ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביידעלע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

תגובהדורך ביידעלע » מיטוואך אפריל 17, 2019 5:19 pm

איך בין נעכטן אריין דאווענען מנחה אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. זעה איך דארט הענגן א צעטיל מיט א בילד פון אן אמאליגען היסב בעט ווען מען פלעגט עסען אנגעלאנט אויף א בעט. מען זאגט אז דאס האט הר"ר יודא לייב פליישמאן נ"י גמאלען, און עס קומט אויס לויטן בילד אז אז דער עולם טיט נישט די הסיבה אויפן ריכטיגען וועג און לויט דעם וועג פונעם בילד איז דאס אסאך מער בקוועמטער און פראקטישער.
IMG_0008.JPG
IMG_0008.JPG (96.08 KiB) געזעהן 947 מאל


ער צייכענט אן אז מען זאל מעיין זיין אין די גמרא מסכת פסחים דף ק"ח און אין רש"י מסכת ברכות דף מ"ו ע"ב. ווי אויך איז ער מעתיק די לשון המחבר "לא יטה על גבו אלא על צידו".

לשיטתו קומט אויס אז אנשטאט וואס דער עולם לייג זיך צו די לינקע זייט פונעם היסב בעט, דהיינו אויף די זייטיגע הענטל פונעם סאפא, דארף מען זי אויסדרייען מיטן גוף צום רעכטן זייט פונעם סאפא אזוי אז די לינקע זייט פונעם גוף איז אנגעלאנט אויפן אנלאנער פונעם בעט אבער מען בלייבט אויפגעזעצט און מען קען געהעריג עסען מיט די רעכטע האנט.

לפענ"ד איז דאס א געוואלדיגע חידוש און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו?

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:09 pm

עפעס שטימט נישט אויף די בילד, די עצם בילד פונעם בענקעל איז ער לכאורה גערעכט, נאר ס'דארף זיין פארקערט די הויכע וואנט אויף די לינקע זייט, ווייל מ'דארף ליגן אויף די לינקע זייט.

ווי אויך אין די בילד ליגט דער מענטש אויך על גבו.

איך מאך אז מיין בענקעל זאל זיין בערך אזוי.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:18 pm

זע דא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 17, 2019 7:03 pm

נאכמער רש"י שרייבט דארט: "רגילין היו לאכול בהסבה על צדו השמאלית, מוטה ורגליו לארץ, איש איש על מטה אחת", דהיינו די פיס פלעגט זיין אויף דער ערד אדער לכפה"פ געבויגן צו דער ערד נישט אינגאנצען אויסגעצויגען אויפן בעט אזוי ווי די בילד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

עצה טובה להסיבה!

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 17, 2019 7:04 pm

א גרינגע און פראקטישע עצה מקיים צו זיין מצות הסיבה כדת וכדין פאר ווער ס'פירט א אייגענע סדר.

[זיך אויסלייגן אויף די סאפע איז לכאורה נישט די ריכטיגע הסיבה, מ'קען אזוי נישט טרינקן קיין כוס, מ'גיסט זיך אינגאנצן אן, און ס'איז נישט קיין דרך חירות לפענ"ד].

מ'נעמט צוויי דיינונג רום בענקלעך, איינס צו זיצן דערויף כרגיל, און די צווייטע צו לייגן די קישענס און דאכענס דערויף, די צווייטע דארף זיין א ARM CHAIR.

מלייגט די צווייטע אויף די לינקע זייט פון די ערשטע בענקעל, מ'דרייעט אויס די צווייטע בענקעל אז די זיץ זאל זיין סמוך צו די ערשטע און די רוקען זאל זיין ווייטער.

מ'לייגט 2 קעבעל טייס cable ties אויף די 2 פיסלעך פון די 2 בענקלעך. דא הייסט מ'בינדט צוזאם די פאדערשטע פיסלעך פון די זייטיגע בענקעל מיט די לינקע פיסלעך פונעם ערשטען בענקעל, אזוי האלט זיך צוזאם די 2 בענקעלך און ס'פארט נישט אוועק בשעת הסיבה.

מ'לייגט ארויף קישענס און/אדער דאכענעס אויף די זייטיגע בענקעל ביז די הויעך פון די אקסעלן (אדער אביסל נידריגער) פונעם ראש המסובין, כדי ער זאל קענען ארויפלייגן זיין לינקע האנט באקוועם אויף דעם און זיך אנלאנען אויף די לינקע זייט.

הוספה אויב מ'וויל: מלייגט ארויף א שיינע דעק אויף ביידע בענקעלך צוזאמען.

אויף דעם אופן קען מען זיך גוט מיסב זיין און טרינקן און עסען נארמאל בדרך חירות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:21 pm

מענטשן ווייסן אפשר נישט, מ'איז צוגעוואוינט אז אלץ ווען מ'ענדיגט א ברכה טרינקט מען גלייך, ווען מ'ענדיגט דעם בורא פרי הגפן ביים סדר נעמט מען זיך טרינקן שיעף לינקס אויפן וועג צום היסב בעט, ווען מ'קומט אן צום בעט האט מען שוין געענדיגט, און מ'האט נישט יוצא געווען מצות הסיבה, די הלכה איז אז הסיבה מוז זיין נסמך על דבר, אין די לופט הייסט נישט הסיבה.
ווען מ'ענדיגט הגפן, מ'דארף זיך קודם אנלאנען און נאכדעם אנהייבן טרינקן דעם כוס.

נתן בן ופסי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג אפריל 19, 2019 1:43 am

ער צייכענט אן אז מען זאל מעיין זיין אין די גמרא מסכת פסחים דף ק"ח און אין רש"י מסכת ברכות דף מ"ו ע"ב. ווי אויך איז ער מעתיק די לשון המחבר "לא יטה על גבו אלא על צידו".

לשיטתו קומט אויס אז אנשטאט וואס דער עולם לייג זיך צו די לינקע זייט פונעם היסב בעט, דהיינו אויף די זייטיגע הענטל פונעם סאפא, דארף מען זי אויסדרייען מיטן גוף צום רעכטן זייט פונעם סאפא אזוי אז די לינקע זייט פונעם גוף איז אנגעלאנט אויפן אנלאנער פונעם בעט אבער מען בלייבט אויפגעזעצט און מען קען געהעריג עסען מיט די רעכטע האנט.

לפענ"ד איז דאס א געוואלדיגע חידוש און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו?[/quote]
איך זעה נישט קיין חילוק פון פרקדן אין דאס בילד וואס איז לכא' אסור, על צידו מיינט ווען מען בייגט זיך שיף, אין מען קען נאך אלץ עסן מיט די רעכטע האנט

לויט דאס בילד איז גרינג צי עסן מיט די לינקע האנט אין עס איז דא שמעוס אין די פוסקים וועגן א איטר יד (ס''ה רעדט מען פון א בילד וואס איינער האט געמאלען בימינו אלה)

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אפריל 19, 2019 7:17 am

ס'דא א ווידעא פון רב בעלסקי ווי ער ווייזט פינקטליך וויאזוי הסיבה דארף זיין. כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו לינקן.

לאנגזאם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:25 pm

תגובהדורך לאנגזאם » מאנטאג אפריל 22, 2019 12:18 am


חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מאנטאג אפריל 22, 2019 12:23 am

אונז שטאמען נישט םון גרים. וואס איז שלעכט וואס אונזערע עלטערען און רביס האבען געטהון

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » מאנטאג אפריל 22, 2019 8:41 pm

און אזוי האמער אונז טאקע געזען ביי די טאטעס און די רבי'ס
הסבת כל הגוף
Impossible is just an opinion


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הצעיר באלפי און 7 געסט