סייענס און אמונה פשוטה ביחס לתורתינו הקדושה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

סייענס און אמונה פשוטה ביחס לתורתינו הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

בעזרת השי"ת וויל מיר דא אנהייבען א שמועס איבער א וויכטיגע נושא, וואס ליידער בדורינו אלה זיינען זיך א סאך טועה דערינען, ווער בזדון ווער בשגגה. אזוי ווי די רבונו של עולם האט צוגעפירט אזוי אז די היינטיגע וועלט איז די גרינגסטע זאך וואס איז פארהאנדען איז אינפארמאציע, וואס דאס איז דאך ביליגער ווי לופט! אז איר ווילט אנפילן א רעדל, גייט איר צום גאז סטאנציאן און איר צאלט אפאר טאלער מ'זאל אייך אריינבלאזן אינעם רעדעל. אבער אז איר ווילט האבען אינפארמאציע איבער סיי וועלכע נושא איז עס אומזיסט, בחינם אין כסף!
במילא ווילען מיר דא איבערגיין איטליכע יסודות איבער דיזע נושאים, מ'זאל פשוט באקומען א מינדעסטע ידיעה איבער דיזע זאכען, וואס רוב מענטשען האבען א קנאפע ידיעה דערינען, און אפילו איך בין בלויז באהאווענט אפס קצהו, און דאס אויכעט נאר פון א כלי שני, פון עהרליכע אידען וואס האבען געשריבען ספרים וואס זענען מסביר דיזע ענינים בטוב טעם ודעת.
על כל פנים, לאמיר צוטרעטען צו די ענין. אזוי ווי ס'איז א ברייטע פארצווייגטע נושאים, וועלען מיר דאס צוטיילען אין א שיינע צאל תגובות, ווייל מיר ברויכען דאך אריינטראכטן אין יעדע נקודה, און איבערגיין מערערע מאל זיכער מאכען אז יעדעס וארט איז טאקע מנופה ביג נפה, און אויסגעהאלטען מכל הצדדים.
מיר בעטען בכל לשון של בקשה! מ'זאל ביטע זיך האלטען אין די ראמען, און מ'זאל ביטע "נישט" אריינגיין אין קיין ספעציפישע נושאים, ווייל מיר זוכען נישט דא צו דן זיין איבער דאס אדער יענץ, נאר אויף די גאנצע זאך בכלליות, וזה החלי בעזר צורי וגואלי.


די רבונו של עולם האט באשאפען אדם הראשון אין די זעקסטע טאג, און ער האט עם געגעבען שכל אין קאפ, און האט עם געזאגט, דו ביסט א געוועלטיגער איבער אלע חית הארץ, און אויך אויף די עופות השמים, ובכל דגי הים בידכם ניתנו. און אזוי האט אויך ג-ט ברוך הוא געזאגט פאר נח'ען, אז ער קען עסען פון יעדען בעל חי, ווייל ער איז א שולט אוףי די בריאה.
די מענטש האט באקומען שכל און מחמת דעם קען ער טאקע נוצען זיין אייגענע כלים וואס דער רבונו של עולם האט עם באשאנקען כדי צו קענען פארשטיין די וועלט ארום עמען. און מיט די כח קען ער זיך באנוצען אז ער איז שטערקער ווי יעדען איינעם, און ער קאן געוועלטיגען אויף יעדן איינעם, ווייל קיין שום באשאפעניש קען זיך נישט קעגענשטעלן די שכל פון די מענטש, כאטש אין די גוף זענען אסאך חיות פיהל שטערקער ווי די מענטש.
למשל די מענטש האט אזא פארשטנאד אז ער וווייסט מיט א קלארקייט אז יעדע שיינע אדער גוטע זאך וואס ער זעט, מיט א פונקטליכע סדר און אויסשטעל, ווייסט ער אז דאס האט איינער ערצייגט און אהערגעשטעלט. דאס איז א זאך וואס נאר א מענטש קען פארשטיין. א בהמה קענסטו ווייזען א טייערע דיימאנט שטיין און עס איז ביי אים פונקט ווי א שטיק הארטע ערד. אבער א מענטש וועט גלייך זיין אז דאס איז א ווערטפולע דיימאנט וואס שאצט זיך אין די טויזענטערס, און דאס איז גארנישט קיין פארגליייך צו א געווענדליכע שטיינדל.
א מענטש קען נוצען דיזע פארשטאנד כדי צו כאפען וואס קומט פאר ארום עם, און דאס נוצען צו פארבעסערען זיין וועזן.
יעצט לאמיר מאכען א תמצית וואס מ'האמיר געשמועסט ביז אהער.
א) די באשעפער האט געגעבען פאר א מענטש א כח פון שכל וואס ער קען מיט דעם שולט זיין אויף די בריאה דורעך זיין פארשטאנד פון די נאטור.
ב) די מענטש קען נוצען די כח כדי צו קענען ארויסהאבען וואס טוט זיך אפ אויף די וועלט, און קענען פארשטיין אביסעל ווי אזוי און פארוואס דאס אלעס איז צושטאנד געקומען.
ג) א בהמה און סיי וועלעכע אנדערע באשעפעניש פארמאגט נישט די יכולת און דעריבער איז זיכער אז ס'איז באשאפען געווארען פאר א סיבה מ'זאל נוצען די שכל.

המשך יבא לכשאפנה.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

קוקט מיר אויס זייער אינטערעסאנטע נושאים, אבער אני הקטן כאפ נאכנישט וואס ס׳רעדע גייט דא זיין....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

‎דאס עצם אשכול איז שוין א טריט גערוקט פון "אמונה פשוטה".

די ענינים לערנט מען בספריהן של קדמונים בלשונם הקדוש בדחילו ורחימו, קיין עסק פאר א פארום, וקצרתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זעהט אויס אינטערסאנט (אבער זייער א אקעלע נושא פאר איי-וועלט, ווייסט וויפל מ׳האט שוין צוגעשפארט אזעלכע אשכולות)

פארשטיי איך נאר נישט פשט פונעם קעפל סייענס און אמונה פשוטה ביחס לתורתינו הקדושה
איך מיין סאיז פאסיגער סייענס ביחס לתורתינו הקדושה און אמונה פשוטה,
אויסער אויב איך האב נישט פארשטאנען דיין כונה.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג פעברואר 01, 2019 9:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

farshlufen האט געשריבן:‎דאס עצם אשכול איז שוין א טריט גערוקט פון "אמונה פשוטה".

די ענינים לערנט מען בספריהן של קדמונים בלשונם הקדוש בדחילו ורחימו, קיין עסק פאר א פארום, וקצרתי.


Wrong!

אמונה פשוטה מיינט נישט גלייב! ווייל איך האב דיר געהייסן גלייבן.

אמונה הייבט זיך אן - דארט ווי מיין אייגענער שכל ענדיגט זיך!


א מענטש דארף וויסן, פארשטיין און גלייבן אז אפילו זאכן וואס ער פארשטייט נישט, איז אלעס פון הקב״ה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קיסריה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:‎דאס עצם אשכול איז שוין א טריט גערוקט פון "אמונה פשוטה".
די ענינים לערנט מען בספריהן של קדמונים בלשונם הקדוש בדחילו ורחימו, קיין עסק פאר א פארום, וקצרתי.

Wrong!
אמונה פשוטה מיינט נישט גלייב! ווייל איך האב דיר געהייסן גלייבן.
אמונה הייבט זיך אן - דארט ווי מיין אייגענער שכל ענדיגט זיך!

א מענטש דארף וויסן, פארשטיין און גלייבן אז אפילו זאכן וואס ער פארשטייט נישט, איז אלעס פון הקב״ה.

וידעת היום והשבות אל לבבך
וידעת את ה׳
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קיסריה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:‎דאס עצם אשכול איז שוין א טריט גערוקט פון "אמונה פשוטה".

די ענינים לערנט מען בספריהן של קדמונים בלשונם הקדוש בדחילו ורחימו, קיין עסק פאר א פארום, וקצרתי.


Wrong!

אמונה פשוטה מיינט נישט גלייב! ווייל איך האב דיר געהייסן גלייבן.

אמונה הייבט זיך אן - דארט ווי מיין אייגענער שכל ענדיגט זיך!


א מענטש דארף וויסן, פארשטיין און גלייבן אז אפילו זאכן וואס ער פארשטייט נישט, איז אלעס פון הקב״ה.

אויף וואס ארויף קוואויט איר מיינע ווערטער אז איר באציהט זיך בכלל נישט צו זיי?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”