נישט שניידען נעגל ביום ה'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 4:55 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:אז מען רעדט שוין וועגן שניידן נעגל וויל איך פרעגן ?
ביי מיר אינדערהיים האט מען געוויסט אז מען שניידט נישט קיין נעגל ביינאכט ווייסט איינער צו עס האט א מקור? וויפיל איך האב געזיכט האב איך נישט געטראפן ???

געהערט דערפון קיין מקור ווייס איך נישט

אבער די איינציגסטע צייט וואס איך האב צו שניידן די נעגל
איז ביינאכט....

veltsman
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 5:17 pm

ביינונז אין קאמארנא האט מען נישט מקפיד אויף דאנערשטיג און נישט אויף סדר ״בדאגה״ כמ״ש בשלחן הטהור בשם מרן האר״י ז״ל

שמואל שמעלקא האט געשריבן:אז מען רעדט שוין וועגן שניידן נעגל וויל איך פרעגן ?
ביי מיר אינדערהיים האט מען געוויסט אז מען שניידט נישט קיין נעגל ביינאכט ווייסט איינער צו עס האט א מקור? וויפיל איך האב געזיכט האב איך נישט געטראפן ???


בספה״ק עבודת עבודה אמרות קודש פר׳ נשא שטייט אז מ׳שערט זיך נישט ביינאכט וועגן האר ווייזט אויף דינים און ביינאכט איז א זמן וואס איז שורה דינים דארף מען זיך היטן זיך נישט מגרה צו זיין מיט די חיצונים, ע״כ ומובא בציונים מקורות בשם האר״י ז״ל
די טעם איז לכאורה די זעלבע ביי נעגל,

אוועטאר
שופר
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 6:51 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:אז מען רעדט שוין וועגן שניידן נעגל וויל איך פרעגן ?
ביי מיר אינדערהיים האט מען געוויסט אז מען שניידט נישט קיין נעגל ביינאכט ווייסט איינער צו עס האט א מקור? וויפיל איך האב געזיכט האב איך נישט געטראפן ???

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=5537

דער בוטשאטשער רב איז דן לגבי די פוס און די הענט אין איין טאג, צו די נאכט גייט נאכן טאג, איז משמע אז מען מעג שערן ביינאכט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10907
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יולי 11, 2018 8:32 pm

אזוי ווי פרייטאג איז ראש חודש און זונטאג איז שוין די ניין טעג
נישט פארגעסן צו שניידן די נעגל נאך היינט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 11, 2018 10:20 pm

Untitled.png
Untitled.png (272.24 KiB) געזעהן 90 מאל

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יולי 11, 2018 10:26 pm

נאך קיינמאל נישט געהערט אז שניידן די נעגל זאל זיין א פראבלעים ביינאכט. דאס וואס איינער ברענגט דא בשם האר"י לגבי שערן די האר ביינאכט, איז אויך נישט אזא דבר פשוט, און אויף נעגל שניידן שטייט דאס זיכער נישט לפי ידיעתי.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יולי 11, 2018 10:30 pm

פון זיכרון. ר' שמואל ויטאל שרייבט מען זאל נישט שניידן נעגל ביינאכט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: real estate און 5 געסט