Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 16, 2012 8:43 am

QUESTION OF THE WEEK:
Who may pasken on Choshen Mishpat but not Kashrus matters ?

PLEASANT RIDGE NEWSLETTER Rav Leibie Sternberg
איך האף אז איך וועל נישט דארפען אויף הרב שטערננבערג'ס תשובה


שלושה רועי בקר????????

Advertisement

מאנטאג ינואר 16, 2012 11:36 am

msp האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:הכ"ת שיש עשרה בבהכ"נ גדולים בני חורין זכרים וכולם ערים ולא ישנים ואסור לומר כל דבר שבקדושה מפני שאין שם מנין?

אפשר האבען רוב שוין געדאווענט?

קיינער האט נאכנישט געדאווענט.
עס איז א היכי תמצא וואס בדורותינו בפשטות קען עס נישט גשעהן (ולפי כמה מקורות אפילו בדורות הקודמים לא באו לידי שאלה זו), אבער מען רעדט דערוועגן אין די פוסקים.

מאנטאג ינואר 16, 2012 3:33 pm

מיינסט גולם?

מאנטאג ינואר 16, 2012 4:13 pm

האסט צוגעטראפן, עי' בשו"ת ח"צ סי' צג, ועי' בברכ"י סי' נה סע' ד.

מאנטאג ינואר 16, 2012 4:16 pm

scy4851 האט געשריבן:יא. חטאת העוף.
פסחים נט עמוד א
אין למזבח אלא דמה. וברש"י שם ד"ה הכא. ונאכלת לכהנים

חטאת העוף אינה נשחטת

מאנטאג ינואר 16, 2012 5:15 pm

טייבעלע האט געשריבן:האסט צוגעטראפן, עי' בשו"ת ח"צ סי' צג, ועי' בברכ"י סי' נה סע' ד.

הערה צדדית: מ'קען דן זיין אויב זיי האבן א דין זכר, ולכאורה תליא במה שדנו באלו המשנים א"ע ע"י ניתוח.

מאנטאג ינואר 16, 2012 6:40 pm

שוטה האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:האסט צוגעטראפן, עי' בשו"ת ח"צ סי' צג, ועי' בברכ"י סי' נה סע' ד.

הערה צדדית: מ'קען דן זיין אויב זיי האבן א דין זכר, ולכאורה תליא במה שדנו באלו המשנים א"ע ע"י ניתוח.

אין שאילת יעבץ ח"ב סי פד ווערט גברענגט אז עס איז נישט דא קיין איסור זיי צו הארגענען עי' שם, וא"כ לדעתו איז נישט נאר קיין דין זכר האבן זיי נישט אפשר אפילו א דין בהמה האבן זיי אויך נישט.

מאנטאג ינואר 16, 2012 11:52 pm

ווי איז דא א הכ"ת אז מען זאל מעגען דאווענען לכתחילה שחרית קדם הנץ החמה, עס איז נישט קיין שעת הדחק צום ביישפיל ער דארף פארען וכדו', ער בלייבט אין דערהיים אין זעצט זיך עסען מיט א רואיגקייט נאכען דאווענען אין איילט זיך נישט צו גיין ערגעצווי.

דינסטאג ינואר 17, 2012 6:00 am

יש אומרים שאם אין מנין עם הנץ יתפלל במנין
ויש אומרים שאם בין כך ובין כך לא יצמצם להתחיל שמו"ע עם הנץ אין ענין להתפלל אחר הנץ
עיין בפרי יצחק ובאגר"מ

דינסטאג ינואר 17, 2012 8:49 am

עס איז דא ברייט מנין אין מען שטעלט זיך לכתחילה אין מען ווייסט אז מען גייט דאווענען פארן נץ, ועי' בשו"ע סי' פט דעיקר מצוה היא שיתחיל עם הנה"ח.

מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 am

נו?

מיטוואך ינואר 18, 2012 1:04 am

עי' בפמ"ג סי תצד באשל אברהם וז"ל ומתפללים מיד כשיאיר היום אע"פ דראוי לאחר הנץ עסי' פט במ"א א' מ"מ מפני הטורח יע"ש. דאס הייסט וויבאלד מען איז געווען אויף איבער נאכט אין בהמ"ד אין אז מען וועט אהיים גיין אין צוריק קומען איז עס א טורח מעג מען דאווענען פריער, וכמש"כ בטור או"ח סי' רלה.

מיטוואך ינואר 18, 2012 1:57 am

ייש"כ.

מיטוואך ינואר 18, 2012 2:28 am

היכ"ת א איד מאכט א ברכה און מ'מעג נישט ענטפערן אמן, חוץ דריי טעג א יאהר וואס מ'מעג יא [ס'איז נישט לכו"ע]?

מיטוואך ינואר 18, 2012 7:52 am

לכבוד ר' יונה
אין אמת'ן האביך געטראכט וועגען שבועות אין דער פריה נאר איך האב געמיינט אז עס איז ווייל מען וויל גיין שלאפען און נישט גיין עסען פרישטיק....

מיטוואך ינואר 18, 2012 9:38 am

msp האט געשריבן:לכבוד ר' יונה
אין אמת'ן האביך געטראכט וועגען שבועות אין דער פריה נאר איך האב געמיינט אז עס איז ווייל מען וויל גיין שלאפען און נישט גיין עסען פרישטיק....

איך האב נישט גזאגט אז מען וויל, כ'האב געזאגט אז מקען, אין נישט פרישטיג אין נישט שלאפען איז די טעם וואס עס ווערט גבראכט אין פמ"ג, אלא מפני הטורח, אין דאס מיינט אהיים גיין אין צוריק קומען כמבואר בטור סי' רלה.

מיטוואך ינואר 18, 2012 10:10 am

שכוח
א דאנק פאר די הארה אין דער פרמ"ג
חילך לאורייתא!

מיטוואך ינואר 18, 2012 12:29 pm

msp האט געשריבן:שכוח
א דאנק פאר די הארה אין דער פרמ"ג
חילך לאורייתא!

אמן וכן למור.
דרך אגב אומר לך אז איך פיר זיך ווען איך גיי איבער אן הלכה גרינטלעך פראביר איך נאך צו קיקען די מקורות אינעווייניג אינעם ספר, סיי אלץ אותיות מחכימות, אמאל זעהט מען די אנהייב אין סוף אין עס קומט צו נייע חידושים וכדו', אין סיי ווייל אז מען קוקט אריין אינעם מקור גדענקט זיך עס בעסער ווייל ווען מען טוט א פעולה קריצט זיך עס איין בעסער אין מח, וזכורני דכד הייתי במדרשא דבי רב ראיתי כעין זאת בספר מגדל עוז מהיעבץ על מאמר הגמ' במס' חגיגה אינו דומה השונה פרקו מאה פעמים וכו',

מיטוואך ינואר 18, 2012 12:31 pm

שוטה האט געשריבן:היכ"ת א איד מאכט א ברכה און מ'מעג נישט ענטפערן אמן, חוץ דריי טעג א יאהר וואס מ'מעג יא [ס'איז נישט לכו"ע]?

מען מעג נישט ענטפערן אמן ווייל עס איז נישט די סוף ברכה? ווייל מען טאר נישט מפסיק זיין?

מיטוואך ינואר 18, 2012 2:48 pm

קרעמער האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:היכ"ת א איד מאכט א ברכה און מ'מעג נישט ענטפערן אמן, חוץ דריי טעג א יאהר וואס מ'מעג יא [ס'איז נישט לכו"ע]?

מען מעג נישט ענטפערן אמן ווייל עס איז נישט די סוף ברכה? ווייל מען טאר נישט מפסיק זיין?

אז איינער דאווענט די שטילע שמו"ע אויפן קול טאר מען נישט ענטפערען אמן וויבאלד ער האט נישט געדאווענט כתיקון חכמים, אבער אין ר"ה ויוה"כ שטייט אין שו"ע סי' תקפב סעי' ט אז מען קען דאווענען שמו"ע אביסעל אויפן קול, ע"כ יש סוברים אז אויב מען הערט ווי איינער ענדיגט צו א ברכה אפשר לענות אמן עי' אלף המגן סי תקפב אות מג.

מיטוואך ינואר 18, 2012 11:39 pm

גאר גוט ר' טייבעלע.

נישט אלע פוסקי זמנינו זענען מסכים אז מ'מעג נישט ענטפערן אמן.

כ'האב געזעהן ברענגן אז דער בעלזער רב זי"ע האט עס צוגעשטעלט צו א מתפלל בחזקה [שלא ברצון הציבור] שאין עונין אמן אחר ברכותיו.

מיטוואך ינואר 18, 2012 11:47 pm

שוטה האט געשריבן:גאר גוט ר' טייבעלע.

נישט אלע פוסקי זמנינו זענען מסכים אז מ'מעג נישט ענטפערן אמן.

כ'האב געזעהן ברענגן אז דער בעלזער רב זי"ע האט עס צוגעשטעלט צו א מתפלל בחזקה [שלא ברצון הציבור] שאין עונין אמן אחר ברכותיו.

דער אלף המגן פיהרט אויס דארט (מיט א כמין פשרה) אז מען זאל ענטפערן אמן אין דער שטיל.

מיטוואך ינואר 18, 2012 11:50 pm

יש מקום לומר אז לפי דעם בעלזער רב'ס סברא, [ולכאורה היא עפ"י מש"כ בשו"ע הרב דדין המתפלל בחזקה הוא משום בוצע ברך ניאץ ה'], איז נישט שייך אזא פשרה.

דאנערשטאג ינואר 19, 2012 12:00 am

איך גדענק אז איך האב שוין געזען באיזה מקום מסתמא שוין א שינע פאר יאר אז מ'זאל נישט ענטפרען אמן, איך האף מיט'ן אויבירשטענס הילף זיך באגעגענען דערמיט נאכאמאל בקרוב.

דאנערשטאג ינואר 19, 2012 4:30 am

א היכ"ת אז אנ'אשה זאל מחויב זיין צו מל'ן איר זוהן
שרייב א תגובה

Advertisement