בלאט 12 פון 139
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 7:29 pm
דורך פויער
איך רעד פון די זעלבע סארט פלאץ
איך ביי מיר אינדערהיים בין איך יא מחוייב
דיר ביי דיר אינדערהיים ביסטו נישט מחוייב
איך האף יעצט איז עס שוין גענוג קלאר
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 7:43 pm
דורך פויער
די תירוץ איז א לאך אין די וואנט אויב די שכן איז א איד ביסטו מחוייב בודק חמץ צו זיין אויב די שכן איז א גוי איז דא א סכנה אז די גוי וועט מיינען אז ער מאכט כישוף איז ער פטור
לויטן מג"א איז ער מחוייב בייטאג לויטן ט"ז איז ער בייטאג אויך פטור
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 8:06 pm
דורך מאיר
היכי תמצי: א שטיקל נבילה איז אריינגעפאלן אין א טעלער וואס איז געליגן דארט א מאכל וואס איז געווען ווייניגער ווי שישים קעגן די נבילה, און נאך א שטיק צייט וועט מען מעגן עסן ד שטיקל נבילה?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 8:29 pm
דורך פויער
אויב עס איז געפאלן אין האניג עס ווערט צולאזט און עס ווערט האניג
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 9:00 pm
דורך למעלה משבעים
היכי תמצא הלכה למעשה: מען מעג לכתחילה גיין מטמין זיין אום שבת קודש א הייסע טאפ מיט עסן, וואס עס איז בכלל נישט געווען מוטמן פון ערב שבת, אין א זאך וואס האלט היץ - מעמיד הבל, (א געהעריגע הטמנה נישט קיין הטמנה במקצת)?
רמז: מובא בשער הציון באחד מהסימנים בהלכות שבת, ויש עוד אחד המובא בפנים במשנה ברורה אבל על זה כבר יש מחלוקת הפוסקים וגם נראה דיש סתירת משנה ברורה בדבר זה
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 9:36 pm
דורך איך_הער
מצטמק ורע לו?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 9:59 pm
דורך למעלה משבעים
מחבר סימן רנז סעיף ז
כל היכא דאסרינן הטמנה אפילו בקדירה מבושלת כ"צ אסרינן ואפי' מצטמק ורע לו: הגה וכן עיקר ויש מקילין ואומרים דכל שהוא חי לגמרי או נתבשל כל צרכו מותר בהטמנה כמו בשיהוי וכמו שנתבאר לעיל סימן רנ"ג ובמקום שנהגו להקל על פי סברא זו אין למחות בידם אבל אין לנהוג כן בשאר מקומות:
ממילא פארשטייט זיך אז עס קען נישט זיין דאס די תשובה ווייל עס איז נישט הלכה למעשה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 10:07 am
דורך מאיר
פויער האט געשריבן:אויב עס איז געפאלן אין האניג עס ווערט צולאזט און עס ווערט האניג
גוט געענטפערט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 5:33 pm
דורך למעלה משבעים
שער הציון סימן שיח סקכ"ד: עוד כתב [- הרשב"א] דתולדת חמה מותר להטמין בשבת בדבר שאינו מוסיף הבל:
משנה ברורה סימן שיח סקנ"א: להניחו וכו' הטמונה - בבגדים מבע"י ואשמועינן דמותר להניח הכלי תחת הבגדים שכיסו בהן הקדרה ואף שאין טומנין בשבת אפי' בדבר שאינו מוסיף הבל הכא כיון דעיקר הטמנה היה מבע"י לצורך הקדרה דזה מותר ולכן אם נתגלתה הקדרה דמותר לכסותה מותר לכסות דרך אגב גם הכלי שיש בו הדבר חם:
אבער אויף דעם משנה ברורה זענען שוין דא חולקים ווייל די הכרח פון משנה ברורה איז ווי ער שרייבט אין שער הציון איז פון א ר"ן און די אחרונים זענען דא חולקים וואס האלטן אז אונז פסק'נן נישט ווי דעם ר"ן.
חוץ מזה קוקט אויס אז די משנה ברורה אליינס איז זיך אויך סותר לויט ווי ער שרייבט אין סימן רנ"ג סקפ"ח: אבל להטמין וכו' - ר"ל דאם קדרת החמין או המיחם היה מכוסה מלמעלה בבגדים אפילו אם אין אש תחתיה ג"כ אסור להטמין הפאנדיש תחת הבגדים משום איסור הטמנה דקי"ל דאסור להטמין בשבת אפילו תבשיל שהוא מבושל כל צרכו וחם ואפילו בדבר שאין מוסיף הבל:
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 11:03 pm
דורך בעל בית
היכי תמצא אז אין קידוש החמה טאג זאל נישט זיין קיין זון און לויט אלע שיטות זאל מען קענען זאגן די ברכה מיט שם ומלכות אן קיין שום שאלוות ופקפוקים?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 11:22 pm
דורך scy4851
עס איז געווען פארוואלקענט און מען האט געזעהן בליצען מיט דינערען.
און אזוי פאל מאכט מען די זעלבע ברכה אוויא ברכת החמה 'עשה מעשה בראשית'

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 11:35 pm
דורך בעל בית
ר' שמחה פיין געענטפערט
פארעפענטליכט: שבת אפריל 18, 2009 9:30 pm
דורך קרעמער
היכי תמצא א מענטש שטייט אויף שבת אינדערפרי און ער טאר נישט טרונקן אפילו א גלעזל וואסער פארן דאווענען (ניין, ער האט נישט געהאט קיין בייזע חלום, און עס איז נישט יום הכיפורים שחל בשבת).
פארעפענטליכט: שבת אפריל 18, 2009 10:02 pm
דורך כולל יונגערמאן
ער האט נישט געמאכט קיין קידוש פון ביינאכט
פארעפענטליכט: שבת אפריל 18, 2009 10:30 pm
דורך קרעמער
גערעכט!
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2009 8:09 am
דורך farshlufen
יישר כח קרעמער.
היכי תמצא, א גאנץ אבר פעלט פון א בהמה א בכור און עס איז נאך אלץ נישט מותר לשוחטו במדינה?
(הרב מסקרענטאן, כרפ"ס).
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2009 9:33 pm
דורך קרעמער
איז עס געווען אן איבריגע פינגער?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 9:15 am
דורך farshlufen
קרעמער, ניין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:48 pm
דורך קרעמער
איך געב אויף
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 2:49 pm
דורך farshlufen
איין קליינע הינט, זע שו"ע הרב סוף הלכות פסח.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 3:26 pm
דורך קרעמער
יא, עפעס רעדט ער דארט אז די אויער אליינס איז נישט גענוג, עס מוז זיין די סחוס אויך.
(וואס מיינט כרפ"ס וואס דו שענקסט פאר מיללער?)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2009 3:48 pm
דורך farshlufen
קרעמער, קוק נאך אין די נייע רויטע בענדער הוצאת 770, זיי צייכענען אן א תשובה אין צמח צדק.
אויך איז דא נאך איבער דעם ענין אין:
שו"ת השיב משה
און אין צפנת פענח על הרמב"ם.
דער נציב אין משיב דבר , ווי אויך דער חזון איש, קריגן שטארק דערויף.
מיללער, האט עס שוין פארענטפערט דעם חוה"מ.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:28 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:03 pm
דורך בן יועזר
חידה: אין חו"ל קומט אויס צי דאווענען תפלת מוסף של שלש רגלים 19 מאל אין א יאר
סידא צוויי מוספים אינעם יאר וואסי דא א קליינע שנוי פון אלע אנדערע 17 מוספים וואס מדאווענט - איז די שאלה וועלכע צוויי
(נישט ביי די קרבנות - אין נישט פון נוסח יו"ט שחל להיות בשבת --- נאכמער די צוויי דערמאנטע זענען אפי' נישט אונעם זעלבן רגל)
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 11:02 pm
דורך קרעמער
אז דער עולם זאגט מוריד הטל/הגשם אנדערש ווי דער בעל תפילה (לויט די מנהגים אז מען זאגט נאך ביי שטילע שמו"ע די זעלבע ווי ביי שחרית).