מים אחרונים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

מים אחרונים

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 12:11 pm

איך בין פריער געזיצן מיט נאך צוויי יודן אין א אפיס, און איינער פון זיי - לאמיר אים רופן שמעון- האט געגעסן פרישטיג, און ווען ער האט געענדיגט עסן האט ער זיך געוואלט נעמען בענטשען, פרעגט אים לוי, האסט מים אחרונים? ענטפער שמעון, ניין, נאכן בענטשען וועל איך מיר גייין וואשן מים אחרונים. פרעגט אים לוי צירוק, און אויב איך האב נישט קיין געדילד זיך צו וואשן פארן עסן עסן קען איך מיר אויך וואשן נאכן עסן? פרעגט שמעון צירוק עס איז די זעלבע זאך? פרעגט לוי, אפשר נישט?

און דא האט זיך די שמועס געענדיגט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 12:32 pm

איז דאס סתם א מאנסע, ברויך עס זיין אינעם קרעטשמע, נאר וואס דען עס איז א פראגע, לאמיר הערן וואס די פראגע איז, אויב עס איז די זעלבע, אדער וואס די הלכה איז?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2006 1:12 pm

עס טוט מיר לייד צו הערן אזעלכע זאכן, דער איד האט עובר געווען אויף קלארע הלכות פון "מים אחרונים", וואס דער ציהל דערפון איז צו האבן ריינע הענט בשעת'ן בענטשן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 3:31 pm

דאס איז ממש פון די הלכות וואס מ'איז דש בעקביו, מ'דארף אויף דעם ריכטיג תשובה טוהן.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 4:58 pm

די האלטסט אז ער האט נטכנישט תשובה געטון?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 04, 2006 5:15 pm

כ'קלער אז יא, אבער אויב ווייסט ער אפילו נישט דערפון האלט ער זיך דאך פאר גאנץ א גרויסער תלמיד חכם, און אויף דעם וויל ער דאך נישט תשובה טוהן, הלמאי סיז דאך א מצוה, איצט קלער איך צומיר קען זיין אז דאס גייט אריין אין דעם על חטא שחטאנו לפניך ביודעים ובלא יודעים.
לאמיר האפן אזוי.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך נובעמבער 15, 2006 3:40 pm

אפשר ווייסט איינער די הלכה, איך האב שוין געפרעגט אפאר לומדים, און קיינער האט מיך נאכנישט געענטפערט א קלארע תשובה,
דארף מען זיך וואשן מים אחרונים פון א כלי, אדער מען קען זיך וואשען גלייך פון סינק?

[אין שלחן ערוך ווערט געברענגט אז מען דארף זיך וואשען מים אחרונים "אין" א כלי, ,וואס בדרך אגב האב איך נישט געזען אז מען זאל מקפיד זיין דערויף].

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 12:33 pm

וואס גייט דא פאר, קיינער ווייסט טאקע נישט, אדער מען טוט מיך סתם איגנארירן, ווי זענען אונזערע דיינים?

איך האב נאכגעקוקט די הלכה, און עס איז מיר אויסגעקומען אז מען קען זיך וואשן מים אחרונים גלייך פון סינק, מען דארף נישט האבן קיין כלי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 12:36 pm

איך האב אלץ געוואוסט אז מ'דארף א כלי, ( קען זיין בטעות )און ווען איך האב געלערנט די הלכות האב איך פארשטאנען פונקט ווי דו, אז מ'דארף טאקע נישט קיין כלי, און איך האב געווארט צו זען א רעאקציע צו דיין תגובה, און איך ווארט נאך אלץ, איך האב נאר געענפערט דיר צו ווייזן אז איך ליין עס, און איך איגנאר דיך נישט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג נובעמבער 20, 2006 1:13 pm

איך האב גראדע גענפערט א תשובה דא, עס איז לכאורה פון די קרענק וואס די קרעטשמע האט מיטגעמאכט איז עס נישט דורך.

אזוי ווי דו זאגסט, מ'דארף נישט קיין כלי.

מ'קען דאך לויט אסאך פוסקים אחרונים אפילו נוצן רוק.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2006 1:47 pm

קום איך אזוי פון לאנגען וועג אריין דא אין קרעטשמע, זיך צו דערכאפן די הארץ מיט אביסל דברי תורה, וואס דאס איז דאך "כמים קרים על נפש עייפה"

כ'האב געלערנט א הלכה אין הלכות מים אחרונים, אז מען טאר זיך נישט וואשען די הענט מיט הייסע וואסער (עס איז דא אפילו א שיטה אז לוילעך וואסער איז אויך נישט גוט לנטילת מים אחרונים) ווייל עס העלפט נישט אפצורייניגען די הענט, און די הענט בלייבט נאך ווייטער מזוהם.

פארשטיי איך נישט, ווען מען וואשט די געשיר וואשט מען מיט הייס וואסער, ווייל עס קומט יא בעסער אראפ מיט ווארעם וואסער?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 11, 2006 2:03 pm

שלום עליכם א יודעלע. אה... וואס א געשמאק ס'שפירט זיך צו פארברענגען מיט א וואנדער יידעלע... און ווער רעדט נאך אין לערנען... אה... ס'אלע טעמים.

מים אחרונים דארף מען זיך 'יא' וואשן פון א כלי אזוי איז משמע פון ערשטן מג"א אין הל' מים אחרונים. דער מגן אברהם זאגט דארט אז דייקא זיך וואשן פון די כלי און נישט איינטונקען די הענט.

דאס אז מים אחרונים טאר נישט זיין מיט קיין הייס וואסער, איז דער מקור אין די גמרא (חולין קה), און רש"י זאגט דארט דעם טעם ווייל די פעולה פון הייס וואסער איז מאכט ווייעך דעם מענטשנ'ס הויט און נעמט אריין אין זיך די שמוץ, און מים אחרונים דארף מען זיך וואשן בכדי אראפצונעמען די שמוץ.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 1:16 pm

זארעכ פון דעם מגן אברהם איז נישט אזא שטארקע ראי', ווייל ער שרייבט לאפוקי פון איינטונקן, דאס איז אנאנדער ענין.

דוק ותשכח.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 3:52 pm

סאכדעס:
ובדקתי...

מיין מראה מקום צום מג"א, האב איך נישט מכוון געווען דוקא צום מג"א. וכוונתי היתה:
"נטילת" מים אחרונים מיינט זיכער בכלי. פונקט ווי דו פארשטייסט אז "נטילת" מים ראשונים מיינט בכלי. באווייז מיר א פלאץ ווי "נטילה" טייטש שלא בכלי. און אויף דעם ארויף ברענגט דער מג"א אז זאלסט נישט מקיל זיין במים אחרונים ב"טבילת" ידים נאר דוקא ב"נטילת" ידים. (אגב, האסט אן אנדער פשט אויף "נטילת" ידים אויב נישט בכלי, ומאי נפק"מ "טבילת" ידים או הנחת ידים מתחת ל-הסינק?)

ס'דא צוויי זאכן. ס'דא נוטלין און ס'דא ניטלין. איבער נוטלין דארף מען ניטאמאל דערמאנען אז דאס מיינט בכלי, דער אפטייטש פון נטילת ידים מיינט בכלי, ופשוט הוא, כנ"ל. די פראגע ביי מים אחרונים איז נאר צו עס איז "ניטלין" בכלי.
ודו"ק ותשכח

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 12, 2006 4:24 pm

כ'הער, אין ספרים תחת ידי דא אין אפיס, איך האף היינט נאכט אפפסס.. היינט נאכט זיכער נישט, אבער אפשר מארגן נאכט אדורכצוקוקען די הלכה.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 11:23 pm

איז דא עפעס א התר פאר פרויען זיך נישט צו וואשן מים אחרונים [חוץ אז זיי האבן נישט קיין בארד] ובדרך אגב וואס איז פשט אז די פרויען זאגן נישט שאו ידיכם קודש [און וואס איז די פשט אז די מענער זאגן יא]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 05, 2015 2:34 pm

די גאנצע איז דאך נאר על פי קבלה וואס פרויען דארפן נישט מקפיד זיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מאי 05, 2015 5:21 pm

וואס? איך הער גוט, מים אחרונים איז נאר על פי קבלה, ‏שוין מילא שאו ידיכם, די נעגל פון די הענט און פיס שניידן זיי יא אין איין טאג אדער דאס הייסט נישט קיין קבלה?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מאי 05, 2015 6:50 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:וואס? איך הער גוט, מים אחרונים איז נאר על פי קבלה?

אדער? איר וואשט זיך מיט א רביעית (וע"פ יתר דיני נטילה)?
ועי' בשבט הלוי ח"ד (מער פון אנפאנג) בענין נשים

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך מאי 06, 2015 9:48 am

עס איז נישט דא קיין מלח סדומית
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט