הלכות 'קוויטל'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיין מיינונג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2011 6:24 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך מיין מיינונג » מאנטאג ינואר 02, 2012 10:07 pm

א יוד איז אמאל געפארן אויף מקומת הק׳ און ער האט געפרעגט הרה״ק רבי יענקעלע מפשעווארסק וואס צו טון און ער האט אים געהייסן שרייבן א קוויטל און ליינען ביי יעדן ציון און איבערלאזן אויפן לעצטען פלאץ
יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג - איך זאג מיין מיינונג

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » מאנטאג ינואר 02, 2012 11:14 pm

cano האט געשריבן:און וועגען די מקור פון קוויטלעך, לויט וואו איך האב געהערט שטאמט עס , פון רבי ר' בער, ער האט געזאגט אז דער רבי דער בעל שם טוב האט געקענט מיטען קאפ, אבער איך קען נישט אזוי, האט ער איינגעפירט מען זאל שרייבען קוויטלעך.

די תלמידים פון הייליגן בעש"ט האבן אריינגעשריבן זייערע נעמען אין רבינ'ס סידור. דער סידור עקזיסטירט נאך.
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » פרייטאג ינואר 20, 2012 1:03 pm

לכל זמן האט געשריבן:
cano האט געשריבן:און וועגען די מקור פון קוויטלעך, לויט וואו איך האב געהערט שטאמט עס , פון רבי ר' בער, ער האט געזאגט אז דער רבי דער בעל שם טוב האט געקענט מיטען קאפ, אבער איך קען נישט אזוי, האט ער איינגעפירט מען זאל שרייבען קוויטלעך.

די תלמידים פון הייליגן בעש"ט האבן אריינגעשריבן זייערע נעמען אין רבינ'ס סידור. דער סידור עקזיסטירט נאך.


איז אריינשרייבען דעם נאמען אין סידור היינו הך ווי א קוויטעל, אויב יא דעמאלס פארוואס איז מקפיד פארשידינע הקפדות לגבי א קוויטעל משא"כ ביי הזכרה?

ביי הרה"ק רבי אהרן רוקח אבד"ק בעלזא איז געוועהן א גאנצע עבודה דאס קוויטעל נעמען די הכנות וכו', כאטש מ'האט דאס איהם פארגעליינט.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מוצ"ש ינואר 21, 2012 10:05 pm

איך האב געהערט א מעשה פון א איד וואס האט באקומען א טעלאפאן קאל פון ארץ ישראל אז זיין ברודער איז געווען אינוואלווד אין א עקסידענט, און אזויווי ער איז די איינציגסטע אין די משפחה וואס וואוינט אין אמעריקא זאל ער אריינגיין מזכיר זיין צום בעל על הגאולה מ'סאטמאר זי"ע דאס איז געווען שוין דעם לעצטן זומער תשל"ט ער נעמט די קוויטל, ער גיט א קוק ער ווערט ווייס און ווארפט אראפ די קוויטל און מאכט מיט די הענט אז עס איז שוין לאחר המעשה,
דער איד האט גלייך פארשטאנען אז עס איז שוין לאחר המעשה האט ער אנגערופן קיין ארץ ישראל או מ'האט עס באשטעטיגט אז ער איז שוין ליידער נישט בעלמא הדין, שנשמע ונתבשר בשורות טובות

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מוצ"ש ינואר 21, 2012 10:29 pm

cano האט געשריבן:אז איך האב שוין דערמאנט דעם רבין וועל איך פארציילען וואס איך האב געהערט פון הרה"ח ר' אהרן פאלאק ע"ה, א תלמיד פין זענטא אז אין די ישיבה האט מען געוויסט אז די ערשטע קוויטעל וואס דער רבי' האט באקימען איז געווען פון זיין פעטער דער דברי יואל זי"ע,

די מעשה איז א ביסעל אן אריכות, ועוד חזון בל"נ.


יעצט באמערקט דעם אינהאלטסרייכן אשכול

קאנוי, אפשר ביסטו משלים די מעשה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מוצ"ש ינואר 21, 2012 11:59 pm

אין חב"ד איז די מנהג ווען מען גייט אויפען ציון ליינט מען איבער די קוויטלעך אין דערנאך צורייסט מען דאס אין אזוי לייגט מען עס אוועק אויפען ציון.
וועגען מיט שורות אדער אהן שורות, איז דא הויפן וואס מען איז דייקא מקפיד מיט שורות, אין עס איז דא הויפן וואס זענען דייקא מקפיד אהן שורות.
וועגען געבען א פדיון ווען מען גייט אויף א ציון, איז דא ווארט פינעם הייליגען אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, ווען ער האט געהערט אז מען גייט אויפען ציון פונעם אהבת ישראל (ער ליגט אין בני ברק), האט ער נאך געזאגט א ווארט פונעם הייליגען דזיקעווער (אזוי דאכט זיך) אז ער האט געזאגט אז וואס געט מען פאר א פדיון ווען מען גייט אויף א ציון פון א צדיק אז מען דערמאנט די קינדער אין אייניקלעך, וויל זיי די נפטרים פרייען זיך צוהערען פון די קינדער, איז זעט מען אז עס איז דא א בחינה פון א פדיון אפילו ווען מען גייט אויפען ציון.
וועגען א פדיון וואס מען געט פאר א צדיק ווערט געברענגט אין אגרא דפרקא ווייל ווען די צדיק וועט בעטען פארען איד וועט מען איהם פרעגען וואס גייט דיר דאס אזוי אז מען זאל נאכגעבען די בקשה אויף פלוני, איז אז מען געט איהם א פדיון ענטפערט די צדיק, דער איד האט מיר געגעבן א הנאה דארף איך איהם באצאלען, אין אזוי קען דער צדיק אוועק שטיפען די מקטריגים.
עס איז געווען הויפען אין נאך אלץ דא אזוינע הויפן וואס מען האט דייקא מקפיד געווען נישט צונעמען קיין פדיון, אזוי ווי אין גור, עס איז דא מקומות וואס אנשטאט א פדיון פאדערט מען דברים בעניני עבודת השם, אין קען זיין אז עס איז געווען צדיקים וואס האבען באטראכט דאס פראווען ווי א הכנעה, אין די כח האבען זיי געפועלט די ישועה, ער איז דאך איינס מיטען צדיק דאס איז הכנעה זיך מבטל איגאנצען צום צדיק.
וויייטער ווייסען מיר צדיקים אזוי ווי דער הייליגער אפטא רב זצ"ל, דער הייליגער רבי ר' הערשל מרימאנוב זצ"ל וואס האבען אסאך מאל געהאט א ענין צו בעטען גרויסע סכומים, והכל לפי השעה.
אסאך צדיקים האבען געהאט א עבודה מיטען אוועק לייגען די קוויטלעך נאכען ליינען, אויף וואספארא אויפען, אין טאש, אין וועלעכע טאש, אדער איבער געדרייט די ווערטער מיטען פנים צום טיש, אדער אינטערווארפען די קוויטעל אינטערען טיש, די גבאים האבען שוין געוויסט לפי די אופן ווי אזוי דאס איז אוועק גלייגט געווארען לטוב או למוטב, למשל, דער הייליגער רבי נחמן דער ברעסלבער רבי זצ"ל פלעגט זיך פירען ערב ר"ה ווען דער עולם איז געקומען זיך פראווען, אז אויב ער האט ארינטער געווארפען די קוויטעל אינטערען טיש האט די גבאי געוויסט אז פלוני וועט ניט איבער לעבען רח"ל יענעם יאר, אין אזוי איז געווען ביי אנדערע צדיקים אנדערע מנהגים.
עס איז געווען אין עס איז נאך אלץ דא ביי די ליטווישע גדולים וואס נעמען קוויטלעך, ר' חיים קניבסקי, איך ווייס א איד אין ירושלים וואס איז געווען א חברותא מיט מרן הרב שך זצ"ל אין ער נעמט קוויטלעך, אין עס איז דא נאך.
וועגען לייגען קוויטלעך ביי איינעם וואס האט נישט גענומען קוויטלעך בחיים כ'האב געזען אסאך פירען זיך אז יא, אין קען זיין די טעם איז גלייך ווי איינע פון די טעמים פארוואס מען לייגט א שטיין אויף א ציון, כדי דער נפטר זאל געדענקען אז מען איז געווען ביי איהם אין ער זאל מתפלל זיין, איז די שטיין פאר א אנדענק, אזוי קען אויכעט זיין די טעם פון לייגען א צעטיל מיט די נעמען אז דער נפטר זאל געדענקען אז מען איז געווען ביי איהם אין מען האט מזכיר געווען די אלע נעמען, מה לי אבן מה לי פתקא.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג ינואר 22, 2012 12:48 pm

מענין הקוויטלעך,

שמעתי מהגה"ח ר' ניסן קרעמער שליט"א, אז ער איז אמאל געווען ביים באהושער רבי אין ארץ ישראל און געשריבן א קוויטל פשוט די נעמען אהן קיינע בקשות, ווען דער באהושער רבי האט עס געלייענט האט ער געפרעגט פון ר' ניסן, "איר האט אפשר די און די פראבלעם? ענטפערט ר' ניסן אז יא, אויב אזוי האט איהם דער באהושער רבי געזאגט גיי ארויס אין שרייב עס אריין אין קוויטל און קום דערנאך צוריק.

שמעתי מכ"ק אדמו"ר הרה"צ שליט"א מראחמסטריווקא - בארא פארק. איבער א מעשה וואס ער האט געהאט מיט זיין שווער -כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק זי"ע מסקווירא- ווי ער האט פארטוישט א קוויטל נאך וואס זיין שווער האט עס סארטירט און יענער איז טאקע קיינמאל נישט געהאלפן געווארן ואכהמ"ל.

דער געווענטליכער נוסח צו שרייבן אויף קוויטלעך וועלכע מ'לייגט אויף א ציון איז געווען דער נאמען צוגעשריבן לבריאת הגוף והנפש, אדער אין קורצן לברה"ג ולברה"נ.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

skunk
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 2:46 am

תגובהדורך skunk » זונטאג ינואר 22, 2012 1:02 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:אין לי יד בנסתרות אלו, אדרבא נאך פון א יונגע עלטער האב איך געהאט אסאך קשיות און שאלות אויף דער גאנצע ענין, איך האב געזוכט און גענישטערט פאר תירוצים פאר א לאנגע צייט ולא מצאתי את שאהבה נפשי, דער וואס קען דא אביסל ארויסהעלפען מיט קלארע תירוצים תבא עליו ברכה.

אבער אפאר קליינע אינטרעסאנטע פירורים איבער דער נושא וואס איך האב מיך אפגעזאמעלט איבער די יארן וועל איך א יעצט מיט טיילען מיט די עולם.

קודם נאך א שאלה:

1)די וועלט זאגט אז מ'קוויטלט זיך נישט ביי צוויי רבי'ס, איך האב דאס געהערט פון 'גוטע אידן'. וואס איז פשט אין דעם? פארוואס נישט? איז דא א מקור דערויף?

2)איך בין אמאל אלץ בחור געגאנגען צו א גוטע איד אין א"י און איך האב אים געוואלט געבן א קוויטעל, אבער זייענדיג א שוואנץ און נישט וועלענדיג זיך קוויטלען ביי צוויי רביס האב איך געגעבן די גבאי א פאפיר מיט שורות (LINES) און איך האב מיר געטראכט אז ווייל עס האט שורות איז עס דאך נישט קיין עכטע קוויטעל און עס הייסט נישט זיך געקוויטעלט ביי צוויי רביס. די גבאי האט מיר באלד געגעבן א פסק און ער האט מיר געזאגט, "דו ווייסט נישט אז א קוויטעל שרייבט מען נישט אויף א פאפיר מיט שורות?" די רבי וועלעכע איז געזעצן נישט ווייט האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופען בזה"ל "ווער עס קען ליינען קוויטלעך אן שורות קען ליינען קוויטלעך מיט שורות אויך". ווען איך האב איבערגעגעבן די קוויטעל צו יענע רבי מיט א פדיון האט די רבי געליינט די קוויטעל און צו אלעמענס וואונדער האט ער אנגעהויבן צו שמועסען מיט מיר איבער צוויי ענינים וואס איך האב פונקט געשמועסט אין די קאר אויף די וועג אהין, צוויי ענינים וואס זענען מיר דאן געווען נוגע און ער האט מיר געגעבן אן עצה אויף איינע פון די ענינים און א ברכה אויף די צווייטע וועלעכע איז באלד מקוים געווארן כדבריו.

3)א חסיד איז אמאל אריין מיט א קוויטל צו אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל און ער האט געבעטן אז די רבי זאל אים מסביר זיין וואס די ענין פון א קוויטל איז. האט ער געענטעפר בקיצור נמרץ כדרכו בקדש, די עיקר פון אריין גיין מיט א קוויטעל צו א רבי איז די הכנעה און קבלת מרות, די קוויטל מיט די פדיון איז שטיק", ודו"ק.


4)איך האב אמאל געהערט א פשט אין די ענין פון זיך גיין מזכיר זיין ביי א צדיק. ווען די אייבישטער גיבט א צרה צו א איד איז אויסגערעכנט אז אלע ארומיגע וואס עס וועט זיי נגרם ווערן צער און עגמת נפש דורך דעם וואס דער איד האט דער צרה, למשל זיין משפחה און זיינע חבירים וכדומה, מוז זיין אז זיי קומט זיך דער עגמת נפש, און אויב עס קומט זיך נישט איינע פון זיי דער עגמת נפש איז די אייבישטער מבטל די גזירה. פארדעם איז מען זיך מזכיר ביי א צדיק וואס נעמט אן יענעמ'ס צער צום הארצען, קומט דאך אויס אז די צדיק ליידט וועגען א צרה וואס באמת קומט זיך אים נישט די צער, איז די אייבישטער מבטל די גזירה, והבן.


אפשר זאגסטו וועלכע רבי????????

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג ינואר 22, 2012 1:17 pm

בן בוזי האט געשריבן:מענין הקוויטלעך,

שמעתי מהגה"ח ר' ניסן קרעמער שליט"א, אז ער איז אמאל געווען ביים באהושער רבי אין ארץ ישראל און געשריבן א קוויטל פשוט די נעמען אהן קיינע בקשות, ווען דער באהושער רבי האט עס געלייענט האט ער געפרעגט פון ר' ניסן, "איר האט אפשר די און די פראבלעם? ענטפערט ר' ניסן אז יא, אויב אזוי האט איהם דער באהושער רבי געזאגט גיי ארויס אין שרייב עס אריין אין קוויטל און קום דערנאך צוריק.

שמעתי מכ"ק אדמו"ר הרה"צ שליט"א מראחמסטריווקא - בארא פארק. איבער א מעשה וואס ער האט געהאט מיט זיין שווער -כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק זי"ע מסקווירא- ווי ער האט פארטוישט א קוויטל נאך וואס זיין שווער האט עס סארטירט און יענער איז טאקע קיינמאל נישט געהאלפן געווארן ואכהמ"ל.

דער געווענטליכער נוסח צו שרייבן אויף קוויטלעך וועלכע מ'לייגט אויף א ציון איז געווען דער נאמען צוגעשריבן לבריאת הגוף והנפש, אדער אין קורצן לברה"ג ולברה"נ.

ביסט גערעכט וועגען אריין צושרייבן די בקשה אינעם קוויטעל איז אויך דא מנהגים מאנכע פלעצער האט מען זיך טאקע געפירט אז מען זאל אריין שרייבען די בקשות, אין מאנכע פלעצער האט מען זיך געפירט אז מען האט גארניט אריין געשריבן, ווייל די צדיק סייווי אלעם.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך ינואר 25, 2012 2:23 pm

דער דברי חיים האט געזאגט ביי א ציון זאל מען נאר צושרייבן להצלחה (שמעתי)
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

טשיקען פיט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 2:56 pm

תגובהדורך טשיקען פיט » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:55 pm

ווער איז געוועהן דער ערשטער ליטפישע גדול וואס זאל נעמן א קוויטעל??

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 1:16 pm

איך בעט דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן איך פאר אי"ה די קומענדיגע וואך צו מקומת הקדושים באיירפה איך דארף א נוסח וויאזוי אויסצושטעלן א קוויטעל ווער עס וועט מיר ארויסהעלפן וועל איך עם זייער דאנקבאר זיין
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 1:25 pm

ב"ה

טיפש הקהל בן (דיין מאמע'ס נאמען) לברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות ולבריאות הגוף והנפש

שלעכט?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 1:27 pm

תרנגול האט געשריבן:ב"ה

טיפש הקהל בן (דיין מאמע'ס נאמען) לברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות ולבריאות הגוף והנפש

שלעכט?

איך בין טאקע קהל'ס נאר באט די ביזט נישט קיין מעמבער און קהל דו צאלסט נישט קיין מעמבערשיפ בין איך נישט דיין נאר
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 1:28 pm

נא חברה רופט ענק אן ווארעם איך זוך א נוסח פון א קוויטעל ווער קען מיר העלפן ?
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 1:54 pm

ב"ה

ברוקלין ניו יארק

חכם הקהל בן חכמה הקהילה
זו' .. בת אאויבער חכמה
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
ב'
האסט נאך??? (דאס שרייב נישט)
לבהגו"נ ולהצלחה בכל ענינים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 2:05 pm

א גרויסע יישר כח שאינו יודע איך זעה אז דו ווייסט גאנץ אסאך האלט דיך נישט אזוי קליין
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 2:06 pm

[quote="שאינו יודע"]ב"ה

ברוקלין ניו יארק
און אז איך גיי זיין ביי ר' אלימלך און ליזענסק דארף איך שרייבן פה ליזענסק ?
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 2:25 pm

ניין ווייל די וואונסט נישט דארט

איטשע
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 8:37 am

שמערי בערי האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:ט. וואס מיינט 'ער האט געקענט 'ליינען' א קוויטל' וויפיל מיר פשוטע אידן קענען פארשטיין?

ביטע שרייבן מקורות וואו מעגליך, יישר כח.

וועל איך דיר דערציילן א מעשה
איינע פון די תלמידי בעש"ט זצ"ל האט געהאט א חסיד וואס איז געקומען צו אים מזכיר זיין, און בטעות האט ער ארויס גענומען א ליידיגע פאפיר אנשטאט זיין קוויטל, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן א ברכה און געגעבן א עצה צו זיין פראבלעם, ווען ער איז ארויס האט ער ערשט באמערקט זיין טעות, איז ער צוריק געלאפן איבערבעטן דעם רבי'ן אז ער האט נישט באמערקט אז ער האט בטעות געגעבן א ליידיגע קוויטל.
האט אים דער רבי געענטפערט "א רבי וואס קען נישט ליינען א ליידיגע קוויטל, טאר נישט ליינען א געשריבענע קוויטל",


תלמידי בע"ש
א יוד האט אמאל בטעות געגעבן פאר אדמו"ר מהר"ש מבאבוב א שאפינג ליסט אנשטאט די קוויטל, און ער האט זיך הערשט געכאפט דערנאך אינדרויסן, די רב ז"ל האט געהאט אפגעליינדט דאס קוויטל וואס איז געלעגן ביי עם אין קעשענע.
מען האט זיך דעמאלטס געווערטלט, אז עס איז גארנישט געווען קיין טעות, ער האט עס געטוען בדווקא.
איך האב געהערט א נאמען, אבער אויפ'ן מינוט געדענק איך נישט

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

שרייבן א קוויטל

תגובהדורך איך ווייס » זונטאג אפריל 23, 2017 4:34 pm

עס איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן
ווי אזוי מען שרייבט א קוויטל וואספארא הזכרה שרייבט מען אלעמאל אריין ווי למשל לבהגוה"נ
וואספארא לשונות נוצט מען יא אדער נישט אין א קוויטל
אין צו עס איז דא א נפק"מ צווישן א קוויטל וואס מען געט פאר א רבי אשר אתנו בחיים
אין א קוויטל וואס מען לייגט ביי א קבר

איטשע
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אפריל 23, 2017 6:17 pm

כ׳האב געמיינט אז דו ווייסט, איך ווייס!?

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:54 pm

איטשע האט געשריבן:כ׳האב געמיינט אז דו ווייסט, איך ווייס!?

די סיבה פארוואס איך פרעג
ווייל אין דער בלאט די וואך -אוצר אפטיילונג
איז געווען א מעשה אז די רביצן פון רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע איז געפארן קיין קאלוב צו די יארצייט
אין זי האט מיטגענומען א קוויטל
אין די רבי האט איר געבעטן די קוויטל
אין צוגעשריבן וואס מען שרייבט אין קוויטל וואס מען גיבט איבער פאר לעבעדיגע
אין איר געזאגט אז רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועט דארט זיין אין זי זאל אים איבערגעיבן די קוויטל
אא"כ וויל איך וויסן צו איינער האט שוין אמאל געהערט פון אזא חילוק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אפריל 24, 2017 2:01 pm

יא, ביי נישט לעבעדיגע שרייבט מען נישט קיין ספעציפישע בקשה, נאר בכלליות (לפרנסה, לבריאות הגוה''נ, לזיווג הגון וכדו', נישט ארויסשרייבן אין דיטעיל)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אפריל 24, 2017 2:28 pm

געהערט אמאל פון א חשובער איד אז מען שרייבט בכלל נישט קיינע בקשות ס'זאל נישט אריינגיין אין כלל פון 'דורש אל המתים'.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט