הפוך בה דכולה בה
מיטוואך דצמבר 15, 2010 9:31 am
דער ערשטער איז אויך געווען חתונה געהאט צו איר? אדער נאר אירוסין?
Advertisement
מיטוואך דצמבר 15, 2010 2:30 pm
חתונה געהאט
(מראה מקום: משניות יבמות פרק י"ג)
מיטוואך דצמבר 15, 2010 2:52 pm
ייש"כ פארן כלב'ל (הונט בלע"ז)
משנה ד' - הממאנת באיש, הוא מתר בקרובותיה, והיא מתרת בקרוביו, ולא פסלה מן הכהנה. נתן לה גט, הוא אסור בקרובותיה, והיא אסורה בקרוביו, ופסלה מן הכהנה. נתן לה גט והחזירה, מאנה בו ונשאת לאחר ונתארמלה או נתגרשה, מתרת לחזור לו. מאנה בו והחזירה, נתן לה גט ונשאת לאחר ונתארמלה או נתגרשה, אסורה לחזור לו. זה הכלל, גט אחר מאון, אסורה לחזור לו. מאון אחר גט, מתרת לחזור לו:
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:17 pm
א גרינגע חידה:
היכי תמצי אז א מאנס-פערזאן זאל באקומען א גט?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:24 pm
א עבד.....(מר. קליען.....)
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:25 pm
פיין
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:25 pm
אן עבד כנעני באקומט א גט שחרור און אזוי גייט ער ארויס.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:27 pm
פיין געענטפערט מר קליען און נאטורליסט
נעקסט: היכי תמצי אז א איד זאל מעגן עסן נבילה פלייש כאטשיג עס איז נישטא קיין שישים?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:32 pm
א חולה?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:57 pm
א געזונטער מענטש
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:57 pm
כלל ישראל ווען זיי זענען אריבער דער ירדן אריין קיין א"י
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:58 pm
איך רעד אפילו בזמן הזה
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 2:27 pm
תשובה:
א חתיכת נבילה וואס פאלט אריין אין דבש איז די טבע אז עס ווערט נתהפך צו דבש, און מען מעג עס עסן.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 2:39 pm
דאס איז די באקאנטע קעסטל פונעם אבן עזרא:
פ ר ש נ ו
ר ע ב ת ן
ש ב ד ב ש
נ ת ב ע ר
ו נ ש ר פ
וועלכעס ליינט זיך פון אלע זייטן.
מ'זאגט אז מ'האט אים אנגעפרעגט איבער א פליגעל וואס איז אריינגעפאלן אין האניג, האט ער ברוב חכמתו צוריקגעשריבן די 5 שורות.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 8:35 pm
איך האב אין באזיץ א פייל פון 199 היכי תמצא'ס, פון גאר א חשוב'ן רב, איך וועל ארויף שטעלן דא געוויסע, די פראבלעם איז אז עס שטייט א היכי תמצא און די מראה מקום ווי דאס איז, ממילא אויב וועט זיין שאלות אויב רעדט איך אויף אזא אופן אדער אן אנדערע קען איך נישט ענפערן, ווייל איך ווייס נישט מער ווי עס שטייט אין די פייל, און איך האב נישט קיין צייט נאכצוקוקן אין די מקור.
עמער אנהייבן מיט א היכי תמצא וואס די רב שרייבט עס איז בדרך בדיחותא: היכי תמצא, שיהיו מבדילין [בין קודש לחול] לא ביין רק בעצים.
פרייטאג דצמבר 17, 2010 1:44 am
אין ביהמ"ק איז געווען הבדלות בין מקום למקום לויט די קדושה וואס אויפדעם איז די סימנים געווען שורות העלצער וכדו'
פרייטאג דצמבר 17, 2010 5:52 am
יא, גמ' יומא (טז) פון די משנה מסכת מדות.
היכי תמצא, שיהא מחוייב להתחיל לכתחילה בשבת קודש בתפילת שמונה עשרה ברכה של תפילת חול.
דינסטאג דצמבר 21, 2010 12:40 pm
איני יודע
דינסטאג דצמבר 21, 2010 3:48 pm
דו רעדסט נישט פון מנחה ערב שבת וואס מען דאווענט נאכדעם וואס מען טוהט שוין נישט קיין מלאכות
דינסטאג דצמבר 21, 2010 3:52 pm
אויב האט מען געזאגט שבת אתה און אינזין געהאט אתה חונן שטאטץ אתה קדשת אדער אתה אחד, דארף מען צוענדיגען
דינסטאג דצמבר 21, 2010 3:54 pm
ער זאגט דאך אבער שיהא מחוייב "להתחיל לכתחילה" בשבת קודש בתפילת שמונה עשרה ברכה של תפילת חול.
דינסטאג דצמבר 21, 2010 3:58 pm
מחויבים לכתחילה להתחיל תפלת שבת בשלש ברכות הראשונות כמו בחול
דינסטאג דצמבר 21, 2010 4:09 pm
נישט די ערשטע/לעצטע דריי ברכות.
והוא פלאי איר זענט אויפן וועג.
דינסטאג דצמבר 21, 2010 5:21 pm
פארגעסען ותן טל ומטר ביי מנחה?
דינסטאג דצמבר 21, 2010 6:23 pm
איך ווייס נישט וואס די הלכה איז דאן, אבער איך רעדט נישט פון דעם.