הלכות 'קוויטל'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אפריל 24, 2017 3:54 pm

איך ווייס האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כ׳האב געמיינט אז דו ווייסט, איך ווייס!?

די סיבה פארוואס איך פרעג
ווייל אין דער בלאט די וואך -אוצר אפטיילונג
איז געווען א מעשה אז די רביצן פון רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע איז געפארן קיין קאלוב צו די יארצייט
אין זי האט מיטגענומען א קוויטל
אין די רבי האט איר געבעטן די קוויטל
אין צוגעשריבן וואס מען שרייבט אין קוויטל וואס מען גיבט איבער פאר לעבעדיגע
אין איר געזאגט אז רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועט דארט זיין אין זי זאל אים איבערגעיבן די קוויטל
אא"כ וויל איך וויסן צו איינער האט שוין אמאל געהערט פון אזא חילוק

נו האט מען עס דאך געגעבן פאר א לעבעדיגן

גראדע געזעהן ביי כמה אדמורי"ם שליט"א וואס די גבאים שרייבן די קוויטלעך פאר די חסידים וואס גיבן עס איבער פאר'ן רבי'ן שליט"א ביים ציון שרייבן זיי דאן יא אריין בקשות, זעהט אויס אז ביי דעם פאל שרייבט מען יא

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אפריל 24, 2017 5:08 pm

דאס איז דאך דער געדאנק פון די מעשה מיטן ברך משה, ער זאל ליינען דעם קוויטל ווי א לעבעדיגער רבי וואס גיבט איבער דעם קוויטל, ניין?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 24, 2017 5:27 pm

איך ווייס האט געשריבן:אין צו עס איז דא א נפק"מ צווישן א קוויטל וואס מען געט פאר א רבי אשר אתנו בחיים
אין א קוויטל וואס מען לייגט ביי א קבר

ברכה שלמה - טיטשין

Capture.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אפריל 24, 2017 5:44 pm

יישר כח
מכאן יראה הקורא מוסר גדול, והלא הדברים קל וחומר, ומה שם ה' המרומז באות ה' שהוא רק רמז לשם ה', ונכתב ברמז בפירוש למען כבוד ה' שלא יתחלל, עכ"ז החמיר ע"ע הצדיק הזה, כש"כ שצריכים ליזהר שלא לכתוב בכל אופן שם ה' במילואו, ועוה"ר מצוי כהיום מאד שמזלזלים בזה בלי ידיעה חומר העון, ונכלל בזה גם אותן שמשתמשין בקו כזה - או כזה ' להפסיק באמצע ה', דבר אשר לא שערום אבותינו, ובספרי שו"ת קדמונינו מבוכה גדולה אם זו קרוי' הפסק, ומעולם כל מי שבשם ישראל יכונה לא הי' כותב רק, קל, שקי, ה' או ד', קה, וכן בשם הוי' ב"ה ועוד. וחלילה עניות מצוי' בעון זו.
ישמע חכם ויוסיף לקח. ויהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם.

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מאנטאג אפריל 24, 2017 5:47 pm

בלעטל האט געשריבן:יישר כח
מכאן יראה הקורא מוסר גדול, והלא הדברים קל וחומר, ומה שם ה' המרומז באות ה' שהוא רק רמז לשם ה', ונכתב ברמז בפירוש למען כבוד ה' שלא יתחלל, עכ"ז החמיר ע"ע הצדיק הזה, כש"כ שצריכים ליזהר שלא לכתוב בכל אופן שם ה' במילואו, ועוה"ר מצוי כהיום מאד שמזלזלים בזה בלי ידיעה חומר העון, ונכלל בזה גם אותן שמשתמשין בקו כזה - או כזה ' להפסיק באמצע ה', דבר אשר לא שערום אבותינו, ובספרי שו"ת קדמונינו מבוכה גדולה אם זו קרוי' הפסק, ומעולם כל מי שבשם ישראל יכונה לא הי' כותב רק, קל, שקי, ה' או ד', קה, וכן בשם הוי' ב"ה ועוד. וחלילה עניות מצוי' בעון זו.
ישמע חכם ויוסיף לקח. ויהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם.

דאס איז נאר גילטיג אבער ביי א ציון אינטערן פרייען הימל
משא"כ אין א אוהל נישט

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מאנטאג יוני 11, 2018 9:35 pm

ווער עס קען ביטע זאגן וואס מען שרייבט אויף א קוויטל ווען מען גייט אריין צו א לעבעדיגע רבי
1) ווען מען זוכט פרנסה
2) מען וויל אנפרעגן וועגן א נייע דזשאב
3) פאר מען פארט א נסיעה למקומות הק'
4) מעבורת בחודש התשיעי
5) ווען א קינד ווערט דריי יאר
6) פאר די בר מצוה
ייש"כ


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט