בלאט 15 פון 139
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 11:44 pm
דורך זיס
תולדות הכהנים הגדולים - הרב יקתואל יהודא גרינוואלד מסיגעט ולאחמ"כ בארה"ב - עיי"ש בדף י"ג ובדף כ"ו ערך אביתר בן אחימלך, ועיין גם בספר שושלת הכהונה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 06, 2009 12:59 pm
דורך געלעגער
לכבוד סכות,
וויזוי איז שייך אויף א אתרוג אז א שווארצע פינטעל זאל כשר'ן דעם אתרוג, און א מראה אתרוג זאל גאר פסל'ן דעם אתרוג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 10:22 am
דורך והוא פלאי
פשוט במקום הפיטום, וזה סימן אם נפל מתחלה או עכשיו
או בדרך היכי תמצא אם הסוחר מכר לו רק בתנאי שאינו נקי מכל, ואם לאו הוא גזל בידו ודו"ק
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 5:03 pm
דורך זיס
וואו אין דער היסטאריע האט פאסירט, אז א כהן גדול האט זיך אפגעזאגט פון די כהונה און איז געווארן אויס כהן גדול?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 5:11 pm
דורך והוא פלאי
עי' לעיל אודות שני כה"ג ובגמ' שם
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 8:16 pm
דורך געלעגער
והוא פלאי האט געשריבן:פשוט במקום הפיטום, וזה סימן אם נפל מתחלה או עכשיו
או בדרך היכי תמצא אם הסוחר מכר לו רק בתנאי שאינו נקי מכל, ואם לאו הוא גזל בידו ודו"ק
פלאי מיר האבען נישט באמערקט אז איר האט גענטפערט אויף מיין שאלה, אבער קיינמאל צו שפעט,
מיר האבען געמיינט עפעס אנדערש,
א שיינע געדאנק,
די גמרא און סוכה דף לה:
זאגט אז אתרוג המנומר איז פסול,
וואס איז טייטש מנומר? צוויי דריי פלעקען,
יעצט אויב די אתרוג האט איין גרויסע שווארצע פלעק זאגט די גמרא אז אויב איז עס האלב אתרוג און האלב שווארץ איז עס פסול אבער אויב איז עס ווייניגער וואו האלב איז כשר,
יעצט אויב האט די אתרוג צוויי שווארצע פלעקען איינס נעבען די אנדערע, קומט אויס אז אויב גייט יעצט קומען א שווארצע פלעק און זיך אריין שטעלען צווישען די צוויי און עס מאכען פאר איין גרויסע פלעק וועט עס כשרן דעם אתרוג, אבער אויב בלייבט עס אזוי און ס'בלייבט די מראה אתרוג וועט עס זיין פסול אלס מנומר,
א דערהער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 9:01 pm
דורך זיס
והוא פלאי האט געשריבן:עי' לעיל אודות שני כה"ג ובגמ' שם
איך רעד יעצט פון א צווייטע פרשה, אין גאר אנדערע צייטן, נישט וואס עפעס איז געשען צ.ב.ש. אז די נבואה האט זיך אפגעטאן וכדו', נאר צוליב ריין פאליטישע סיבות האט זיך א כהן גדול אפגעזאגט פון די כהונה, נאך יארן וואס ער איז געווען כהן-גדול.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 8:39 am
דורך והוא פלאי
די מיינסט נישט חוניו, ווייל ער איז נישט געווען יארן,
איך וועל מיך מוזן דערמאנן,
ביני וביני, אויב נוצט די דעם ספר פון גרינוואלד אלס מקור, ביטע קוק נאך די מקורות,
אני כשלעצמי ניץ נישט די מיני ספרים, איך פראביר צו לערנען במקורו, און דער פארגאנגענע היכי תימצי, מיין איך לאחר העיון במקורות, אז ער איז נישט בשלימות גערעכט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:51 pm
דורך זיס
גראדע מיין איך יא חניו, אבער נישט דער חניו וואס דו מיינסט. דו מיינסט מסתמא דער וואס איז אנטלאפן קיין מצרים און אויפגעשטעלט דער מקדש חניו. איך רעד אבער פון א צווייטער חניו (עס איז געווען פיר חניו'ס), וואס איז ארויס אין א מערכה קעגן שיקן שטייערן קיין מצרים, און זיך נישט צוגעהערט צו די סטראשונגען פון מצרים. די אידן אין שפיץ פון די חכמים זענען נישט געווען צופרידן פון אים, און נאך גרויס דרוק האט ער אויפגעגעבן די כהונה גדולה.
שפעטער איז יוסף בן טוביה אראפגעפארן קיין מצרים און ווייך געמאכט דאס הארץ פון קעניג, זאגנדיג אז חניו איז אן אלטער מענטש און פארשטייט נישט צו די מלוכה אנגעלעגנהייטן, דאן איז אלעס געווארן מסודר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:52 pm
דורך והוא פלאי
מקור??
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:57 pm
דורך זיס
יוסיפון עיי' גם בספר קדמוניות
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 5:02 am
דורך זיס
אברהם אבינו האט געהאט א זיידע, וואס איז געווען א קעניג אין ארץ-ישראל.
ווער איז דאס געווען?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 5:12 am
דורך קרעמער
מלכי צדק מלך שלם.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 8:16 am
דורך מיללער
היכי תמצי:
דער זעלבער מענטש, טאמער האט ער קינדער גוים (בן ובת) האט ער מקיים געווען מצות פרי' ורבי', אבער טאמער האט ער קינדער אידן (בן ובת) האט ער נאך נישט מקיים געווען מצות פרי' ורבי'?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 8:21 am
דורך farshlufen
א כשר'ער איד? א מותר לבא בקהל?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 8:58 am
דורך מיללער
יא אידען כשרים ומותרים לבא בקהל
(אגב, איז מען מקיים מצוות פרי' ורבי' לויט דעם ירושלמי אפי' מיט א זוהן א ממזר)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 1:39 pm
דורך קאפקעיק
א גר וואס האט געהאט קינדער פאר'ן מגייר זיין,אויב זיי האבן זיך נישט מגייר געווען איז א מחלוקת,אבער אויב האבן זיי זיך יא מגייר געווען איז לכו"ע מיוחס אחריו,אפלו איך זאג גר שנתגייר כקטן שנולד דמי.
משא"כ אויב האט ער געהאט פון א ישראלית האט עס גארנישט מיט אים ווייל איך גיי נאר נאכן אם.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 01, 2009 1:56 pm
דורך מיללער
יא, אז מ'האט א קאפקעיק ווייסט מען.
די הלכה איז אז א גוי שנתגייר והיו לו בנים [בן ובת] בגויתו מן הגויה אע"פ שלא נתגיירו עמו [לשיטת התוס' ע"פ הגר"א ושאר הראשונים מלבד הרמב"ם שסובר דוקא בנתגיירו] קיים מצות פו"ר, אבל אם היה לו בנים [בן ובת] מן הישראלית בגויתו כיון דמן הדין הבנים הולכין אחר האם אינן מתייחסין לו כלל, אע"פ שהם כשרים לא קיים עדיין מצות פו"ר.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 08, 2009 9:52 pm
דורך זיס
ווען איז דאס געווען?
אידן האבן אפגעזאגט א כהן-גדול פון די כהונה (נישט קיין זעלטענע זאך געווען בימים ההם), אבער ווען דער נייער כהן איז געקומען האט דער אלטער כהן-גדול נישט געוואלט אפטרעטן. א שווערע מלחמה האט דאן אויסגעבראכן צווישן די צוויי כהנים גדולים, צוויי מחנות פון כהנים האבן זיך געשלאגן אויף ביידע זייטן און פיל זענען גע'הרג'עט געווארן, ביז דער נייער כהן-גדול האט געוואונען און איבערגענומען די כהונה.
וועט האט דאס פאסירט?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 08, 2009 10:41 pm
דורך זיס
נאך א שאלה (ביטע נישט פארגעסן פון די פריעדיגע):
וועלכע ציווי פון דער תורה האבן די שומרונים איינגעהאלטן און די אידן האבן דאס נישט געקענט איינהאלטן.
(למעשה האבן דאס די שומרונים נישט איינגעהאלטן ווייל די תנאים פון די מצוה האבן זיי נישט געטאן, אבער איך פרעג בנוגע די מעשה אליין, וואס זיי האבן עס געטאן און די אידן האבן עס מאיזה סיבה נישט געקענט טון.)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 4:27 pm
דורך ביקסאד
*
זיס, איכּה ?
*
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 6:46 pm
דורך זיס
א כהן גדול איז מצוה אז הוא ובניו זאלן זיין די כהנים גדולים, דורות בן אחר בן, און עס זאל נישט אריבערגיין צו אנדערע משפחות.
ביי אידן איז די כהונה אלס אפגעקויפט געווארן דורך כהנים, דורך אנטיוכוס און הורדוס ווי אויך דורך די רוימער. משא"כ די שומרונים האבן כסדר געהאט כהנים גדולים אפשטאמיגע בן אחר בן.
פארשטייט זיך אז זייער כהן גדול האט נישט קיין קראפט און זייער בנין אויף הר-גריזים פארמאגט נישט קיין קדושת המקדש, אבער דער מושג איז ביי זיי איינגעהאלטן געווארן.
דרך אגב איז כדאי צו באמערקן, אז ביז לעצטנס האבן זיי פארמאגט א כהן גדול בן אחר בן, ווען לעצטנס איז אן אלטער כהן אוועק, נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער און אויך נישט קיין משפחה ארום... דערמיט האט זיך אפגעהאקט אן אלטן שלשלת פון כהנים גדולים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 6:55 pm
דורך ברוקלין
מיללער האט געשריבן:יא, אז מ'האט א קאפקעיק ווייסט מען.
די הלכה איז אז א גוי שנתגייר והיו לו בנים [בן ובת] בגויתו מן הגויה אע"פ שלא נתגיירו עמו [לשיטת התוס' ע"פ הגר"א ושאר הראשונים מלבד הרמב"ם שסובר דוקא בנתגיירו] קיים מצות פו"ר, אבל אם היה לו בנים [בן ובת] מן הישראלית בגויתו כיון דמן הדין הבנים הולכין אחר האם אינן מתייחסין לו כלל, אע"פ שהם כשרים לא קיים עדיין מצות פו"ר.
אויב א גוי וגויה האבען קינדער אין די קינדער האבען זיך מגייר געווען(כקטן שנולד דמי), האט דער טאטע מקיים פו"ר?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 6:57 pm
דורך ברוקלין
וואס קען זיין פאר איין יוד א מצוה גדולה, אין פאר איין יוד כמו עבירה
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 1:12 am
דורך ביקסאד
זיס האט געשריבן:פארשטייט זיך אז זייער כהן גדול האט נישט קיין קראפט און זייער בנין אויף הר-גריזים פארמאגט נישט קיין קדושת המקדש,
איר רעדט נישט פון זייער הקרבת קרבן פעתאך ולפנות ערב.