בלאט 13 פון 139

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 2:00 pm
דורך בן יועזר
רב קרעמער גוט געזאגט - ווי אינטערסנאט סהערט זיך זאגט מען מוריד הטל ביי אליע מוספין, חוץ פין צוויי מוספים (שמחת תורה - יום א' דפסח + ביי פלעצער וואס מרופט נישט אויס פאר מוסף) וואס מזאגט מוריד הגשם

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:28 am
דורך אנאנימער
ווען קען זיין, אז מען זאל מעגן לכתחילה אן קיין דריידלך, איינפלאנצן(זורע) שבת?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:55 pm
דורך אנאנימער
נא? קיינער ווייס נישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:45 pm
דורך מיללער
פארן עומר?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:02 pm
דורך אנאנימער
ניין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 11:22 am
דורך אנאנימער
מסכת פיאה פרק ג

ג,ב המנמר את שדהו, ושייר קלחים לחים--רבי עקיבה אומר, פיאה מכל אחד ואחד; וחכמים אומרין, מאחד על הכול. ומודים חכמים לרבי עקיבה בזורע שבת או חרדל בשלושה מקומות, שהוא נותן פיאה מכל אחד ואחד.

עי ברע"ב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 11:26 am
דורך יאנאש
אנאני, עס איז א ריזיג ווארט, עס מיר פאני אז כאב נישט געכאפט.

זינטן לערנען יענע משנה האב איך אנגעהויבן נוצן 'דילל דיפ' שבת ביים טיש צוליב איר נאמען שבת, שוין יו גאט מי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 2:23 pm
דורך מיללער
'שבת' מיט צוויי סגול, דאס איז מער א חידה ווי א היכיט תמצי, און אין דעם וועג קען מען שרייבען;

וועלכע שטערן איז קלענער ווי א מענטש [דער שטערן אויפן קאפ...]
וויפיל 'אבינו מלכנו'ס' איז פארהאן [נאר איינס......]

אבער אז עס גוט איז עס גוט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 2:52 pm
דורך אנאנימער
יוא האב איך מורא געהאט פון מיללער, כאגעוואוסט אז ער גייט מיר אריינגעבן, אבער נישט געפערליך.... איך זאל האבן אפגעקומען מיט די שרעק.

שכוח פאר די קאמלימענט.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 22, 2009 9:34 pm
דורך scy4851
די וואך פרשת שופטים האט מען געלערענט די פרשה פון עגלה ערופה.

די נענסטע שטאט צום חלל דארף ברענגען אן עגלה ערופה.

עס איז דא א דין אז דער שטאט וואס ברענגט דארף האבען א בית דין.
נאך א דין איז דא אז ירושלים ברענגט נישט קיין עגלה

היכי תמצא אז מען האט געמאסטען און געפונען צוויי שטעט איינס איז נענטער וויא דער צווייטער, און דאך דארף דער ווייטערער שטאט ברענגען די עגלה ערופה, און נישט דער נענטערע שטאט?

ביידע האבן בתי דינים. און קיין איינס איז נישט ירושלים

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 22, 2009 10:18 pm
דורך מיללער
רוב וקרוב הולכין אחר הרוב.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 22, 2009 10:22 pm
דורך scy4851
צוגעטראפען.

און אזוי פסקנט טאקע דער רמב"ם און פ"ט הלכות רוצח

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 6:48 pm
דורך קרעמער
היכי תמצא א איד איז מחויב געווארן כרת אין בית דין, און ער ווערט פטור דערפון (נישט דורך תשובה טאן).

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:19 pm
דורך והוא פלאי
נפסל הקרבן מצד אחר בפיגול
נשאל הבעה"ב על הקרבן בפיגול
הורו בי"ד שאין זה חלב
נפסלו העדים שזה חלב
בא על הערוה שע"י נישואין וגירש הבעל לאח"כ באופן דאפקעינו רבנן לקידושין
ועוד ועוד
למה זה תשאל לשמי...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:33 pm
דורך קרעמער
געוואלדיג.

איך האב עס היינט געלערנט אין נדרים (דף ע"ח), אז נאכן שחט'ן א קרבן בחוץ און מחויב ווערן כרת, קען זיך דער מענטש שואל זיין אויפן הקדש און פטור ווערן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:50 pm
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:געוואלדיג.

איך האב עס היינט געלערנט אין נדרים (דף ע"ח), אז נאכן שחט'ן א קרבן בחוץ און מחויב ווערן כרת, קען זיך דער מענטש שואל זיין אויפן הקדש און פטור ווערן.

מכח די הלכה ווערט דאך שווער אז אויב לערן איך התראת ספק לא שמה התראה, וויאזוי קען מען מתרה זיין, אפשר וועט ער זיך שואל זיין ונמצא שאין זה הקדש.

תוספות פרעגט די קשיא עטליכע מאל אין ש"ס און האט עטליכע תירוצים, עי' בתוס' מס' גיטין פרק השולח ד"ה אפקעינהו רבנן לקידושי, ומ"מ אני לך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 10:16 pm
דורך קרעמער
די קושיא איז מעיקרא ליתא, ווייל כרת באקומט מען טאקע נאר בלא התראה. (איך האב טאקע נישט גוט געשטעלט די פראגע, ווייל מען ווערט נישט מחויב כרת "אין בית דין").

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 10:37 pm
דורך מיללער
אבער דאס זעלביגע איז דאך שייך ביי עבירות וואס קומט מיתת בי"ד קרעמער, כ'האב געמיינט אז איר זענט א מבין דבר מתוך דבר, למשל אז א נזיר גייט אריין אין א ביה"ח (אלטע אדער נייע, נישט קיין חילוק) וואס קומט אים מלקות, אפשר וועט ער זיך שואל זיין אויף די נזירות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 8:57 am
דורך יוסלמאן
מיללער האט געשריבן:אבער דאס זעלביגע איז דאך שייך ביי עבירות וואס קומט מיתת בי"ד קרעמער, כ'האב געמיינט אז איר זענט א מבין דבר מתוך דבר, למשל אז א נזיר גייט אריין אין א ביה"ח (אלטע אדער נייע, נישט קיין חילוק) וואס קומט אים מלקות, אפשר וועט ער זיך שואל זיין אויף די נזירות.


נו, וואס בלייבט טאקע, באקומט ער מלקות צו נישט? אפשר איז עס תלוי אין די מחלוקת ביי לאוו הניתוק לעשה צו איך זאג ביטלו ולא ביטלו אדער קיימו ולא קיימו?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:19 am
דורך scy4851
קרעמער,
איך האב געטראכט צו ענטפערען אז אויב איינער איז מחיוב כרת, און בית דין האט אוהם געגיבען מלקות,
ווערט ער פטור פונעם כרת. נישט אזוי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:27 am
דורך והוא פלאי
אודות השאלה אודות התראת ספק בנוגע שאלה, יש רע"א כמדומה בנדרים, ויש שמועס כעין זה אודות מיאון, שהולכים לפי המצב של השתא, ושאלה הוא מצב חדש, ולאחר מלקות אי אפשר לשאול אם אינו נוגע, איני זוכר כל הפרטים.
למה זה תשאל לשמי...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:38 am
דורך יוסלמאן
scy4851 האט געשריבן:קרעמער,
איך האב געטראכט צו ענטפערען אז אויב איינער איז מחיוב כרת, און בית דין האט אוהם געגיבען מלקות,
ווערט ער פטור פונעם כרת. נישט אזוי?


ס'איז דאך דא א מאן דאמר אז מ'קען געבן כרת און מלקות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:00 am
דורך והוא פלאי
הרע"א הוא בגיטין דף לג, והתו' שם מדבר אודות התראת ספק בביטול גט, עיי"ש
וטעות לעולם חוזר,
למה זה תשאל לשמי...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:30 am
דורך מיללער
הרב פלאי,
כבר ציינתי לדברי התוס' בגיטין שעליה סובבים דברי הגרעק"א, גם בתוס' שבת ד' בסוגיא של הדביק פת בתנור, והגר"ש שקופ בספרי שערי ישר מאריך הרבה בביאור דברי הגרע"ק ובענין של למפרע-מכאן ולהבא או למפרע-למפרע, ואכמ"ל.

-

להערה בעלמא: החתימה 'למה זה תשאל לשמי...'יכול להיות באופן אוטומטי ואל תצתרך לכתבו מחדש בכל תגובה, וימצא מתחת לקו להפריד בין הדביקים (עי' בתגובות החבר יוסלמן הקדום לדוגמא), לעשותו תצתרך לקלוק על הפרופיל שלך יש שם הרבה אופציות אחרים להנאתכם.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 10:02 pm
דורך והוא פלאי
איני יודע סדר ההיכי תימצא (בא'. או תימצי, אבל זה שייך לדקדוק) מי ומי רשאי לשאול ואת הגבאים הסליחה אם לא אשאל כהוגן, רק
ראיתי מעשה ונזכרתי הלכה. ראיתי כאן ניק סאדע-באטעל ועל חתימתו כתוב לאמר שאם הי' גר בימשיגען הי' שוה עשרה צענט, היכי תימצא שיהי' נוגע לחיוב סקילה לכמה ראשונים,