מעדנים לנפשך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 11:14 pm

הרה"ק רבי משה לייב סאסוב'ער זצ"ל האט געזאגט:

"צו יעדע אבר פון דעם מענטש האט דער אויבערשטער באשאפן א כוסוי (דעקל) די אויגן (Eyelids), די אויערן (Earlobe), פאר דעם מויל (lips),
פאר די מחשבה וואס איז אין די מח איז די דעקל 'די מדה פון שמחה'!"

(צוואת הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זצ"ל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:42 am

Wow ביסטו לעכטיג
טעיק איט איזי

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:22 am

איינמאל איז איינער אריין צו הרה"ק מסאטמאר זצ"ל און האט אים געזאגט:
מיין רוחניות'דיגע חלק איז ב"ה פיין, אבער די גשמיות'דיגע חלק ברויך איך א בעסערונג...
האט אים די רבי געפרעגט: וואס מיינסטו צו זאגן די רוחניות'דיגע חלק?!
האט ער גע'ענטפערט: איך לערן א שיעור אין בהמ"ד יעדן טאג, וכו' וכו'
האט אים די רבי געזאגט:

"רוחניות איז דאס וואס דער מענטש טוט אין זיין צימער, ווען קיינער זעהט אין נישט"

(תפארת יואל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:24 am

איינמאל איז אריינגעקומען צום בית המדרש פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע אן אלטען ספרדי, מען האט געזעהן אויף זיין פנים אז ער איז זייער טרויערדיג, האט אים רבי אברהם געפרעגט: פארוואס זענט איר אזוי טרויערדיג?
האט ער גע'ענטפערט: ווייל כ'ווייס נישט פארוואס כ'לעב, כ'טוה דאך גארנישט אויף...
האט אים רבי אברהם געענטפערט:

"ר' איד, עס איז כדי איר זאלט לעבן 80 יאר, נאר כדי צו לייגן 'איין מאל' תפילין, אפילו אזוי ווי דו לייגסט עס..."

(אוצר ישראל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:25 am

הרה"ק רבי נח מלעכאוויטש זי"ע ווען ער האט גערעדט פון די פריעדיגע צדיקים פלעגט ער זאגן:

"באמת זעמער אפילו נישט ראוי צו דערמאנען זייערע הייליגע נעמען, אבער היינט זענען אונז מער פון זיי...
אמן יהא שמיה רבא, זאגן אונז...

(מאמר מרדכי)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש מארטש 07, 2020 9:33 pm

הרה"ק רבי הירש מרימנוב זצ"ל האט אמאל געזאגט:

עס שטייט ביים בפסוק תמים תהיה עם ה' אלקיך (דברים יח, יג) די ת' פון די ווארט תמים שטייט אין גרויס,
"כדי אידישע קינדער זאלן קענען אריינגיין אינדעם ראשו ורובו.."

(בארת המים)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש מארטש 07, 2020 9:41 pm

הרה"ק בעל האמרי חיים (מוויזניץ) זצ"ל האט אמאל דערציילט אז:

עס איז אמאל געקומען דע יצר הרע צו איינע פון די צדיקים אינמיטן 'נשמת' און האט געזאגט צו אים אז ער איז נישט ראוי צו זאגן נשמת, וויבאלט ער האט געזינדיגט אזוי און אזוי,
האט ער אים גע'ענטפערט:
"איך האב געזינדיגט, און איך וועל ווייטער זינדיגן, אבער יעצט איז נשמת..."

(מילין קדישין - ראחמיסטריווקא)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

כל טוב
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מארטש 08, 2020 1:24 am

לעכטל האט געשריבן:איינמאל איז אריינגעקומען צום בית המדרש פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע אן אלטען ספרדי, מען האט געזעהן אויף זיין פנים אז ער איז זייער טרויערדיג, האט אים רבי אברהם געפרעגט: פארוואס זענט איר אזוי טרויערדיג?
האט ער גע'ענטפערט: ווייל כ'ווייס נישט פארוואס כ'לעב, כ'טוה דאך גארנישט אויף...
האט אים רבי אברהם געענטפערט:

"ר' איד, עס איז כדי איר זאלט לעבן 80 יאר, נאר כדי צו לייגן 'איין מאל' תפילין, אפילו אזוי ווי דו לייגסט עס..."

(אוצר ישראל)

באותו ענין ובעניני דיומא,
רביה''ק מסאטמאר זי''ע האט זיך איינמאל פורים אויסגעדריקט, ס'איז ווערט צו לעבן 70 יאר כדאי איין מאל צו ליינען די מגילה

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:06 pm

הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל פלעגט נאכזאגן פון א חסיד בדרך צחות:

דאווענען האב איך ליב ביים רבי'ן, אבער מאכן קידוש האב איך ליב ביים רעבעצין... די פשוטע אידן טראכטן אז עס מיינט פשוט, אז ביים רעבעצין איז דא פיינע עסן נאך קידוש, אבער דער אהבת ישראל האט געזאגט א עס איז נישט אזוי פשוט...

(זכרון יהודה)

ענדליך צו דעם האט דער אמרי חיים פון וויזניץ זצ"ל געטיישט דאס וואס שטייט "אין קידוש אלא במקום סעודה..." ודו"ק.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:07 pm

הרה"ק רבי יחזקאל פון קאזמיר זצ"ל האט געזאגט:

וואס איז חסידות, וואס מען מעג טוהן, מעג מען טוהן.
וואס מען טאר נישט טוהן, טאר מען נישט.
איז וואס איז חסידות?!
נאר דאס וואס מען מעג טוהן, זאל מען אבער זיך נישט יאגן דערצו...

(מאמר יחזקאל)
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט