געדענק דעם אמורא!

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

געדענק דעם אמורא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

געדענקסט אפשר ווער עס פרעגט די קשיא, איז עס רב אדער שמואל? געדענקסט נישט? און פארוואס טאקע נישט?

להבדיל אא"ה, האסטו אפשר אויך פארגעסען ווער עס וויל בויען די וואנט, טראמפ צו פעלאוסי? דאכצעך אז דאס האסטו נישט פארגעסן. ווייל זיי קענסטו! די ציל פון די אשכול איז דיר צו באקענען מיט די תנאים צו מקיים זיין כאילו בעל השמועה עומד כנגדו.

זעה אויך געדענק דעם תנא!


דיסקלעימער: די אלע אויסדריקן וואס איך ניץ אויף די הייליגע שרפים, איז נישט חלילה באופן פון אמת'דיג וויסן ווער זיי זענען, עס איז נאר לשבר את האוזן, און ארויסהעלפן די זכרון. כמעט בבחינת נחשון בן עמינדב האט געהאט א לאנגע בארד און גדי בן סוסי א קמץ בערדעלע.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 3:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ר' חלבו – דער קינדערלאזער גאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

כאטש וואס ער ווערט היבש אסאך געברענגט אין ש"ס, איז נישטא קיין סך איבער אים זעלבסט.

ער איז געווען א תלמיד פון רב הונא, און צוליב וואס רב הונא האט געהאלטן לאנגע שיעורים, און די תלמידים האבן זיך איינגעהאלטן פון ארויסגיין די גאנצע צייט, האבן אסאך פון זיי נישט געהאט קיין קינדער, אריינגערעכנט ר' חלבו. (יבמות ס"ד:)

ער איז שפעטער ארויף קיין א"י ווי ער איז געווארן א תלמיד פון ר' שמאול בר נחמני פון וועם ער זאגט נאך פילע מימרות. סוף ימיו קוקט אויס ער איז געווארן א פון די מנהיגי הדור, ווי מען זעהט אז מען האט געשיקט צו אים פרעגן שאלות. (גיטין ס:)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

סתם רבה - רבה בר נחמני – דער פערזענליכער שלימזל אבער געלונגענער חריף'דיגער ראש ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די גמרא זאגט אז ער איז געווען א גרויסע שלימזל, אין דער צייט וואס ביי זיין חבר רב חסדא האבן אפילו די הונט געגעסן פיינע בארכעס פון זעמעל מעהל, איז ביי אים ניטאמאל געווען גענוג גערשטן ברויט פאר די מענשטן. אין דערצייט וואס ביי רב חסדא איז געווען זעכציג שמחות, איז ביי אים געווען זעכציג אומגליגן ר"ל. (מועד קטן כ"ח.) זיין ברודער איז אוועק יונג, און ער האט אויפגעצויגן זיין נעפיו אביי.

ווען זיין רבי רב יהודה, די ראש ישיבה אין פופדיתא, איז אוועק, זענען געווען צוויי קאנדידאטן איבערצונעמען די רבי'סטעווע, רבה און זיין חבר רב יוסף. רבה איז געווען א גרעסערע למדן, און רב יוסף איז געווען א גרעסערע בקי. האט מען געשיקט קיין ארץ ישראל פרעגן ווער זאל איבערנעמען. עס איז צוריקגעקומען די תשובה אז די בקי איז וויכטיגער ווייל יעדער דארף צוקומען צו אים. (ברכות סד.)
רב יוסף האט זיך אבער אנטזאגט צו איבערנעמען, און רבה האט אויך נישט געוואלט, איז פומפידתא געבליבן אהן קיין ראש ישיבה. די תלמידים האבן צוביסלעך אנגעהויבן זיך צו מופן קיין סורא ווי רב חסדא איז געווען ראש ישיבה. ווען רבה האט געזעבן אז זיין רבי'ס ישיבה פאלט צוזאמען, האט ער מסכים געווען די איבערנעמען די רבי'סטעווע. ער האט געפירט די ישיבה צוויי און צוואנציג יאר.

מיט זיינע שטארקע שיעורים האט ער צוגעצויגן גאר אסאך תלמידים. אין די ירחי כלה האט ער צוגעצויגן צוועלעף טויזנט תלמידים! אבער אפילו דעמאלס, האט ער אויך נישט געוואלט נעמען פון קיינעם קיין געלט (מסברא), און געלעבט מיט גרויס ארעמקייט. אזוי ווייט, אז ווען זיין שטיף קינד אביי האט געמיינט אז ער איז זאט, האט ער נאכדעם נאך געקענט עסן ביי א צווייטן זעכציג פארציעס עסן! (מגילה ז:)
אביי האט זיך געשעמט מיט די ארעמקייט פון זיין שטיף טאטע אלס ר"י, און ער האט געטענה'ט אז מענטשן וועלן זאגן, אז אפילו אויב די דארפסמאן וועט ווערן קעניג, וועט ער נאך אלס נישט אראפנעמען די קארב פון זיין האלדז. אזוי אויך, אפילו רבה איז דער גרויסער ראש ישיבה, פירט ער זיך נאך אלס ווי אן ארימאן. (מגילה ז:)

די ירחי כלה האבן געצויגן אזא גרויסע עולם, אז די רומיים האבן אים געוואלט משפט'ן פארן פארמינערען די שטייער איינקומפט פון די צוויי חדשים. ער איז אנטלאפן און זיך באהאלטן. ער האט צום סוף מתפלל געווען אז ער זאל ענדערש נפטר ווערן ווי ווערן געכאפט, וכך הוי. ביי די מעשה איז געשען פיל אינטערסאנטע נסים מיט אים. נאך אים האט רב יוסף איבערגענומען און געפירט די ישיבה ביז צו זיין פטירה צוויי יאר דערויף. (בב"מ פ"ו.) זי"ע.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מיטוואך יאנואר 08, 2020 5:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

רב שמואל בר שילת – דער מלמד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ער איז געווען אן איבערגעגעבענע מלמד וואס האט זיך דורכגערעדט מיט רב ווי אזוי צו פירן זיין קלאס. עס איז געבליבן פארשידענע מימרות וואס רב האט אים געזאגט, ווי למשל צו זעצן א שוואכן יונגל נעבן א שטארקע, און נישט לייגן די שוואכע צוזאמען. (ב"ב כא.)

וויבאלד זיין טאטע איז געווען א גר, ווערט ער גערופן אויף די נאמען פון זיין מאמע, שילת (ספר יוחסין) ער האט געשטאמט פון המן הרשע און דאך איז ער אזוי אויסגעוואקסן! (סנהדרין צ"ו: לפי גירסת העיין יעקב שהוא הגירסא הנכונה)

שילת איז ר"ת שיויתי השם לנגדי תמיד, וויבאלד ער איז געווען דבוק באלוקיו אפי' בשעת'ן לערנען מיט די קינדער (ליבאוויטשע רבי זצ"ל/שליט"א)
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 5:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

רב יהודה בריה דרב שמואל בר שילת – דער מלמד'ס זוהן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

א זוהן פונעם פריערדיגן אמורא, ער זאגט נאך 17 מימרות פון רב דורכאויס ש"ס, און צוויי אייגענע.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

סתם רבי אבא – דער שטרענגער גביר מיט א גאלדן הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

א תלמיד פון רב הונא און רב יהודה, אבער ער האט נאך נאכגעזאגט אסאך מימרות פון רב און שמואל אויך. ער האט געהאט שטארק חשק צו פארן קיין א"י, און ער האט זיך דאן ארויסגעדרייט פון זיין נעבן זיין רבי רב יהודה וואס האט נישט געהאלטן פון פארן אויף א"י. (ברכות כ"ד:)
צום סוף איז ער טאקע ארויף קיין א"י מיט א שיף, און ווען ער איז אנגעקומען האט ער געקושט די ערד פון עכו. (כתובות קי"ב.) דארט האט מען זייער געהאלטן פון אים, און ער האט נאך זוכה געווען צו זעהן דער זקן, רבן של ישראל, ר' יוחנן. (חולין י"ט:)
ער האט געהאנדעלט מיט זייד (ב"ק קי"ז.), און ער איז געווארן א גרויסע גביר דערפון (חולין ע״ט.) ער האט געהאט 'ריל עסטעיט' (קידושין נ״ט.), ער האט געבארגט געלט פאר רב יוסף בר חמא (ב״ק ק״ד:), ער האט אפאר מאל גערופן ר' יצחק בר יוסף צו דין תורה וועגן געלט זאכן (בב״ב ק״ע. קע״א:). אזוי אויך האט ער געהאט א דין תורה מיט זיין שטיף קינד, וועגן די ירושה פון זיין ווייב. (בב״ק פ״ח).
ער פלעגט אנגעהענגן זיין עשירות אין זכות פון א"י. (כריתות כ״ט.) ער פלעגט אנהענגן זיין בייטעל געלטן אינטער זיין רוקן, אז ארעמעלייט זאלן קומען נעמען געלט, אהן דעם וואס ער זאל וויסן ווער עס האט גענומען. א בחינה פון מתן בסתר. (כתובות (ס"ז:)
שבת האט ער געקויפט פלייש פון דרייצן באזינדערע בוטשערס! כדי צו זעהן וועלכע עס איז די בעסטע, און דאס האבן פאר שבת. (שבת קי"ט.)
ער איז געווען גאר גרויס אין תורה, אז ווען די גמרא זאגט רבותינו שבא״י, מיינט מען ר' אבא. (סנהדרין י״ז.)
ער פלעגט צוברעכן די דעקלעך פון כלים אין זיין הויז, כדי צו ווארפן א פחד אויף זיין הויז-געזינד (אולי מיינט עס זיינע קנעכט.) (שבת קה:)
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום זונטאג יאנואר 05, 2020 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך האב באקומען אסאך קאמענטערן אויף אישיי, לאמיר עס אויסשמועסן דא! איך ווארט צו הערן פון אייך.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

היימישער הייקער האט געשריבן:ער איז געווען אן איבערגעגעבענע מלמד וואס האט זיך דורכגערעדט מיט רב ווי אזוי צו פירן זיין קלאס. עס איז געבליבן פארשידענע מימרות וואס רב האט אים געזאגט, ווי למשל צו זעצן א שוואכן יונגל נעבן א שטארקע, און נישט לייגן די שוואכע צוזאמען. (ב"ב כא.)

וויבאלד זיין טאטע איז געווען א גר, ווערט ער גערופן אויף די נאמען פון זיין מאמע, שילת (ספר יוחסין)

שילת איז ר"ת שיויתי השם לנגדי תמיד, וויבאלד ער איז געווען דבוק באלוקיו אפי' בשעת'ן לערנען מיט די קינדער (ליבאוויטשע רבי זצ"ל/שליט"א)


די גמרא אין כתובות דף ס"ב לייגט אראפ אז רבי שמואל בן שילת האט געהאט זייער א באקוועמע לעבן, זייענדיג א פריוואטער מלמד האט ער נישט געדארפט וואנדערן אין דער פרעמד און האט געהאט שיין און גרינג פרנסה, און האט אויך נישט געדארפט צאלן קיין שטייער ווייל ער האט נישט געארבעט אויף די ביכער. "כגון רב שמואל בר שילת, דאכיל מדידיה ושתי מדידיה, וגני בטולא דאפדניה, ולא חליף פריסתקא דמלכא אבביה".

פון די אנדערע זייט זעהמיר אין בבא בתרא דף ח' אז רבי שמואל בן שילת האט דרייצן יאר זיך קיינמאל נישט אפגערועט אונטער א בוים, נאר איז געווען פארנומען מיט זיין עבודת הקודש צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער, און אפילו איינמאל וואס רב האט אים געכאפט זיצן אונטער א בוים האט ער אויך דעמאלט געטראכט וועגן די חינוך פון די קינדער.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

האב איך דיר געענפערט דא ביטע לאזן דעם אשכול קלין און נאר קאמענטירן דארט.

מנהלים, ביטע אויב מעגליך אריבערפירן די תגובה דארט.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ר' אבהו – צו גאט און צו לייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ער איז געווען א גרויסע גביר (ירושלמי ב"מ פ"ד ה"ז), האט געהאט אן אויסערגעווענליכע שיינע הדרת פנים, ענליך צו יעקב אבינו (ב"מ פד.), און איז געווען א גיבור עצום (ברכות ס.). ער האט זיך גוט אויסגעקענט אין מאטאמאטיק (ירושלמי תרומות פ"ה ה"א), דאקטעריי (חולין נט.), דער גריכישער שפראך (ירושלמי פאה פ"א ה"א), און אין אלע אפיקורסישע מיינונגען. ער האט דאס גענוצט זיך צו טענה'ן מיט זיי (ירושלמי תענית פ"ב ה"א). זיי האבן אים טאקע זייער פיינט געהאט און געזוכט אים צו שעדיגן (ע"ז כח.).
ער איז געווען זייער אנגעזעהן ביי די רומיים און האט פיל געשתדלט פאר זיי מיט גרויס הצלחה. ווען ער פלעגט אנקומען אין פאלאץ פלעגן די פרויען אים אנטקעגן קומען און באגריסן מיט גרויסע טיטלען (כתובות יז.).
נאך וואס זיין רבי ר' יוחנן איז אוועק, און עס איז געווען א צייט וואס די רומיים האבן שטארק אונטערדריקט די יודן אין א"י, האט ר' אבהו איינגעליידנט די ישיבה צו מופען פון טברי' קיין קיסריה, וואס דארט האט ער געקענט שטיין אויף די וואך און שתדל'ן צו צורוה לאזן די יודן (מ"ק כה:).

מיט די אלע מעלות, איז ער געווען א מורא'דיגע עניו. ער האט געזאגט 'אין העולם מתקיים אלא בזכות מי שמשים עצמו כמי שאינו (חולין פט.), און ער איז געווען א יפה דורש און יפה מקיים. ער פלעגט ארומפארן איבער ארץ ישראל צו פארשפרייטן תורה (אולי האט עס אויך געהאט צוטוהן מיט זיינע פארצווייגטע געשעפטן) (מ"ק כה:).
ער איז געווען א תלמיד פון ר' יוחנן, און ער ברענגט פון אים הונדערטער מימרות אין ש"ס. ער איז אויך געווען בקי אין קבלה (בראשית רבה ג,ז, שיר השירים רבה א, נב).

די דריי סארטן תרועות וואס מיר מאכן ר"ה, האט ער מתקן געווען אין קיסריה. אזוי אויך איז באקאנט פון אים די מימרא, 'במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.' זי"ע.

הערות והארות יקובלו ברצון דא: קאמענטארן אויף 'געדענק דעם תנא/אמורא!'
שבועת ראם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:31 pm

Re: געדענק דעם אמורא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבועת ראם »

היימישער הייקער האט געשריבן:געדענקסט אפשר ווער עס פרעגט די קשיא, איז עס רב אדער שמואל? געדענקסט נישט? און פארוואס טאקע נישט?

להבדיל אא"ה, האסטו אפשר אויך פארגעסען ווער עס וויל בויען די וואנט, טראמפ צו פעלאוסי? דאכצעך אז דאס האסטו נישט פארגעסן. ווייל זיי קענסטו! די ציל פון די אשכול איז דיר צו באקענען מיט די תנאים צו מקיים זיין כאילו בעל השמועה עומד כנגדו.

זעה אויך געדענק דעם תנא!


דיסקלעימער: די אלע אויסדריקן וואס איך ניץ אויף די הייליגע שרפים, איז נישט חלילה באופן פון אמת'דיג וויסן ווער זיי זענען, עס איז נאר לשבר את האוזן, און ארויסהעלפן די זכרון. כמעט בבחינת נחשון בן עמינדב האט געהאט א לאנגע בארד און גדי בן סוסי א קמץ בערדעלע.


לעניית דעתי לא זכיתי להבין במה נעלה דרכיכם לזכור כאילו בעל השמועה עומד כנגדו כל מה שכבודו מצטט כבר בא בכתובים והדברים עתיקים אולי כי העתקתם אותם בכתב יודיש איני יודע מה תועלת לאנשים באים בימים ואם הדור אנו נמצאים מכריח הצעתי היא שתחלקו כל הקורות תנא ואמורא
בסדר כדלהלן
שם התנא
אביו
רבו
חביריו
תלמידיו
משפחתו
כמה פעמים נזכר במשנה גמרא בבלי ירושלמי
מאמריו באגדה
כמה מאמרים היותר ידועים
פרנסתו
קורות חייו
וכל מראה מקום צריך גם קצת מהמימרא בש"ס קיצור ע"מ שיועיל את הקורא לזכור המימרא
באופן זה היא לא רק סיפור דברים בעלמא אלא כל אחד על מקומו וזה יועיל נגד השכחה וכן גם פעל ועשה הרב היימן בספרו תולדות תנאים ואמוראים לדעתי הוא ספר העולה על כל כותבי הדורות עם סדר נפלא.
יישר כוחכם
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”