Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יוני 23, 2010 12:35 pm

אמת, אמנם כוונתי לשוגג בכל פרטיה ודקדקיה עם כל התנאים אפי' כששב מידעתו

Advertisement

מיטוואך יוני 23, 2010 12:54 pm

ר' הער משקה,
עס איז אויך געווען א ידועה לכתחילה און א ידועה לבסוף מיט העלם בנתיים?

מיטוואך יוני 23, 2010 2:51 pm

יעס סיר. הונדערט פערצענט אויסגעהאלטן לויט הלכות שוגג.

מיטוואך יוני 23, 2010 2:59 pm

שנלקה?

מיטוואך יוני 23, 2010 3:11 pm

מלקות? ניין

מיטוואך יוני 23, 2010 3:12 pm

פטור, או נפטר ע"י שנתכפר
או אדם שמצד מעמדו פטור

מיטוואך יוני 23, 2010 3:25 pm

והוא פלאי

כה"ג (כהן משיח)

כהן גדול אדער א גאנצע ציבור שנתחייבו חטאת פארלאנגט זיך "העלם דבר" דאס הייסט א טעות אין הוראה פונם כה"ג פאר זיך, אדער פונם סנהדרין פארן ציבור. זאת ועוד, דארף זיין א שגגת מעשה די פעולה ווערט געטוהן על סמך די הוראה, משא"כ א געהעריגע חטאת שוגג פין א יחיד דארף נאר שגגת מעשה (תנאי שוגג הרגילים) אין טאמער ס'ווערט געטוהן על סמך א הוראה י"א אז ער איז פטור אויפן חטאת יחיד. אבער די גזה"כ איז אז א כה"ג ברענגט קיינמאל נישט א חטאת אויף א געהעריגע שוגג ווי א יחיד

מיטוואך יוני 23, 2010 3:40 pm

ברוך שכוונתי, זה הי' כוונתי בשאלתי, אדם שפטור מצד מעמדו

מיטוואך יוני 23, 2010 3:52 pm

מיינסט ברייתא סנהדרין סא ביי ע"ז, ברש"י שם דכהן משיח אינו חייב חטאת אלא בשגגת הלכה ולא בהעלם מעשה עטץ האטס געברענגט א גברא איך וויל דא צוברענגען א עבירה וואס איז א בר חטאת אבער אויף א געוויסע אופן איז מען פטור פון א חטאת
אב ותולדה דידיה רש"י ב"ק דף ב' אז מ'איז נישט מחוייב א תולדה במקום אב, ועי' באחרונים אם עבר אאב ותולדה ושב מאב והביא קרבן ואח"כ נתודע על התולדה אינו חייב, דאינו חייב על תולדה במקום אב

דאנערשטאג יוני 24, 2010 10:17 am

להבין שמועות האט געשריבן:מיינסט ברייתא סנהדרין סא ביי ע"ז, ברש"י שם דכהן משיח אינו חייב חטאת אלא בשגגת הלכה ולא בהעלם מעשה


קען זיין ס'ווערט געברענגט כמה פעמים אין ש"ס, אבער ס'איז א מס' שלימה אין ש"ס: מס' הוריות, הפוך בה דכולה בה.

זונטאג נובמבר 14, 2010 9:44 pm

וועלכע נאמען וואס ווערט דערמאנט אין די תורה, זענען דריי מענטשן גערופן געווארן מיט דער נאמען אין די תורה?

זונטאג נובמבר 14, 2010 10:55 pm

קרח?

מאנטאג נובמבר 15, 2010 1:21 am

ניין

מאנטאג נובמבר 15, 2010 10:21 am

רעואל
• רעואל בן אליפז ובן בשמת
• ותבואנה אל רעואל אביהן = יתרו. או אביו כמש"נ חבב בן רעואל המדיני חותן משה
• ונשיא לבני גד אליסף בן רעואל

מאנטאג נובמבר 15, 2010 11:03 am

זייער פיין.

גראדע האב איך געמיינט איינעם אנדערש, אבער קוקט אויס אז עס איז פאראן מער פון איינעם.

אבער יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער:

א נאמען אין די תורה וואס פיר מענטשן זענען גערופן געווארן דערמיט אין די היסטאריע פון די תורה.

מאנטאג נובמבר 15, 2010 11:22 am

דריי איז דא עטליכע, זרח, ממלכי אדום, מבני יהודה, מבני שמעון

מאנטאג נובמבר 15, 2010 11:45 am

חנוך בן קין, חנוך בן מדין מבני קטורה, חנוך בן ראובן

מאנטאג נובמבר 15, 2010 12:07 pm

זיס האט געשריבן:אבער יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער:

א נאמען אין די תורה וואס פיר מענטשן זענען גערופן געווארן דערמיט אין די היסטאריע פון די תורה.


אפשר מיינסטו די נאמען "פרעה" וואס פיר מענטשן זענען גערופן געווארן דערמיט אין די היסטאריע פון די תורה,

פרעה בימי אברהם
פרעה בימי יוסף
ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף
ויהי בימים הרבים ההם וימת מלך מצרים ויאנחו בני ישראל, און מען האט דאך אויפגענומען א נייעם פרעה שהוציא את ישראל ממצרים

דארף מען אבער וויסן צו דער פרעה פון אברהמ'ס צייטן האט שוין נישט געלעבט בימי יעקב, און דאס אלעס איז אויך נאר אויב וימת מלך מצרים מיינט געשטארבן משא"כ למ"ד שנצטרע.

מאנטאג נובמבר 15, 2010 3:24 pm

ניין פישל, איך האב געמיינט חנוך

דריי האסטו געזאגט ריכטיג, האסט אויסגעלאזט נאך איינעם, דאס איז אן אייניקעל פון שת, מתושלח'ס פאטער

מאנטאג נובמבר 15, 2010 4:15 pm

וועלכע דריי נעמען פון די תורה טרעפט מען סיי אלס א נאמען פון א מענטש און סיי אלס א נאמען פון א פלאץ ?

מאנטאג נובמבר 15, 2010 4:17 pm

מצרים, כנען, אשכנז ועוד ועוד

מאנטאג נובמבר 15, 2010 4:21 pm

אנטשולדיגט, איך האב פארגעסן איין פרט פון די שאלה.

וועלכע דריי נעמען פון די תורה טרעפט מען סיי אלס א נאמען פון א מענטש און סיי אלס א נאמען פון א פלאץ און סיי אז די ווארט פאר זיך האט א באזונדערע טייטש ?

אין א זייטיגן נאטיץ:

מאנטאג נובמבר 15, 2010 4:48 pm

איך וואלט געטוישט דעם קעפל פון דעם אשכול:
חידות און היכא תמצא'ס

דינסטאג נובמבר 16, 2010 12:01 am

פרץ - רמון פרץ - מה פרצת עליך פרץ.

גד - דיבון גד - גד מזל טוב

די דריטע איז אפשר גלעד?

דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:38 am

אדום
בלע
שרייב א תגובה

Advertisement