בלאט 16 פון 139

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 7:35 am
דורך מיללער
ברוקלין,
דאס איז זיכער לכל הדיעות אז א גוי שנתגייר ונתגיירו בניו עמו אז ער האט מקיים געווען פו"ר, נאר אפי' אויב די קינדער זענען געבליבען גוים איז פארהאן דיעות אז וויבאלד בגויותן האבן זיי א יחס [ווי מל'ערנט דאס ארויס פון בלאדן בן בלאדן] האט דער גר מקיים געווען פו"ר.

איבער אייער אנפראגע;
"וואס קען זיין פאר איין יוד א מצוה גדולה, אין פאר איין יוד כמו עבירה?"
בפשטות אלע מצוות כהונה אויב א זר הקרב איז דאך יומת.

דערווייל וועל איך שטעלן א חידה אויף מצוות מילה.
היכי תמצי אז א קינד איז געבארען געווארן און ער איז נתחייב געווארן במילה ליום השמיני, און איידער עס איז אנגעקומען דער אכטער טאג, איז געווען עפעס וואס האט געטוישט די הלכה ונתחייב במילה מיד אפי' נאך פאר דעם אכטען טאג?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 8:44 am
דורך ברוקלין
מיללער האט געשריבן:ברוקלין,

איבער אייער אנפראגע;
"וואס קען זיין פאר איין יוד א מצוה גדולה, אין פאר איין יוד כמו עבירה?"
בפשטות אלע מצוות כהונה אויב א זר הקרב איז דאך יומת.



איך האב נישט געמיינט דאס, מיין כוונה איז געווען סיי פאר כהן סיי פאר ישראל.

מיין כוונה איז לערנען תורה שלא לשמה, פאר רוב יודען איז עס א מצוה גדולה, פאר א צדיק אין א הייליגער מענטש איז עס כמו עבירה. (עי' תלדות יעקב יוסף פ' חוקת. דתורה שלא לשמה הוא מטהר טמאים (יהודי פשוט) ומטמא טהורים)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 8:46 am
דורך ברוקלין
אויך עסען טאשלענט בונדלעך שבת פסח... פאר אן אשכנז איז עס עבירה, פאר א ספרדי איז עס כמו מצוה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 8:55 am
דורך זיס
חתונה האבן מיט מיין שוועסטער; פאר מיר איז עס אן עבירה, פאר מיין שוואגער איז עס א מצוה...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:21 am
דורך מיללער
גוט,
צוריק צו מיין חידה:
דערווייל וועל איך שטעלן א חידה אויף מצוות מילה.
היכי תמצי אז א קינד איז געבארען געווארן און ער איז נתחייב געווארן במילה ליום השמיני, און איידער עס איז אנגעקומען דער אכטער טאג, איז געווען עפעס וואס האט געטוישט די הלכה ונתחייב במילה מיד אפי' נאך פאר דעם אכטען טאג
?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:29 am
דורך farshlufen
מיללער, א געזונט קינד?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:30 am
דורך ברוקלין
די מיינסט תינוק שמת ח"ו?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 10:10 am
דורך מיללער
איך רעדט פון א געוזנט קינד וואס לעבט, און א שינוי אין זיין סטאטוס טוישט דעם יום המילה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 10:21 am
דורך קרעמער
אן עבד וואס מען קויפט דארף מען תיכף מל'ן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 10:29 am
דורך farshlufen
קרעמער, האסט רעכט אבער עס פעלט א פרט, ער קויפט אפ אן עבד כנעני פון אן אנדערן איד.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 1:09 pm
דורך מיללער
קרעמער האט אנגעהויבען און וועל עס משלים זיין.

די הלכה זאגט אז א 'יליד בית' דאס הייסט אז א עבד וואס איז געבארען געווארן ברשות האדון ע"י שפחתו ווער נימול לשמנה, משא"כ א מקנת כסף דאס הייסט אז אויב מ'קויפט אן עבד פון א צווייטען ווערט ער נימול תיכף ומיד.

לפי"ז זאגט דער מנחת חינוך, איז אויב האט איינער געהאט א יליד בית און עס פארקויפט פאר די אכט טאג םאר א צווייטען ביי וועם עס איז היצט א מקנת כסף, טוישט זיך דער יום המילה פון יום השמיני צום טאג וואס יענער האט אים אפגעקויפט ודו"ק.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 1:53 pm
דורך ברוקלין
ווי אזוי קען זיין אז מיט עסן א דבר אסור איז ער (עובר אן עבירה) אין אויך ער איז מקיים מצוה מיט די עסן. (איך רעדט נישט פין א חולה)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 2:23 pm
דורך ברוקלין
רמז, יום טוב פסח

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 10:20 am
דורך ברוקלין
אקעי, לויטן שיטת בעל המאור אז מיט עסן איז מען מקיים תשביתו; אויב איינער עסט חמץ אין פסח, איז ער עובר אויף אכילת חמץ אין ער איז אויך מקיים תשביתו.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 10:31 am
דורך מיללער
לויט דעם איז א כהן וואס עסט תרומה טמאה אויך די זעלבע? אדער דאס איז נאר אויב איך פסק'ן נישט 'אין ביעור חמץ אלא שריפה'.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 10:55 am
דורך ברוקלין
מיללער האט געשריבן:לויט דעם איז א כהן וואס עסט תרומה טמאה אויך די זעלבע? אדער דאס איז נאר אויב איך פסק'ן נישט 'אין ביעור חמץ אלא שריפה'.


דאס איז דוקא אויב מ'האלט השבתתו בכל דבר.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 20, 2010 9:04 pm
דורך ביקסאד
בננה אחת, עשרים ברכות?!

איך יתכן שעל אכילת בננה אחת יתחייב האדם לברך עשרים ברכות?


בשולחן ערוך, הלכות הבדלה סימן רצד סעיף א' מובא שאם שכח אדם לומר תפילת "אתה חוננתנו" בערבית של מוצ"ש, אינו חוזר כיון שיכול להבדיל על כוס ההבדלה. אולם אם שגה האדם בכפליים, גם שכח לומר "אתה חוננתנו" וגם טעם קודם ההבדלה דינו לחזור שוב על שמו"ע כדי לומר "אתה חוננתנו", שכן על ידי אכילתו הוא פגם בהבדלה.

יוצא איפה שאכילת הבננה (לאו דוקא...) לפני ההבדלה מחיבת את האוכל ב-20 ברכות, 19 ברכות של תפילת שמו"ע וברכה אחרונה "בורא נפשות".

הארה מענינת: בגמרא מסתכם כל הכתוב לעיל ב-5 מילים: "טעה בזה ובזה חוזר לראש"...


מקור

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 21, 2010 8:01 am
דורך farshlufen
א גוטער כאפ! ייש"כ.

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 9:53 pm
דורך זיס
וואו ווערט דערמאנט אין די תורה דער נאמען יוסף, אבער די כוונה איז נישט אויף יוסף הצדיק.

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 9:55 pm
דורך scy4851
ביי די מרגלים - יגאל בן יוסף פון שבט יששכר

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 10:02 pm
דורך זיס
יא, מיט ר' גוגל קומט מען אן...

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 10:06 pm
דורך scy4851
ניין!
מיט זיין א בעל קורא קומט מען אהן

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 10:11 pm
דורך זיס
איכער.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 4:53 pm
דורך הער שליוואוויץ
ה"ת, א חוטא בשוגג בכל פרטיה ודקדיה (חטא וואס במזיד איז כרת, נישט קיין קום ועשה, נישט מתעסק, נישט בהעלם אחת וכדו', וכו' וכו' וכו'...) אבער פטור פין א קרבן חטאת ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 10:48 am
דורך להבין שמועות
כשלא שב מידעתו