גיי שוין ארויס פון דא!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

גיי שוין ארויס פון דא!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

גושן, ב' אלפים תמ"ח.
עס איז פסח אויפדערנאכט, אייגענטליך האבען די אידען זיך נאכנישט צוגעוואוינט געהעריג צום ווארט "פסח". א רגע, "אידן" זאג איך דא? מ'איז נאכנישט געווען אידן ממש, אבער מ'איז געווען גרייט צו מקבל זיין עול התורה. זיצען זיך א גרופע בני אברהם יצחק ויעקב און גרייטען זיך צו עסען דעם כזית געבראטן פלייש. ווי דעם ציווי פון הקב"ה געפינט זיך דער שטעקן אין די האנט גרייט, און אויפ'ן טיש ליגען די הייליגע מצות און ביטערע גרינסען וואס דער רבונו של עולם האט געהייסען מ'זאל עסען מיט די בשר הפסח.
ביים טיר איז אנגעשמירט מיט בלוט פון דעם קרבן פסח. דאס איז די בלוט וואס דערמיט וועט די הייליגע רבונו של עולם פינאנדערשיידן צווישן א איד און א גוי, צווישן די בני אברהם יצחק ויעקב און די נידעריגע מצריים. די יודן שפירען זיך דערהויבען מער און מער, מיט יעדע מינוט וואס גייט פארביי. מ'קען זיך פארשטעלן היינטיגע צייטען די געהויבנקייט פון א סדר נאכט, און יעצט מאלטיפלייט דאס א מיליאן מאל, אריינטראכטענדיג פון אזא געהויבענעם סדר נאכט, וואס דער רבונו של עולם אליין גייט כביכול אפשטאטן א באזוך.
עס איז שוין שטאק פינצטער אינדרויסן, אלע יודן זיצן ארום די טיש, מ'זינגט הלל און מ'דאנקט דעם רבונו של עולם פאר די געואלטיגע ניסים וואס מ'האט זוכה געווען צו זעהן אין די לעצטע יאר צייט, מ'שמועסט איבער דברי תורה וואס מ'האט געהערט פון משה רבינו. איינער וויל וויסען פונקטליך ווי אזוי מ'ברויך עסען די מצה, צו מ'ברויך עס עסען עקסטער אדער טאקע צוזאמען מיט די פלייש פון די קרבן פסח, אויפאמאל...
און פלוצלינג קומט אן די סעקונדע... ס'איז גענוי חצות הלילה!
וויי געוואלד! ס'הערען זיך יאמערליכע קולות אין גאס. עס פאלן אנידער אונמאכט יעדער עלטצטער פון די פאמיליע. יעדע בכור פאלט אוועק א טויטער. אין בית אשר אין שם מת, די גאנצע לאנד איז איבערגעדרייט.
און אינמיטען דערינען זעהט מען פרעה ארום לויפען צווישען די אידן, דער גרויסער קעניג פרעה ווענדט זיך צו משה רבינו: ארויס!!! גייטס ארויס פון דאנען!
יא! פרעה האט פארטריבן די אידן. בחיפזון יצאתם ממצרים. פרעה האט שוין געזען די געוואלדיגע ניסים ונפלאות און ער האט איינגעזען אז אויב וויל ער אפשוינען זיין אייגענע לעבען, מוז ער אוועקשיקן די אידן. אבער ער האט זיי נישט סתם אוועקגעשיקט, נאר ער האט זיי בחפזון רב, געשטופט אז זיי מוזען "שוין" ארויסגיין!
פארוואס האט פרעה ארויסגעשיקט די אידען מיט אזא שנעלקייט? ווייל ער האט איינגעזעהן אז די אידען זענען דא מיט'ן כח פון אמת! זיי גלייבען אין א איינציגע באשעפער און מ'קען זיי נישט אוועקרירען פון ארט, אפילו נאך די רד"ו שנה וואס די אידן זענען נעבעך געווען משועבד אין מצרים, פונדעסטוועגען האבן זיי זיך געהאלטען פעלזען פעסט מיט זייערע אמונה, זיי האבן זיך געהאלטן ביי זייער הייליגע מסורה און אזוי האבען זיי זוכה געווען בזכות שם לשון ומלבוש ארויסצוגיין פון מצרים.
לכאורה ווערט דאך באלט שווער, ביז היינט האט פרעה בשום אופן נישט געלאזט די אידען ארויסגיין, און איצטערט יאגט ער זיי מיט אזא בהלה, עד כדי כך אז ער האט נישטאמאל געוואלט ווארטען ביז צופרי?
נאר די כלל איז אז אמת און שקר גייען נישט צוזאמען. די אמת וויל נישט אז שקר זאל עקזיסטירן, און שקר וויל נישט אז אמת זאל עקזיסטירן. און די סיבה איז ווייל די צוויי זענען געפערליכע קאמפעטישענס, כשזה קם זה נופל. במילא "פרעה" וואס ער איז דער אבי אבות השקר, ער האט גארנישט געקענט פארליידן אז ס'געפינען זיך מיט אים אנשי אמת, אידן וואס גלייבען אין א איינציגע ג-ט, וואס איז שטערקער ווי אלע פאלטשע אפגעטער פון די מצריים.
במילא ווי לאנג פרעה האט נאך געמיינט אז ער גייט זיי קענען באזיגען, האט ער בשום אופן נישט געוואלט ארויסלאזען די אידען פון לאנד. ער האט געוואלט מכניע זיין דעם אמת און איר אונטערדרוקען. אבער איינמאל פרעה האט איינגעזען אז די אמת איז 'העיר טו סטעי', ווי מ'זאגט, האט ער זיי פארטריבן מיט אזוינע קולות, ער האט זיי נישט געואלט אפילו האלטען קיין איין רגע ביי זיך. ווייל ער ווייסט גאנץ גוט אז די אמת גייט עם באזיגען.
אוועטאר
אלני ממרא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלני ממרא »

גולם פון פראג האט געשריבן:גושן, ב' אלפים תמ"ח.

Wow איך האב מיך געטראפן אנגעליינט מיט צוויי כזיתים אין מויל. אריינגעברענגט אינעם פסח סיזען
די פלוין פון ממרא.

רעבע, וואס מיינט פלוין?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

יישר כח.
ס'איז כדאי צו דערמאנען וואס די הייליגע חתם סופר שרייבט, אז וועגען דעם עסט מען די כזית מצה אין יאגעניש פסח ביינאכט, אלץ א זכר צו דעם בחפזון יצאתם ממצרים!!
זע מיר אז די גאנצע "בחפזון יצאתם" איז נישט געווען אזא פשוט'ע מעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”