בלאט 14 פון 139

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:04 am
דורך farshlufen
הרב הפלאי, הא תינח שיש לו דין שוה פרוטה אבל אינו חיוב סקילה משום שחי נושא את עצמו...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:53 am
דורך והוא פלאי
די תירוץ איז:
מען האט מקדש געווען א פרוי מיט אזא סאדע באטעל אין ניו יארק.
יעצט וויפיל א פרוטה איז בזמננו, איז א מחלוקת, וואס אין כאן מקומו, עס ווענט זיך צו מען גייט לויט דער שוויות פון זילבער, צו לויט דער בייעונג פאוער פון ברויט, וכו' וכו'
יעצט למשל עס איז צווישען א ניקעל און א דיים, און ער האט איר מקדש געווען מיט איין סאדע באטעל
אדער למשל עס איז א קוואדער און ער האט איר מקדש געווען מיט 3 סאדע באטלעך
און זי האט מזנה געווען אלס נערה המאורסה,
איז אזוי, אלעמאל ביי מקדש בפחות משוה פרוטה, דארף מען חושש זיין שמא שוה פרוטה במדי, אבער עס איז נאר ספק קידושין, איז קיין סקילה נישט דא
וואס איז אויב עס איז ודאי שוה פרוטה במדי, למשל דער סאדע באטעל איז ווערד אין מישיגין 10 צענט,
איז אזוי,
לויט דעם רמב"ם איז זי ודאי מקודשת און זי איז חייב סקילה, קוק נאך סימן לא סעיף ג' אין די נושאי כלים, לויט די אנדערע ראשונים איז עס נאך אלס א ספק קידושין.
באמת איז אין די ישיבה וועלט געווען אן אופן צו מאכען יעדער נארישע חקירה נוגע לחיוב סקילה,
המקדש לאשה על מנת אז דער צד אין די חקירה איז אמת, והדברים ידועים ומפורסמים,
ממילא הרב פארשלאפען איר זענט געווען אן טרעק, וועגען שוה פרוטה, אבער איר האט געטראכט הל' שבת'דיג, און איך האב געטראכט קידושין'דיג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 8:59 pm
דורך קאפקעיק
היינט געלערנט אין פינקט דורך שפאצירט די קרעטשמע האב איך געטראכט עלעך אריינסטאפן א מינוט מיטטיילן מיטן עולם:

וואס איז אסור צו טוהן עיו"ט אין מותר ערשב"ק?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:46 pm
דורך והוא פלאי
הקזת דם? אבל זה מותר בערב שביעי של פסח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:01 pm
דורך קאפקעיק
קודם כל הקזה כמדומה יש דעות דאסור ערש'ק

נאכדעם כל, הציור שלי אסור גם ערב שביעי של פסח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:48 pm
דורך והוא פלאי
מספיד זיין?
אדער א מלאכה סארט זאך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:56 pm
דורך קאפקעיק
א מלאכה סארט

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 7:50 pm
דורך והוא פלאי
צינדען א לעכט אויף א בוים, רע"ז ס"ד?

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 8:27 pm
דורך קאפקעיק
יא הרב פלאי!

או"ח רע"ז סעיף ד
ובסימן תקי"ד סעיף ו

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 29, 2009 8:36 pm
דורך והוא פלאי
יישר כח! הרב קאפקעיק איך האב צוליב איך אסאך גע'חזר'ט דעם שבת, וואס דאס איז דער תכלית פון היכי תימצא כמבואר בהל' ת"ת

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 20, 2009 8:49 pm
דורך קאפקעיק
אין יעצט על איך פרעגן אביסעל אנדערש, וואס איז אסור שבת אין מותר יום כיפור

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 20, 2009 9:09 pm
דורך והוא פלאי
קניבת הירק וכל הכנה כשחל בחול
ומובן שבשבת יוה"כ אסור שונה מבשאלה הנ"ל
ואוסיף שלהנ"ל אולי מנעלים אסור בכל שבת משא"כ יוה"כ
ומובן שלהתענות אסור

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 21, 2009 12:40 pm
דורך קאפקעיק
קניבת הירק זאגט דער מחבר אז היינט נוהגין לאסור , איך האב געמיינט ארויסגיין מיט א מנעל של בגד

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 21, 2009 12:43 pm
דורך והוא פלאי
עי' תרי"א ס"ב, וכוונתך לכאורה לסי' תרי"ד ט"ז ס"ק ב'

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 21, 2009 12:49 pm
דורך קאפקעיק
יא

והכהנים

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 10:01 am
דורך זיס
ווער ווייסט, וואו אין דער אידישער היסטאריע האבן געדינט צוויי כהנים גדולים אויף איין מאל, אין בית-המקדש?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 10:07 am
דורך bailout
כ'דענק נישט אויסענווענדיג, אבער אלעזר ואיתמר האבן געהאט א דין ווי א כה''ג לגבי געוויסע זאכן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 10:28 am
דורך מיללער
די צוויי זוהן פון קמחית האבן משמש געווען בכהונה גדולה אין איין יום הקדוש ווי ערווענדט אינעם אשכול פון עבודת יוה"כ

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 12:05 am
דורך זיס
לויט טייל שיטות האבן אלעזר ואיתמר משמש געווען בכהונה גדולה, אבער נישט אין די זעלבע ציייט, אויסער אז מען וועט זאגן ווי בעילאוט אז זיי האבן פארמאגט א דין פון א כה"ג.

אבער פארט איז פאראן נאך פעלער ווי צוויי כהנים האבן משמש געווען בכהונה אין די זעלבע צייט. דאס וואס מיללער האט געענטפערט, געדענק איך נישט פונקטליך אבער איך מיין אז די מעשה איז אז עס האט זיך געמאכט א פסיל וכדו' און דערפאר האט די אנדערע איבערגענומען. אבער נישט דאס מיין איך, נאר ממש אין די זעלבע צייט, כדוגמת צוויי אדמורי"ם וואס פירן צוזאמען טיש...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 12:24 am
דורך שמן זית
מקור מגילה דף ח' ע''ב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 5:15 pm
דורך והוא פלאי
לא זכיתי לראות כלום במגילה דף ח',
האם המדובר אודות אביתר וצדוק?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 5:38 pm
דורך זיס
יא, דאס איז עס; אביתר און צדוק.

אויך איך האב געזיכט אין מגילה דף ח ע"ב, און גארנישט געטראפן.

דרך אגב; אין די צייטן וואס די במות זענען געווען מותר איז אויף יעדן במה געווען א כהן-גדול וועלכע האבן משמש געווען בבגדי כהונה, אבער מיר רעדן פון א מצב וואס ביידע כהנים האבן געדינט אין זעלבן בית-המקדש אין די זעלבע צייט.

עס דארף אויך אנגעוויזן ווערן אז לויט איין שיטה האט משה רבינו משמש געווען בכהונה כל ימיו צוזאמען מיט אהרן הכהן, אבער מען קען עס נישט פארגלייכן ווייל משה האט משמש געווען בבגדי לבן בשעת אהרן האט משמש געווען בבגדי זהב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 5:46 pm
דורך והוא פלאי
קוק אבער גוט אין רש"י אין שמואל אין דברי הימים, וכן במס' יומא וועסטו זעהן, אז ווען דער האט אויף געהערט שלא שרתה עליו רוה"ק האט דער אנגעהויבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 7:09 pm
דורך זיס
ניין!

די מעשה דארט איז געווען אז שאול המלך האט אויסגע'הרג'עט נוב עיר הכהנים, צוליב דעם וואס זיי האבן אויפגענומען דוד המלך ווען ער איז אנטלאפן פון שאול. אביתר - דער זוהן פון כהן גדול האט ארויסגעראטעוועט דער חושן מיט די אורים ותומים צוזאמען מיט נאך אנדערע חפצים פון כהן גדול, און אנטלאפן דערמיט צו דוד המלך, וועלכער האט אים דאן אויפגענומען אלס פריוואטער כהן-גדול.
אין די זעלבע צייט האט שאול געבויט א נייער משכן אין גבעון, אנשטאט די אלטע פון נוב וואס ער האט צושטערט, און אויפגענומען אלס כהן-גדול צדוק הכהן. שפעטער איז צדוק אנגעקומען קיין ירושלים וואו דוד האט אים נישט דערווייטערט נאר שטארק מקרב געווען און אים געלאזט אויף זיין פאזיציע צוזאמען מיט אביתר, זיי האבן זיך איינגעטיילט מיט די עבודה.

שפעטער, ווען דוד האט זיך געשלאגן מיט זיין זוהן אבשלום, האט דוד אנגעפרעגט אביתר אינעם אורים ותומים און די שכינה האט זיך אפגעטאן פון אים און האט נישט געקענט ענטפערן, אבער ווען ער האט געפרעגט צדוק האט עס יא געארבעט און ער האט געענטפערט.

אביתר איז טאקע געווארן אויס כהן גדול, און איבערגעלאזט זיין ארט פאר צדוק אליין, אבער עס איז פאראן א מחלוקת ווען דאס האט פאסירט, צי ביי די מעשה מיט אבשלום, אדער ווען אביתר האט זיך צוגעשטעלט צו אדוניהו בן דוד ווען ער האט זיך פארמאסטן צו ירש'ענען די מלוכה אנשטאט שלמה המלך, אדער ווען דוד המלך איז נפטר געווארן און שלמה איז געווארן קעניג.

דאס איז אבער איינמאל זיכער אז פון ווען צדוק איז צוריקגעקומען קיין ירושלים, ביזן מרד אבשלום, האבן ביידע משמש געווען בכהונה אויף איין מאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 7:11 pm
דורך והוא פלאי
יישר כח מורי ורבי, אדרעס פליז, גענוי