בלאט 1 פון 1

אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:45 pm
דורך חסדי אבות
אויסגאנג פון די פאריגע קאפיטל:
viewtopic.php?f=5&t=42534

די וואך וועלן מיר גיין צו קאפיטל ב:

א לָמָּה, רָגְשׁוּ גוֹיִם; וּלְאֻמִּים, יֶהְגּוּ-רִיק.
ב יִתְיַצְּבוּ, מַלְכֵי-אֶרֶץ-- וְרוֹזְנִים נוֹסְדוּ-יָחַד, עַל-ה', וְעַל-מְשִׁיחוֹ.
ג נְנַתְּקָה, אֶת-מוֹסְרוֹתֵימוֹ; וְנַשְׁלִיכָה מִמֶּנּוּ עֲבֹתֵימוֹ.
ד יוֹשֵׁב בַּשָּׁמַיִם יִשְׂחָק: אֲדֹנָי, יִלְעַג-לָמוֹ.
ה אָז יְדַבֵּר אֵלֵימוֹ בְאַפּוֹ; וּבַחֲרוֹנוֹ יְבַהֲלֵמוֹ.
ו וַאֲנִי, נָסַכְתִּי מַלְכִּי: עַל-צִיּוֹן, הַר-קָדְשִׁי.
ז אֲסַפְּרָה, אֶל-חֹק: ה', אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה--אֲנִי, הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ.
ח שְׁאַל מִמֶּנִּי--וְאֶתְּנָה גוֹיִם, נַחֲלָתֶךָ; וַאֲחֻזָּתְךָ, אַפְסֵי-אָרֶץ.
ט תְּרֹעֵם, בְּשֵׁבֶט בַּרְזֶל: כִּכְלִי יוֹצֵר תְּנַפְּצֵם.
י וְעַתָּה, מְלָכִים הַשְׂכִּילוּ; הִוָּסְרוּ, שֹׁפְטֵי אָרֶץ.
יא עִבְדוּ אֶת-ה' בְּיִרְאָה; וְגִילוּ, בִּרְעָדָה.
יב נַשְּׁקוּ-בַר, פֶּן-יֶאֱנַף וְתֹאבְדוּ דֶרֶךְ-- כִּי-יִבְעַר כִּמְעַט אַפּוֹ, אַשְׁרֵי, כָּל-חוֹסֵי בוֹ.


וועלכער פסוק ברענגט ארויס דאס מערסטע נקודות למחשבה און פתיחת הלב ביי דיר?

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:48 pm
דורך זארג נישט
הממ, זייער שווער צו דעסיידן.

עס וויל זיך זאגן א'
עס וויל זיך זאגן ד'
עס וויל זיך זאגן ו'
עס וויל זיך זאגן ז'
עס וויל זיך זאגן י'
עס וויל זיך זאגן י"א
און עס וויל זיך זאגן אלע אנדערע אויך.

אלע פסוקים שניידט אין די ביינער (און גלעט אין דער הארץ) אויב מען איז זיך מתבונן וואס דא שטייט. אבער אז מען בעט איינס, זאל זיין איינס, אינימינימיינימאו...

(מיין נישט ח"ו צו טשעפן, נאר אריין ברענגן א ביסל חיות אין א אשכול פון אזא געשמאקע ענין)

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:31 pm
דורך התבונני
התבונני האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו

וואו זעסטו דא דעם שם הוי"ה? - איך זעה נאר ה'...

יעצט קומסטו אן ???
מען האט דאס פארראכטן נאך די תגובה (איך האב גאר געמיינט אז דו האסט דאס פארראכטן - קוק נאך פון דו האסט גענומען דעם קאפיטל)

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:07 pm
דורך בועז
עבדו א ה' ביראה וגילו ברעדה. מוראדיג מוראדיג.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:09 pm
דורך קלמן יאסעלע
בד"וו מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין דעם געבורטסטאג האט א מענטש א כח זיך אויסצובעטן אלעס גוטס היום ילידתיך-שאל ממני ואתנה!
אויך געזען אמאל אין ספר בן יהוידע פונעם בן איש חי אויף מס' ברכות אז מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה ביום הלדת!
נישט ממש באותו ענין אבער פארט אינטרעסאנט..

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:14 pm
דורך אסדר לסעודתא
קלמן יאסעלע האט געשריבן:בד"וו מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין דעם געבורטסטאג האט א מענטש א כח זיך אויסצובעטן אלעס גוטס היום ילידתיך-שאל ממני ואתנה!
אויך געזען אמאל אין ספר בן יהוידע פונעם בן איש חי אויף מס' ברכות אז מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה ביום הלדת!
נישט ממש באותו ענין אבער פארט אינטרעסאנט..

די פשוט'ע פשט אין פסוק איז נאך אסאך בעסער. איך האב טאקע געוועלט פאר ז'.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:16 pm
דורך קלמן יאסעלע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:בד"וו מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין דעם געבורטסטאג האט א מענטש א כח זיך אויסצובעטן אלעס גוטס היום ילידתיך-שאל ממני ואתנה!
אויך געזען אמאל אין ספר בן יהוידע פונעם בן איש חי אויף מס' ברכות אז מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה ביום הלדת!
נישט ממש באותו ענין אבער פארט אינטרעסאנט..

די פשוט'ע פשט אין פסוק איז נאך אסאך בעסער. איך האב טאקע געוועלט פאר ז'.

פארט אינטרעסאנט..

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 2:01 pm
דורך חסדי אבות
התבונני האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו

וואו זעסטו דא דעם שם הוי"ה? - איך זעה נאר ה'...

יעצט קומסטו אן ???
מען האט דאס פארראכטן נאך די תגובה (איך האב גאר געמיינט אז דו האסט דאס פארראכטן - קוק נאך פון דו האסט גענומען דעם קאפיטל)


יישר כח, שוין פארראכטן.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 3:05 pm
דורך התבונני
געוועלט פאר פסוק ד'

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 3:11 pm
דורך זארג נישט
התבונני האט געשריבן:געוועלט פאר פסוק ד'

אזוי ווי מיר.

ווען משיח וועט קומען, אוי וועט זיין א שחוק, אז ימלא שחוק פינו ולשונני רנה.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: פרייטאג מאי 22, 2020 3:16 pm
דורך ממה נפשך
געוואלדיגע געדאנק, ס'נעמט מחשבה!

איין הערה: די גרויסע אותיות, פינטלעך און דעש'ס נעמט אביסל ארויס די ווארעמקייט צו וואס מ'איז צוגעוואוינט ווען מ'זאגט תהלים פון אינעווייניג.

אפשר איז מעגליך צו לייגן א PDF פונעם קאפיטל אינעווייניג אין א תהלים זיך צו קענען מצמצם זיין מיט אביסל ערנסקייט זיצנדיג אויפן געוועב...

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 4:21 pm
דורך חסדי אבות
איך בין שוקל צי מען זאל מאכן פארמאכטע אנקעטעס, אז דער עולם זאל נישט קענען זען די רעזולטאטן, ביז ווען עס קומט ארויס יעדע וואך, אזוי אז מען זאל נישט נאכוועלן איינער דעם אנדערן.

וואס זאגט דער עולם?

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 8:17 pm
דורך סטאוו יא פיטא
גוטע געדאנק, פאריגע אנקעטע בין איך געווען אן איינציגער שטימע אויף מיין פסוק, קוק איך דא נעכטן כ'דארף מאכן עטוואס סענס, זעה איך דערווייל האט מיין פסוק נישט קיין שטימען

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 10:42 pm
דורך נו גוט נו שוין
ס'וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב מעגליך צוצילייגן דעם אידישן באדייט פון יעדע פסוק, אזוי שטימט זיך גרינגער

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 10:46 pm
דורך נשמת השכל
זארג נישט האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:געוועלט פאר פסוק ד'

אזוי ווי מיר.

ווען משיח וועט קומען, אוי וועט זיין א שחוק, אז ימלא שחוק פינו ולשונני רנה.

נע... אין הימל לאכט מען שוין! דאס איז דאך דער פשוטער פשט.

נ.ב. אויך געוועלט פאר דעם פסוק.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 10:51 pm
דורך deinchaver
געוועלט ח
אה... די רבונו של עולם קוקט אראפ פון גאר הויעך, און זאגט פאר'ן קליינע מענטשעלע וועלכע איז א שוואכע זאך, און ער זאגט מיט ליבשאפט:
מיין קינד, שאל ממני, בעט מיר, איך וויל הערן ווי דו בעטסט, איך ענדזשוי דיין קול, דיינע ווערטער האט ביי מיר א ספיציעלע חן.... דו בעט נאר און איך וועל דיר שוין געבן....

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2020 8:56 pm
דורך חסדי אבות
אסאך גוטע פסוקים דא.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 1:34 pm
דורך סטאוו יא פיטא
שוין בין איך נישט אן איינצעלנע שטימע האמיר געקענט וועלן:
ד' איז גאר שטארק, אן אימרה קורץ און שארף
ז' בלאזט דאך אריין א שטיק התחזקות. יעדער טאג איז דער היום ילדתיך!
יא' צוויי יסודות עמוקים עבודה ביראה און גילו ברעדה, חומר למחשבה
יב' נשקו בר; באהעפט אייך צי וואס ס'איז אויסגעקליבן פון אייבערשטן, פן יאנף; השם, ותאבדו דרך כי יבער כמעט אפו; אזוי ווי ס'שטייט ודרך רשעים תאבד, דארף מען ציטערן מען זאל נישט פארלוירן גיין כהרף עין, אשרי כל חוסי בו; צום סוף נאך אלע שוועריגקייטן, איז וואויל פאר די וואס האבן זיך פארזיכערט אינעם אייבערשטן!

דער "אשרי כל חוסי בו" האט מיר איבערגעוויגען.
(ס'דא נאך אסאך פשטים אויף די פסוק, מעתיק געווען וואס ס'איז מיר צום הארצן)

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 2:33 pm
דורך זארג נישט
ווי שוין געשריבן האביך געוועלט פסוק ד', אבער פאר דער חלק וואס רעדט בפרטיות צו יעדן איד וואלט איך געוועלט פסוק ז' צוליב די ווערטער פון ה' אמר אלי "בני אתה"!

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 3:12 pm
דורך שלמה מולכו
געוועלט ז׳, דער אויבערשטער זאגט מיר בני אתה!

אריינטראכנדיג איז מיר אריין א מחשבה אין די אני היום ילידתיך,
אז די אויבערשטער זאגט פארן איד, בני אתה, די ביסט מיין קינד! נישט קיין חילוק ווי אזוי די קוקסט אויס, בלייבסטו מיינס,
ווייל אני היום ילידתך, די אויבערשטער איז מחדש די בריאה יעדע רגע, ממילא איז גערעכנט ווי די ביסט יעצט פריש געבוירן.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2020 3:42 pm
דורך חסדי אבות
די וואך איז דא ווייניגער צייט צו וועלן, מפני קדושת החג המתקרב ובא.

די וואלן וועלן זיך פארשפארן ביז עטליכע שעה, און מיר וועלן מפרסם זיין די תוצאות ביז אפאר שעה.

גלייכצייטיג וועט געעפנט ווערן די נייע וואלן פאר קאפיטל ג', שוין היינט.

כאפט אריין צו וועלן, איידער עס איז שוין שפעט.

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2020 5:37 pm
דורך חסדי אבות
אויסגאנג פון די וואלן - תהלים ב#

דער געוואונער איז פסוק ז'

אֲסַפְּרָה, אֶל-חֹק: ה', אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה--אֲנִי, הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ:
איך וועל דערציילן לויט די געזעץ (לויט ווי אזוי עס איז טאקע געווען): דער אויבערשטער האט געזאגט צו מיר, "דו ביסט מיין זוהן - איך האב דיר היינט געבוירן":


דער פסוק האט אנגעצויגן עלעוו שטימען - 33%


..............
דער צווייטער געוואונער איז פסוק יא

עִבְדוּ אֶת-ה' בְּיִרְאָה; וְגִילוּ, בִּרְעָדָה:
דינט דעם אויבערשטן מיט פארכט, און פריידט ענק מיט א ציטער:


[center]דער פסוק האט אנגעצויגן ניין שטימען - 27%

דאן איז אריינגעקומען אויפן סדר;
פסוק ד' (6 שטימען, 18%)
פסוק ח' (3 שטימען - 9%)
פסוק ו' (2 שטימען - 6%)
פסוק יב (2 שטימען - 6%)

...
פסוקים וועלכע האבן נישט אנגעצויגן קיין שטימען:
א - ב - ג - ה - ט - י