יגיעה ומסי"נ בתורה - על שום מה?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעולם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 7:42 pm

יגיעה ומסי"נ בתורה - על שום מה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעולם »

א גוטן טייערע אידן.

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען עוסק צו זיין אין דעם ענין פון "מסירת נפש פאר תורה", הלום ראיתי, אז יגיעה בתורה איש ממש א תנאי אין 'קנין תורה', דהיינו תורה דיליה, בחינת תורתו. די שאלה איז, פארוואס טאקע, על מה עשה ה' ככה. פארוואס איז לימוד התורה ביגיעה געבינדן מיט 'קנין תורה'? פארוואס דארף דאס בכלל ווערן איינגעקויפט? און נאכדערצו פאר אזא טייערע פרייז? פארוואס זאל תורה נישט זיין אויף 'סעיל' אז יעדער זאל עס קענען קויפן?

ואם תמצי לומר אז קנין תורה איז הכרחי, וואס פארדינט מען פון דעם געשעפט?

נאכמער, מ'זעהט בפירוש אין חז"ל, אז די פרייז פאר קנין תורה איז נישט בלויז יגיעה און התמדה, נאר גאר צער און יסורין ממש!

תנא דבי אליהו: אין הקב"ה נותן את התורה אלא למי שנצטער עליה. אמר ריש לקיש: מנין שאין דברי תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה שנאמר זֹאת הַתּוֹרָה אָדָם כִּי יָמוּת בְּאֹהֶל. און נאך אסאך מאמרי חז"ל זאגן דאס בפירוש, אז יסורים איז א תנאי אין קנין תורה.

הסבר הדברים לויט ווי ס'איז מבואר אין אלע ספרים הק', כולם פה אחד, וביותר בספרי מהר"ל בכלל, ובספרו 'נתיב התורה' בפרט. אז די סיבה פארוואס יסורים איז א תנאי אין קנין תורה, איז צוליב דעם ווייל די תורה הק' איז "שֵׂכל אלוקים", און א מענטש וואס איז עפר מן האדמה, די נידריגסטע פון די ארבעה יסודות, קען נישט במציאות משיג זיין עפעס וואס העכער פון גשם. ווייל 'חומר' מיט 'שׂכל' איז ווי פייער מיט וואסער, ס'גייט פשוט נישט צוזאמען.
פון די אנדערע זייט, היות דער מענטש איז א קאמבינאציע פון די ביידע כוחות, סיי פון 'חומר' און סיי פון 'שׂכל', עשאו מן התחתונים ומן העליונים, גוף מן התחתונים ונשמה מן העליונים (רש"י עה"פ ויפח באפיו), איז אויף וויפיל די שׂכל זיינע איז ריין-שכל, און ס'איז נישט פארקויפט און פארקנעכטעט פאר זיין 'חומר', אזויפיל פראצענט פון זיין שכל איז ביכולת זיך צו פארשטיין מיט 'שכל העליון'.

און אנדערע ווערטער: כדי משיג צו זיין שׂכל עליון, מוז דער שׂכל פונעם מענטש זיין אומאפהענגיג פון זיין חלק החומרי.

די טשעלענדזש איז: וויאזוי צוטיילט מען דעם שכל פונעם חומר? דער שלעפט ארויף און דער שלפעט אויף אראפ. אמאל איז דער שכל אזוי פאר'חומר'ט, אז ס'קען פשוט נישט תופס זיין א שורה גמרא, רח"ל. – וואס איז די עצה?

איין עצה איז דא: ארויסהאקן דעם חומר פון קאפ! צוברעכן דעם חומר, אוועקנעמען איר שליטה איבערן מוח. ווי מער דער מענטש דערנידערט זיין חומר, אלץ מער אומאפהענגיג ווערט זיין שכל, און ממילא האט די שׂכל עטוואס אַן אחיזה אין שכל אלוקים. וזה לשון מהר"ל: כי השׂכל הוא נבדל מן האדם, ומפני כך צריך האדם אליו יגיעה ועמל לקנות השׂכל האלוקי.

ווען אימער א איד וויל זיך מדבק זיין צו קדושה, צו רוחניות, מוז ער זיך ערשט אפטיילן פון זיין חלק האדמה. - רבי שמעון בן יוחאי אומר: שלש מתנות טובות נתן הקדוש ברוך הוא לישראל וכולן לא נתנן אלא על ידי יסורין. אלו הן: תורה וארץ ישראל והעולם הבא.
דריי הייליגע געוואלדיגע מתנות טובות! אבער אָן יסורים, אָן צוברעכן דעם גוף, איז פשוט נישט שייך נהנה צו זיין פון די מתנה. - מ'קען זיין פיזיש אין ארץ ישראל, אבער כדי נשפע צו ווערן פון איר רוחנית'דיגע קדושה פעילט זיך אויס צו זיין א רוחנית'דיגע כלי לקבל. דאס זעלבע איז מיט תורה, ווילאנג מ'איז פארגרעבט, איז מען נישט ביכולת צו מקבל זיין די מתנה פון תורה. כאטש וואס מ'קען עס באטראכן פון אינדערויסען פון אלע זייטן, אבער דיינס ווערט זי נישט...

גדר יסורים של אהבה
ווען מ'רעדט פון יסורים, דארף אבער וויסן, אז ס'איז פארהאנען צוויי סארט יסורים, פאר צוויי אנדערע סיבות, פון צוויי אנדערע מקורות, ואיכא בינייהו.
אמאל איז דא יסורים, דחקות, קרענק און עגמת נפש, וואס השי"ת ברענגט אויפן מענטש רח"ל, צי איז עס לשם נסיון, השי"ת וויל זעהן וויאזוי דער מענטש וועט דאס מקבל זיין, אמאל איז עס צוליב עונשים, תיקונים וכדו'. בכל אופן, הדבר יצא מפי המלך ואין לך רשות להרהר. די עבודה פון א איד אין אזא מצב איז זיך צו מתגבר זיין און עוסק זיין בתורה ובמצוות מתוך יסורין, אזויווי די רמב"ם פסק'נט אז עניית און יסורים איז נישט קיין פטור פון לימוד התורה.

תורה וואס ווערט געלערנט מתוך יסורים אלו, תורה שלמדתי באף, האט אין זיך אלע תנאים און סגולות פון קנין תורה. און אָן א צאהל סיפורי צדיקים זענען עדות אויף די געוואלדיגע מדריגות פון גדולי ישראל, חסידים ואנשי מעשה, וואס זייער עבודת השם איז אנגעגאנגען בכל תוקף אפילו אין די שווערסטע מצבים, עד כדי מסירות נפש ועד בכלל.

ווידער זענען פארהאנען יסורים וואס קומען צו גיין פונעם מענטש אליינס! דהיינו, אז אפילו א מענטש וואס האט זוכה געווען, און אלעס גייט אים גוט, ב"ה. אלעס קאלפט, אין שטוב, אין געשעפט, ער איז צופרידען און 'קען זיך נישט אפרעדן', מוז ער אבער זיך נאך אלץ "איבערשטרענגן", באיזה אופן שהוא, ער מוז זיך מאכן עטוואס "אומבאקוועם", כדי איינצוקויפן תורה!
אויף די סארט יסורים איז געזאגט געווארן: אין הקב"ה נותן את התורה אלא למי שנצטער עליה! א מענטש וואס ברענגט אויף זיך יסורים, ער פייניגט זיך, ער ברעכט זיינע תאוות, ער מוטשעט זיך, ער שטרענגט זיך איבער, ער צווינגט זיך און שטארקט זיך איבער זיינע חומר'דיגע מידות ווי פוילקייט, נייגער, צובראכנקייט, ער שטייט אויף 'נאך פריער', ער לערענט 'נאך לענגער', ער רייסט זיך אוועק פון געשמאקע קופקעס, ער לאזט זיך נישט ווערן צוקלאפט, וכו' און די ליסטע איז לאנג, יעדער איינער מיט זיינע באגרעניצען…

(בעל לקט יושר, פארציילט בשם רבו, דער תרומת הדשן, אז ס'האט אים פאדראסן אז די רייכע בחורים 'מפונקים', לאזן זיך וואויל גיין און זיי מאכן זיך אזא סארט טיש וואס דרייט זיך, און אויפן טיש איז דא אסאך ספרים, און כדי אנצוקומען צו א געוויסע ספר דרייען זיי דעם טיש… לא טוב הם עושים, אדרבה, מ'דארף זיך איבערשטרעגן, זיך אויפשטעלן און צוגיין צום ספר, און נאר אזוי, ווען ס'קומט אן "שווער" געדענקט דעם וואס מ'האט מעיין געווען…)

יסורים לשם קנין תורה, זענען די סארט יסורים וואס דער מענטש טוט בידים. יסורים וואס תחילתן וסופן – תורה. מיט די סארט יסורים צוברעכט מען די כוח וואס די חומר האט איבערן שׂכל, און די שׂכל ווערט זעלעבסטשענדיג, עטוואס נענטער און נענטער צו א פולע דביקות, א פולע התקשרות צו דעת אלוקים.

פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם זאגט די משנה בקבלת היסורין, שטייט אין מדרש שמואל:
רמז באמרו 'בקבלת היסורין' ולא אמר 'ביסורין', להודיע, שאינו מדבר על היסורין הבאין עליו מן השמים, רק על היסורין אשר האדם מקבל אותם על עצמו ומביאם בבחירתו עליו. על דרך 'כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן, וחיי צער תחיה, ואם אתה עושה כן אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא - ובזה נקנית התורה.
דאס איז פשט אין גמרא, אלו הם יסורים של אהבה, כל שאין בהם משום ביטול תורה. – יסורים וואס א מענטש ברענגט אויף זיך מתוך אהבת התורה, איז נישט ביטול תורה, אדרבה, ס'איז קיום התורה! ווייל דאס איז דער בעסטע מיטל פאר קנין תורה.
-
א באזונדע שמועס איז דער ענין וואס ווערט דערמאנט אין מדרש רבה: אמר רבי אלכסנדרי: אין לך אדם בלא יסורים, אשריו לאדם שיסורים באים עליו מן התורה. מדרש שוחר טוב טייטשט אויף דעם אופן די פסוק אשרי הגבר אשר תיסרנו י-ה, ומתורתך תלמדנו, וואויל איז דער מענטש וואס איז 'יוצא' די יסורים וואס האבן געזאָלט קומען אויף אים פון אויבן - בקבלת יסורין, דהיינו לימוד התורה מתוך צער ודחק. און ווי הגאון הנצי"ב זצ"ל איז דאס מסביר: אין לך אדם בלי יסורין, יש לך אדם ששינו כואב ואינו יכול לישן, יש אדם שבטנו כואבת ואינו יוכל לישן, זה יסורים וזה יסורים. אשרי הגבר וואס איז זיך מייסר דורך לערנען תורה... אז ס'איז אים באשערט צו האבן שלאפלאזע נעכט, זאל עס שוין זיין נעכט אין ספרים שטוב ווי איידער רח"ל אין שפיטאל...
ועוד, בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר, אל תקרי לו אלא לי, אמר הקב״ה: בכל צער וצער שיש לישראל אני עמהם, אבער דאס איז נאר ווען ס'איז יסורים וואס השי"ת איז כביכול געצווינגען געווארן צו ברענגן אויף דעם מענטש, צוליב עונשים ותיקונים וכדומה. אבער יסורים וואס דער מענטש נעמט אויף זיך כדי צוצוברעכן זיין חומר, אדרבה, השי"ת האט הנאה צו זעהן ווי די חלק אלוקי ממעל, די 'נשמה שנתת בי' ווערט מער און מער מזוכך, און מער נענטער צום תורה הק'.

די ביידע קען אפשר זיין די כוונה, רבי יוחנן זאגט: אשרי מי שֶׁגָּדֵל בתורה ועמלו בתורה,וואויל איז דער מענטש וואס 'עמלו', די פאָרציע פלאָג וואס איז אים סייווי באשערט, בתורה, איז ער יוצא דורך עמילות בתורה. ועושה נחת רוח ליוצרו, ווייל מיט די יסורים גופא, די יגיעה ועמילות בתורה מאכט ער גאר א נחת רוח פארן באשעפער. משא"כ אויב חלילה ס'וואלט אים באטראפן יסורים בידי שמים.
לעולם יהא אדם: ירא שמים / זהיר בכבוד אשתו / רך כקנה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעולם האט געשריבן:הסבר הדברים לויט ווי ס'איז מבואר אין אלע ספרים הק', כולם פה אחד, וביותר בספרי מהר"ל בכלל, ובספרו 'נתיב התורה' בפרט. אז די סיבה פארוואס יסורים איז א תנאי אין קנין תורה, איז צוליב דעם ווייל די תורה הק' איז "שֵׂכל אלוקים", און א מענטש וואס איז עפר מן האדמה, די נידריגסטע פון די ארבעה יסודות, קען נישט במציאות משיג זיין עפעס וואס העכער פון גשם. ווייל 'חומר' מיט 'שׂכל' איז ווי פייער מיט וואסער, ס'גייט פשוט נישט צוזאמען.
פון די אנדערע זייט, היות דער מענטש איז א קאמבינאציע פון די ביידע כוחות, סיי פון 'חומר' און סיי פון 'שׂכל', עשאו מן התחתונים ומן העליונים, גוף מן התחתונים ונשמה מן העליונים (רש"י עה"פ ויפח באפיו), איז אויף וויפיל די שׂכל זיינע איז ריין-שכל, און ס'איז נישט פארקויפט און פארקנעכטעט פאר זיין 'חומר', אזויפיל פראצענט פון זיין שכל איז ביכולת זיך צו פארשטיין מיט 'שכל העליון'.
און אנדערע ווערטער: כדי משיג צו זיין שׂכל עליון, מוז דער שׂכל פונעם מענטש זיין אומאפהענגיג פון זיין חלק החומרי.

הרמב"ם בהקדמה לפירוש המשניות
(די יארצייט היינט כ' טבת - שפתותיו דובבות)

אבל עם ציור המושכלות יתחייב להרחיק רוב התענוגים הגופיים כי תחלת השכל יצייר שחרבן הנפש בתקון הגיף ותקון הנפש בחרבן הגוף. שהאדם כשיהיה רודף תאוות ומגביר המורגשות על המושכלות ומעביר שכלו לתאותיו עד יחזור כבהמה אשר לא תצייר לנפשה אלא האכילה והשתיה והתשמיש. אז לא יתודע הכח האלהי רוצה לומר השכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

@לעולם זייער שיין !
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער שיין צוזאמגענומען.

אויף למעשה מיין איך אבער אז די אלע ספרים רעדן פון עפעס מער מופשט, עפעס א ענין פון קנין תורה אז די תורה זאל ווערן נבלעת בדמם ווי דער לשון המדרש איז. ווען עס קומט צו פשוט זיך אראפ זעצן לערנען דעם טעגליכן שיעור, זעהט מען עפעס נישט אז אין א תענית ווען דער גוף איז צובראכן זאל מען בעסער פארשטיין / קענען לערנען. אדרבה, א ת"ח טאר נישט פאסטן צופיל ווייל עס שטערט פון לערנען. און ווען מען איז זאט און אויסגערוט לערנט זיך דאס בעסטע. שמעתתא בעיא צילותא וכו' וכו'
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”