תוכחה (קללות) וואס צדיקים האבן אויסגטייטשט לברכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » מיטוואך יוני 05, 2019 6:04 pm

ס׳האט נאך קיינער נישט ג׳ענטפערט מיין פראגע. וואס איז פשט אין טייטשן א פסוק, אז ׳אם לא תשמעו לי ולא תעשו וגו׳ וועט קומען ברכות??? דאס איז קעגן איינע פון די י״ג עיקרים

אוראייניקל
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך יוני 05, 2019 6:45 pm

מקודם כל אז צדיקים האבן אזוי געזאגט איז עס אוודאי נישט קעגן די י"ג עיקרים כמובן לכל!
ושנית שטייט שוין אזוי אין זוהר הק' אויפן פסוק (פר' תבוא) 'גם כל חלי וכל מכה וגו' יעלם ה' עליך' אז עס איז א לשון פון 'העלמה' אז דער אויבערשטער וועט עס פארהוילן פון אונז און נישט ברענגען אויף אונז! (חוץ אויב די האסט אויך א קשיא אויפן זוה"ק אז עס שטימט נישט מיט די י"ג עיקרים)
למעשה קוק אין שו"ת רדב"ז (סי' תשס"ט) אז די פשוט פשט בלייבט פשוט פשט, נאר די תורה איז מרמז דברי נחמה איך אין די קללה!

החיד"א ב"נחל קדומים", כ' שבכל התוכחות גנוזות ברכות בתוכן כמו שאמרו חז"ל, ושמעתי שפסוק זה אם תקראנו למפרע הוא ברכה, וכך סידורו:

"מושיע לך ואין לאיביך נתונות, צאנך לך ישוב מלפניך גזול חמורך, ממנו תאכל ולא לעינך טבוח".

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך יוני 05, 2019 7:00 pm

די זוה"ק זאגט כמה פעמים אז די קללות זענען ברכות, יעו"ש. דאס איז נישט קיין קשיא אויף שכר ועונש. נאר אויף די שווערע לשונות פין קללות נמרצות, וואס כידוע אין ספה"ק אויף ברכות קענען זיין מקטרוגים רח"ל, אבער אויף קללות ניין, האט די תוה"ק געשריבן קללות אין באהאלטן אין דעם ברכות, א שטייגער ווי די גמרא זאגט בעסער די קללות פין אחי' השילוני ווי איידער די ברכות פין בלעם הרשע, למשל א רחמנותדיגע מאמע ווארנט א קינד זאל נישט אריינלאזן אין א סכנה ווייל ער קען ברעכן הענט אין פיס, אפילו ווען זי זאל עס זאגן מיט די שטרענגסטע קול, וויל זי זיכער איהם זאל קיין שאדן נישט געשען, אבער ווען א רשע א מושל ס'טראשעט אז אויב מען וועט זיין געזעץ עובר זיין וועט ער שווער באשטראפן אפילו ווען ער זאגט עס מיט א שמייכל ווארט ער אבער מתי יבט לידי אין איך זאל איהם קענען באשטראפןץ דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט שכר ועונש. בעל הרחמים ומקור הרחמים גיט אינז נאר ברכות.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך יוני 05, 2019 7:05 pm

מהרש"א על מועד קטן דף ט/ב
א"ל יהא רעוא דתזרע ולא תחצד כו'. מהאי לישנא שא"ל לאבוה לא מבעיא דברוכי לא בירכן אבל צעורי צעורן כו' ולא קאמר לא בירכן אבל קללוני כמ"ש בלק גם קוב לא תקבנו גם ברך לא תברכנו נראה שגם הוא לא חשדן שהיו מקללים אותו ובודאי יש להם כוונה אחרת בזה אבל כיון שלא הבין כוונת דבריהם קאמר דצעורי צעורן בזה שלפי דבריהם לא הבנתי מהם שום ברכה ואע"פ שהם בלשון קללה כוונתם לטובה ולברכה כעין שאחז"ל בפרק חלק טובה קללה שקלל אחיה השלוני מברכה שבירך בלעם הרשע את ישראל כו' דהכל הולך אחר הכוונה והם עשו כן לחדודי לידע אם יבין כוונת דבריהם שכוונו לברכה דלכך ציער עצמו שלא הבין כוונת דבריהם וכה"ג צ"ל לעיל שא"ל ולא אפטריתו מיני באורתא שאמר להן כן לחדודי שהרי הוא למדם דצריך ליפטר ממנו פעם אחרת ושמעתי עוד בזה שעשו כן כדי שיבא לאביו ויפרשו לו כוונתם לברכה ותחול הברכה עליו גם מאביו והוא דחוק קצת דא"כ מהיכא הוה פסקי להו דהוא לא יבין כוונת דבריהם ואביו יבין ודו"ק:

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך יוני 05, 2019 7:13 pm

אין ספר לב ארי' (וילהמשדורף תלד) סוף פרשת בחקתי זאגט ער אז דאס וואס עס שטייט טין פרשת נצבים בשרירות לבי אלך וגו' ורבצה בו, אז אויב איינער זאגט די אלע קללות זענען ברכות אם כן בשרירות לבי אלך אז ורבצה בו וגו'

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך יוני 05, 2019 11:59 pm

פראצעדור האט געשריבן:עס איז באקאנט אז אסאך צדיקים האבן געהאט אן ענין צו מהפך זיין די קללות לברכה אויב געדענקט איר נאך ביטע מוסיף זיין
וזה החלי

ואכלתם בשר בניכם

די קינדער ווועלן זיך יאגן צום רבין'ס טיש און זיי ווען אנטלויפן פון די סעודה פאר די פלייש אזש אז די עלטערן וועלן דארפן אויפעסן די קינדערס פלייש
(כמדומה לי האמרי חיים זי"ע)

געהערט אמאל א אנדערע אויסדריג אז טאמער א קינד וועט אראפגיין פונעם דרך התורה און ער וועט אנהייבען עסן נבילות וטריפות בענטשט אים די תורה אז ער וועט נאך צוריק קומען, און וועסט קענען עסן די בשר בניכם וואס זיי סארווירן דיך ווען די וועסט זיין ביי זיי אינדערהיים


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט