אנן סהדי. לכבוד שבועות (ולאור גזירות החינוך, ביחוד בענגלאנד)

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

אנן סהדי. לכבוד שבועות (ולאור גזירות החינוך, ביחוד בענגלאנד)

תגובהדורך י. זעירא » דאנארשטאג יוני 06, 2019 5:23 am

י. זעירא
אנן סהדי

בעה"י. אין די טעג, בין פסח לעצרת, די הייליגע ימים טובים וואס ווערן ביי אונז געפייערט דערמאנענדיג די גילויים נוראים וואס מיר האבן בייגעוואוינט בימים ההם בזמן הזה, ווי השי"ת האט איבעגעדרייעט דעם גאנצן סדר עולם אונז צו לערנען אמונה. ווי ער האט געזאגט פאר משה רבינו: כי אני הכבדתי את לבו וגו' למען שתי אותתי אלה בקרבו ולמען תספר באזני בנך ובן בנך. און ווי משה רבינו זאגט אונז אויף די גילויים פון מתן תורה: אתה הראת לדעת וגו'. איז דאך הזמן גרמא ודבר בעתו מה טוב אביסל איבערצושמועסן פשוטע יסודות האמונה, כמאמר הכתוב האמנתי כי אדבר. וכש"כ וכש"כ נאכדעם וואס טאקע אין די טעג איז ערשינען א אפיציעלע רעגירונגס דעקרעט, וואס איהר אינהאלט איז אן עמטליכן גזירת שמד, לויטענדיג נישט צו ערלויבן איבערצוגעבן פאר אונזערע קינדער אמונה אין בורא עולם ר"ל.

און פארגעבט מיר ביטע חשוב'ע ליינער, אז לצורך דע מה שתשיב ערלויב איך זיך צו צוברענגען פון זייערע טמא'נע ווערטער, איבערגעזעצט אויף אידיש.
זעלבסטשטענדיגע שולעס מעגן אויסלערנען בריאת העולם אלס א חלק פון א 'גלויבונג סיסטעם' אבער עס זאל נישט ווערן פאָרגעשטעלט ווי עס האט אן ענליכע אדער שטערקערע עדות־באזיס ווי סייענטיפישע טעאריעס.

עפרא לפומייהו.
זיי פאדערן ביי אונז צו פארשוועכן דער נאמען פונעם בורא עולם מיט נישט ווייניגער ווי פאָרשטעלן פאר אונזערע קינדער זיין גאנצער עקזיסטענץ ווי עפעס א אומבאגרינדעטע טעאריע. שומו שמים!

און אין אנדערע ווערטער, אז מיר זאלן מגדל זיין קינדער כופרים גמורים, רחמנא לשיזבן.

יעצט לאמיר זעהן א פסוק אין די הפטרה פון פרשת בראשית (ישעיה מג י), דער נביא ישעיה זאגט אונז בנבואה: אַתֶּם עֵדַי נְאֻם ה' ועבדי אשר בחרתי למען תדעו ותאמינו לי ותבינו כי אני הוא לפני לא נוצר אל ואחרי לא יהיה, אביסל ווייטער דארט אין ישעיה (פסוק יב) זאגט אונז דער נביא נאכאמאל וְאַתֶּם עֵדַי נאם ה' ואני א-ל. דער אויבערשטער זאגט אונז על ידי עבדיו הנביאים: איהר זענט מיינע עדים.
אינעם צווייטן פסוק ערקלערט רש"י: ואתם עדי, שפתחתי לכם שבעה רקיעים ולא ראיתם כל תמונה. דאס גייט אויף די גילוי פון מתן תורה, וואס השי"ת האט געעפענט אלע הימלען און אונז ממש געוויזן אז ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו, ווי רש"י ערקלערט אין פרשת ואתחנן (ד לה) אויפן פסוק אתה הראת לדעת.
דאס הייסט, אונזערע עלטערן, ווייניגסטנס ארום 2 מיליאן אין צאהל, האבן ממש געזעהן אז עס איז דא איין באשעפער אויפן וועלט, מיט א קלארע ראייה וואס מען קען פון דעם עדות זאגן ווייטער. און זיי האבן דאס איבערגעגעבן ווייטער פאר זייערע קינדער, און אזוי ווייטער מדור לדור, ביז אונז ווי מיר שטייען היינט צו טאג.

דער ערשטער פסוק אתם עדי, רעדט איבער וואס הי"ת האט אונז און אונזערע עלטערן געוויזן נסים ונפלאות אותות ומופתים, נאכן פאָראויסזאָגן אז זיי גייען קומען (עי"ש בתרגום ומפרשים).
ווי אונזערע עלטערן האבן בייגעוואוינט און מיטגעלעבט ווי השי"ת האט איבערגעדרייעט די גאנצע נאטור פון דער וועלט. קודם ביי יציאת מצרים און קריעת ים סוף, דערנאך ביי די מן וואס איז געקומען פאר זיי פון הימל טאג־טעגליך 40 יאר נאכאנאנד. נאר שבת איז עס נישט געקומען ווי משה רבינו האט זיי פאראויס געזאגט, וואס דער שבת איז ווידער עדות אויף בריאת העולם. און אזוי ווייטער מיט די וואסער פונעם שטיין, און די ענני הכבוד, און דער עמוד ענן יומם ועמוד אש לילה. א גאנצע איבערנאטורליכע הנהגה אויף טריט און שריט.

און דאס אלעס האבן מיטגעהאלטן מיליאנען מענטשן וואס האבן דאס ווייטער איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער און אייניקלעך, ביז השתא הכא ווי מיר שטייען דא אין גלות ענגלאנד בעקבתא דמשיחא, ווייטער איבערגעבנדיג די טרוקענע פאקטן פון אונזער פאלק'ס היסטאריע פאר אונזערע דורות הע"י,
ווען עס זענען אויף אונז אויפגעשטאנען אומוויסנדע טעאריקער, ביי וועמען דאס עדות פון 2 מיליאן מענטשן איבער וואס זיי האבן מיטגעלעבט טעגליך פאר 40 יאר, איז ביי זיי נישט גענוג מאסגעבנד. מיר ווינטשן און בעטן זיי זאלן זיך עס אין גיכן דערלערנען, סייענטיפיש־שפירנדיג דעם ויָדעו מצרים כי אני ה' בהכבדי בפרעה, ויחפרו ויאבדו ויֵדעו כי אתה שמך ה' לבדך עליון על כל הארץ.

עס איז אבער אונזער פליכט קלאר אויפצופאדערן ביי די אינסטאנצן -
- ווי קומט א דעמאקראטישע רעגירונג אונז אפהאלטן פון איבערגעבן אונזער עדות?
- ווי נעמט איר דאס רעכט צו פאדערן מיר זאלן פארדרייען היסטאריע, און גאר די היסטאריע פון אונזער פאלקס גרינדונג?


זיכער זענען זיי אפיקורסים, אבער ווען זיי זאלן זעהן אז אונז זענען דער זעלבער פארצייטישער איד פון יענעם פלאנעט, וואס מיט באק ציינער זאגט ער ארויס דאס עדות וואס ער טראגט מיט זיך מדור דור, און זיי זאלן דאס הערן פון אונז, און טאקע נאר דאס, און מיט א גאנצקייט מצד אונז, וועט עס זיי גארנישט לאזן קיין פלאץ ארויפצוברענגען אויפן טיש דער טעמע (און אנדערע).


קאפיטל ב'

א ודאי געבן מיר איבער די עדות צו אונזערע קינדער, לערנענדיג מיט זיי אמונה. אבער אויסער דעם זענען מיר די עדים פון קוב"ה אויף דער וועלט פאר די גאנצע וועלט, אנגעהויבן מיט שמירת שבת, ובפרטות ווען מיר זאגן ויכלו אלס עדות אויף בריאת העולם.
און אזוי ווייטער, מיט יעדן באוועגונג אין לעבן ובפרט פאר אנדערע. ועל דרך דוגמא, ווען א אידיש קינד גייט אפגעהיטן אין גאס טראגנדיג אויף זיך עול מלכות שמים, רופט ער אויס: די וועלט איז נישט הפקר! - דא געבן מיר ער איבער דאס עדות וואס דער אויבערשטער האט אונז אנפארטרויעט מיט'ן אתם עדי!

און אז דער גאנצער ארום רופט אויס דאס פארקערטע, ווען פון יעדן ווינקל שרייט ארויס מי ה' אשר אשמע בקולו, לא ידעתי את ה', און להבדיל דער איד לעבט אפענערהייט אונטער א מורא שמים ועול מלכותו, און דערמיט טוט ער פאָרשטעלן די קלאר־געזעהענע פאקטן וואס אונזער פאלקס היסטאריע טראגט מיט זיך, אז יש מנהיג לבירה! און עס איז נישט הפקר דא!, האט ער אין איינוועגס, מיט זיין באשיידענער באנעמונג, אפגעצייכנט דעם 'לעומת זה' אלס דער נבל פונעם פסוק אמר נבל בלבו אין אלקים, כי כשמו כן הוא נבל שמו ונבלה עמו (שמואל א', כה כה).
ווי געזאגט איז דאס נאר א קאלקולאציע וואס קומט אין איינוועגס ארויס פון א לעבן אין ראמען פון אידישן גלויבן, אבער נישט אז איינער פון אונז איז בודק די ארומיגע פערזענליך צו אָפּ־לעיבלע"ן מיט זיין כשר־פארדינטן טיטל, פארקערט אל תהי בז לכל אדם. און א ודאי זייענדיג פארטריבן אין גלות צווישן זיי טוען מיר זיי רעספעקטירן, און מיר אנערקענען זיי אלס די אֲדֹנֵי הארץ. מיר געדענקען וואס השי"ת האט געזאגט פאר משה רבינו חולק צו זיין כבוד פאר פרעה, טראץ דעם וואס ער האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט זאגן מי ה' אשר אשמע בקולו וגו'.

דאס איז פון אונזער זייט, אבער ער, דער נבל פון זיין זייט שפירט דאס זייער גוט, און אין די אנוועזנהייט פון דעם אויבערשטנ'ס אן עֵד ווערט איהם אומהיימליך, נאכדעם וואס יענעם'ס בלויזער עקזיסטענס באצייכנט איהם אלס א גענצליך־ אפגעפרעגטער, און מיט קראנטע דעקונג. דאס ברענגט די אומות מדורות עולם צו פרובן משתיק זיין אונזער עדות, נוצנדיג אלע ערליי תחבולות אונז צו מעביר זיין מן העולם, אדער מעביר זיין על דעת קוננו, לולי ה' שהיה לנו. אט דאס איז 'די יודענס פראגע' וואס אלע אומות זוכן דערצו א לעזונג, יעדער על פי דרכו, וגדול הרועה שמצילה ושומרה ושוברן לפניה (תנחומא תולדות).

אזוי לערנט אונז רש"י הקדוש אין פרשת בהעלתך אויפן פסוק קומה ה' ויפצו איביך וינסו משנאיך מפניך, וזל"ק: משנאיך אלו שונאי ישראל שכל השונא את ישראל שונא את מי שאמר והיה העולם וכו'. זייער שנאה איז אין אמת'ן געריכטעט צום רבש"ע אליין, וועמענס קיום דער איד שטעלט פאָר.

און אויף דעם זאגן אונז חז"ל הר סיני שממנו ירדה שנאה לעכו"ם, ווייל דאס וואס איז געווען בהר סיני שמייסט זיי אין פנים, און עס איז נישטא וואו צו אנטלויפן דערפון. עס איז אינגאנצן מקטע רגליהון.

ובימינו אלה אין א דעמאקראטיש לאנד וואו אויף אלץ און אלעם פאדערט זיך א אויסרייד, האבן מיר דערלעבט א קאמיש מאדנע ערשיינונג, וואו דער נבל איז אפן מודה וואס עס שטערט איהם, פארלאנגדיג שוץ פון די וואס מאכן איהם ענג דאס לעבן, מיט זייער בלויזער עקזיסטענס וואס טראגט אונטער זיך דאס עדות פון מיליאנען אז יש אלקים שפטים בארץ.
דאס האט צוש(ט)אנד געברענגט א ליסטע פון אויסערארדנטליכע כאראקטארן וועמענס עהרע איז געשיצט ביים געזעץ, וואו עס ציילן זיך נבלים צווישן אינוואלידן און פארקריפלטע, פיזישע און גייסטישע. מען האט זיי, די מאראליש־פארקריפלטע, גארנישט מקפח געווען.


ואנחנו אין כחנו אלא בפה, מיר וועלן נישט אויפהערן איינבעטן: קומה אלקים ריבה ריבך זכור חרפתך מני נבל כל היום.
אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר. המה כרעו (זיי בייגן זיך) ונפלו (אדער זיי לייגן זיך) ואנחנו קמנו ונתעודד. מיר וועלן אלעס דורכגיין בשלום ובמישור דערמאנענדיג שמו ית' בדיבור ובמעשה, ווען מיר פראקטיצירן א לעבן וואס כולו אומר: עדים יש אז יש אלקים בישראל ואנחנו עבדיו.

אנן סהדי.pdf
(47.14 KiB) דאונלאודעד 5 מאל
לעצט פאראכטן דורך י. זעירא אום מיטוואך יוני 12, 2019 5:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סאטמארע ווארטזאגער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:40 pm

חזק ואמץ מיט דיינע שטארקע און יסודות׳דיגע ווערטער!!!!!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יוני 07, 2019 4:04 am

Hashem yismereini
We will be strong with our eminu,
All the gzeirus against the real eminu should be butel imvitel bekuroiv Ibemeiru

(Sorry I don't have a Yiddisha keyboard)
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג יוני 11, 2019 1:42 am

עולם הפוך, אמאל איז מדינת ישראל געווען די פלאץ ווי מען האט מעביר געווען על הדת, און אמעריקע און ענגלאנדזענען געווען די מלכות של חסד, היינט איז פונקט פארקערט.

עפל קאמפאוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יוני 11, 2019 2:25 am

מצפים לישועה האט געשריבן:עולם הפוך, אמאל איז מדינת ישראל געווען די פלאץ ווי מען האט מעביר געווען על הדת, און אמעריקע און ענגלאנדזענען געווען די מלכות של חסד, היינט איז פונקט פארקערט.


די ווארט פונקט פארקערט איז נישט ממש ריכטיג, מיינסט אוודאי צו זאגן אז היינט איז די גזירות אנגעקומען "אויך" אין אמעריקע-ענגלאנד, ווייל מדינת ישראל האט נאך ליידער בכלל נישט אויפגעגעבן איר קאמף צו מעביר זיין על הדת

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דינסטאג יוני 11, 2019 12:28 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:עולם הפוך, אמאל איז מדינת ישראל געווען די פלאץ ווי מען האט מעביר געווען על הדת, און אמעריקע און ענגלאנדזענען געווען די מלכות של חסד, היינט איז פונקט פארקערט.


די ווארט פונקט פארקערט איז נישט ממש ריכטיג, מיינסט אוודאי צו זאגן אז היינט איז די גזירות אנגעקומען "אויך" אין אמעריקע-ענגלאנד, ווייל מדינת ישראל האט נאך ליידער בכלל נישט אויפגעגעבן איר קאמף צו מעביר זיין על הדת

סאיז דא פראבלעמען , אבער ווייט פון דעם אז מען זאל צווינגען היימישע אידן צו לערנען כפירה.

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

תגובהדורך י. זעירא » מיטוואך יוני 12, 2019 2:39 pm

מצפים לישועה האט געשריבן: אמעריקע און ענגלאנד זענען געווען די מלכות של חסד, היינט איז פונקט פארקערט.


זענען געבליבן מלכויות של חסד, נאר כמאמר הכתוב וחסד לאומים חטאת.
דאס איז עקסטרעמיזם אויפן ליבעראלן זייט, פרי באושים פון דעמאקראטישן געדאנקן גאנג וועלכע מאכט אזויגערופענע פארשריט שוין עטליכע דורות.

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

ווי ערנסט דארפן מיר נעמען די אינספעקשאנס

תגובהדורך י. זעירא » מיטוואך יוני 12, 2019 2:47 pm

מענין לענין

יתנו עידיהן.pdf
(35.99 KiB) דאונלאודעד 15 מאל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט