בלאט 11 פון 139

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 5:16 pm
דורך שמן זית
איך הער האט גוט געענטפערט,

הפטרות נדירות - זעלטנע הפטרות

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2009 12:37 pm
דורך אליהו
איך האב א קונטרס (נישט איך האב דאס געמאכט) אין א פידיאף וועגן הפטרות נדירות, און בכלל אלע הפטרות אין סטאטיסטיק ווי אפטען ס'קומט אויס א מען ליינט.
ארץ ישראל און חוץ לארץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2009 1:04 pm
דורך שמן זית
אויב מעיגליך סקען עס אריין די עולם וועט הנאה האבן

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 12:35 pm
דורך קרעמער
היכי תמצא א איד (וואס איז מחויב במצות) גייט אריין אין בית המקדש טמא'נערהייט און ער איז פטור פון א קרבן אדער כרת.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 2:23 pm
דורך scy4851
ביי א קרבן פסח, רוב קהל זענען טמא, און טומאה הותרה אדער הודחה בציבור (מחלוקות)
מעגען כהנים טמאים לכתחילה טוהן די עבודה

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 2:27 pm
דורך שמן זית
ווען עס איז נישט געווען קיין ידיעה נישט בתחלה און נישט בסוף דעמאלט איז א שעיר ר''ח מכפר

פארעפענטליכט: שבת מרץ 21, 2009 11:34 pm
דורך קרעמער
איך רעד ווען די גאנצע ציבור און אלע כהנים זענען טהור געווען.

און עס איז יא געווען א ידיעה בתחילה ובסוף ובאמצע.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:16 am
דורך בן יועזר
טאמער איינער איז טמא געווארן ווען ער איז א קטן, און דערנאך איזער אריין טמא בגלדותו, הרי"ז פטור מכרת

מקורות: שטמ"ק ערכין ג. בשם י"מ, והובא גם בשפ"א [שם]

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:19 am
דורך קרעמער
איך רעד פון א גדול (די וואס לערנען חק לישראל וועלן קענען ענטפערן).

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:21 am
דורך בן יועזר
שמן זית האט געשריבן:ווען ליינט מען אין א תענית ציבור די וואכעדיגע סדרה?



ענדליך צו דעם, סקען זיין צווי מאל וואס אין א מאנטאג אדער דארנעשטיג זאל מען טאקע ליינען די וואכנעדיגע סדרה ואס גייט אבער נישט פאר שני,

תענית אסתר אין פרשת כי תשא ליינט מען ויחל

תשעה באב - פרשת ואתחנן - ליינט מען כי תוליד

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 12:24 am
דורך בן יועזר
קרעמער האט געשריבן:איך רעד פון א גדול (די וואס לערנען חק לישראל וועלן קענען ענטפערן).


קרעמער נישט פארשטאנען, איך רעד פין א גדול וואסיז אריין אין ביהמ"ק, אבער ער איז טמא געווארן בקטנותו

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 7:03 am
דורך קרעמער
אלזא, רעד איך פון א גדול וואס איז אויך טמא געווארן אלס גדול.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 4:06 pm
דורך קרעמער
די תירוץ אויף מיין היכי תמצא איז: א כהן גדול!

ווי אומגלויבליך דאס קלינגט נאר נישט, איז דער כהן גדול פטור אויפן אריינגיין אין בית המקדש בטומאה (זעה סוף מס' פרה, און סוף פ"ב הוריות).

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 6:40 pm
דורך בן יועזר
נאך דריי אופנים אויף די שאלה ווען מאיז נישט חייב כרת אויף ביאת מקדש

א. טאמער איזער טמא געווארן מיט א טומאה וואס איז נישט מבטל ימי הנזירות איזער נישט חייב כרת אויף ביאת מקדש (אפי' סאיז א טומאת שבעה)

ב. סידא וואס האלטן אז אפי' מפסקנט אז ספק טומאה ברה"י איז טמא, אבער טאמער איזער אריין אין ביהמ"ק איזער נישט חייב כרת.

ג. סידא וואס זאגן אז טאמער איזער אריין געגאנגען דורכ'ן דאך פינעם ביהמ"ק איזער נישט חייב כרת, ווייל סמוז זיין א 'ביאה'.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 10:35 pm
דורך קרעמער
קענסט צולייגן נאך: ער איז אריין דרך אחוריו, דאס הייסט אויך נישט דרך ביאה.

ער האט זיך נישט שוהה געווען כדי השתחויה.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 6:46 am
דורך פויער
היכי תמצי

צוויי אידן האבן חמץ אויף די זעלבע פלאץ איינער איז מחוייב בודק חמץ צו זיין און איינער נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 7:14 am
דורך יאנאש
איינער איז דער בעה"ב און דער צווייטער איז נאר א גאסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 7:48 am
דורך פויער
אקעי איך האב נישט דאס געמיינט
איך האב נישט געמיינט איין פלאץ איך האב געמיינט די זעלבע סארט פלאץ
און איך רעדט אפילו אויף א אופן וואס ער ווייסט זיכער אז עס איז דארט געווען חמץ

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 10:15 am
דורך שמן זית
פויער דו דארפסט אביסל מער מסביר זיין דיין שאלה, ווייל לכאורה מיינסטו נישדט פשוט ווייל עס איז דא אסאך אופנים, חמץ נוקשה, ע''י תערובת, הקדש, תרומה, מעשר, ועוד,

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 2:06 pm
דורך farshlufen
פויער, ווען ער האט פארגעסן און אוועקגעפארן תוך שלושים לדבר מצוה און האט זיך דערמאנט שפעטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 2:16 pm
דורך פויער
פארשלאפן די רעדטס ווען מען האט פארגעסן

איך רעדט אויף אופן ווען ער איז דא אין ער ווייסט אז עס איז דא חמץ און ער איז נאך אלץ נישט מחוייב

שמן עס קען טאקע זיין מערערע פעלער איך רעדט פון איינס

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 3:42 pm
דורך scy4851
איינער האט חמץ של הקדש

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 4:16 pm
דורך farshlufen
ר' שמחה, חמץ של הקדש איז דאך נישט זיינס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 6:58 pm
דורך פויער
מען רעדט פון זיין חמץ ער ווייסט קלאר מען האט זיך באנוצט מיט יענע פלאץ מיט חמץ

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 7:03 pm
דורך מאיר
איינער איז דער שוכר און איינער דער משכיר!
די חיוב בדיקה איז נאר פארן שוכר.