הגאון ר"מ שטערנבוך שליט"א - מוחה אויף חשש עבודה זרה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

הגאון ר"מ שטערנבוך שליט"א - מוחה אויף חשש עבודה זרה

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 6:32 pm

איך האב עס נישט געזען באריכטעט דא אין אונזער וועלטל. איך בין נישט זיכער וואו עס באלאנגט, אבער עס איז זיכער גאר א וויכטיגע ידיעה כדי נישט נכשל צו ווערן ח"ו אין דיבורים פון עבודה זרה.
ביי חסידים האט מען געוואוסט אז עס איז א דבר גדול זיך מקשר צו זיין צו צדיקים. אבער עס דארף געטוהן ווערן על פי תורה. אויב רירט מען זיך אוועק אפילו אביסל קען מען ח"ו נכשל ווערן - בשוגג - אין דעם סאמען הארבסטן חטא פון די תורה - עבודה זרה רח"ל!
לעצטנס אין ליכט פון די גרויסע פרסום וואס דער גרויסער צדיק און פועל ישועות רבי ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל זי"ע האט באקומען, און צוליב דאס וואס דער רבי ר' ישעי'לע פלעגט משפיע זיין פרנסה פאר יידישע קינדער, האט איינער "מתקן" געווען א געוויסע תפילה צו זאגן פאר פרנסה, און א געוויסע מוסד אין ארץ ישראל האט דאס פארשפרייט.
אין די תפלה זענען דא געוויסע זאצן וועלכע על פי פסק הלכה פון ראב"ד ירשלים שליט"א זענען זיך גובל מיט ע"ז רח"ל.
עס איז כדאי מפרסם צו זיין.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 6:33 pm

דא איז די תפילה.
צוגעלייגטע
תפילה על הפרנסה.jpeg
תפילה על הפרנסה.jpeg (93.82 KiB) געזעהן 1488 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 6:34 pm

און דא זענען די רייד פון הגר"מ שטערנבוך שליט"א
צוגעלייגטע
הרב משה שטרנבוך - תפילה על הפרנסה.png
הרב משה שטרנבוך - תפילה על הפרנסה.png (97.09 KiB) געזעהן 1485 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג מאי 26, 2019 6:41 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך האב עס נישט געזען באריכטעט דא אין אונזער וועלטל. איך בין נישט זיכער וואו עס באלאנגט, אבער עס איז זיכער גאר א וויכטיגע ידיעה כדי נישט נכשל צו ווערן ח"ו אין דיבורים פון עבודה זרה.
ביי חסידים האט מען געוואוסט אז עס איז א דבר גדול זיך מקשר צו זיין צו צדיקים. אבער עס דארף געטוהן ווערן על פי תורה. אויב רירט מען זיך אוועק אפילו אביסל קען מען ח"ו נכשל ווערן - בשוגג - אין דעם סאמען הארבסטן חטא פון די תורה - עבודה זרה רח"ל!
לעצטנס אין ליכט פון די גרויסע פרסום וואס דער גרויסער צדיק און פועל ישועות רבי ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל זי"ע האט באקומען, און צוליב דאס וואס דער רבי ר' ישעי'לע פלעגט משפיע זיין פרנסה פאר יידישע קינדער, האט איינער "מתקן" געווען א געוויסע תפילה צו זאגן פאר פרנסה, און א געוויסע מוסד אין ארץ ישראל האט דאס פארשפרייט.
אין די תפלה זענען דא געוויסע זאצן וועלכע על פי פסק הלכה פון ראב"ד ירשלים שליט"א זענען זיך גובל מיט ע"ז רח"ל.
עס איז כדאי מפרסם צו זיין.

איים סארי. איך האב אדורך געליינט די ווערטער פון די ראב"ד שליט"א, איך זעה נישט בכלל אז ער זאל דערמאנען אז עס איז ח"ו א ענין פון עבודה זרה. ער האט אפילו נישט קיין פראבלעם מיט די ווערטער אז ר' ישעי'לה איז משביר לכל עם הארץ, און די שפע פון פרנסה גייט דורך עם. סך הכל האט ער א טענה אז די לשון עשה עמנו צדקה כמו שעשה ר' ישעיה, איז א צמצום אין די יכולת פון דעם אייבערשטען. די רבונו של עולם איז א כל יכול, אסאך אסאך מער פון די שפע וואס ר' ישעי'לע האט געברענגט בס"ד.
אין כאן לא עבודה ולא זרה.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מאי 26, 2019 6:44 pm

ווי שטייט אין די תפילה, עשה עמנו חסד כפי שעשה ר׳ שעיה בן ר׳ משה?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג מאי 26, 2019 6:45 pm

אין די תפילה וואס ווערט דא געברענגט, נישט דא די ווערטער וואס דער ראש בי"ד האט איבערגברענגט

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג מאי 26, 2019 6:50 pm

ווי האט יענער חסיד זיך צעוויינט..... ריבונו של עולם געבסטע מיר פרנסה איז גוט, אז נישט פאר איך צו רבי ישעילע....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג מאי 26, 2019 6:52 pm

אפגעזעהן צו דאס איז עבודה זרה אדער נישט, איז די תפלה א שטיק טיפשות...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 6:54 pm

איך פארשטיי נישט דער גאנצע נושא דא דער תפילה בעט מען ס"ה עשה עמנו חסד בזכות ר ישעיה בן ר משה שעשה חסד עם אחירים!

פריילעך אידל האט געשריבן:אפגעזעהן צו דאס איז עבודה זרה אדער נישט, איז די תפלה א שטיק טיפשות...

וואס איז דער טופשות ס"ה א וועג צו מאכען געלט!

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מאי 26, 2019 7:04 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:ווי האט יענער חסיד זיך צעוויינט..... ריבונו של עולם געבסטע מיר פרנסה איז גוט, אז נישט פאר איך צו רבי ישעילע....

דאס איז שוין כפירה

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג מאי 26, 2019 7:05 pm

אין די תפילה ווערט נישט דערמאנט די ווערטער וואס דער ראב''ד דערמאנט.
וואס כלשונו בעט מען אויף חסד. אין דעם מאס וואס ר' ישעי'לע האט געטוהן.
אויף דעם האט ער אטענה אז דער אייבירשטער איז ח''ו נישט קיין מוגבל.
אבער אין די תפילה איז מען נאר מעורר דעם זכות פון ר' ישעי'לע .
(קען זיין זיי האבען עס פאראכטען)
אפגעזעהן פון דעם.איז דאס בכלל א האקעלע ליניע.

אריין אין ברסלב אשכול
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מאי 26, 2019 7:11 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:אפגעזעהן צו דאס איז עבודה זרה אדער נישט, איז די תפלה א שטיק טיפשות...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 7:19 pm

איז נישט עבודה זרה א שטיק טיפשות?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג מאי 26, 2019 7:30 pm

חסידישער קאך האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:ווי האט יענער חסיד זיך צעוויינט..... ריבונו של עולם געבסטע מיר פרנסה איז גוט, אז נישט פאר איך צו רבי ישעילע....

דאס איז שוין כפירה

וואס איז מיטן צדיק גוזר והקבה מקיים?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 7:46 pm

שכל הישר האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:ווי האט יענער חסיד זיך צעוויינט..... ריבונו של עולם געבסטע מיר פרנסה איז גוט, אז נישט פאר איך צו רבי ישעילע....

דאס איז שוין כפירה

וואס איז מיטן צדיק גוזר והקבה מקיים?

זעט איר וואו נאנט עס איז?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מאי 26, 2019 7:48 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
שכל הישר האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:ווי האט יענער חסיד זיך צעוויינט..... ריבונו של עולם געבסטע מיר פרנסה איז גוט, אז נישט פאר איך צו רבי ישעילע....

דאס איז שוין כפירה

וואס איז מיטן צדיק גוזר והקבה מקיים?

זעט איר וואו נאנט עס איז?

ח"ו אזוי צו רעדן

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 7:49 pm

סארקאזי האט געשריבן:אין די תפילה ווערט נישט דערמאנט די ווערטער וואס דער ראב''ד דערמאנט.
וואס כלשונו בעט מען אויף חסד. אין דעם מאס וואס ר' ישעי'לע האט געטוהן.
אויף דעם האט ער אטענה אז דער אייבירשטער איז ח''ו נישט קיין מוגבל.
אבער אין די תפילה איז מען נאר מעורר דעם זכות פון ר' ישעי'לע .
(קען זיין זיי האבען עס פאראכטען)
אפגעזעהן פון דעם.איז דאס בכלל א האקעלע ליניע.

אריין אין ברסלב אשכול

איך מיין אויך אז זיי האבן עס פארראכטן. ועוד, אפילו אין דעם אריגענאל איז דאס געווען די כוונה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג מאי 26, 2019 7:56 pm

מען האט אים איבערגעגעבן די מפתחות הפרנסה..... ס'לעבעדיג ס'פריילאך!....

יו אידיעט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג מאי 26, 2019 8:09 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך האב עס נישט געזען באריכטעט דא אין אונזער וועלטל. איך בין נישט זיכער וואו עס באלאנגט, אבער עס איז זיכער גאר א וויכטיגע ידיעה כדי נישט נכשל צו ווערן ח"ו אין דיבורים פון עבודה זרה.
ביי חסידים האט מען געוואוסט אז עס איז א דבר גדול זיך מקשר צו זיין צו צדיקים. אבער עס דארף געטוהן ווערן על פי תורה. אויב רירט מען זיך אוועק אפילו אביסל קען מען ח"ו נכשל ווערן - בשוגג - אין דעם סאמען הארבסטן חטא פון די תורה - עבודה זרה רח"ל!
לעצטנס אין ליכט פון די גרויסע פרסום וואס דער גרויסער צדיק און פועל ישועות רבי ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל זי"ע האט באקומען, און צוליב דאס וואס דער רבי ר' ישעי'לע פלעגט משפיע זיין פרנסה פאר יידישע קינדער, האט איינער "מתקן" געווען א געוויסע תפילה צו זאגן פאר פרנסה, און א געוויסע מוסד אין ארץ ישראל האט דאס פארשפרייט.
אין די תפלה זענען דא געוויסע זאצן וועלכע על פי פסק הלכה פון ראב"ד ירשלים שליט"א זענען זיך גובל מיט ע"ז רח"ל.
עס איז כדאי מפרסם צו זיין.

@יידישע קהילות אפשר קענסטו אנווייזען ווי אין די תפילה זעהט מען די ווערטער וואס די ראב"ד שרייבט ?? איך האב דורך געקוקט די תפילה אפאר מאל און איך טרעף עס נישט.

בכלל וויל איך פארשטיין.
אפילו עס וואלט יא געשטאנען די ווערטער, פארוואס דארף מען לערנען פשט אז מען בעט דעם אייבערשטן, ער זאל טוהן מיט אונז חסד "מיט אזא צומצום וואס ר' ישעי'לע האט געטהן" פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט פשט "אז פונקט ווי ר' ישעי'לע האט געטוהן חסד, זאל אויך דער אייבירשטער טוהן חסד" פארשטייט אז ווען דער אייבירשטער טוט חסד איז עס אנלימיטעט. אזויווי מיר זאגן יעדן טאג "כמו שכבש אברהם אבינו את רחמיו לעשות רצונך בלבב שלם כן יכבשו רחמך" עס איז אויך כפירה?? איז דען דער אייבירשטער נישט מער כבש רחמיו ווי אברהם אבינו?
וואס איז דא אנדערש?? (נישט אז איך גלייך צו ר' ישעי'לע צו אברהם אבינו.. אבער קעגן דעם באשעפער איז יעדער בטול )

האקט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מאי 26, 2019 8:30 pm

אלס איינער וואס קען דעם עילוי'שן צוגאנג פון דעם שר התורה הראב"ד שליט"א, פארשטיי איך אז ער האט גערעדט פון איין זאך, אבער ער מיינט דעם גאנצן פעקעדזש.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג מאי 26, 2019 8:40 pm

וואס האט דער עולם טענות אויף יידישע קהילות?.. גייטס צום ראב"ד מיט טענות...

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג מאי 26, 2019 11:19 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אין די תפילה ווערט נישט דערמאנט די ווערטער וואס דער ראב''ד דערמאנט.
וואס כלשונו בעט מען אויף חסד. אין דעם מאס וואס ר' ישעי'לע האט געטוהן.
אויף דעם האט ער אטענה אז דער אייבירשטער איז ח''ו נישט קיין מוגבל.
אבער אין די תפילה איז מען נאר מעורר דעם זכות פון ר' ישעי'לע .
(קען זיין זיי האבען עס פאראכטען)
אפגעזעהן פון דעם.איז דאס בכלל א האקעלע ליניע.

אריין אין ברסלב אשכול

איך מיין אויך אז זיי האבן עס פארראכטן. ועוד, אפילו אין דעם אריגענאל איז דאס געווען די כוונה.

עס קוקט אויס אזוי ווייל לפי לשה''ק שטומט נישט די ווערטער ''בזכות שעשה'' הצדיק וכו' אבער כפי שעשה שטומט!
זייער נייגעריג צו וויסען ווער עס האט געמאכט די( כמו ) תפילה?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג מאי 26, 2019 11:57 pm

פונעם קעפל האב איך געמיינט אז די רעדע איז פון די ע"ז שייטלען...

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מאנטאג מאי 27, 2019 1:23 am

יידישע קהילות האט געשריבן:אלס איינער וואס קען דעם עילוי'שן צוגאנג פון דעם שר התורה הראב"ד שליט"א, פארשטיי איך אז ער האט גערעדט פון איין זאך, אבער ער מיינט דעם גאנצן פעקעדזש.

א"כ מיינט די גאנצע זאך גארנישט
זה הקטן גדול יהי'

אוראייניקל
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג מאי 27, 2019 2:29 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:מען האט אים איבערגעגעבן די מפתחות הפרנסה..... ס'לעבעדיג ס'פריילאך!....

יו אידיעט!

יא! אזוי האט געזאגט הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זצ"ל


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט