סדר תפלת יום כפור קטן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

סדר תפלת יום כפור קטן

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 5:42 pm

ערב ראש חודש זאגט מען יום כפור קטן.

מאנכע זאגן עס יעדען ערב חודש אדער חדש חטא״ת - חשון, טבת, אייר, תשרי.
מאנכע זאגן עס בלויז ער״ח ניסן און אלול
מאנכע זאגן עס בלויז אום ער״ח אלול

למעשה האט מיר אימיצערגעפרעגט צו איך ווייס ווי ״אלט״ אט די סדר התפלה איז.
כ׳האב מיר תחלת געוואונדערט, ״ס׳הייסט? יום כפור קטן?!״
שטעלט זיך ארויס אז יא!

לעת עתה נאל א קורצע זיך, האב איך געטראפן דאס פריהסאטא געדרוקט סדר יום כפור קט אין שערי דמעה געדרוקט אום שנת שפ״ו, ס׳איז אבער נישט אונזערע נוסח.
jpg_00000006.jpg
jpg_00000006.jpg (479.04 KiB) געזעהן 746 מאל


אין שפתי ישנים (אמטרדם ת״ם) מערכת יום כפור קטן, דערמאנט א ספר׳ל מיט אט דעם נאמען, געדרוקט דורך ר׳ נטע חזן פון פרוסטיץ.
כ׳האב נישט געפונען אזא ספ׳ל פו פאר שנת ת״מ, אבער פון שנת תנ״לֹ און שפעטער זענען די עטליכע מהדורת ״ תפלות יום כפור קטן, תפלות יום כפור קטן : ... צו בעטן צו מנחה גדולה אן תענית ערב ראש חודש ... / מהר"ר נתן חזן דק"ק פרוסטיץ ... האט ... פירוש גימכט ...״
מהדורת תצ״ט, וועלכע געפונט זיך אנליין זאגט אונז אז דא האנדלט זיך טאקע פו ןאונזערע נוסח, וועלכע גייט צוריק פריער פון שנת ת״מ לפ״ק

ס׳קומענדיגע איז דאס ספר שומרים לבוקר געדרוק אין זולצבאך שנת תמ״ה, ועלכע הייבט זיך מיט׳ן ים זה יהיה משקל...

אום שנת תס״ו, געפונען מיר עס שוין אין שערי ציון, וועלכע געבט אן אז דאס זרגט מיט טלית און תפילין.

אויב אימיצער האט הוספות ביטע לייגט צו להגדיל תורה ולהאדירה, האפנטליך וועלן מיר עס בע״ה מפרסם זיין אין אונזערע אויסגאבע מיט׳ן פולן קרעדיט.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט