ספר דרך השם - עם ביאור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יולי 27, 2020 8:45 pm

יישר כח פאר אלע קאמענטארן, עס גיבט מיר חיזוק אנצוגיין ווייטער, איך האב געעפנט אן עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן דא , מנהלים, ביטע אריבערפירן אלע קאמענטארן אהין.. ותודה למפרע.
---
בעזרת השם יתברך

הקדמה:
ווער האט געמאכט די ספר?
דאס איז א ספר וואס הייסט דרך השם, געשריבן געווארן דורך די הייליגע רמח"ל (ר' משה חיים לוצאטו זי"ע) בעל מחבר פון ספר מסילת ישרים ועוד.

וואס רעדט מען אין די ספר?
די ספר איז באזירט אויף די תכלית פארוואס א מענטש איז דא אויף די וועלט, זייער שיין צונומען אלע חלקים פון די וועלט און אלע מצבים פונעם מענטש, זמנים פונעם יאר, אלעס איז ער מסביר וואס דאס איז און פארוואס עס פעלט אויס פארן מענטש צוצוקומען צום ציהל פארוואס ער איז באשאפן געווארן.

פארוואס איז מיר איינגעפאלן צו שרייבן איבער די ספר?
ווען איך האב געלערנט די ספר בין איך אונטערגעשפרינגען ביי יעדע ווארט באזונדער, איך האב געפילט אז ער רעדט צו מיין הארץ, און איך האב געטראכט אז פארוואס זאל נאר איך הנאה האבן און נישט אנדערע מענטשן, דהיינא, עס איז זייער א שווערע שפראך, און עס איז זייער בקיצור. און איך האב געדארפט איבערלערענען יעדע שטיקל אפאר מאל, צו פשוט כאפן וואס ער מיינט ארויסצוברענגען. האב איך געטראכט אז איך וועל עס שרייבן אויף א גרינגערע שפראך, אביסל טייטשן די ווערטער און מאכן א תמצית נאך יעדע שטיקל, אז נאך מענטשן זאלן הנאה האבן פון די ספר.

הקדמת המחבר: דא גיבט ער צו פארשטיין, וואס זיין מטרה מיט די ספר איז, און וואס ער גייט שרייבן אין די ספר:


רמח"ל – דרך השם – הקדמה חלק א'


יתרון ידיעת הדברים על מתכונת חלקיהם - די מערקייט (בעסערקייט) פון וויסן זאכן מסודר

כפי מחלקותם, וסדרי יחסיהם – לויט וויאזוי זאכן ווערן צוטיילט וואס קומט ערשט און וואס קומט נאכדעם

מידיעתם שלא בהבחנה – ווי איידער זיי וויסן צומישט אן קענען די סדר וואס קומט פאר וואס,

כיתרון, ראית הגן המהודר בערוגותיו ומיופה במסילותיו ובשורות מטעיו – איז אזויווי די חילוק פון זעהן א גארטן מסודר מיט זיינע וועגן און זיינע אנפלאצונגען קלאר

מראית חורש הקנים, והיער הצומח בערבוב – ווי איידער זעהן דערנער, גראז, ביימער צומישט (וואס דאס האסטו נישט הנאה צו קוקן משא"כ א מסודר'דיגע פעלד.


כי אמנם, ציור חלקים רבים, אשר לא נודע קשרם, ומדרגתם האמיתי, בבנין הכל המורכב מהם אצל השכל המשתוקק לדעת, – ווייל, א בילד פון אסאך זאכן (דעטאלן) וואס מען ווייסט נישט זייער קשר (פארוואס עס ליגט נעבן דעם) און מען ווייסט נישט וואו זיי באלאנגען עכט, און מען זעהט אלעס אויף איינמאל, איז פארן שכל וואס וויל זייער שטארק וויסן,

אינו אלא משא כבדה, בלא חמדה; שייגע בו. יעמול, ונלאה ועיף, ואין לו נחת – איז נאר א שווערע לאסט און די שכל פילט נישט קיין שום טעם מיט'ן קוקן אויף דעם און ער ווערט אויסגעמוטשעט און ער וויל זיך נישט מוטשענען דעראויף

כי הנה, כל אחד מהם שיגיע ציורו אצלו, לא יניח מהעיר בו התשוקה לבוא עד תכליתו – ווייל יעדע מאל ער טרעפט זיך אן אין איינער פון די חלקים פונעם בילד, וועט ער לויט זיין טבע צו דערגיין אלעס ביזן סוף, וועלן דערגיין די גאנצע בילד.

וזה לא יעלה בידו, כיון שנעדר ממנו תשלום ענינו – אבער עס וועט אים זיין זייער שווער, און ער וועט נישט ארויסהאבן די גאנצע בילד, ווייל ער ווייסט נישט די גאנצע בילד וואס די שייכות פון איין זאך צו די צווייטע איז.

שהרי חלק גדול מהדבר הוא, יחסיו עם המתיחסים לו, ומדרגתו במליאות – ווייל א גרויסע חלק פון פארשטיין די גאנצע בילד איז, צו ארויסהאבן און פארשטיין וואס איינס האט צו טוהן מיט די צווייטע, און וואו יעדע זאך פאר זיך שטייט

וזה נעלם ממנו – און דאס ווייסט ער נישט

ונמצאת, תשוקתו טורדתו מבלי שבעתה, וחמדתו מכאיבתו ואין מנוחה – קומט אויס, אז זיין חשק צו פארשטיין, מאכט אים אנגעשטרענגט און ער ווערט נישט זייט, און ער האט נישט קיין מנוחה, ווייל ער פארשטייט נישט

לא כן, היודע דבר אל אפניו – נישט אזוי איז איינער וואס ווייס יעדע זאך אויף זיין אויפן

שבהיות נושאו מתגלה לעיניו בעליל כמות שהוא, – ווייל וויבאלד ער פארשטייט וואו יעדע זאך קומט, ווען ער באגעגנט זיך מיט די צווייטע זאך, פארשטייט ער שוין

הלוך ילך והשכל אל אשר יפנה שם – וועט ער קענען גיין און ווערן קליגער, וואו ער וועט נאר גיין

וביופי מלאכותיו, יתענג וישתעשע – און מיט די שיינקייט פון זיין ארבעט (פלאג פון פארדעם צו פארשטיין יעדע זאך) וועט ער הנאה האבן און זיך דערפרייען.

המשך יבא אי"ה - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא
לעצט פאראכטן דורך גרויסע עם הארץ אום דינסטאג יולי 28, 2020 11:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג יולי 28, 2020 9:16 pm

בעזרת השם יתברך

דרך השם - הקדמה – חלק ב'


הקדמה: די מחבר האט דאך אנגעהויבן צו מסביר זיין די חילוק צווישן איינער וואס ווייסט קלאר א זאך, און איינער וואס ווייסט נישט קלאר א זאך. שמועסט ער יעצט קודם אויס, וואס איז די זאך וואס די מענטש דארף לייגן דגוש צו וויסן, (עס וועט ווערן קלארער מיט די קומענדיגע ווערטער פון די מחבר.) כדאי ער זאל דורך דעם קענען זעהן אלע פרטים ארום, און ארויסהאבן יעדע פרט, וואס עס איז נוגע צו די שורש/יסוד צו וואס ער דארף וויסן/צוקומען. און דורך דעם וועט ער זיין קלארער אין יעדע פרט. אין אזוי וועט ער נישט זיין אזוי צומישט, און ער וועט ווערן קלאר אין די גאנצע פאזל פון די באשעפערס בריאה. (וואס די גאנצע בריאה איז געמאכט נאר פאר'ן מענטש) ווי די מחבר וועט שפעטער שרייבן.


והנה, כלל מה שיצטרך לאדם, שיבחן בנושאו. הוא, מדרגתו האמתית שזכרנו, - וואס איז די זאך וואס א מענטש דארף פוקאסירן, צו אריינטראכטן און פארשטיין, און קלאר ווערן מיט די זאך, אין נישט זיין צומישט אין דעם? דאס איז, זיך אליינס!

וזה; כי הנה, כשנבחין כלל הנמצאות; המוחשים, והמושכלים, שהם (גייט ארויף אויף מושכלים), כלל כל מה שנצטייר ציורו בשכלנו. – דאס מיינט אזוי, ווען די וועסט דיר אומקוקן אויף די וועלט, סיי מיט דיינע אויגן, וואס די זעהסט אויף די וועלט. (אלע זאכן וואס די קענסט זעהן מיט דיינע אויגן, טאפן מיט דיינע הענט, און אזוי ווייטער.) און סיי, די אלע זאכן וואס מען קען טאקע נישט זעהן, אבער די קענסט טראכטן איבער די זאכן.

נמצא, שאין כלם מין אחד, ומדרגה אחת. – וועסטו זעהן אז די אלע זאכן, זענען נישט אלעס איין מין זאך, און נישט אלע זאכן זענען אין די זעלבע שטאנד. (דאס מיינט: אז למשל, א דומם איז נישט די זעלבע מדריגה, און נישט די זעלבע מין ווי א חי', און אזוי ווייטער.)

אלא, מינים שונים, ומדרגות מתחלפות. נאר אלעס אויף די וועלט, איז אנדערע מינים, און זיי זענען אלע אויף אנדערע מדריגות.

וכפי התחלף מינם, כן יתחלפו משפטיהם, וחקיהם. – און לויט די שינויים פון יעדער מין זאך איינס פון דעם צווייטן, סיי לגבי דברים המחושים און סיי און דברים המושכלים, לויט דעם ווערט נשתנה די געזעצן און די צוגאנג צו יעדע מין לויט זיין מהות און לויט זיין מדריגה. (פעיק ניוז)

וזה ממה שיכריחנו, להבחין ביניהם, בהשכלתנו. – און דאס צו קענען ארויסהאבן און וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי, יעדער לויט זייער סארט און זייער מדריגה, מוזן מיר קענען מבחין און 'אפטיילן' צווישן זיי מיט אונזער שכל און פארשטיין וואו פונקטליך שטעקן די חילוקים צווישן זיי. (פעיק ניוז)

למען נשיג אותם לאמתם, כל אחד כפי חקו. - כדאי די זאלסט קענען ארויסהאבן די חילוקים צווישן די זאכן, אין אזוי וועסטו פארשטיין יעדע זאך וואו ס'קומט.


המשך יבא אי"ה - ביטע לאזט איבער אייערע קאמענטארן דא

און א גרויסן יישר כח פאר "פעיק ניוז" פאר די הארות.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:32 am

בעזרת השם יתברך

דרך השם - הקדמה – חלק ג'


ואמנם, ראשי המדרגות והמינים, אחד. – די שפיץ (שורש) פון די מדרגות, [פון די זאכן וואס די זאלסט קוקן, יעדע זאך וואס די שורש פון דעם איז.] און די שורש פון די מינים, איז די זעלבע זאך (דאס מיינט: אז ביי ביידע דארספטו קוקן אויף די יסודות פון די זאך, [וואו די מחבר גייט שוין אויסשמועסן אויף וואס מען דארף קוקן צו ארויסהאבן די זאך.] און דורך דעם, פארשטיין די גאנצע זאך.

והם מה שראוי שיבחן בנושא, להכיר מאיזה מהם הוא, והם: - און די קומענדיגע זאכן, זענען די יסודות, וואס די דארפסט דיר שטעלן פאר דיר צו געוואויר ווערן, כדאי צו אידענטעציפירן וואו די זאך באלאנגט.

אויף וואס דארף מען קוקן? די מחבר גייט קודם שרייבן בכלליות אויף וואס מען דארף קוקן, און נאכדעם וועט ער מסביר זיין, וויאזוי מען זעהט פון דעם די גאנצע זאך


הכל והחלק – אויב די זאך איז די גאנצע זאך, אדער נאר א חלק דערפון.

הכלל והפרט – אויב דאס איז א פרט, אדער א כלל.

הסבה והמסובב – אויב דאס איז א סיבה, אדער א זאך וואס ברענגט די סיבה.

הנושא והמתחבר – אויב דאס טראגט די זאך, אדער ס'איז א זאך וואס איז מתחבר צו נאך זאכן, (און נישט קיין גאנצע נושא.)

וזה מה שנדרוש ראשונה בנושא, לדעת אם הוא כל, ואם הוא חלק. אם הוא כלל, או פרט. אם הוא סבה, או מסובב. אם הוא נושא, או מתחבר. – און דאס וואס מען זאל פראבירן צו דערגיין ביי יעדע זאך וואס מען באגעגנט זיך מיט, צי איז דאס א חלק, אדער די גאנצע, אויב איז דאס א חלק, אויב ס'איז א כלל אדער א פרט וכ"ו.

והנה, כפי מדרגתו, כן יבחן בו הבחנות, אשר כפי טבעו, מצטרכות להשלמת השכלתו, וציור ענינו. – און יעדע זאך, לויט זיין מדריגה, קען עס ווערן צוטיילט, און מאכן חילוקים צווישן אנדערע זאכן, און אזוי ארויסהאבן די גאנצע זאך. און ביי יעדע זאך עקסטער וועט מען דארפן עקסטער זעהן וואס עס איז אנדערש פון אנדערע זאכן און אזוי ארויסהאבן די גאנצע בילד (יעדע זאך, לויט זיין טבע, האט אנדערע זאכן וואס מען דארף קוקן, אויף, ארויסצוהאבן די בילד.)

אם חלק הוא, יבקש לדעת הכל שהוא חלק ממנו, אם הוא פרט, יחקור על כללו, אם סבה, יחקור על מסובו, אם מסובב – את סבתו, אם מתחבר, יבקש על נושאו. – ווען די באגעגנסט דיר מיט אן ענין, קוק. אויב איז דאס א חלק פון א זאך, זוך אלעס ארום וואס איז די חלק דערפון, און אויב איז עס א פרט, זוך אויף די כלל (און לויט דעם וועסטו שוין וויסן אלע פרטים ארום אז זיי קומען פון די זעלבע כלל) און אויב איז עס א סבה, זוך אויף דאס וואס מאכט די סיבה, און אויב איז דאס עפעס וואס מאכט א סיבה, זוך אויף וואס איז די סיבה וואס דאס מאכט. און אויב איז דאס א זאך וואס איז באהעפט צו א צווייטע זאך, זוך אויף וועליכע זאך דאס באהעפט.

ויחקור כמו כן לדעת, איזה מין, ממיני המתחברים הוא. אם קודם, אם נמשך. ואם מתלווה, אם עצמי. ואם מקרי, אם בכוח, ואם בפועל. – און ער זאל אויך פראבירן צו דערגיין, וועלעכע סארט פון די זאכן, וואס האבן שייכות מיט אנדערע זאכן, די זאך איז. אויב איז דאס בעפאר א צווייטע זאך, אדער דאס קומט נאך א צווייטע זאך, צו איז דאס וואס גייט צוזאמען מיט א צווייטע זאך, אדער דאס איז א זאך פאר זיך אליינס. איז דאס א זאך וואס האט נאר מיט צייט (עס קען זיך טרעפן אזא זאך, אבער עס איז נישט אייביג אזוי) אויב איז דאס א זאך וואס "קען געשעהן" אדער עס איז אייביג אזוי.

כולן הבחנות. לא ישלם ציור עניין, זולתם. – די אלע זאכן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט, אן זיי, קען מען נישט ארויסהאבן אן דעם די גאנצע בילד פון קיין איין זאך. (און מען קען נישט זיין קלאר אין קיין שום זאך אן דורכגיין די אלע זאכן אויף דעם.

ועל הכל, יתבונן על טבע העניין, לדעת. אם הוא מוחלט, או מוגבל. ואם מוגבל הוא, יחקור על גבוליו. - אזוי אויך זאל מען אויף יעדע זאך אריינטראכטן אויף די טבע פון די זאך, מוז דאס אזוי זיין (מען קען דאס נישט טוישן) אדער עס איז באגרעניצט, אויב איז דאס באגרעניצט, פראביר צו דערגיין די גרעניצן פון די זאך.

כי אולם. כל עניין אמיתי, ישוב כוזב, אם ייוחס לנושא, בלתי הגון לו. או אם יילקח שלא בגבולו. – (פארוואס דארף מען אזוי שטארק אריינטראכטן אין יעדע זאך?) ווייל, יעדע אמת'דיגע זאך, וועסטו נישט ארויסקומען מיט די אמת, אויב די וועסט זיך באציהען מיט די זאך מיט די גדרים וואס זענען נישט פאר די זאך, אדער אויב די וועסט דאס נוצן אין א פלאץ וואס אין אמת איז דאס נישט אזוי.

ואמנם, צריך שתתבונן. שהנה, מספר הפרטים עצום מאוד מהכיל אותם שכל האדם, ואי אפשר לדעת כולם. – אבער, דארפסט אריינקלערן. אז די סכום פון אלע פרטים פון יעדע איינציגסטע זאך (פון די בריאה), איז זייער אסאך, און די מענטשליכע שכל קען דאס נישט אלעס ארומנעמען, און עס איז נישט מעגליך צו קענען אלעס פון זיי. (אויב אזוי, איז דאך נישט מעגליך צו דערגיין אלעס; לויט ווי די מחבר האט פריער אראפגעלייגט וויאזוי מען זאל צונעמען יעדע זאך.)

ואולם, מה שראוי לו שישתדל עליו, הוא; ידיעת כללים. כי כל כלל, בפרטו, כולל פרטים הרבה, וכשישיג כלל אחד, נמצא, משיג מאליו מספר רב מן הפרטים. – ממילא, פראביר צו פארשטיין אלע כללים. (וואס וועסטו אויפטוהן פון וויסן נאר כללים?) ווייל, יעדע כלל האט אין זיך אסאך פרטים, און ווען די וועסט אריינגיין אין די פרטים פון די כלל, וועסטו אוטאמאטיש קענען אסאך פרטים.

ואף על פי שלא הבחין בם עדיין, ולא הכיר היותם פרטי הכלל ההוא, כי הנה. כשיבוא אחד מהם לידו, לא יניח מלהכיר אותו, כיון שכבר ידוע אצלו העניין הכללי, אשר אי אפשר להם היות בלתו. – און כאטשיג וואס די האסט נאכנישט געטראפן די פרט, און די האסט נישט געוויסט אז די פרט איז א פרט פון די כלל וואס די זעהסט יעצט, אבער ווען די וועסט זיך באגעגענען מיט איינער פון די פרטים פון די כלל, וועסטו עס שוין דערקענען, ווייל די קענסט שוין די פרטים פון יענע כלל, וואס אן די פרטים, קען נישט זיין די כלל. (אז די לערנסט דורך די פרטים פון יעדע כלל, וועסטו ארויסהאבן גוט די כלל, און די וועסט אוטאמאטיש געדענקען ווען די קומסט אן צו א פרט, אז עס איז א פרט פון די כלל. און אן קענען די פרטים פון די כלל, האסטו נישט ארויס די כלל.)

וכן אמרו ז"ל, "לעולם יהיו דברי תורה בידיך כללים ולא פרטים" – און אזוי שטייט שוין אין חז"ל, אז א מענטש זאל לערנען די גאנצע תורה, מיט כללים אין נישט מיט פרטים, אזוי קען מען בעסער געדענקען די לערנען.

המשך יבא אי"ה. ביטע לאזט איבער אייערע קאמענטארן דא
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:54 am

בעזרת השם יתברך

דרך השם - הקדמה – חלק ד'


אך, מה שיצטרך בידיעת הכללים הוא: הדעת אותם בכל גבוליהם ובחינותיהם, וכמשאחז"ל. – אבער, דאס וואס עס פעלט זיך אויס ביים וויסן די כללים: עס צו וויסן און ארויסהאבן מיט אלע גרעניצן און בחינות, אזויווי די חז"ל זאגן (אין די אויבנדערמאנטע ספרי.)

ואפילו דברים שנראים בתחלה נעדרי התולדה, צריך שתשמור אותם, ותשית להם לבך, ולא תהי' בז להם. – און אפילו זאכן וואס זעהן אויבן אויף אויס וואו עס האט גארנישט צו טוהן מיט די פרטים, דארפסטו דאס אפהיטן. (געדענקען), און צולייגן קאפ דערצו, און זאלסט זיי נישט אונטערשאצן.

כי, אין לך דבר קטון או גדול בכלל, שאין לו מקום תולדה בפרטים. – ווייל, ס'איז נישט דא א גרויסע אדער קליינער זאך אין די כלל, וואס האט נישט קיין פלאץ אין די פרטים. (ד.מ. וועסט דיר טרעפן מיט די חלק פון די כלל, ביי איינער פון די פרטים.)

ומה שלא יוסיף ולא יגרע בקצת הפרטים, הנה, יוליד תולדה רבה בזולתם. – און, אויב דו זעהסט עפעס וואס דו טראכסט אז עס מאכט נישט אויס אויף די פרטים וואס דו זעהסט יעצט, אבער עס מאכט אסאך אויס, און עס לייגט אסאך צו צו אנדערע פרטים. (מוז נישט זיין דוקה ביי די פרטים וואס דו זעהסט יעצט, קען זיין אז דו וועסט עס טרעפן ביי אן אנדערע פרט.)

ובהיות הכלל כלל לכולם, צריך שיהי' בו, מה שיספיק לכלם. – און וויבאלד א כלל איז א כלל פאר אלע פרטים פון די כלל, דארף אין די כלל זיין גענוג אינפארמאציע פאר אלע פרטים. (קומט אויס אז ס'איז זייער וויכטיג צו מעיין זיין אין יעדע כלל, זייער שטארק.)

ע"כ צריך שתדקדק בזה מאד, ותתבונן על ענינם, ועל יחסיהם, וקשריהם, בדקדוק גדול, ותבחון יפה יפה המשכם, והשתלשלותם, איך נמשכים ענין מענין, מן הראש ועד הסוף. ואז תצליח, ואז תשכיל. – וועגן דעם. דארפסטו זייער שטארק מדקדק זיין אין דעם (אין די כללים). און אריינטראכטן אין די ענין פון די כלל, און אויף די זאכן וואס האבן צו טוהן מיט דעם, מיט א גרויסע פונקטליכקייט. און זאלסט קלאר ארויסהאבן די המשך, און די השתלשלות פון אנפאנג ביזן סוף: וויאזוי די גאנצע כלל/כללים ארבעטן. און דעמאלץ וועסטו מצליח זיין, און קלוג ווערן.

והנה, ע"פ הדברים האלה, חברתי לך: קורא נעים, חיבור קטן זה, וכוונתי בו, להציע לפניך, כללי האמונה, והעבודה על בורים, באופן שתוכל לעמוד עליהם על נכון, ויצטיירו בשכלך ציור מספיק מוצל מן הערבוב והמבוכה, ותראה שרשיהם וענפיהם במדרגותם בבירור האפשרי שיתישבו על על לבך ותקנה אותם בשכלך במובחר שבפָנים. - און לויט וואס איך האב געשריבן ביז דא, האב איך מחבר געווען פאר דיר: זיסע ליינער, די קליינע חיבור, און איך האב אינזין געהאט דיר צו פארלייגן די כללים פון די אמונה און עבודה, מיט זייער גאנצע קלארקייט. אויף א וועג, וואס דו זאלסט זיי קלאר ארויסהאבן, און באקומען א קלארע בילד אין דיין שכל, אן קיין צומישענישן. און זאלסט קענען זעהן קלאר אלע זייערע מדריגות און די שרשים און די ענפים וואס קומען ארויס פון דעם (פון די כללים). און זאלסט עס קענען קונה זיין מיט דיין שכל, מיט די אויסדערוועלטע פון די וועגן (זיי צו קונה זיין).

ומשם והלאה יקל לך למצא דעת אלוקים בכל חלקי התורה ופירושיה, ולעמוד על כל סתוריה. כברכת ה' אלוקיך אשר יתן לך. – און פון דארטן און ווייטער, (נאכן ענדיגן די ספר.) וועט דיר זיין גרינגער, צו טרעפן געטליכע פארשטאנד אין אלע חלקים פון די תורה, און אירע מפרשים. און פארשטיין אלע באהאלטענע זאכן פון די תורה, אזויווי די ברכה וואס די באשעפער גיבט דיר.

והנה, נשתדלתי לסדר הדברים בסידור שנראה לי יותר נאות, ובמלות שחשבתים היותר הגונות, לתת לך ציור שלם מהדברים האלה אשר גמרתי להשכילך. – און איך האב פראבירט צו אויסלייגן די זאכן וואס איך וויל דיר דא אויסלערנען, די סדר וואס איך האב געהאלטן אז עס איז די שענסטע, און מיט די ווערטער וואס מערסטע פאסיג, דיר צו געבן א גאנצע בילד פון די זאכן וואס איך האב אפגעמאכט דיר דא אויסצולערנען.

ע"כ. גם אתה, עתה, צריך אתה לדקדק על כל זה, ולשמור את כל זה שמירה מעולה, עד תמצא מקום שיועיל לך, ולא תוותר על שום דיקדוק, פן יתעלם ממך ענין הכרחי. – וועגן דעם, אויך דו. יעצט, דארפסטו אויך מדקדק זיין אויף די אלע זאכן וואס איך האב מדקדק געווען. און אפהיטן די אלע זאכן זייער גוט, ביז דו וועסט טרעפן א פלאץ וואו עס וועלט דיר העלפן (צינוץ קומען.). און זאלסט נישט מוותר זיין אויף קיין שום דיקדוק, ווייל אפשר וועסטו דיר פארהוילן פון א וויכטיגע ענין.

אבל זה אשר תעשה, תדקדק על כל המלות, ותשתדל לעמוד על תוכן הענינים, ולעצור כל אמיתתם בשכלך, ומצאתה לך מנוח אשר ייטיב לך. – אבער דאס איז וואס דו זאלסט טוהן, זיי מדקדק אויף אלע ווערטער, און פראביר צו פארשטיין די תוכן פון די ענינים, און איינהאלטן (חזר'ן/געדענקען) זייער גאנצע אמת'דיגקייט אין דיין שכל.

והנה, קראתי שם הספר הזה "דרך ה'". כי הנה, הוא כלל מדרכיו ית"ש שגלה לנו ע"י נביאיו, והודיענו בתורתו, ובהם מנהלנו, ומנהל כל בריותיו. – און איך האב גערופן די ספר "דרך ה'". ווייל, די זאכן וואס איך שרייב אין די ספר רעדט פון די וועגן פון די באשעפער וואס ער האט מגלה געווען דורך זיינע נביאים און ער האט אונז עס געלאזט וויסן און זיין תורה, און מיט די זאכן, פירט ער אונז, און אלעס וואס ער האט באשאפן.


וחלקתי אותו לד' חלקים. – און איך האב עס צוטיילט אין פיר טיילן.

ח"א – אדבר בו על כלל יסודות המציאות ופרטותיו. – אין די ערשטע חלק, וועל איך רעדן איבער די יסודות פון די עקזיסטענס און זיינע פרטים

ח"ב – בהשגחתו ית"ש. – אין די צווייטע חלק וועל איך רעדן איבער די השגחה פון די באשעפער.

ח"ג – בנבואה. – אין די דריטע חלק וועל איך רעדן איבער נבואה.

וה"ד – בעבודה. – און אין די פערטע חלק וועל איך רעדן איבער "עבודה"


ואתה אחי, כל מבקש ד', בדרך הזה לך, וד' יהי' עמך, ונתן לך עינים לראות, ואזנים לשמוע נפלאות מתורתו. אכ"י. – און דו ברודער, יעדער וואס זוכט די באשעפער, גיי אויף די וועג, און די באשעפער וועט זיין מיט דיר, און ער וועט דיר געבן אויגן צו זעהן און אויערן צו הערן וואונדער פון זיין תורה. אמן כן יהי' רצון.


עד כאן הקדמה. - ביז דא איז די אריינפיר צו די ספר.


המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:23 am

בעזרת השם יתברך

הייבן מיר אן די ערשטע פרק פון ספר מיט סייעתא דשמיא.

חלק הראשון | פרק ראשון |א'



מציאותו

א) כל איש מישראל, צריך שיאמין, וידע, שיש שם מצוי ראשון. קדמון, ונצחי. והוא שהמציא וממציא כל מה שנמצא במציאות. והוא: האלוה ב"ה. - יעדע איד. דארף גלייבן און וויסן. אז ס'איז דא "דארט" איינער וואס ער איז די ערשטע, זיך געפעדערט (געווען בעפאר די וועלט איז באשאפן געווארן.) און ער איז וואס בלייבט אויף אייביג. און ער איז דער וואס האט באשאפן, און ער באשאפט, אלעס וואס טרעפט זיך אין די עקזיסטענס. און ער איז. די אייבערשטער, געלויבט איז ער.

שלימותו

ב) עוד צריך שידע. שהמצוי הזה ית"ש, אין אמיתת מציאותו מושגת זולתו כלל. ורק זה נודע בו, שהוא מצוי שלם בכל מיני שלמות. ולא נמצא בו חסרון כלל. - אויך דארף מען וויסן, אז די באשעפער, זיין אמת'דיגע מציאות קען מען נישט ארויסהאבן חוץ ער אליינס. און נאר דאס איז וואס מען קען וויסן איבער אים. אז ער איז גאנץ מיט אלע מיני שלימות וואס איז דא, און ביי אים איז נישט דא קיין חסרונות בכלל.

ואולם. דברים אלה ידענום בקבלה מן האבות, ומן הנביאים, והשיגום כל ישראל במעמד הר סיני. ועמדו על אמיתתם בבירור. ולמדום לבניהם דור אחר דור כיום הזה, שכן ציום משרע"ה מפי הגבורה. "פן תשכח את הדברים אשר ראו עיניך וגו' " והודעתם לבניך ולבני בניך. - אבער. די זאכן ווייסן מיר ווייל מיר האבן דאס מקבל געווען פון די אבות און פון די נביאם, און אלע אידן האבן דאס משיג געווען ביים מעמד הר סיני, און זיי האבן דעמאלץ אלעס ארויסגעהאט קלאר און געווען איבערצייגט אין די אמת, און עס געלערנט פאר זייער קינדער און זיי פאר זייערע קינדער, ביז די היינטיגע טאג, ווייל אזוי האט משה רבינו זיי געהייסן; וואס די באשעפער האט אים געהייסן זיי באפעלן. "פן תשכח את הדברים אשר ראו עיניך וגו' - "והודעתם לבניך ולבני בניך. (כדאי מען זאל נישט פארגעסן, און אז די קינדער און אייניקלעך זאלן עס וויסן מיט א קלארקייט,; זאל מען עס לאזן וויסן פאר די קינדער. און זיי זאלן עס זאגן פאר זייערע קינדער.)

אמנם, גם מצד החקירה במופתים הלמודים, יאמתו כל הענינים האלה, ויוכיח היותם כן. - אבער, מען קען זיך אויך איבערצייגן איבער די "מציאות השם". דורכן אריינטראכטן, און דערגרינטעווען אין די פארשידנארטיגע לערנונגען. און וויסן קלאר, אז די עקזיסטענז פון די באשעפער איז אמת.

מכח הנמצאות, ומשיגיהם, אשר אנחנו רואים בעינינו, ע"פ חכמת הטבע. ההנדסה, התכונה, ושאר החכמות. שמהם. תלקחנה הקדמות אמיתיות, אשר יולד מהם, בירור הענינים האמיתיים האלה. - פון די אלע זאכן וואס געפונען זיך אויף די וועלט, און דורך די אלע וועגן וויאזוי מען פארשטייט די זאכן וואס געפונען זיך אויף די וועלט. וואו למשל: הנדסה, תכונה. און אנדערע חכמות, וואס פון דעם נעמט זיך אמת'דיגע הקדמות, וואס נעמט זיך דורכ'ן ווערן איבערצייגט פון די חכמות, איבער די אמת'דיג'קייט פון די "מציאת השם"

ואמנם, לא נאריך עתה בזה. אלא נציע הקדמות לאמתם. ונסדר הדברים על בורים, כפי המסורת שבידינו, והמפורסם בכל אומתינו. - אבער, מיר וועלן נישט יעצט מאריך זיין אין דעם, נאר מיר ווען אראפלייגן די אמת'דיגע הקדמות, און מסדר זיין אלעס מיט אן אמת, לויט וואס עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר אונז. (פון די פריער'דיגע) און וואס איז באוואוסט אין אונזער גאנצע פאלק.

הכרח מציאותו

ג) עוד צריך שידע, שהמצוי הזה ית"ש. הנה, מציאותו מציאות מוכרח. שא"א העדרו כלל. - נאך א זאך וואס דו דארפסט וויסן, אז די באשעפער, זיין עקזיסטענץ מוז זיין, און ס'איז נישט מעגליך אן דעם.

ד) עוד צריך שידע שמציאותו ית"ש אינו תלוי בזולתו כלל. אלא. מעצמו הוא מוכרח המציאות. - נאך א זאך וואס דו דארפסט וויסן. אז זיין עקזיסטענץ איז נישט געבינדן/געוואנדן אין קיינעם אויסער אים, נאר פון זיך אליינס מוז ער עקזעסטירן.

המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 10:19 am

בעזרך השם יתברך


חלק הראשון | פרק ראשון |ב'



פשיטותו

ה) וכן צריך שידע, שמציאותו ית"ש; מציאות פשוט, בלי הרכבה וריבוי כלל. - און אזוי אויך דארפט איר וויסן, אז די עקזיסטענס פון די באשעפער, איז א פשוט'ע מציאות, אן קיין אויסמישונג און פארמערונג בכלל. (ס'וועט קלאר ווערן מיט די קומענדיגע ווערטער פונעם מחבר.)

וכל השלימות כולם, נמצאים בו בדרך פשוט. - און אלע זאכן וואס מען קען זיין מושלם מיט, געפונען זיך ביים באשעפער, און עס איז ביי אים "בדרך פשוט".

פירוש: כי הנה, בנפש ימצא כחות רבים שונים, שכל אחד מהם גדרו בפני עצמו. דרך משל, הזכרון כח אחד, והרצון כח אחר, והדמיון כח אחר. ואין אחד מאלה נכנס בגדר חבירו כלל. כי הנה, גדר הזכרון - גדר אחד, וגדר הרצון - גדר אחר, ואין הרצון נכנס בגדר הזכרון, ולא הזכרון בגדר הרצון, וכן כולם. - פירוש: ביי א מענטש אין זיין נפש געפונען זיך פארשידינע כוחות וואס זיי זענען אנדערש איינער פון די אנדערע וואס יעדע פון זיי האבן אנדערע גדרים, און איינס טרעפט זיך קיינמאל נישט מיט די אנדערע, (קומט אויס אז ס'איז נישט קיין שלימות) למשל, "זכרון" און "רצון" און "דמיון" די אלע כוחות געפונען זיך אין די נפש פונעם מענטש, אבער זיי האבן אנדערע גדרים, און זיי טרעפן זיך קיינמאל נישט צוזאם. (ווען א מענטש פארגעסט, האט עס נישט צוטוהן מיט זיין רצון אדער נישט האבן רצון, אא"ו.)


אך האדון ברוך הוא יתברך שמו, איננו בעל כוחות שונים, אף על פי שבאמת יש בו עניינים שבָנו הם שונים; כי הרי, הוא רוצה, והוא חכם, והוא יכול, והוא שלֵֵם בכל שלימות. - אבער, די באשעפער איז נישט קיין "בעל כוחות שונים, כאטשיג וואס עס געפונט זיך ביי אים כוחות וואס ביי אונז זענען די כוחות אנדער איינע פון די אנדערע, נאר ביים באשעפער איז אלעס איינס, ווייל; ער איז דער וואס וויל, און ער איז קלוג, און ער קען, און ער איז גאנץ מיט אלע שלימות.

אמנם, אמתת מציאותו, הוא ענין אחד. שכולל באמיתתו וגדרו כל מה שהוא שלימות, ונמצא שיש בו כל השלימות. לא כדבר נוסף על מהותו ואמיתת ענינו, אלא מצד אמיתת ענינו בעצמה; שכולל באמיתה כל השלימות, שאי אפשר לעניין ההוא מבלתי כל השלימות מצד עצמו. - אבער די אמת'דיגע מציאות פונעם באשעפער איז איין זאך, וואס איז די גדר פון די איין זאך; איז אמת'דיג נכלל "אלעס" וואס עס הייסט שלימות, און עס קומט אויס אז ביים באשעפער געפונט זיך אלע שלימות, נישט ווי א באזונדערע זאך וואס עס איז צוגעלייגט צו זיין מציאות, נאר פון זיך אליינס, און פון די עצם עקזיסטנץ פונעם באשעפער איז עס אזוי, אז ער איז כולל אלע מינע שלימות, וואס עס קען נישט עקזעסטירן (די מציאות) אן די אלע שלימות. (און וועגן דעם איז עס מוכרח אז עס זאל זיך געפונען ביי אים "מצד עצמו" און נישט ווי אן עקסטערע צוגעלייגטע זאך.)

והנה, באמת הדרך הזה, רחוק מאד מהשגותנו וציורינו, וכמעט שאין לנו דרך לבארו, ומלות לפרשו, - אבער אמת'דיג גערעדט, די וועג (פון טראכטן/פארשטיין) איז זייער ווייט פון אונזערע השגות און אונזער אויסמשלען (מיר קענען זיך עס נישט פאָרשטעלן אין אונזער מח.) און עס פעלט אונז די ווערטער און וועגן דאס צו פארשטיין און צו מסביר זיין.

כי אין ציורינו ודמיותינו תופס אלא ענינים מוגבלים בגבול הטבע הנברא ממנו ית"ש. - שזה מה שחושינו מרגישים, ומביאים ציורו אל השכל. ובברואים הנה הענינים רבים ונפרדים. - ווייל אונזער דמיון און imagination קען נישט תופס זיין (פארשטיין) נאר זאכן וואס זענען געבינדן צו די טבע וואס די באשעפער האט באשאפן, ווייל דאס איז וואס מיר כאפן אויף דורך אונזערע חושים און דאס פילהן מיר, און דורך דעם מאכן מיר אפ אין אונזער דמיון וויאזוי עס דארף אויסצוזעהן, און ביי די באשעפענישן (וואס די באשעפער האט באשאפן,) זענען די אלע אויבנדערמאנטע כוחות אסאך, און אפגעטיילט איינער פון די צווייטן. (ממילא איז זייער שווער צו פארשטיין מיט אונזער שכל די חילוק אז ביים באשעפער איז אלעס איינס.)

אולם, כבר הקדמנו שאמיתת מציאותו ית"ש אינה מושגת. ואין להקיש ממה שרואים בברואים על הבורא ית"ש. כי אין ענינם ומציאותם שוה כלל, שנוכל לדין מזה על זה. אבל זה גם כן מן הדברים הנודעים מקבלה כמו שכתבתי, ומאומתים בחקירה על פי הטבע עצמו בחוקותיו ומשפטיו. שאי אפשר על כל פנים שלא ימצא מצוי אחד משולל מכל הטבע, חוקותיו, וגבוליו, מכל העדר וחסרן, מכל רבוי (ווערן מער/ווייניגער) ורכבה (אויסמישן) מכל יחס (reference) וערך (שאצן), ומכל מִקְרֵי הברואים. שיהי' הוא הסבה האמיתית לכל הנמצאות ולכל המתילד בם. כי זולת זה, מציאות הנמצאות שאנו רואים, והתמדתם, הי' בלתי אפשר. - אבער, מיר האבן שוין מקדים געווען צו מסביר זיין, אז די אמת'דיגע מציאות פונעם באשעפער, קען מען נישט משיג זיין. און מען קען נישט צוגלייכן וואס מען זעהט ביי באשעפענישן וואס די באשעפער האט באשאפן צו דאס פארגלייכן אז אזוי איז אויך ביים באשעפער, ווייל זיי זענען בכלל נישט גלייך אין זייער עצם מציאות זיי צו קענען פארגלייכן איינע צו די אנדערע. אבער דאס (אז די באשעפער איז שלֵם מיט אלע שלימיות, און אנדערש ווי מיר טרעפן נישט אויף די וועלט אז מען זאל האבן אלע כוחות, און זיין שלֵם מעצמו.) איז אויך פון די זאכן וואס זענען באקאנט פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע נביאים און פון אונזערע עלטערן, אזויווי איך האב שוין פריער געשריבן. און דאס איז אויך קלאר-געשטעלט אלץ אמת, מיט "חקירה" לויט די גרעניצן און זייערע חוקים. אז עס קען נישט זיין אזא זאך אז עס זאל זיך נישט געפונען אין די בריאה איינער וואס געפונט זיך, און ער איז "מושלל" (ארויסגענומען פון די כלל) פון די גאנצע טבע, און אירע געזעצן און גרעניצן, און ביי אים איז נישט דא קיין חסרון און עפעס וואס איז "נישט" דא ביי אים. און ביי אים עקזעסטירט נישט די אלע זאכן וואס געפונען זיך ביי די באשעפענישן. און דאס מאכט אים אז ער זאל זיין די אמת'דיגע סיבה פאר אלעס וואס געפונט זיך אויף די וועלט, און אלעס וואס געשענט און ווערט געבוירן אין די וועלט. ווייל ווען נישט, די מציאות וואס מיר זעהען, און אז עס גייט אייביג אן, וואלט נישט געווען מעגליך.

וממה שצריך שידע עוד, - און פון וואס נאך איר דארפט וויסן איז:

שהמצוי הזה יתברך שמו מוכרח שיהי' אחד ולא יותר. - אז עס מוז זיין אז עס זאל נאר זיין איין באשעפער

פירש: שאי אפשר שימצאו מצוים רבים שמציאותם מוכרח מעצמו, אלא אחד בלבד צריך שימצא במציאות המוכרח והשלם הזה, - דאס מיינט: אז עס איז נישט מעגליך אז עס זאלן זיך געפונען מערערע באשעפענישן וואס זייער עקזיסטענס איז מוכרח פון זיי אליינס, נאר איינער אליינס דארף זיך געפונען אין די מוכרח'דיגע און גאנצע מציאות.

ואם שימצאו נמצאים אחדים לא ימצאו אלא מפני שהוא ממציאם ברצונו ונמצאים כולם חלקיים בו ולא מצויים מעצם. - און אויב עס געפונען זיך מערערע באשעפענישן וואס זעהען אויס וואו איינציג, איז עס נישט נאר ווייל די באשעפער באשאפט זיי מיט זיין ווילן, און זיי אלע זענען חלקים פון אים (וואס ער האט באשאפן) און נישט באשאפן געווארן דורך זיך אליינס.

נמצא, כלל הידיעות השרשיות האלה ששה. והם, אמתת מציאותו ית"ש, שלימותו, הכרח המצאו, היותו בלתי נתלה בזולתו, פשיטתו, ויחידו. - קומט אויס אז די כלל פון די שורש'דיגע זאכן וואס מען דארף וויסן איז זעקס. 1) די אמת'דיג'קייט פון זיין מציאות 2) זיין גאנצקייט 3) די הכרח אז די באשעפער מוז זיין 4) ער איז נישט אנגעבונדן אין קיינעם 5) די פשטות פון זיין מציאות 6) זיין איינציגקייט.



----------------

*ביטע האלטן אין קאפ די נקודות אז ער איז שָלֵם און אז ער איז די סִבְה צו אלעס וואס געפונט זיך אויף די וועלט. דאס איז וויכטיג צו פארשטיין די גאנצע המשך וויאזוי די ספר פאָרט.

*******************

המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:04 pm

בעזר השם יתברך


חלק הראשון | פרק שני | חלק א'



פרק שני | בתכלית הבריאה


א) הנה, התכלית בבריאה היה, להטיב מטובו יתברך שמו לזולתו. - די באשעפערס ציהל מיטן באשאפן די וועלט איז געווען, צו גיבן פון זיין גוטס פאר א צווייטן.

והנה, תראה כי הוא לבדו יתברך השלימות האמיתי המושלל מכל החסרונות, ואין שלימות אחר כמוהו כלל. - און דו וועסט זעהן, אז נאר די בעשעפער אליינס איז גאנץ אן קיין חסרונות, און ס'איז נישט דא אזא שלימות ווי אים בכלל.

ונמצא, שכל שלימות שידומה, חוץ מהשלימות יתברך שמו, הנה איננו שלימות אמיתי, אלא יקרא שלימות בערך אל ענין חסר ממנו. - קומט אויס אז אלע זאכן וואס קוקן אויס גאנץ חוץ זיין שלימות, איז נישט עכט שלמיות, נאר מען רופט עס אן שלימות אין קעגנזאץ צו זאכן וואס זענען נישט אזוי גאנץ ווי דעם.

אך השלימות בהחלט אינו אלא שלימותו ית"ש. - אבער עכטע שלימות, איז נאר די שלימות פון די באשעפער.

ועל כן, בהיות חפצו ית"ש להטיב לזולתו, לא יספיק לו בהיותו מטיב קצת טוב, אלא בהיותו מטיב תכלית הטוב שאפשר לברואים שיקבלו. - וועגן דעם. ווען די באשעפער האט אפגעמאכט צו גיבן גוטס פאר אנדערע, וועט נישט זיין גענוג ווען ער גיבט זיי נאר אביסל גוטס, נאר ווען ער גיבט זיי די בעסטע גוטס וואס באשעפענישן קענען באקומען.

ובהיותו הוא לבדו ית"ש הטוב האמיתי, לא יסתפק חפצו הטוב אלא בהיותו מהנה לזולתו בטוב ההוא עצמו שהוא בו ית"ש מצד עצמו. שהוא הטוב השלם והאמיתי. - און וועגן נאר די באשעפער אליינס איז די אמת'דיגע גוטס, וועט נישט זיין גענוג צו "גיבן" פאר די באשעפענישן פון זיין גוטס, נאר ווען ער וועט זיי גיבן צו הנאה האבן מיט די גוטס ווואס איז דא ביי די באשעפער פון זיך אליינס; וואס דאס איז די אמת'דיגע און גאנצע גוטס.

והנה, מצד אחר, הטוב הזה, אי אפשר שימצא אלא בו. על כן, גזרה חכמתו, שמציאות ההטבה האמיתית הזאת יהי' במה שיתן מקום לברואים, לשיתדבקו בו ית"ש באותו השיעור שאפשר להם שיתדבקו, ואז נמצא, שמה שמצד עצמם, אי אפשר שיתוארו בשלימות ית"ש, הנה מצד התדבקם בו, יגיע להם באותו השיעור שאפשר ליתאר בשלימות ההוא ית"ש. מצד היותם מתדבקים בו. וימצאו, נהנים בטוב האמיתית ההוא, בערך שאפשר להם ליהנות בה, - אבער פון די אנדערע זייט, די גוטס, קען זיך נישט געפונען נאר ביי אים. וועגן דעם האט די באשעפער געמאכט, אז די גוטס זאל געגעבן ווערן דורך א וועג ווי די מענטשן זאלן זיך קענען באהעפטן מיט אים לויט וויפיל מען קען זיך באהעפטן מיט אים, און דעמאלץ וועט אויסקומען אז: פון די מענטשנס זייט קען מען זיך טאקע נישט צוקומען צו די שלימות פון די באשפער און נישט הנאה האבן פון די גוטס פון די באשעפער, אבער דורך דעם וואס זיי באהעפטן זיך צו די באשעפער, וועלן זיי קענען באקומען די שלימות פון די באשעפער און הנאה האבן פון דעם.

ונמצא, היות כונתו ית"ש בבריאה שברא, לברוא מי שיהי' נהנה בטובו ית"ש באותו הדרך שאפשר שיהנה בו. - קומט אויס, אז די כוונה פון די באשעפער מיט'ן באשאפן די וועלט איז געווען: צו באשאפן א באשעפעניש (די מענטש) וואס ער וועט הנאה האבן פון זיין גוטס לויט וויפיל די באשעפער האט געמאכט אז ער זאל קענען הנאה האבן.



המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:58 pm

בעזר השם יתברך


חלק הראשון | פרק שני | חלק ב'


פרק שני | בתכלית הבריאה


ב) ואולם, גזרה חכמתו שלהיות הטוב שלם ראוי שיהי' הנהנה בו בעל הטוב ההוא, - אבער, די באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט, אז כדאי די מענטש זאל קענען הנאה האבן פון די גוט'ס, זאל ער אליין זיין ראוי צו הנאה האבן פון די גוטס.

פירוש מי שיקנה הטוב בעצמו, ולא מי שיתלוה לו הטוב בדרך מקרה. - דאס מיינט: אז ער זאל אליינס "אפקויפן" (קונה זיין, דערגרייכן,) די גוטס, און נישט אז ער זאל עס "באקומען" סתם אזוי. (ער זאל דארפ'ן ארבייטן צו עס באקומען, און נישט באקומען אן ארבייטן דעראויף.)

ותראה שזה נקרא קצת התדמות בשיעור שאפשר אל שלימותו יתברך, - און דו וועסט זעהן אז דאס הייסט אביסל זיין גלייך צום באשעפער'ס שלימות; לויט וויפיל ס'איז שייך.

כי הנה הוא יתברך שמו שלם בעצמו, ולא במקרה, אלא מצד אמתת ענינו מוכרח בו השלימות, ומשוללים ממנו החסרונות בהכרח. - ווייל, די באשעפער איז גאנץ פון זיך אליינס, און נישט ווייל עס איז געשעהן אזוי דורך עפעס אנדערש, נאר צוליב זיין עצם עקזיסטענס מוז זיין ער זאל זיין "שלם", און ביי אים זענען נישט דא קיין חסרונות, ווייל עס קען נישט זיין.

ואולם, זה אי אפשר שימצא בזולתו; שיהי' אמתתו מכרחת לו השלימות, ומעדרת ממנו החסרונות. - אבער דאס איז נישט מעגליך עס זאל זיך טרעפן ביי איינעם אנדערש חוץ פונעם באשעפער, אז זיין עצם מציאות זאל באצווינגען זיין שלימות און עס זאל זיך נישט געפונען ביי אים חסרונות,

אך להתדמות לזה במקצת, צריך שלפחות יהי' הוא הקונה השלימות שאין אמתת ענינו מכריח לו. ויהי' הוא מעדיר מעצמו החסרונות שהיו אפשריים בו. - אבער, צו זיין אביסל גלייך צו דעם, דארף ווייניגסטנס זיין ער אליינס (די מענטש אליינס) דער וואס דערגרייכט די שלימות וואס זיין עצם מציאות צווינגט נישט (דאס מיינט אז לויט זיין מציאות קען ער בלייבן אן די שלימות, נאר ער אליינס מיט זיין אייגענע ארבעט, דערגרייכט ער שלימות.) און ער וועט אליינס אוועק-נעמען די חסרונות וואס וואלטן געווען מעגליך צו זיין ביי אים.

ועל כן גזר, וסידר, שיבראו עניני שלימות, ועניני חסרון. ותברא בריה שיהי' בה האפשרות לשני הענינים בשוה, ויותנו לבריה הזאת אמצעיים, שעל ידם תקנה לעצמה את השלימוית, ותעדיר ממנה את החסרונות, ואז יקרא שנתדמית במה שהיה אפשר לה; לבוראה, ותהי' ראויה לידבק בו, וליהנות בטובו. - וועגן דעם האט די באשעפער גוזר געווען, און אזוי מסדר געווען די בריאה, אז עס זאלן ווערן באשאפן זאכן וואס זענען שלימות און זאכן וואס זענען חסרון. און עס זאל באשאפן ווערן א באשעפעניש (ליין: מענטש) וואס זאל זיין מעגליך פאר אים די צוויי זאכן (חסרון & שלימות) גלייך. (נישט אז איינס זאל זיין מער אין אים וואו די צווייטע, נאר ביידע זאלן זיך די זעלבע געפונען ביי אים.) און עס וועט געגעבן ווערן פאר די באשעפעניש מיטלען וואס דורך דעם זאל ער אליינס דערגרייכן די זאכן וואס מאכן אים דערגרייכן שלימות, און עס מאכט אים אוועקנעמען די זאכן וואס זענען חסרון.
און דעמאלץ וועט ער קענען ווערן אנגערופן אז ער איז גלייך מיט-וויפיל-ס'איז-מעגליך צום באשעפער און ער וועט זיין ראוי' זיך צו קענען באהעפטן צו אים, און צו קענען געניסן פון זיין גוטס.


המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא אדער קענט איר שיקן אן אימעיל מיט סיי וועליכע פראגן צו bigamhaaratz@gmail.com

הצלחה רבה
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:51 pm

בעזר השם יתברך

חלק הראשון | פרק שני | חלק ג'


פרק שני | בתכלית הבריאה


ג) ואמנם, מלבד היות הבריה הזאת שקנתה השלימות ראויה לידבק בבוראה יתברך מצד התדמותה לו, הנה, על ידי קנותה השלימות לה. נמצאת מתדבקת והולכת בו. עד שסוף קנותה השלימות והימצאה מתדבקת בו יהיה הכל עניין אחד. - אבער, אויסער דאס אז דורכ'ן קונה זיין שלימות ווערט די מענטש ראוי' זיך צו קענען ווערן באהאפטן מיט'ן באשעפער, ווייל ער איז ענדליך צו אים (דורכ'ן זיין שָלֵם דורכ'ן ארבייטן אליינס אויף זיך, און נישט ווערן ראוי' דורך א צווייטן.) איז דורך דעם וואס ער איז קונה די שלימות פאר זיך, קומט אויס אז ער ווערט מער און מער באהאפטן צום באשעפער, און צום סוף וועט אויסקומען אז סיי די קונה זיין שלימות און סיי די ווערן באהאפטן צו די באשעפער וועט זיין איין זאך. (יתבאר בהמשך.)

וזה, כי בהיות מציאותו יתברך שמו השלימות האמיתי כמו שביארנו, הנה כל מה שהוא שלימות אינו מתייחס אלא לו. כענף אל השורש: - און דאס איז ווייל: וועגן די עקזיסטענס פון די באשעפער איז דאך די אמת'דיגע שלימות, אזויווי מיר האבן שוין פריער אויסגעשמועסט, וועגן דעם, אלעס וואס איז "שלימות" באציהט זיך נאר צו אים, וואו א צווייג צו זיין שורש.

כי אף על פי שאינו מגיע אל השלימות השורשי, הנה המשך ותולדה ממנו הוא. - ווייל כאטשיג די מענטש קומט נישט אן (דורך זיין שלימות) גראד צו די שורש'דיגע שלימות, אבער ס'איז א המשך און א תולדה פון די עכטע שלימות.

והנה תראה, כי השלימות האמיתי הנה הוא מציאותו יתברך, וכל חסרון אינו אלא העלם טובו יתברך והסתר פניו. - און דו וועסט זעהן, אז די אמת'דיגע שלימות איז די מציאות פון די באשעפער, און יעדע חסרון וואס איז דא אויף די וועלט, איז נאר אז מען זעהט נישט די גוטס פון די באשעפער, אדער ער באהאלט זיין פנים.

ונמצא, שהארת פניו יתברך. וקרבתו, תהיה השורש והסיבה לכל שלימות שיהיה. והסתר פניו, השורש והסיבה לכל חסרון. אשר כשיעור ההסתר, כך יהיה שיעור החסרון הנמשך ממנו. - קומט אויס, אז ווען די באשעפער ווייזט זיין ליכטיגקייט, און זיין נאנט צום באשעפער, וועט זיין די שורש און די סיבה צו סיי וועליכע שלימות עס זאל נאר זיין, און זיין "הסתר פנים" (ד.מ. למשל: אז מען זעהט נישט מיט די פליישיגע אויגן אין א ספעציפישע זאך אז דאס קומט פונעם אייבערשטן), וועט זיין די שורש און סיבה (אורזאך) צו יעדע חסרון, וואס לויט די מאס "הסתר" אזוי סאך וועט זיין די מאס פון "חסרון" וואס וועט ארויסקומען פון דעם.

ועל כן הנברא הזה העומד בשיקול בין השלימויות והחסרונות, שהם תולדות ההארה וההסתר, בהתחזקו השלימויות והקנותם אותם בעצמו, הנה הוא מרבה האחיזה וההתדבקות בו. עד שבהגיעו אל תכלית קניית השלימות, הנה הוא מגיע אל תכלית האחיזה וההתדבקות בו יתברך. ונמצא, מתדבק בו יתברך, ונהנה בטובו, ומשתלם בו. והוא עצמו בעל טובו ושלימותו: - וועגן דעם, די "נברא" (די מענטש) וואס שטייט גלייך אויף גלייך (אזויווי א וואָג-שאָל) צווישן די זאכן וואס קענען ברענגען "שלימות" און "חסרון" וואס דאס זענען זאכן וואס קומען ארויס פון "הארה" און "הסתר"; ווען מען שטארקט די "שלימות" און דו ביסט עס קונה ביי זיך, דורך דעם פארמערסטו זיך אנצוכאפן אינעם באשעפער און דו ווערסט מער באהאפטן צום באשעפער. ביז ווען דו וועסט אנקומען צום ענדע פון קונה זיין שלימות, וועסטו אנקומען צום שפיץ פון זיין אנגעכאפט פון באהאפטן צום באשעפער, קומט אויס אז (דורכן טוהן גוט'ס/שלימות) דו ווערסט באהאפטן צום באשעפער, און דו האסט הנאה פון זיין גוטס, און דו ווערסט דורך דעם "שלם" (גאנץ), און דו אליינס ביסט די בעל הבית פון דיין גוט'ס און שלימות.


ד) והנה לשיהיו במציאות העניינים השונים האלה של שלימות וחסרון שזכרנו, ותימצא הבריה שזכרנו בתכונה שהיא צריכה להיות; - און, ווען עס וועט זיין אין די עקזיסטענס די פארשידענארטיגע זאכן וואס קענען ברענגען שלימות אדער חסרון וואו אויבן דערמאנט. און עס וועט זיך געפונען די באשעפעניש וואס מיר האבן דערמאנט; אויף די וועג וואס די באשעפעניש דארף זיין;

פירוש, באפשרות לשני העניינים וביכולת עליהם, שתקנה השלימות ויעדר מן החסרונות, ושימצאו לו האמצעיים לדבר הזה, - דאס מיינט; אז די באשעפעניש האט די ציטריט צו די צוויי ענינים (שלימות וחסרון). און ער האט די מעגליכקייט צו קענען טוהן ביידע, וואס דורך דעם קען ער קונה זיין שלימות און אוועקנעמען פון זיך חסרונות, און עס זאל זיך געפונען ביי אים די מיטלען פאר די זאך. (צו קענען קונה זיין שלימות.)

פירוש, לקנות זה השלימות - הנה ודאי שפרטים רבים ושונים צריך שיימצאו בבריאה, ויחסים רבים בין הפרטים האלה, עד שיצליח התכלית המכוון בה. - דאס מיינט: כדאי צו קענען קונה זיין די שלימות, דארף טאקע זיין זייער אסאך און פארשידנארטיגע פרטים דארפן זיך געפונען אין די בריאה (עקזיסטענס.) און אסאך יחסים (רעפערענס; פארשידנארטיגע פרטים זאלן האבן שייכות צווישן זיך.) צווישן די פרטים, ביז עס וועט מצליח זיין די תכלית וואס די באשעפער האט אינזין געהאט אין דעם.

ואולם הבריה אשר התעתדה לעניין הגדול הזה, דהיינו לדביקות בו יתברך כמו שכתבנו, היא תיקרא העיקרית שבכל הבריאה; וכל שאר מה שיימצא במציאות - לא יהיה אלא עוזר באיזה צד או באיזה בחינה אל התכלית לשיצלח ויימצא, ועל כן יקראו טפלים לבריה העיקרית שזכרנו: - אבער, די באשעפעניש וואס איז געווארן אנגעגרייט פאר די גרויסע זאך, דאס מיינט: צו זיין באהאפטן צום באשעפער אזוי ווי מיר האבן געשריבן. ער ווערט אנגערופן די "עיקר" פון די בריאה, און אלעס אויסער דעם וואס געפונט זיך אין די עקזיסטעס, איז נאר דא צו זיין צו א הילף פאר די תכלית עס זאל קענען געשעהן און אז עס זאל מצליח זיין. וועגן דעם ווערט עס אנגערופן "טפלים" צו די עיקר באשעפעניש וואס מיר האבן דערמאנט (וואס דאס איז די מענטש).


ה) אך הבריה העיקרית באמת היא המין האנושי; - אבער, די עיקר באשעפעניש עכט, איז די מין וואס הייסט "מענטש"

וכל שאר הנבראים, בין הגבוהים ממנו, ובין השפלים ממנו, אינן אלא בעבורו להשלמת ענינו, לפי כל הבחינות הרבות והשונות הראויות לימצא בהם. וכמו שיתבאר עוד לפנים בסייעתא דשמיא. - און אלע אנדערע זאכן וואס זענען באשאפן געווארן, סיי וואס זענען העכער אים (למשל מלאכים וכ"ו) און סיי וואס זענען אונטער אים (וואו למשל חיות, בהמות, עסן וכ"ו) זענען נאר באשפאן געווארן כדאי די מענטש זאל קענען צוקומען צו שלימות. לויט די פארשידנארטיגע בחינות וואס דארפן זיך געפונען ביי זיי. און אזוי ווי עס וועט מער מבואר ווערן אין די ספר מיטן אייבערשטנס הילף.

והנה ההשכלה וכל המידות הטובות הם ענייני שלימות שנמצאו להשתלם בם האדם, וענייני החומר ומידות הרעות הם ענייני החסרון שזכרנו, שהאדם מושם ביניהם לקנות לו השלימות: - און די השכלה (דאס מיינט די שכל.) און אלע גוטע מידות, זענען זאכן וואס די באשעפער האט ארייגעלייגט אין די מענטש כדאי ער זאל קענען צוקומען צו שלימות, און חומר (דאס מייט גשמיות) און שלעכטע מידות זענען זאכן וואס די באשעפער האט אריינגעלייגט אין די מענטש, וואס די זאכן דערווייטערן די מענטש פון שלימות. און די מענטש ליגט צווישן די זאכן, צו קונה זיין שלימות.


המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא אדער קענט איר שיקן אן אימעיל מיט סיי וועלכע פראגן צו bigamhaaratz@gmail.com
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 10:22 am

בעזרת השם יתברך

חלק הראשון | פרק שלישי | חלק א'


פרק ג' | במין האנושי

א) כבר זכרנו היות האדם אותה הבריה הנבראת לידבק בו יתברך, והיא המוטלת בין השלימות והחסרונות, והיכולת בידו לקנות השלימות. – מיר האבן שוין דערמאנט, אז די מענטש איז "די באשעפעניש" וואס איז באשאפן געווארן כדאי ער זאל זיך באהעפטן צום באשעפער, און "די מענטש" ליגט צווישן "שלימות" און "חסרונות" און ער האט די מעגליכקייט אין זיינע הענט צו קויפן שלימות.

ואולם, צריך שיהיה זה בבחירתו ורצונו, כי אילו היה מוכרח במעשיו להיות בוחר על כל פנים בשלימות, לא היה נקרא באמת בעל שלימותו, כי איננו בעליו, כיון שהוכרח מאחר לקנותו. והמקנהו, הוא בעל שלימותו. ולא היה הכונה העליונה מתקיימת. – אבער, דאס (די קונה זיין שלימות, דורכן בוחר זיין אין גוטס.) דארף זיין דורך זיין אייגענע אויסווייל און זיין אייגענע ווילן, ווייל אויב וואלט ער ווען געוען געצווינגען צו טוהן וואס ער טוט, און ער וואלט געווען געצווינגען למשל צו טוהן גוטס, וואלט ער נישט עכט געקענט ווערן אנגערופן "די בעל הבית פון זיין שלימות", ווייל ער איז נישט די "בעל" פון זיין גוטס, ווייל ער איז דאך געווען געצווינגען דורך א צווייטן עס צו טוהן, און אזוי האט ער עס קונה געווען. און דער וואס האט אים עס געצווינגען צו טוהן, ער איז דער וואס איז די "בעל" פון זיין גוטס. און אזוי וואלט נישט פארווירקלעכט געווארן די ווילן פון די באשעפער.

על כן, הוכרח שיונח הדבר לבחירתו, שתהיה נטיתו שקולה לשני הצדדין, ולא מוכרחת לאחד מהם. ויהיה בו כח הבחירה, לבחור בדעת ובחפץ באיזה מהם שירצה, והיכולת גם כן בידו לקנות איזה מהם שירצה. – וועגן דעם, האט די באשעפער געווען געצווינגען צו עס לאזן פאר די מענטש'ס אייגענע בחירה, אז ער זאל קענען וועלן נייגן צו ביידע זייטן (סיי גוטס און סיי שלעכטס), און ער זאל נישט זיין געצווינגען צו קיין איין זייט. און עס זאל זיין ביי אים די כח פון אויסוועלן, צו אויסוועלן, מיט פארשטאנד, און מיט ווילן, אין וואס ער וויל, און די מענטש האט אויך אין זיין הענט די מעגליכקייט צו איינהאנדלען וועלכע ער וויל.

על כן נברא האדם ביצר טוב ויצר רע, והבחירה בידו להטות עצמו לצד שהוא רוצה. – וועגן דעם איז א מענטש באשאפן געווארן מיט א יצר טוב (וואס העלפט א מענטש צו טוהן גוטס) און מיט א יצר רע (וואס רעדט צו א מענטש צו טוהן שלעכטס) און די מענשט האט די "בחירה" (אויסוואל/מעגליכקייט) זיך צו בייגן צו וועלכע זייט ער וויל (גוטס אדער שלעכטס).

ב) ואולם, להיות הדבר הזה נשלם כראוי, גזרה החכמה העליונה שיהיה האדם מורכב משני הפכים, דהיינו מנשמה שכלית וזכה, וגוף ארציי ועכור, שכל אחד מהם יטה בטבע לצדו, - אבער, כדאי די זאך (ציהל) זאל ווערן אינגאנצן אהערגעשטעלט (אויסגעפירט/געענדיגט) אזויווי עס פאסט (אזויווי די באשעפער האט געוואלט), האט די באשעפער "גוזר געווען" (אויסגעשטעלט) אז די מענטש זאל זיין אויסגעמישט פון צוויי קעננ-געזעצטע באשטיינדלן. דאס מיינט, אז פון (איין זייט זאל זיין) די נשמה וואס איז "שכל"דיג און לויטער, און פון (די צווייטע זייט זאל זיין) די גוף, וואס איז "ערד"יש (ס'קומט פון די ערד, און ס'ציהט צו ערד'ישע זאכן), און שמוציג. וואס יעדע פון זיי, זאלן בייגן פון זייער נאטור אויס צו זיין זייט,

דהיינו. הגוף, לחומריות. והנשמה, לשכליות. ותימצא ביניהם מלחמה; באופן שאם תגבר הנשמה, תתעלה היא ותעלה הגוף עמה, ויהיה אותו האדם המשתלם בשלימות המעותד. – דאס הייסט, די גוף, זאל ציהען צו "חומריות" (גשמיות = תאוות עולם הזה) און די נשמה זאל ציהען צו "שכליות" (שכל'דיגע זאכן /מדות טובות וכ"ו), און (ער האט עס אזוי אויסגעשטעלט, כדאי) עס זאל זיך אייביג טרעפן (זיין) צווישן זיי (די נשמה מיט די גוף) א מלחמה, אויף א וועג אז אויב די נשמה וועט זיך שטארקן, וועט די נשמה ווערן דערהויבן, און די גוף וועט ווערן מיטגעהויבן צוזאמען מיט אים (די נשמה), און ער וועט ווערן "די מענשט" וואס ווערט גאנץ מיט די גאנצקייט וואס ער דארף דערגרייכן.

ואם יניח האדם שינצח בו החומר, הנה ישפל הגוף ותשפל נשמתו עמו, ויהיה אותו האדם בלתי הגון לשלימות, ונדחה ממנו חס ושלום. – און אויב וועט די מענשט לאזן אז די חומר (יצר הרע) זאל אים באזיגן, וועט די גוף ווערן מער נידריגער, און די נשמה וועט ווערן נידריגער צוזאמען מיט אים (די גוף), און די מענטש וועט נישט זיין צוגעפאסט פאר שלימות, און ער קען ווערן אוועקגעשטופט חס ושלום.

ולאדם הזה יכולת להשפיל חומרו לפי שכלו ונשמתו ולקנות שלימותו, כמו שנתבאר: - און פאר די מענשט, איז דא די מעגליכקייט צו אראפצוקלאפן זיין "חומר" לויט זיין שכל און נשמה, און זיך אזוי קונה זיין שלימות, אזויווי די מחבר וועט אויסשמועסן.

המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא אדער קענט איר שיקן אן אימעיל מיט סיי וועלכע פראגן צו bigamhaaratz@gmail.com
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:48 pm

בעזרת השם יתברך


חלק הראשון | פרק שלישי | חלק ב'




פרק ג' | במין האנושי


ג) ואמנם גזר טובו יתברך, שיהיה גבול להשתדלות הזה, המצטרך לאדם להשיג השלימות. וכשהשלים השתדלותו, ישיג שלימותו, וינוח בהנאתו לנצח נצחים. – אבער, די באשעפער (מיט זיין גוטס) האט באשטימט, אז עס זאל זיין א גרעניץ פאר די השתדלות וואס עס פעהלט זיך אויס פאר די מענטש צו דערגרייכן זיין שלימות, און ווען ער ענדיגט זיין השתדלות, וועט ער דערגרייכן זיין שלימות, און ער וועט קענען פון דעמאלץ הנאה האבן פאר אייביג.

על כן הוחקו לו שני זמנים: אחד זמן העבודה, ואחד זמן קיבול השכר. ואולם, מידת הטוב מרובה, שהעבודה יש לה זמן מחוקק, כמו שגזרה חכמתו יתברך היותו נאות לזה; - וועגן דעם זענען באשטומט געווארן צוויי צייטן, איינס, די צייט פון ארבייטן, און די צווייטע צייט, די צייט וואס מען באקומט די שכר. אבער די מאס פון גוטס איז מער, ווייל די צייט פון "עבודה" (די צייט וואס איז באשטומט אז א מענטש זאל ארבייטן צו דערגרייכן שלימות.) איז באשטומט, (נאר פאר א געוויסע צייט; דאס איז, ווילאנג די מענשט לעבט.)

וקיבול השכר אין לו תכלית, אלא לנצח נצחים הוא מתענג והולך בשלימות אשר קנה לו: - (משא"כ) די צייט פון ווען מען באקומט די שכר, האט נישט קיין ענדע, נאר פאר אייביג האט ער הנאה מער אין מער, מיט די שלימות וואס ער האט זיך איינגעקויפט. (דורכן ארבייטן שווער צו טוהן גוטס און אוועקגיין פון שלעכטס, אויף די וועלט.)

ד) ואולם כפי התחלף זמניו, כך ראוי שיתחלף מצבו ושאר מקריו. – אבער, לויט ווי עס טוישט זיך זיינע צייטן, פאסט אויך אז עס זאל זיך טוישן זיין מצב, און זיינע אנדערע געשעהענישן.

כי כל זמן ההשתדלות, הנה צריך שיהיה בתכונה אחת, שיוכלו לימצא בו כל העניינים המצטרכים לו כפי עניין ההשתדלות הזה. – דאס מיינט: די גאנצע צייט וואס די באשעפער האט באשטימט פאר "השתדלות" דארף ער זיין אין איין מין אויסשטעל, אז עס זאל זיך קענען געפונען ביי אים די אלע זאכן וואס פעלט זיך אויס לויט די השתדלות וואס ער דארף טוהן.

פירוש - כי הנה מוכרח שתימצא לו המלחמה שזכרנו בין השכל והחומר, ולא יהיה לו דבר שיעכב את החומר מלשלוט ולעשות את שלו. וכן לא יהיה דבר שיגרום לחומר להתחזק יותר מן הראוי, וגם לא יגגרום לשכל להתחזק יותר מן הראוי. – דאס מיינט: ווייל עס איז געצווינגען אז עס זאל זיך געפונען די מלחמה וואס מיר האבן דערמאנט, צווישן די שכל און די חומר. און עס (דארף זיין אויסגעשטעלט אז) זאל נישט זיין א זאך וואס זאל צוריקהאלטן די חומר פון געוועלטיגן און צו טוהן זיינס, און אזוי אויך זלא נישט זיין א זאך וואס זאל מאכן אז די חומר זאל זיך שטארקן מער וויפיל עס פאסט (אז עס זאל נאך קענען זיין א אייניגע מלחמה צווישן די שכל און חומר.) און אזי אויך, זאל נישט זיין א זאך וואס זאל מאכן אז די שכל זאל זיך שטארקן מער וויפיל עס פעלט זיך אויס.

כי אף על פי שמצד אחד היה נראה זה יותר טוב, הנה, לפי הכוונה האמיתית והעניין הנרצה באדם, שהוא קניית השלימות בהשתדלותו, איננו טוב. – ווייל כאטשיג פון איין זייט קוקט אויס, אז עס איז בעסער )אז די שכל זאל האבן די מעגליכקייט זיך שטארקן מער איבער די גוף.) אבער, לויט די אמת'דיגע כוונה, און די עניין וואס עס דארף זיין ביי די מענטש, וואס דאס איז צו קונה זיין שלימות דורך זיין ארבעט, איז עס נישט קיין גוטע זאך.

ובזמן קיבול השכר, הנה, ראוי לו שיהיה במצב הפכי לזה, כי הנה כל מה שיהיה החומר שולט באותו זמן, הנה לא היה אלא מחשיך ומעכב על הנשמה שלא תתדבק בבורא יתברך, ועל כן הנה ראוי הוא שלא ישלוט בו אז אלא הנשמה, והחומר יהיה נמשך אחריה לגמרי באופן שלא יעכב על ידה כלל. – און ביי די צייט ווען די מענטש באקומט שכר, פאסט פאר די מענטש, אז ער זאל זיין אין א פארקערטע מצב. ווייל, אויב עס וואלט ווען די חומר געקענט דעמאלץ הערשן, וואלט עס נאר טונקל געמאכט, און אפגעהאלטן די נשמה אז זי זאל זיך נישט קענען באהעפטן צום באשעפער. וועגן דעם איז בעסער אז עס זאל נישט דעלמאץ הערשן נאר די נשמה. און די חומר וועט זיך מיטשלעפן נאך איר, אויף א וועג וואס די חומר זאל נישט קענען אפהאלטן בכלל.

ואמנם על כן נבראו שני העולמות, עולם הזה ועולם הבא: עולם הזה, המקום והחוקים הטבעיים שלו הם מה שראוי לאדם כל זמן ההשתדלות; העולם הבא, המקום והחוקים שלו הם מה שראוי לו בזמן קיבול השכר: - וועגן דעם זענען באשאפן געווארן צוויי וועלטן, "עולם הזה" און "עולם הבא". עולם הזה: די פלאץ און זיינע נאטורליכע געזעצן זענען דאס וואס עס פאסט זיך פאר די מענשט די גאנצע צייט (וואס איז אים באשטימט געווארן אז ער זאל טוהן) השתדלות, און "עולם הבא", די פלאץ און זינע געזעצן זענען זיינע (אנדערש), און דאס וואס עס פאסט פאר אים (די מענטש) אין די צייט וואס ער באקומט שכר.

ה) וממה שיצטרך עוד לדעת, שהנה המין האנושי, אין עניינו הראשון כמו שאנו רואים ומבחינים אותו עתה, כי אולם שינוי גדול היה בו; - און פון וואס דו דאפסט אויך וויסן איז, אז די מין "מענטש", די ערשטע ווערסיע איז נישט געווען אזוי ווי מיר זעהן און מיר קענען עס יעצט, נאר א גרויסע טויש איז געווען אין אים.

והוא עניינו חטאו של אדם הראשון, שנשתנה בו האדם והעולם ממה שהיו בתחילה. ואולם, פרטי השינוי הזה ותולדותיהם רבים, ועוד נדבר בם לפנים בסייעתא דשמיא. – און דאס (וואס האט גורם געווען די טויש) איז די חטא פון אדם הראשון, וואס מיט דעם האט זיך די מענטש און די וועלט געטוישט פון וואס זיי זענען געווען בעפאר. אבער, די פרטים פון די טויש און וואס עס קומט ארויס דערפון זענען אסאך, און מיר וועלן רעדן דערפון שפעטער אין די ספר מיט'ן אייבערשטנס הילף.

ונמצא שהדיבור במין האנושי וההבחנה בנשואיו, כפולים, כי ידובר בו ובנשואיו בבחינתו קודם החטא, וידובר בו ובנשואיו בבחינתו אחר החטא, וכמו שנבאר עוד בעזר ד': - קומט אויס, אז ווען מען רעדט פון די מין מענטש און ווען מען אינטערשייד אין זיינע זאכן וואס טראגן אים, זענען געדאפלט, ווייל מען רעדט פון אים און פון זיינע זאכן וואס ער טראגט, פון פאר די חטא (פון אדם הראשון) און מען רעדט פון אים און זיינע זאכן וואס ער טראגט פון נאך די חטא, און אזוי ווי עס וועט נאך ווערן אויסגעשמועסט אינם ספר מיט'ן אייבערשטענס הילף.



המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא אדער קענט איר שיקן אן אימעיל מיט סיי וועלכע פראגן צו bigamhaaratz@gmail.com
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:05 pm

בעזרת השם יתברך


חלק הראשון | פרק שלישי | חלק ג'




פרק ג' | במין האנושי



ו) הנה, אדם הראשון בעת יצירתו היה ממש באותו המצב שזכרנו עד הנה. דהיינו, שהנה הוא היה מורכב משני החלקים ההפכיים שאמרנו, שהם הנשמה והגוף, ובמציאות היו שני העניינים, הטוב והרע, והוא עומד בשיקול ביניהם להדבק במה שירצה מהם. - און, אדם הראשון, ווען ער איז באשאפן געווארן, איז ער געווען ממש אין די מצב וואס מיר האבן דערמאנט ביז יעצט. דאס מיינט, אז ער איז געווען אויסגעמישט פון צוויי פערקערטע חלקים וואס מיר האבן געזאגט (דערמאנט/גערעדט) וואס זיי זענען, די נשמה און די גוף. און אויף די עקזיסטענס איז געווען צוויי ענינים די "טוב" (גוטס) און "רע" (שלעכטס), און ער (אדם הראשון) שטייט אויפן וואגשאל (מיטן גלייכן מעגליכקייט) צווישן די צוויי, זיך צו באהעפטן מיט וואס ער וויל פון זיי.

והנה היה ראוי לו שיבחר בטוב, ויגביר נשמתו על גופו ושכלו על חומרו, ואז היה משתלם מיד, ונח בשלימותו לנצח: - און עס וואלט אים געפאסט (דאס וואלט געווען די פאסיג'סטע) אז ער זאל אויסוועלן אין גוטס, און ער זאל שטארקן זיין נשמה אויף זיין גוף און זיין שכל אויף זיין חומר (גשמיות), און דעמאלץ וואלט ער גלייך געווארן גאנץ, און ער וואלט געקענט רוהען מיט זיין שלימות אויף אייביג.

ז) וצריך שתדע, שאף על פי שאין אנו מרגישים לנשמה בגוף פעולה אחרת זולת החיות וההשכלה, הנה באמת יש בחוקה שתזכך עצם הגוף וחומרו, ותעלהו עילוי אחר עילוי, עד שיהיה ראוי להתלוות עמה בהנאה בשלימות. - און דו דארפסט צו וויסן, אז כאטשיג מיר שפירן נישט אז די נשמה טוט עפעס פארן גוף חוץ דאס אז ער גיבט די חיות פאר די מענטש און דאס אז די שכל קומט פון די נשמה, אבער עכט איז אין די געזעץ פון די נשמה, אז עס זאל אויסלאטערן די גוף, און זיין פארגרעבטקייט, און עס זאל אים אויפהייבן מער אין מער, ביז די גוף וועט זיין פאסיג מיטגיין מיט אים ווען ער וועט הנאה האבן פון שלימות. (אויף עולם הבא.)

ואמנם, לדבר זה היה אדם הראשון מגיע אילו לא חטא, שהיתה נשמתו מזככת את גופו זיכוך אחר זיכוך, עד שהיה מזדכך השיעור המצטרך ונקבע בתענוג הנצחי: - אבער, פאר די זאך וואלט אדם הראשון דערגרייכט אויב וואלט ער נישט געזונדיגט, אז זיין נשמה וואלט אויסגעלאטערט זיין גוף ריינונג נאך ריינונג, ביז ער וואלט געווארן לויטער לויט וויפיל עס פעלט זיך אויס, און ער וואלט געווארן באשטומט אין די אייביגע הנאה. (עולם הבא.)

ח) וכיון שחטא, נשתנו הדברים שינוי גדול. והוא, כי הנה בתחילה היו בבריאה החסרונות שהיו, בשיעור מה שהיה מצטרך לשיהיה אדם הראשון במצב השיקול שזכרנו, ויהיה לו מקום להרויח את השלימות ביגיע כפיו. - און וויבאלד ער האט געזונדיגט, האבן זיך די זאכן געטוישט זייער שטארק. און דאס איז, ווייל אנפאנג זענען געווען די באשעפענישן מיט די חסרונות וואס זיי האבן געהאט; לויט וויפיל עס האט זיך אויסגעפעלט אז אדם הראשון זאל זיין אין די מצב וואס ער זאל האבן אן אייניגע בחירה (פאר טוב און רע) וואו מיר האבן דערמאנט. און ער זאל האבן פלאץ (ער זאל קענען) צו פארדינען די שלימות מיט די פלאג פון זיין האנט.

אמנם על ידי חטאו - נוספו ונתרבו חסרונות בעצמו של אדם ובבריאה כלה, ועוד נתקשה התיקון ממה שהיה קודם. - אבער, דורך זיין זינד, זענען צוגעלייגט און פארמערט געווארן חסרונות אין די מענטש אליינס און אין די גאנצע בריאה, און נאכמער איז שווערער געווארן די תיקון פון וואס איז געווען פריער. (דאס מיינט, אז פארדעם איז געווען גרינגער.)

פירוש, כי הנה, בתחילה היה נקל לו בצאת מן החסרון המוטבע בו ,וקנות השלימות, שכך סידרה החכמה העליונה את הדברים, על פי מידת הטוב והיושר; - דאס מיינט, ווייל אנפאנג איז אים גרינג געווען צו ארויסגיין פון חסרון וואס ליגט אין אים לויט די טבע, און (אזוי איז אויך גרינג געווען צו) קויפן שלימות, ווייל אזוי האט די אייבערשטענס חכמה אויסגעשטעלט די זאכן, לויט די די מדה פון גוטס און גערעכטקייט.

כי יען לא היה אדם סיבה לרע ולחסרון שבו, אלא שכך הוטבע בו ביצירתו, הנה במה שיסיר עצמו מן הרע ויפנה אל הטוב - ישיג מיד צאת מן החסרון, וקנות שלימות. - ווייל דעמאלץ עס די מענטש נאכנישט געווען קיין סיבה פאר די רע און חסרון (וואס ליגט אין די מענטש/וועלט.) נאר (די מענטש האט געהאט חסרון/רע) ווייל אזוי האט די באשפער אריינגעלייגט אין זיין טבע ווען ער האט אים באשאפן, און מיט וואס ער וועט זיך אפטוהן פון רע, און זיך ווענדן צו גוטס, וועט ער גראדן דערגרייכן (שפירן) אז ער גייט ארויס פון חסרון, און (אז ער) קויפט זיך שלימות.

אמנם בחטאו, כיון שעל ידו נסתר השלימות יותר משהיה ונתרבו החסרונות, והיה הוא הגורם רעה לעצמו, הנה לא יהיה עוד כל כך קל לו לשוב לצאת מן החסרון, ולקנות השלימות, כמות שהיה בעת שלא היה הוא גרמת חסרונו, אלא שכך נוצר מעיקרו, וכמו שנתבאר. - אבער, דורך זיין חטא, וועגן דורך דעם איז די שלימות מער באהאלטן געווארן פון וויפיל ס'איז געווען, און עס האבן זיך פארמערט די חסרונות, און ער אליינס איז געווען דער וואס האט גורם געווען שלעכט פאר זיך אליינס. וועט שוין נישט מער זיין אזוי גרינג ארויסצוגיין פון חסרון און קונה זיין שלימות אזוי ווי ס'איז געווען אין די צייט וואס ער איז נישט געווען דער וואס האט גורם געווען די חסרונות, נאר (עס איז געווען נאר די חסרון) וואס ער איז אזוי באשאפן געווארן. אזויווי עס וועט ווערן מער אויסגעשמועסט.

וכל שכן, שבהכרח השתדלותו המצטרך עתה להגיע לשלימות, הנה הוא כפול, כי יצטרך תחילה שישובו האדם והעולם אל המצב שהיו בראשונה קודם החטא, ואחר כך שיתעלו מן המצב ההוא אל מצב השלימות שהיה ראוי לאדם שיעלה: - און זיכער, אז די געברויך פאר השתדלות וואס פעלט זיך אויס צו צוקומען צו שלימות איז דאפלט. ווייל עס פעלט זיך אויס אז די מענטש און די וועלט זאלן זיך צוריק-קערן צו די מצב וואס זיי זענען געווען בעפאר די חטא, און נאכדעם (פעלט זיך אויס) אז זיי זאלן זיך דערהייבן פון יענע מצב צו די מצב פון שלימות וואס פאסט פאר א מענטש אז ער זאל זיך דערהייבן צו יענע מצב.

ט) ואולם מלבד כל זה, גזרה מידת דינו יתברך שלא יוכלו, לא האדם ולא העולם, מעתה - הגיע אל השלימות עודם בצורה שנתקלקלה, דהיינו הצורה שיש להם עכשיו, שבה נתרבה הרע; - אבער, חוץ פון דאס אלעס, האט די באשעפער גוזר געווען אז זיי זאלן נישט קענען; נישט די מענטש און נישט די וועלט, פון יעצט - צוצוקומען צו שלימות, ווילאנג זיי זענען נאך אין די וועג וואס איז פארדארבן געווארן, דאס מיינט, די וועג וויאזוי זיי זעהען יעצט אויס, וואס אין די וועג איז פארמערט געווארן די שלעכטס.

אלא יצטרך להם בהכרח עבור מעבר ההפסד, דהיינו המיתה לאדם, וההפסד לכל שאר ההווים שנתקלקלו עמו. - נאר עס וועט זיך פאר זיי אויספעלן געצווינגענערהייט דורכצוגיין די דורכגאנג פון צוגיין, דאס הייסט; שטארבן פאר די מענטש, און צו-גיין פאר די אנדערע זאכן וואס געפונען זיך אויף די וועלט וואס זענען פארדארבן געווארן מיט אים.

ולא תוכל הנשמה לזכך הגוף, אלא אחר שתצא ממנו תחילה, וימות הגוף ויפסד, ואז יחזור ויבנה בנין חדש ותכנס בו הנשמה ותזככהו. וכן העולם כלו יתחרב מצורתו של עתה, וישוב ויבנה בצורה אחרת ראויה לשלימות. - און די נשמה וועט נישט קענען אויסלייטערן די גוף, נאר נאכדעם וואס עס וועט בעפאר דעם ארויסגיין פון אים, און די גוף וועט שטארבן און צוגיין, און דעמאלס וועט די גוף צוריק ווערן געבויט פון פריש און די נשמה וועט אריינגיין אין אים, און די נשמה וועט אויסלייטערן די גוף. און אזוי אויך וועט די גאנצע וועלט חרב ווערן פון ווי אזוי זי קוקט יעצט אויס און זי וועט ווערן אויפגעבויט אויף א נייע וועג, וואס ווען עס וועט ווערן אויפגעבויעט אויף יענע וועג, וועט עס זיין ראוי' פאר שלימות.

ועל כן נגזר על האדם שימות ויחזור ויחיה, והוא ענין תחיית המתים; ועל העולם שיחרב ויחזור ויחודש, והוא ענין מה שאמרו ז"ל: שית אלפי שנה הוי עלמא וחד חרוב, ולסוף אלף שנה הקב"ה חוזר ומחדש את עולמו: - וועגן דעם איז אנגעשריבן געווארן אויף די מענשט אז ער זאל שטארבן און דערנאך ווערן לעבעדיג, און דאס איז די ענין פון "תחיית המתים". און אזוי אויך איז אנגעשריבן געווארן אויף די וועלט אז עס זאל חרוב ווערן און דערנאך ווערן ניי. און דאס איז וואס חז"ל שרייבן "זעקס טויזנט יאר איז די וועלט, און איין (טויזנט יאר) חרוב. (וועט עס זיין חרוב) און צום סוף פון יד טויזנט יאר, וועט די באשעפער נאכאמאל באנייען זיין וועלט.

י) והנה לפי שורש זה, זמן הגמול האמיתי, דהיינו זמן קיבול השכר שזכרנו למעלה, ומקומו - הוא אחר התחיה בעולם שיתחדש, והאדם יהנה בו בגופו ובנשמתו, בהיות גופו מזוכך על ידי נשמתו ומוכן על ידה להיות נהנה בטוב ההוא. - און לויט די שורש קומט אויס אז, די צייט ווען מען וועט באקומען די עכטע באצאלונג, דאס מיינט, די צייט ווען מען וועט באקומען שכר וואס מיר האבן דערמאנט אויבן, און זיין פלאץ, איז נאכדעם וואס די מענשטן וואס וועלן ווערן צוריק לעבעדיג (נאך תחיית המתים) און אויף די וועלט נאכדעם וואס עס וועט ווערן פון פריש באנייט. און די מענשט וועט הנאה האבן פון די גוטס מיט זיין גוף און מיט זיין נשמה, ווייל דעמאלץ וועט שוין זיין גוף זיין אויסגעלייטערט דורך זיין נשמה, און צוגעגרייט דורך דעם צו קענען הנאה האבן פון יענע גוטס.

ואולם יבחנו שם האנשים ותתחלף מדריגתם ומעלתם כפי השיעור מה שטרחו בעולם העבודה, וכפי מה שהשתדלו להשיג מן השלימות. כי כפי שיעור זה תזדהר הנשמה בעצמה, ותאיר בגוף ותזככהו, ויקנו שניהם יקר ומעלה, ויהיו ראויים להתקרב אל האדון ברוך הוא, וליאור באור פניו וליהנות בטובו האמיתי: - אבער, דארטן וועלן די מענטשן זיין צוטיילט, און עס וועט זיך טוישן זייער מדריגה און זייער מעלה, לויט די שיעור וואס זיי האבן זיך געפלאגט אויף די וועלט וואס מען ארבעט. (עולם הזה) און לויט וויפיל זיי האבן פראבירט צו דערגרייכן שלימות. ווייל לויט וויפיל מען האט זיך געפלאגט, לויט דעם שיינט די נשמה אליינס, און (די שיין פון די נשמה) לייכט אויף די גוף און וועט אים אויסלייטערן, און ביידע וועלן דערגרייכן טייערקייט און דערהויבנקייט. און זיי וועלן זיין פאסיג צו זיך דערנענטערן צום באשעפער און לייכטן מיט די לעכטיגקייט פון זיין פנים און צו הנאה האבן פון די אמת'דיגע גוטס.



המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא אדער קענט איר שיקן אן אימעיל מיט סיי וועלכע פראגן צו bigamhaaratz@gmail.com

הצלה רבה!
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ספר דרך השם - עם ביאור

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 10:07 pm

בעזרת השם יתברך


חלק הראשון | פרק שלישי | חלק ד'




פרק ג' | במין האנושי


יא) ואמנם בהיות שנגזרה המיתה על האדם וכמו שנתבאר, ונמצא שהמורכב הזה צריך שיפרד לזמן מה, ואחר ישוב להתחבר - הנה גם בזמן הפירוד הזה ראוי שיהיה מקום לשני החלקים המתפרדים, נאות למה שנרצה לפירוד ההוא. והנה הגוף צריך שיחזור ליסודו ותיפרד הרכבתו ותיפסד צורתו; והואיל והיה מן העפר, אליו ישוב, והוא מה שאמר יתברך שמו לאדם: "כי עפר אתה ואל עפר תשוב". - אבער, היות עס איז אנגעשריבן געווארן אויף די מענטש אז ער זאל דארפן שטארבן אזויווי עס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט, און (וועגן דעם) קומט אויס אז די "אויסגעמישטע באשעפעניש (וואס הייסט מענטש) דארף זיך צוטיילן פאר אביסל צייט, און נאכדעם וועט זיך עס צוריק באהעפטן, אבער, אויך ביי די צייט וואס עס איז אפגעטיילט פאסט אז עס זאל זיין א פלאץ פאר די צוויי חלקים וואס ווערן אפגעטיילט, וואס עס פאסט פאר זיי דאס זיין צוטיילט. און דאס עשעהט אזוי: די גופ דארף צוריקגיין צו זיין יסוד פון וואו ער קומט און עס זאל זיך צוטיילן זיין צוזאמגעשטעלטקייט, און עס זאל צוגרינד גיין זיין צורה, און וויבאלד ער קומט פון ערד, זאל ער דארט צוריקגיין. און דאס איז וואס די באשעפער האט געזאגט פאר אדם הראשון. "ווייל פון ערד קומסטו, און צו ערד וועסטו דיר צוריק-קערן.

אך הנשמה הזוכה במעשיה, הנה אין לה אלא לצפות עד שייעשה בגוף מה שצריך ליעשות, דהיינו ההתכה וההפסד בראשונה, וההשאר בעפר כל הזמן שצריך, וההבנות מחדש אחר כך לשתשוב ליכנס בו. - אבער, די נשמה וואס איז זוכה, דורך זיינע מעשים, בלייבט אים נאר איבער צו ווארטן ביז עס וועט געטוהן ווערן מיט זיין גוף וואס מען דארף טוהן מיט אים. דאס מיינט; איך צו צולאזן, און ער זאל ווערן צוגיין צוערשט, און בלייבן אין די ערד די גאנצע צייט וואס עס דארף, און דאס אויפבויען פון פריש, נאך דעם; ווען ער (די נשמה) וועט צוריק אריין גיין אין אים.

ואמנם צריך שיהיה לה מקום בין כך ובין כך. ואולם לצורך זה הוכן עולם הנשמות, שבו תיכנסנה הנשמות הזוכות אחרי צאתן מהגוף, ותשבנה שם במקום מנוחה כל זמן התגלגל על הגוף העניינים הראויים להתלגלג עליו. - אבער, עס דארף זיין פאר איר (די נשמה) א פלאץ צווישן די צייט (וואס די גוף בלייבט אין די ערד) און פאר די געברויך איז געווארן צוגעגרייט די "עולם הנשמות", וואס דארטן טראגט מען אריין די נשמות - וואס זענען זוכה, - נאכדעם וואס זיי גייען ארויס פונעם גוף. און זיי ווערן אוועקגעזעצט דארטן אין א רוהיגע פלאץ די גאנצע צייט וואס עס גייען אדורך אויף די גוף די זאכן וואס פאסן אריבערצוגיין אויף אים.

והנה כל הזמן ההוא תשכונה הנשמות ההן במעלה ובתענוג, מעין מה שינתן להם אחר כך בזמן הגמול האמיתי שזכרנו למעלה. - און די גאנצע צייט, רוהען יענע נשמות מיט דערהויבנקייט און מיט הנאה, אביסל פון וואס עס וועט זיי געגעבן ווערן נאכדעם, אין די צייט וואס מען וועט וועט געבן די אמת'דיגע צאלונג וואס מיר האבן דערמאנט אויבן.

כי גם מעלתו בעולם הנשמות ודאי שימדד לפי המעשים שעשו, שלפיהן ימדד גם הגמול אחרי כן בזמנו. - ווייל אויך זיין שטעלונג אין די "עולם הנשמות" וועט זיך זיכער מעסטן לויט די מעשים וואס מען האט געטוהן, וואס לויט דעם וועט ווערן געמאסטן אויך די צאלונג נאכדעם אין זיין צייט.

אך השלימות האמיתי המעותד לזוכים לו, לא ישיגוהו לא הגוף ולא הנשמה, אלא בהתחברן שנית אחר התחיה: - אבער, די אמתדיגע שלימות וואס איז אנגעגרייט פאר די וואס זענען זוכה צו דעם, קען נישט משיג זיין, נישט די גוף, און נישט די נשמה, נאר ווען זיי וועלן זיך נאכאמאל באהעפטן, נאכן אויפלעבן. (נאך תחיית המתים.)


המשך יבא אי"ה. - ביטע לאזט אייערע קאמענטארן דא אדער קענט איר שיקן אן אימעיל מיט סיי וועלכע פראגן צו bigamhaaratz@gmail.com

הצלה רבה!
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט