס'דא וואס זאגן אפילו מ'זאל נישט טון קיין מלאכה. אבער די זיידעס זענען לכאורה נישט נענטער ווי די קינדער פון אבי הבן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אוהב ספרים האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:ביי א וואך נאכט האט מען אנגעהויבען גיין מיט א שטריימל אינמיטען די נ יארן
רוב וועלט גייט נאך אלס נישט מיט א שטריימל

א החלטה סופית, ווייל עס איז דא מקומות מען איז געגאנגען פארדעם אויכעט, עס איז דא מקומות מען גייט היינט אויכעט נישט.

בדרך כלל די ארץ ישראלדיגע גייען שנעלער און מער מיט בגדי שבת, לדוגמא בר מצוה איז מען דארט געגאנגען יארען צוריק וכו'.

בבית נדבורנא קרעטשניף גייט מען בכל מאורע בבגדי שבת,

עס איז דא מאורעות וואס אמאל איז מען געגאנגען און שפעטער האט מען אויפגעהערט, לדוגמא הדלקת נר חנוכה, דער קדושת יו"ט איז געגאנגען בבגדי שבת, דער דברי יואל הפסיק.
סנדקאות הדברי יואל בשנים הראשונות הלך ואח"כ הפסיק.
המנחת אלעזר הלך עם קאלפיק כשהיה מוהל
בבאבוב גם הולך הסנדק עם שטריימל

בעצם מאי שנא, א שמחה איז א שמחה, א חתונה א ברית א בר מצוה וכו', דארף נישט האבן קיין אנדערע הלכות, נאר לדעתי האט דאס צוטוען, ווייל א חתונה און א ברית איז אייביג געווען א מאורע וואס מען האט געפראוועט אפילו אין דער אלטער היים וכו', דער עושר צו דער ארימאן, משא"כ וואך נאכט, בר מצוה, שבע תנאים, ברכות יעדע נאכט, ודברים הדומים, האט מען אמאל נישט געמאכט כל זב חוטם, לכבוד א בר מצוה איז אפשר געווען א לחיים נאכען דאווענען אויב עס איז געווען, שבע ברכות כמעט האט מען קיינמאל נישט געמאכט [חוץ בבית רבנים ואדמורים] און אפילו שבת, איז דאך די חופה געווען על פי רוב עש"ק, און די סעודה ליל שבת שבע ברכות איז אויכעט געווען די סעודת החתונה וכן על זה הדרך

און היינט אז מען מאכט סעודות גדולות ביי יעדע מאורע כמו חתונה וכדומה, זאל מען טאקע גיין בבגדי שבת אזוי ווי א חתונה און א ברית

דער ייטב לב איז געגאנגען, דער קדושת יו"ט הפסיק
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

נישטאמת האט געשריבן:

ריכטיג

און ער האט אנגעגעבן דעם טעם (מן הסתם איז באמת געווען א אנדערע טעם) אז דער ייטב לב האט עס אנגעטוהן לכבוד הציבור וואס איז געקומען, משא"כ ער האט נישט געטראכט אז איינער גייט בכלל קומען.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

נישטאמת האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:ביי א וואך נאכט האט מען אנגעהויבען גיין מיט א שטריימל אינמיטען די נ יארן
רוב וועלט גייט נאך אלס נישט מיט א שטריימל

א החלטה סופית, ווייל עס איז דא מקומות מען איז געגאנגען פארדעם אויכעט, עס איז דא מקומות מען גייט היינט אויכעט נישט.

בדרך כלל די ארץ ישראלדיגע גייען שנעלער און מער מיט בגדי שבת, לדוגמא בר מצוה איז מען דארט געגאנגען יארען צוריק וכו'.

בבית נדבורנא קרעטשניף גייט מען בכל מאורע בבגדי שבת,

עס איז דא מאורעות וואס אמאל איז מען געגאנגען און שפעטער האט מען אויפגעהערט, לדוגמא הדלקת נר חנוכה, דער קדושת יו"ט איז געגאנגען בבגדי שבת, דער דברי יואל הפסיק.
סנדקאות הדברי יואל בשנים הראשונות הלך ואח"כ הפסיק.
המנחת אלעזר הלך עם קאלפיק כשהיה מוהל
בבאבוב גם הולך הסנדק עם שטריימל

בעצם מאי שנא, א שמחה איז א שמחה, א חתונה א ברית א בר מצוה וכו', דארף נישט האבן קיין אנדערע הלכות, נאר לדעתי האט דאס צוטוען, ווייל א חתונה און א ברית איז אייביג געווען א מאורע וואס מען האט געפראוועט אפילו אין דער אלטער היים וכו', דער עושר צו דער ארימאן, משא"כ וואך נאכט, בר מצוה, שבע תנאים, ברכות יעדע נאכט, ודברים הדומים, האט מען אמאל נישט געמאכט כל זב חוטם, לכבוד א בר מצוה איז אפשר געווען א לחיים נאכען דאווענען אויב עס איז געווען, שבע ברכות כמעט האט מען קיינמאל נישט געמאכט [חוץ בבית רבנים ואדמורים] און אפילו שבת, איז דאך די חופה געווען על פי רוב עש"ק, און די סעודה ליל שבת שבע ברכות איז אויכעט געווען די סעודת החתונה וכן על זה הדרך

און היינט אז מען מאכט סעודות גדולות ביי יעדע מאורע כמו חתונה וכדומה, זאל מען טאקע גיין בבגדי שבת אזוי ווי א חתונה און א ברית

דער ייטב לב איז געגאנגען, דער קדושת יו"ט הפסיק

שכויח פארן תיקון, אבער משנה לא זזה ממקומה, די תוכן איז די זעלבע.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

בנוגע שושן פורים

היות דא אין אמעריקא האט דער עולם געארבעט געהעריג אום שושן פורים און מ'איז פארשטייט זיך נישט געגאנגען אין מאנהעטן מיט בגדי שבת איז מען שוין אגאנצען טאג נישט געגאנגען מיט בגדי שבת

אויפדעם האט רביה"ק מ'סאטמער זי"ע געלייגט א דגוש אז כאטשיג אין ביהמ"ד זאל מען יא גיין מיט בגדי שבת

שושן פורים מוקפים גייען רוב פלעצער נישט מיט בגדי שבת אבער אלץ חשיבות און כבוד פון ירושלים האט די רבי געהייסן אז מ'זאל גיין מיט בגדי שבת

-------

וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

קרייסלער האט געשריבן:וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא

סאיז מיר אינטרעסאנט פארוואס א וואכט נאכט גייט מען יא מיט שטריימעל אין בר מצוה נישט, לכאורה איז א בר מצוה א סעודות מצוה און א וואכט נאכט נישט.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אולי. א וואך נאכט איז דאך ווי א הכנה צום ברית אין ביי חסידים איז די הכנה געווען גרעסער ווי די מצווה אליין
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא

סאיז מיר אינטרעסאנט פארוואס א וואכט נאכט גייט מען יא מיט שטריימעל אין בר מצוה נישט, לכאורה איז א בר מצוה א סעודות מצוה און א וואכט נאכט נישט.

קודם זאלן די יונגעלייטלעך (מאכן שוין היינט חתונה קינדער) מיר מסביר זיין פארוואס זיי האבן באשלאסן צו אנהייבן גיין מיט א שטריימעל ביי וואכנאכט'ס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קרייסלער האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא

סאיז מיר אינטרעסאנט פארוואס א וואכט נאכט גייט מען יא מיט שטריימעל אין בר מצוה נישט, לכאורה איז א בר מצוה א סעודות מצוה און א וואכט נאכט נישט.

קודם זאלן די יונגעלייטלעך (מאכן שוין היינט חתונה קינדער) מיר מסביר זיין פארוואס זיי האבן באשלאסן צו אנהייבן גיין מיט א שטריימעל ביי וואכנאכט'ס

היינט גייט מען שוין מיט ווייסע זאקן און א גלאטע בעקישע.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:די סקווערער גייען בבגדי שב"ק פון אינדערפרי שוין סיי ערב יוה"ק, און סיי ערב פסח

טעות

איך געדענק גראדע ער"פ תשס"ט ביים קידוש החמה האב איך געזעהן די סקווירא אידן מיט שטריימלעך, אבער אפשר איז דאס געווען וועגן קידוש החמה.

נאר די סקווירא? די סאטמארא יודן זענען דאן אויך געגאנגן מיטן שטריימל
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

די ירושלימ'ער גייען מיט שטיימלעך ביי יעדע מאורע (בר מצוה, תנאים) וכדו', צוליב דעם, וואס זייענדיג עניים ואביונים, זענען די מלבושים געווען צוריסן און צושליסן, און די בגדי שבת, וואס מען גייט מער זעלטן, האט זיך שענער געהאלטן.

דא אין חו"ל, האב איך געהערט א שטארק ווארט, אז די וועלכע זייער טאטע איז געגאנגען ביי זייער ברית מיט א הוט, זיי גייען א שטריימל ביי וואכנאכט'ס.

נאך דא פולע מקומות ווי מען גייט וואכעדיג ביי א וואכנאכט, אין ויזניץ איז אויך אזוי געווען, נאר סקווירא רבי זיע"א האט דאס אנגעטון פארן אמרי חיים ביי וואכנאכט פון קיימישע רבי.

לגבי הכנסת ס"ת, איז דא נאך כהיום פולע מקומות וואס מען גייט וואכענדיג.

נאר דאס וואס אמאל פלעגן רבי'ס גיין מיט קאלפיקעס, האט אסאך אריין געברענגט שטריימלעך, למשל חנוכה ווען אין פולע פלעצער איז דער רבי געגאנגען מיט'ן קאלפיק, איז די וואס נאכן קריג האבן נישט ממשיך געווען מיטן קאלפיק, האט מען אנגעטון דעם שטריימל.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא

סאיז מיר אינטרעסאנט פארוואס א וואכט נאכט גייט מען יא מיט שטריימעל אין בר מצוה נישט, לכאורה איז א בר מצוה א סעודות מצוה און א וואכט נאכט נישט.

א וואכטנאכט איז אויך דא דיעות בראשונים אז דאס איז יא א סעודת מצוה, כמבואר באריכות באות חיים על הלכות מילה.

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:די ירושלימ'ער גייען מיט שטיימלעך ביי יעדע מאורע (בר מצוה, תנאים) וכדו', צוליב דעם, וואס זייענדיג עניים ואביונים, זענען די מלבושים געווען צוריסן און צושליסן, און די בגדי שבת, וואס מען גייט מער זעלטן, האט זיך שענער געהאלטן.

דא אין חו"ל, האב איך געהערט א שטארק ווארט, אז די וועלכע זייער טאטע איז געגאנגען ביי זייער ברית מיט א הוט, זיי גייען א שטריימל ביי וואכנאכט'ס.

נאך דא פולע מקומות ווי מען גייט וואכעדיג ביי א וואכנאכט, אין ויזניץ איז אויך אזוי געווען, נאר סקווירא רבי זיע"א האט דאס אנגעטון פארן אמרי חיים ביי וואכנאכט פון קיימישע רבי.

לגבי הכנסת ס"ת, איז דא נאך כהיום פולע מקומות וואס מען גייט וואכענדיג.

נאר דאס וואס אמאל פלעגן רבי'ס גיין מיט קאלפיקעס, האט אסאך אריין געברענגט שטריימלעך, למשל חנוכה ווען אין פולע פלעצער איז דער רבי געגאנגען מיט'ן קאלפיק, איז די וואס נאכן קריג האבן נישט ממשיך געווען מיטן קאלפיק, האט מען אנגעטון דעם שטריימל.

דער מנחת אלעזר לדוגמא איז געגאנגען א שטריימל חנוכה ביים צינדען און נישט דעם קאלפיק [וואס ער איז געגאנגען יעדע טאג ביי מנחה מעריב]
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

אוהב ספרים האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא

סאיז מיר אינטרעסאנט פארוואס א וואכט נאכט גייט מען יא מיט שטריימעל אין בר מצוה נישט, לכאורה איז א בר מצוה א סעודות מצוה און א וואכט נאכט נישט.

א וואכטנאכט איז אויך דא דיעות בראשונים אז דאס איז יא א סעודת מצוה, כמבואר באריכות באות חיים על הלכות מילה.

האסט אבער נישט פארענטפערט פאר וואס ביים בר מצווה גייט מען נישט , דאס איז לכל הדיעות א סעודת מצווה,? לכאורה איז פשוט אז א בר מצווה איז א סעודת מצווה פארן בחור (וואס גייט טאקע שבתדיג), די טאטע טוט נישט קיין מצווה, משא״כ ביי א ברית און וואכנאכט איז עס דעם טאטנ׳ס מצווה.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

און ארץ ישראל גייט מען ביי א בר מצוה אויכעט.

במונקאטש הולכים גם בבר מצוה וכן בתנאים.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

קרייסלער האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואך נאכט איז מען אין אמעריקא נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ביז אין די מיטעלע ס' יארן, עכ"פ רובא דרובא

סאיז מיר אינטרעסאנט פארוואס א וואכט נאכט גייט מען יא מיט שטריימעל אין בר מצוה נישט, לכאורה איז א בר מצוה א סעודות מצוה און א וואכט נאכט נישט.

קודם זאלן די יונגעלייטלעך (מאכן שוין היינט חתונה קינדער) מיר מסביר זיין פארוואס זיי האבן באשלאסן צו אנהייבן גיין מיט א שטריימעל ביי וואכנאכט'ס

דער מנחת אלעזר שרייבט אז ביי א וואך נאכט זאל מען גיין מיט בגדי שבת, אבער דער מנהג העולם איז טאקע בעיקר איינגעפירט געווארן - אזויווי הילולא דצדיקיא זאגט - דורך די אידן וואס זייערע טאטעס זענען נישט געגאנגען ביי זייער שלום זכר מיט קיין שטריימל.
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

הרה"ק רבי הערשל'ע ספינקא'ער זי"ע איז אמאל אנגעקומען צו א פדיון הבן פון אן אוראייניקל און די אנדערע זיידעס זענען געגאנגען מיט שטריימלעך האט זיך דער אבי הבן געבעטן ביי אים ער זאל אויך אנטוהן דעם שטריימל האט ער נישט געוואלט, ער האט גע'טענה'ט אז ס'פאסט נישט אז נאר איין זיידע גייט נישט בעת וואס די אנדערע זיידעס גייען יא אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס האט ער זיך געבעטן אז היות ס'איז דאך ערב שבת זאל ער שוין יעצט אנטוהן דעם שטריימל לכבוד שבת, האט ער געענטפערט איך געדענק מיין זיידן דעם חקל יצחק ביי א פדיון הבן פון אן אייניקל און ער איז נישט געגאנגען מיט'ן שטריימל אויב וועל איך יעצט אנטוהן דעם שטריימל וועט מען שוין געדענקען אז איך בין ביי א פדיון הבן יא געגאנגען מיט'ן שטריימל, און ער האט טאקע נישט אנגעטוהן.
זה הקטן גדול יהי'
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”