ד-ב-ה-ג-א צו קבלת התורה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

ד-ב-ה-ג-א צו קבלת התורה

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג יוני 06, 2019 8:52 pm

בס"ד

גרויס שפאנונג הערשט אין חצר הקודש האלבענקא, דער רבי זאל זיין געזונט האט געלאזט וויסן אז אי"ה היי יאר בשעת קריאת עשרת הדברות דעם ערשטן טאג יו"ט וועט זיין א התגלות ווי ביי מתן תורה מיט קולות וברקים וההר עשן, און אשרי הרואה.

די יושבים און געסט וואס זענען געקומען צו יו"ט צום רבי'ן פיבערן מיט א ריכטיגע הכנה, קיינער וויל נישט קומען אום צוגעגרייט צו דעם גרויסן מעמד נורא הוד. ווער רעדט שבועות ביינאכט, ווען מען איז סיי ווי אויף, קיינער האט געדרימלט, די קול פון תיקון ליל שבועות האט געדונערט אינעם שטילן טונקעלן נאכט. צום ענדע פון נאכט האבן די הענט געטוישט פון תיקון צו ספרים הק', דער א גמרא און דער א חסידיש ספר, און ווער עס איז נישט געווען קיין בר הכא, א תהילים. קוים האט מען מפסיק געווען צו מקוה'נען בקדרותא דצפרא ווי עס שטייט אין זוהר, און גלייך זיך גענומען ווייטער צום הכנה דרבה.

דער שחרית האט מער אויסגעזעהן ווי א יום הקדוש נעילה, און ביי אהבה רבה, האט מען זיך געדראפעט אויף גראדע ווענט, און קיינער האט נישט באמערקט אפילו אז עס האט געדויעט די געווינטשענע צוויי שעה.

גלייך נאך שחרית איז דער עולם ווידער געגאנגען אין מקוה, ולא תהא כהנת מעמד הר סיני, כפונדקית תקיעת שופר.
ענדליך איז דער רבי צו געגענגען בדחילו ורחימו צום אקדמות ---

***

די קול השופר הערט זיך שוין, די ענן כבד שוועבט שוין. אבער עס איז שא שטיל, ליידיג איז דער ארום, דער עולם שלאפט טיף, דער רבי מיט א בהלה לויפט ארום אין די הייזער צו וועקן דעם עולם.

ווי נאר מען דערוועקט זיך און מען הערט דעם אונטערגרונט פונעם שופר ברום, ווארפט מען ארויף אויף זיך סיי וואס, די קנעפעלעך געקנעפלט ד-ב-ה-ג-א, די קאפל איבערגעדרייט ווי קעגן עין הרע, די קישן איז נאך אויפן באקן, די פיאות צוקנייטשט, די שיך איינס וואכעדיג, און איינס ארום געדרייט, אבער ווער קען אפילו טראכטן פון דעם, ווען מיר גייען יעצט מקבל זיין די תורה.
---
אט אזוי איז געווען די ריכטיגע קבלת התורה, און זינט דאן האבן מיר געלערנט די לעקציע, צו מקבל זיין די תורה דארפן מיר נאר אויסשטרעקן די הענט, הכנה דרבה, איז א גוטע זאך, אבער אויב פאלסטו אריין אין שבועות ווי א יון אין די סוכה, קענסטו נאך אלס מקבל זיין די תורה,
און דאס איז איינע פון דע לימודים פונעם בעפארשטייענדן יו"ט.

(קלארשטעלונג: די שילדערונג איז נאר פאר חיזוק צוועקן, און נישט צו זיך פארשטעלן אז ממש אזוי זענען די אידן געווען ביים מעמד הר סיני)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג יוני 06, 2019 10:40 pm

געוואלדענאווע!!!

גאר גוט און צום זאך, יישר כח.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט