כל החכמות גנוזין בתוה"ק

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:און לגבי נאמנות עניני רפואה איז דא די באקאנטע חת"ס ואכמ"ל

דאכצעך אז דער חת"ס שרייבט עס נישט אויף למעשה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

אמרתי לחכמה אחותי את

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן און דעי נושא ווייל איך מיין אז זייער אסאך מענטשן זענען זיך זייער טועה אין דעי ענין

חכמת התורה איז נישט פשט די וואוסענשאפט איז באהאלטן און די ווערטער פין די תורה צו בנגלה צו בנסתר ברמז צו בגלוי, בתורה שבכתב צו בתורה שבע"פ, און ווען מען לערענט די תורה ווערט מען געוואר אלעס פונקט ווי ווען מען ליינט די ספרי הגוים

ניין און נאכאמאל ניין, דאס איז פאלטש אין נאריש איך מיין ביז צינור של ר' ישמעאל וואלט מען פין די תורה הייסט נישט געקענט וויסן חכמת הטעלעסקאפ, אדער ביז די ספרי הרמב"ם האט מען פין די תורה נישט געקענט וויסן וואס מען ווייזט אן חכמת בספרי הרמב"ם, און עס איז נאריש ווייל צו קומען נאכדעם וואס מען ווייסט א חכמה ווייזן אז עס שטייט איי די חכם ווי ביזטי נעכטען געווען ווען מען האט זיך געמיטשעט צו וויסן נאר וואס דען

עס איז דא א וואוסענשאפט וואס דאס איז די וואסענשאפט פונעם מלך מלכי המלכים וואס ער איז די מקור החכמה און די מהלך זיך צו מדבק זיין צו דעי וואוסענשאכפט און געניסען איז דורך זיך מדבק זיין און תורה און ווי מער דביקות בתורה אלטץ מער קען מען דערפין געניסן נישט לערנען פין וואס עס שטייט דארט איז די נקודה די נקודה איז דביקות בתורה, פארשטייט זיך אז די ערשטע זאך צו קענען זיין דבוק און די תורה איז צו לערנען די תורה, אבער די חכמה דערגרייכט מען פין די דביקות

אז די וועסט נעמען די מח פונעם גרעסטען חכם און אויפשניידן וועסט זעהן יעדע ריר וועסטו נאכאלטץ נישט קענען פארשטיין וואס ער האט פארשטאנען אויב זאלסט האבן א מעגליכקייט באיזה אופן צו מאכן א טרענספלענט אין דיך קאנעקטען צו זיין מח דעמאלטס קענסטו האבן זיין חכמה

הקב"ה הסתכל באורייתא וברא עלמא די תורה איז די מח פין די וועלט אלע חכמת העולם איז פין דארט בכלל געווארן, און אז מען איז "מדבק" צו דעם ווי מער קען מען מער
א קליינע פיצי דוגמא צו דעם די ענין פין דעת תורה און דעת בעל הבית א דעת תורה איז שייך ביי ענינים וואס האט נישט קיין שייכות צו תורה פשוט א איד וואס זיצט און לערענט א גאנצע טאג טראכט אנדערש ווי איינער וואס איז באשערט עס זאל ארבייטן א גאנצע טאג

און איין ווארט די תורה איז נישט קיין לימודי חכמה נאר חכמה אליין

דאס איז נישט קיין חסידישע פשטים דאס איז פשוט פשט אין די פשוטע כוונה
און ווען מען פארשטייט דעס ווערן אסאך מאמרי חז"ל און באציאונג צו תורה פארשטענדליך

אויף אזויפיל זענען די ראיות גוט פאר ווער עס דארף א ראיה און ווען עס איז טאקע א ראיה סך הכל צו ווייזן אז תנאים ואמוראים צו גדולי תורה וואס זענען געווען באמת דבוק און תורה האבן געהאט חכמה און ענינים וואס זיי האבן נישט געלערענט פשוט פין דביקת התורה
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 1:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

פרידן האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן און דעי נושא ווייל איך מיין אז זייער אסאך מענטשן זענען זיך זייער טועה אין דעי ענין

חכמת התורה איז נישט פשט די וואוסענשאפט איז באהאלטן און די ווערטער פין די תורה צו בנגלה צו בנסתר ברמז צו בגלוי, בתורה שבכתב צו בתורה שבע"פ, און ווען מען לערענט די תורה ווערט מען געוואר אלעס פונקט ווי ווען מען ליינט די ספרי הגוים

ניין און נאכאמאל ניין, דאס איז פאלטש אין נאריש איך מיין ביז צינור של ר' ישמעאל וואלט מען פין די תורה הייסט נישט געקענט וויסן חכמת הטעלעסקאפ, אדער ביז די ספרי הרמב"ם האט מען פין די תורה נישט געקענט וויסן וואס מען ווייזט אן חכמת בספרי הרמב"ם, און עס איז נאריש ווייל צו קומען נאכדעם וואס מען ווייסט א חכמה ווייזן אז עס שטייט איי די חכם ווי ביזטי נעכטען געווען ווען מען האט זיך געמיטשעט צו וויסן נאר וואס דען

עס איז דא א וואוסענשאפט וואס דאס איז די וואסענשאפט פונעם מלך מלכי המלכים וואס ער איז די מקור החכמה און די מהלך זיך צו מדבק זיין צו דעי וואוסענשאכפט און געניסען איז דורך זיך מדבק זיין און תורה און ווי מער דביקות בתורה אלטץ מער קען מען דערפין געניסן נישט לערנען פין וואס עס שטייט דארט איז די נקודה די נקודה איז דביקות בתורה און פארשטייט זיך אז די ערשטע זאך צו קענען זיין דבוק און די תורה איז צו לערנען

אז די וועסט נעמען די מח פונעם גרעסטען חכם און אויפשניידן וועסט זעהן יעדע ריר וועסטו נאכאלטץ נישט קענען פארשטיין וואס ער האט פארשטאנען אויב זאלסט האבן א מעגליכקייט באיזה אופן צו מאכן א טרענספלענט אין דיך קאנעקטען צו זיין מח דעמאלטס קענסטו האבן זיין חכמה

הקב"ה הסתכל באורייתא וברא עלמא די תורה איז די מח פין די וועלט אלע חכמת העולם איז פין דארט בכלל געווארן, און אז מען איז "מדבק" צו דעם ווי מער קען מען מער
א קליינע פיצי דוגמא צו דעם די ענין פין דעת תורה און דעת בעל הבית א דעת תורה איז שייך ביי ענינים וואס האט נישט קיין שייכות צו תורה פשוט א איד וואס זיצט און לערענט א גאנצע טאג טראכט אנדערש ווי איינער וואס איז באשערט עס זאל ארבייטן א גאנצע טאג

און איין ווארט די תורה איז נישט קיין לימודי חכמה נאר חכמה אליין

דאס איז נישט קיין חסידישע פשטים דאס איז פשוט פשט אין די פשוטע כוונה
און ווען מען פארשטייט דעס ווערן אסאך מאמרי חז"ל און באציאונג צו תורה פארשטענדליך

אויף אזויפיל זענען די ראיות גוט פאר ווער עס דארף א ראיה און ווען עס איז טאקע א ראיה סך הכל צו ווייזן אז תנאים ואמוראים צו גדולי תורה וואס זענען געווען באמת דבוק און תורה האבן געהאט חכמה און ענינים וואס זיי האבן נישט געלערענט פשוט פין דביקת התורה

שפתיים ישק משיב דברים נכוחים!
איר האט ארויס די זאך מיט א זעלטענע בהירות. יישר כח.
אה, די גרינע וויל ער אויכעט. נאדיר.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך ווייס נישט פארוואס מ'איז אריין אין די שמועס.
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'זוכט דא צו טרעפן חכמות אין די תורה אז דאס זאל ניצן פאר א ראיה אז כולא בה, און אויב נישט וועט דאס זיין א קשיא אז ס'איז נישט כולא בה.
מ'האט שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט אז קיינער זוכט דא נישט א ראיה אז כולא בה, נאר סתם פאר אינטערסאנטקייט (אדער ווי איינער האט דאס באצייכנט: נארישקייט...) פראבירט מען אביסל צו טרעפן מקורות בדברי חז"ל פאר פארשידענע חכמות און געפינסן.
ס'מוז נישט זיין אז מ'טרעפט טאקע די אמת'ע מקור, סך הכל איז דא א א שיינע שמועס ארום טרעפן אין תנ"ך און בדברי חז"ל געפינסן פון היינטיגע צייטן, דאס ולא יותר.
אמאל איז דאס מיט מער הצלחה און אמאל וויינגער, אבער אונטערשטע שורה איז דאס א שיינע און קלוקע זאך, און ווער ס'קען זיך משתתף זיין צו בארייכערן דעם אשכול מיט אשיינע איטערסאנטע מקורות איז ווועלקאם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לגבי שפופרת של רבן גמליאל (נישט רבי ישמעאל) האב איך טאקע געגיינגען צו ווייט.
אבער נישט ווייל רבן גמליאל'ס שפופרת האט מען נישט געזעהן אזוי ווייט ווי די היינטיגע טעלעסקאפ, נאר ווייל רבן גמליאל'ס שפופרת איז נישט געווען געבויעט אויף די געדאנק פון א טעלעסקאפ.
דהיינו: א טעלעסקאפ איז די איידיע אז משפילט זיך מיטן גלאז אז סזאל זייין אריין אדער ארויס כדי צו כאפן ווייטע שטראלן, אבער רבן גמליאל'ס שפופרת איז געווען געבעיסט אויף אויסשטעלן די שפופרת אויף א געוויסע וועג מזאל זעהן א געוויסע ווייטקיט דורך די לענג פונעם שפופרת און די וועג ווי אזוי צו דאס האלטן בשעת'ן קוקן.
און דערפאר איז שפופרת של רבן גמליאל נישט א חלק פון א טעלעסקאפ בכלל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

גראדע איז דעי אשכול יא געפענט געווארן איבער דעי נושא וואס איך רעד, סיי ווי אזוי יעדער שרייב וואס ער פיעלט ער וויל שרייבן

יעצט צו דיין נושא איך געדענק לעצטענס איינע פין די אויסגאבעס אפשר די בליץ געדענק נישט קלאר וועלכע האט געהאט א גאנצע ארטיקל איבער דעי נושא, (גראדע האט עס מיר אויך נערוועז געמאכט ווייל עס איז געווען געשריבן בלשון אויפווייזען און ראיה) און אויך שערי מדע פין הרב קרויס האט אסאך מאל דעי נושא
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די אשכול איז טאקע אויפגעמאכט געווארן פאר דעם און די עולם האט שוין גלייך אנהייב מסכים געווען אז יענער איז נישט גערעכט.
איך באציה זיך אויף די לעצטע שמועס כאילו ס'איז דא דא א ויכוח איבער די אמת אויף כולא בה און ווי אזוי ס'קלאפט אויס, אויף דעם האט אויך יעדער מסכים געווען און יעדער איז אייניג אז ס'מיינט נישט אז מדארף דאס טרעפן באריכות און אז יעדער קען דאס טרעפן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איינס האט געשריבן:די אשכול איז טאקע אויפגעמאכט געווארן פאר דעם און די עולם האט שוין גלייך אנהייב מסכים געווען אז יענער איז נישט גערעכט.
איך באציה זיך אויף די לעצטע שמועס כאילו ס'איז דא דא א ויכוח איבער די אמת אויף כולא בה און ווי אזוי ס'קלאפט אויס, אויף דעם האט אויך יעדער מסכים געווען און יעדער איז אייניג אז ס'מיינט נישט אז מדארף דאס טרעפן באריכות און אז יעדער קען דאס טרעפן

און אויף דעם האב איך מסביר געווען אז מען טרעפט עס בכלל נישט און די תורה נאר דורך תורה
און יעדער קען ווענט זיך און ווי שטארק איז די דביקות בתורה
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גערעכט דאס האט אויך יעדער מסכים געווען
אבער נישט אז מטרעפט דאס "בכלל" נישט, נאר נישט יעדע זאך טרעפט מען אבער ס'איז נאכאלטס איז דא זאכן וואס מטרעפט יא "אין" די תורה און דאס זוכט מען דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איינס האט געשריבן:גערעכט דאס האט אויך יעדער מסכים געווען
און נאכאלטס איז דא זאכן וואס מטרעפט "אין" די תורה און דאס זוכט מען דא

דעס מיינט נישט מען טרעפט "אין" די תורה
דאס מיינט אז מען טרעפט אז דבקים בתורה האבן געוויסט דערפין
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אז אין מסכת שבת און סוכה ווערט אויסגעשמועסט הנדסה
און אין מסכת ראש השנה אסטראנאמיע
הייסט נישט אז מטרעפט אין די תורה?

אזוי אויך רבי יונתן'ס פשט איבער דעם דור הפלגה, הייסט נישט אז ס'איז מרומז און מטרעפט אין די תורה די איידיע פון פליען אין ספיעס?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

ספיד אוו לייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געטראפן א שיינע געדאנק (איך האב שוין מורא צו שרייבן "רמז") אויף דעם אז לייט איז די שנעלסטע ספיד

תהלים קלט
אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך אשא כנפי שחר אשכנה באחרית ים גם שם ידך תנחני ותאחזני ימינך.

רש"י ברענגט דא א מדרש אם אשא לי כנפים כשחר הזה המבהיק לפי שעה מסוף העולם לסופו כן אמהר לעוף עד אשר אשכון באחרית ים.

לויט דעם האט דוד המלך אנגעכאפט דוקא כנפי שחר ווייל דאס לויפט טאקע מיט די שנעלסטע ספיד און מיט דעם אמהר לעוף עד אשר אשכון באחרית ים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ספר הברית

ספר הברית.jpg
ספר הברית.jpg (269.43 KiB) געזען 1557 מאל


אפשר קען מיר איינער זאגן ווי שטייט אין די תורה אז מדארף זיך מייגע זיין פארן עסן? ס'שטייט נאר בזעת אפך תאכל לחם.


וכן שאר דבריו תשובה פאר אלע קריטיקירערס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פרידן האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:גערעכט דאס האט אויך יעדער מסכים געווען
און נאכאלטס איז דא זאכן וואס מטרעפט "אין" די תורה און דאס זוכט מען דא

דעס מיינט נישט מען טרעפט "אין" די תורה
דאס מיינט אז מען טרעפט אז דבקים בתורה האבן געוויסט דערפין


יא און ניין, דאס הייסט אזוי, דאס אז גרויסע מענטשן האבן געקענט חכמות מוז נישט דוקא זיין ווייל זיי האבן עס געטראפן מרומז אין די תורה, זיי האבן עס געקענט לערנען פון גוים, און אויך נוצן סתם זייער שכל. דאס איז אודאי אויך ריכטיג אז ווען מענטש איז דבוק בתורה, איז ער זוכה צו משיג זיין חכמות מצד דביקותו בחיות הבריאה שהוא אותיות התורה ונותנה,

אבער איך פארשטיי לכאורה, אז אויב איז די תורה די חיות הבריאה, און דער תורה איז נשתלשל געווארן צו אונזער תורה דא אויף דער וועלט, "מוז זיין" אז אלעס ליגט מרומז אויך אין תורה, למשל אויב די צירוף פון אות פלוני איז די חיות פון די סובקאונטשעס, און די צירוף פון אות אלמוני איז די חיות פון קאונטשעס, דאן אז די פארשטייסט דאס מוזטו דאך בע"כ געוואר ווערן אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי סאבקאונטשעס און קאנטשעס.

נאר עס איז טאקע אמת אז צוצוטרעפן טאקע צו די סודות ווי עס ליגן מרומז די אלע זאכן, איז נישט תלוי סתם אין חשבון, אז איינער וואס האט א גוטען קאפ קען דאס 'אויסרעכענען', נאר איינער וואס איז דבוק בתורה איז ער זוכה אז מ'איז אים מגלה פון הימל ווי אין די תורה אלע זאכן זענען מרומז.

כ'האף מ'פארשטייט וואס איך פרוביר צו זאגן און פארשטייען.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

לשון קדשו של הרמב"ן בהקדמה לפירוש עה"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

הודיענו תחילה ענין בריאת השמים והארץ וכל צבאם, כלומר בריאת כל נברא העליונים והתחתונים, וגם כן כל הנאמר בנבואה ממעשה מרכבה ומעשה בראשית, והמקובל בהם לחכמים, עם תולדת ארבע הכוחות שבתחתונים: כח המחצבים, וכח צמחי האדמה, ונפש התנועה, ונפש המדבר - בכולם נאמר למשה רבינו בריאתם ומהותם וכחותם ומעשיהם ואפיסת הנפסדים מהם, והכל נכתב בתורה בפירוש או ברמז. וכבר אמרו רבותינו: "חמשים שערי בינה נבראו בעולם, וכולם נמסרו למשה, חוץ מאחד, שנאמר: "ותחסרהו מעט מאלהים".

יאמרו, כי בבריאת העולם חמשים שערים של בינה, כאלו נאמר שיהיה בבריאת המחצב שער בינה אחד בכחו ותולדותיו, ובבריאת צמח האדמה שער בינה אחד, ובבריאת האילנות שער אחד, ובבריאת החיות שער אחד, ובבריאת העופות שער אחד, וכן בבריאת השרצים ובבריאת הדגים. ויעלה אחר זה לבריאת בעלי נפש המדברת, שיתבונן סוד הנפש וידע מהותה וכוחה בהיכלה יגיע למה שאמרו: גנב אדם - יודע ומכיר בו, נואף אדם - יודע ומכיר בו, נחשד על הנדה - יודע ומכיר בו. גדולה מכולן - שמכיר בכל בעלי כשפים. ומשם יעלה לגלגלים ולשמים וצבאיהם, כי בכל אחד מהם שער חכמה אחד שלא כחכמתו של חברו, ומספרם ומקובל להם על הקבלה שהם חמישים חוץ מאחד. ואפשר שיהיה השער הזה בידיעת הבורא יתברך, שלא נמסר לנברא, ואל תסתכל באמרם 'נבראו בעולם', כי על הרוב ידבר, והשער האחד לא נברא. והמספר הזה רמוז בתורה בספירת העומר ובספירות היובל, כאשר אגיד בו סוד בהגיעי שם ברצון הקב"ה.

וכל הנמסר למשה רבנו בשערי הבינה הכל נכתב בתורה בפירוש או ברמיזה בתיבות, או בגימטריאות, או בצורת האותיות, בכתובות כהלכתן, או המשתנות בצורתן, כגון הלפופות והעקומות וזולתן, או בקוצי האותיות ובכתריהן, כמו שאמרו: "כשעלה משה למרום, מצאו להקב"ה שהיה קושר כתרים לאותיות. אמר לו: אלו למה? אמר לו: עתיד אדם אחד לדרוש בהם תלי תלים של הלכות... עד זו מנין לך? אמר לו: הלכה למשה מסיני". כי הרמזים האלו לא יתבוננו אלא מפה אל פה עד משה מסיני.

ומזה אמרו בשיר השירים רבא בחזקיהו - ספר תגין הראה להם. והספר הזה הוא ידוע ומצוי אצל כל אדם, יפרש בו כמה אלפי"ן יש בתורה בתגין, וכמה ביתי"ן ושאר האותיות ומספר התגין של כל אחת ואחת. ואין השבח שספרו על הספר הזה וגלוי הסוד שהיה בו לחזקיהו מפני התגין עצמן, אלא בידיעתן בפירושיהן סודות רבים עמוקים מאד. ושם במדרש שיר השירים רבא אמרו: "כתיב: "ויגד לכם את בריתו" - ויגד לכם ספר בראשית שהיא תחילת ברייתו של עולם, אשר צוה אתכם לעשות עשרת הדברים - אלו עשרת הדברות, עשרה למקרא ועשרה לתלמוד. וכי מנין יבא אליהוא בן ברכאל הבוזי ויגלה להם לישראל חדרי בהמות ולויתן? ומנין יבא יחזקאל ויגלה להם חדרי מרכבה? הדא הוא דכתיב: "הביאני המלך חדריו", כלומר שהכל נלמד מהתורה.

ושלמה המלך עליו השלום שנתן לו אלהים החכמה והמדע - הכל מן התורה היה לו, וממנה למד עד סוף כל התולדות, ואפילו כוחות העשבים וסגולתם, עד שכתב בהן אפילו ספר רפואות. וכענין שכתוב: "וידבר על העצים מן הארז אשר בלבנון ועד האזוב אשר יוצא בקיר".
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

די סנהדרין האבען געקענט שבעים לשון.

סוכה כ"ח.
תנו רבנן שמונים תלמידים היו לו להלל הזקן שלשים מהן ראוים שתשרה עליהן שכינה כמשה רבינו ושלשים מהן ראוים שתעמוד להם חמה כיהושע בן נון עשרים בינונים גדול שבכולן יונתן בן עוזיאל קטן שבכולן רבן יוחנן בן זכאי אמרו עליו על רבן יוחנן בן זכאי שלא הניח מקרא ומשנה גמרא הלכות ואגדות דקדוקי תורה ודקדוקי סופרים קלים וחמורים וגזרות שוות תקופות וגימטריאות שיחת מלאכי השרת ושיחת שדים ושיחת דקלים משלות כובסין משלות שועלים דבר גדול ודבר קטן דבר גדול מעשה מרכבה דבר קטן הויות דאביי ורבא לקיים מה שנאמר (משלי ח, כא) להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא וכי מאחר שקטן שבכולן כך גדול שבכולן על אחת כמה וכמה אמרו עליו על יונתן בן עוזיאל בשעה שיושב ועוסק בתורה כל עוף שפורח עליו מיד נשרף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

אין גמרא סוכה שטייט אבער נישט פין ווי זיי האבען דאס געלערענט
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

מחשב האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:גערעכט דאס האט אויך יעדער מסכים געווען
און נאכאלטס איז דא זאכן וואס מטרעפט "אין" די תורה און דאס זוכט מען דא

דעס מיינט נישט מען טרעפט "אין" די תורה
דאס מיינט אז מען טרעפט אז דבקים בתורה האבן געוויסט דערפין


יא און ניין, דאס הייסט אזוי, דאס אז גרויסע מענטשן האבן געקענט חכמות מוז נישט דוקא זיין ווייל זיי האבן עס געטראפן מרומז אין די תורה, זיי האבן עס געקענט לערנען פון גוים, און אויך נוצן סתם זייער שכל. דאס איז אודאי אויך ריכטיג אז ווען מענטש איז דבוק בתורה, איז ער זוכה צו משיג זיין חכמות מצד דביקותו בחיות הבריאה שהוא אותיות התורה ונותנה,

אבער איך פארשטיי לכאורה, אז אויב איז די תורה די חיות הבריאה, און דער תורה איז נשתלשל געווארן צו אונזער תורה דא אויף דער וועלט, "מוז זיין" אז אלעס ליגט מרומז אויך אין תורה, למשל אויב די צירוף פון אות פלוני איז די חיות פון די סובקאונטשעס, און די צירוף פון אות אלמוני איז די חיות פון קאונטשעס, דאן אז די פארשטייסט דאס מוזטו דאך בע"כ געוואר ווערן אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי סאבקאונטשעס און קאנטשעס.

נאר עס איז טאקע אמת אז צוצוטרעפן טאקע צו די סודות ווי עס ליגן מרומז די אלע זאכן, איז נישט תלוי סתם אין חשבון, אז איינער וואס האט א גוטען קאפ קען דאס 'אויסרעכענען', נאר איינער וואס איז דבוק בתורה איז ער זוכה אז מ'איז אים מגלה פון הימל ווי אין די תורה אלע זאכן זענען מרומז.

כ'האף מ'פארשטייט וואס איך פרוביר צו זאגן און פארשטייען.

;l;p-
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גולם פון פראג האט געשריבן:אין גמרא סוכה שטייט אבער נישט פין ווי זיי האבען דאס געלערענט

די גמרא זאגט שיעורין הלכה למשה מסיני

נאך מער ווי תוס' איז מבאר ביי א עיגול וואס די גמרא זאגט אז ס'איז 3 מאל, אז אע"ג וואס איז נישט פונקטליך איז הלכה למשה מסיני מזאל רעכענען נאר 3 מאל
על כרחך אז די אלע שיעורים פון כמה מרובע תר על העיגול והעיגול על המרובע און אזוי די אלע אנדערע איז הלכה למשה מסיני
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מחשב האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:גערעכט דאס האט אויך יעדער מסכים געווען
און נאכאלטס איז דא זאכן וואס מטרעפט "אין" די תורה און דאס זוכט מען דא

דעס מיינט נישט מען טרעפט "אין" די תורה
דאס מיינט אז מען טרעפט אז דבקים בתורה האבן געוויסט דערפין


יא און ניין, דאס הייסט אזוי, דאס אז גרויסע מענטשן האבן געקענט חכמות מוז נישט דוקא זיין ווייל זיי האבן עס געטראפן מרומז אין די תורה, זיי האבן עס געקענט לערנען פון גוים, און אויך נוצן סתם זייער שכל. דאס איז אודאי אויך ריכטיג אז ווען מענטש איז דבוק בתורה, איז ער זוכה צו משיג זיין חכמות מצד דביקותו בחיות הבריאה שהוא אותיות התורה ונותנה,

אבער איך פארשטיי לכאורה, אז אויב איז די תורה די חיות הבריאה, און דער תורה איז נשתלשל געווארן צו אונזער תורה דא אויף דער וועלט, "מוז זיין" אז אלעס ליגט מרומז אויך אין תורה, למשל אויב די צירוף פון אות פלוני איז די חיות פון די סובקאונטשעס, און די צירוף פון אות אלמוני איז די חיות פון קאונטשעס, דאן אז די פארשטייסט דאס מוזטו דאך בע"כ געוואר ווערן אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי סאבקאונטשעס און קאנטשעס.

נאר עס איז טאקע אמת אז צוצוטרעפן טאקע צו די סודות ווי עס ליגן מרומז די אלע זאכן, איז נישט תלוי סתם אין חשבון, אז איינער וואס האט א גוטען קאפ קען דאס 'אויסרעכענען', נאר איינער וואס איז דבוק בתורה איז ער זוכה אז מ'איז אים מגלה פון הימל ווי אין די תורה אלע זאכן זענען מרומז.

כ'האף מ'פארשטייט וואס איך פרוביר צו זאגן און פארשטייען.

זייער גוט ארויס געברענגט און דאס איז די נקודה וואס איך טריי מסביר צו זיין
און דאס מיינט די רמב"ן וואס מען האט דא צוגעברעגט אויך
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בני יששכר חודש ניסן מאמר ג' סימן א' האט געשריבן:לזה הקדים זאת חקת התורה כל חקיקות החכמות הם בתורה ויכולים לידע בסמנים אם עלה עליה עול


הגר"א בספרא דצניעותא פרק חמישאה האט געשריבן:והכלל כי כל מה שהיה והוה ויהיה עד עולם, הכל כלול בתורה מבראשית עד לעיני כל ישראל, ולא הכללים בלבד אלא אפילו פרטיו של כל מין ומין ושל כל אדם בפרט, וכל מה שאירע לו מיום הולדו עד סופו וכל גלגוליו וכל פרטיו ופרטי פרטיו וכן של כל מין בהמה וחיה וכל בעל חי שבעולם וכל עשב וצומח ודומם וכל פרטיהם ופרטי פרטיהם בכל מין ומין ואישי המינים עד לעולם ומה שיארע להם ושרשם, וכן כל מ"ש באבות ומשה וישראל כלם הן בכל דור ודור שכלם מתגלגלים ניצוצותיהם בכל דור ודור כידוע וכן כל מעשיהם מאדה"ר עד סוף התורה הוא בכל דור כידוע למבין וכ"ה בכל אדם ואדם לבד כמו שהתחיל לבאר במדרש הנעלם ברמז וכל זה נכלל כלו בפ' בראשית עד נח וכו' וכללו נכלל בפ' הראשונה עד ברא אלקים לעשות וכלל כללי הכללים בפ' ראשון בז' תיבות ד אלפי שנה וכו'


גאר קלארע דיבורים פון דרשות חתם סופר לח' טבת האט געשריבן:כתיב (דברים ד' ו') ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים וגו' ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה, הרי אתה רואה שכפל בפסוק הזה שע"י עסקינו בתורה יקרא עלינו שם חכמים ונבונים, והענין בזה כי באמת ס"ת שלנו הוא מעט הכמות כתוב בתוכו איזה ספורי מעשים שעברו, ואיזה מצות וחוקים ומשפטים אשר ינהגו בהם עם בנ"י, ואמנם אי אפשר מבלי שידעו שארי החכמות כולם, כי אי אפשר להגיע לקבל עדות החודש מבלי שנדע כל דקדוקי הלוך החמה והלבנה ומסלוליהם, וא"א לדון המכשף אם לא נדע שרשי המכשף וחכמת בני קדם, והלכות טרפות מבלי נדע חכמת הנתוח על אופן היותר דק ועמוק, ושירי הלוים מבלי נדע חכמת המוסיקיא, וחלוקת א"י מבלי ידיעת מדידת הארן וחכמת השיעור ואגרופיע, וזריעת כלאים ויניקתם מבלי הבדאנאמיע, וכמה הפליגו חכז"ל בל"ט מלאכות בשבת שנראה מהם בקיאותם בכל המלאכות, כגון האריגה וכלי האריגה, וכל חכמת הטבע, ופילוסופי' האלוהי הוא העולה על כולם שצריכים לידע ולהבין פשטות התורה ולקיים מצותיה, ואין שום זכר מכל הנ"ל בתורה ואין לנו שום ספר מחובר על זה, והאומות יש להם בכל אלו חכמים וחבורים רבים, ועל כרחנו ללמוד מספריהם כל אלו, וד' אמר והגית בו יומם ולילה ואמרו חכז"ל מינה לא תזוע, וכששאלו מהו ללמוד חכמת יונית השיבו ילמדנו בשעה שאינה לא יום ולא לילה דכתיב והגית בו יומם ולילה (מנחות צט), ואין כאן שעה פנויה ללמוד כל אלו, ועוד כתיב (דברים י"ח ט') לא תלמד לעשות וגו' ואין נחת רוח לפניו בהיותינו עוסקים בספריהם כלל וא"כ מאין נדע כל הצריך לתורה והספר קטן וקציר מהכיל, אבל דע והאמן כי אם הוא זרתיים ארכו וזרתיים רחבו, ארוכה הי' מארץ מדה ורחבה מני ים ואין לך כל חכמה בעולם ומה למעלה ומה למטה ולפנים ולאחור שלא נרמוז במילותיה ובתיבותיה, ובלי ספק כי בפסוק החודש הזה לכם רמז כל חכמת קידוש החדש יותר ממה שהעתיק הרמב"ם מספריהם, והיודע לשמש בפסוק הזה ימצא הכל מפורש ושום שכל, ועמ"ש רמב"ן בראשית ה' ב' בפסוק זה ספר תולדות אדם שמצא חבור מרבינו שרירא גאון שהוציא מהפסוק הזה כל עניני שרטוטי הידים והפנים וכן כולם, כי המכתב מכתב אלקים הוא, ולמה לא הלא אנו מאמינים שברא העולם בתורה (ב"ר פא' א"כ) ע"כ מהכרח שיהי' שרשי כל החכמות העולמות משורשים בה, ויותר מהמה מה שרמוז בה סתרי תורה מה שלמעלה מהשכל מזה לא נדבר עתה, והנה חכם יתואר מי שלומד מה שכתבו לפניו ואמנם המוציא דבר מתוך דבר הוא הנקרא נבון כידוע וע"כ בראות או"ה כי אין לנו שום עסק בספריהם וגס אין אנו מסכימים עמהם ואין לנו שום חבור אחר כ"א ס"ת הזה ומ"מ הכל גלוי לפנינו עצהי"ט והיותר אמיתי, ידעו ויבינו כי נבונים אנחנו להוציא דבר מתוך דבר ולהבין רמיזות התורה הקדושה הזאת
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

יישר כח, מחשב
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גולם פון פראג האט געשריבן:אין גמרא סוכה שטייט אבער נישט פין ווי זיי האבען דאס געלערענט

זיכער נישט אין יוניווערסיטי.

און אזוי אויך די שבעים לשון.

און ווי האט שלמה המלך (חכם מכל אדם) געלערענט זיין חכמה? וה' נָתַן חָכְמָה לִשְׁלֹמֹה (מלכים א' ה' כ"ו)

(מלכים א' ה' ט-יד)
וַיִּתֵּן אלקים חָכְמָה לִשְׁלֹמֹה וּתְבוּנָה הַרְבֵּה מְאֹד וְרֹחַב לֵב כַּחוֹל אֲשֶׁר עַל שְׂפַת הַיָּם
וַתֵּרֶב חָכְמַת שְׁלֹמֹה מֵחָכְמַת כָּל-בְּנֵי קֶדֶם וּמִכֹּל חָכְמַת מִצְרָיִם
וַיֶּחְכַּם מִכָּל הָאָדָם מֵאֵיתָן הָאֶזְרָחִי וְהֵימָן וְכַלְכֹּל וְדַרְדַּע בְּנֵי מָחוֹל וַיְהִי שְׁמוֹ בְכָל הַגּוֹיִם סָבִיב
וַיְדַבֵּר שְׁלֹשֶׁת אֲלָפִים מָשָׁל וַיְהִי שִׁירוֹ חֲמִשָּׁה וָאָלֶף
וַיְדַבֵּר עַל הָעֵצִים מִן הָאֶרֶז אֲשֶׁר בַּלְּבָנוֹן וְעַד הָאֵזוֹב אֲשֶׁר יֹצֵא בַּקִּיר וַיְדַבֵּר עַל הַבְּהֵמָה וְעַל הָעוֹף וְעַל הָרֶמֶשׂ וְעַל הַדָּגִים
וַיָּבֹאוּ מִכָּל הָעַמִּים לִשְׁמֹעַ אֵת חָכְמַת שְׁלֹמֹה מֵאֵת כָּל מַלְכֵי הָאָרֶץ אֲשֶׁר שָׁמְעוּ אֶת חָכְמָתוֹ
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

גולם פון פראג האט געשריבן:אין גמרא סוכה שטייט אבער נישט פין ווי זיי האבען דאס געלערענט

שטייט יא עס שטייט קיים מה שנאמר (משלי ח, כא) להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא
אויב קומט עס פין די גוים הייסט עס נישט להנחיל מנחיל זיין קען מען נאר וואס מען האט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פרידן האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:אין גמרא סוכה שטייט אבער נישט פין ווי זיי האבען דאס געלערענט

שטייט יא עס שטייט קיים מה שנאמר (משלי ח, כא) להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא
אויב קומט עס פין די גוים הייסט עס נישט להנחיל מנחיל זיין קען מען נאר וואס מען האט

ריכטייג, און וועגען דעם האביך געברענגט דער פסוק: וַיָּבֹאוּ מִכָּל הָעַמִּים לִשְׁמֹעַ אֵת חָכְמַת שְׁלֹמֹה מֵאֵת כָּל מַלְכֵי הָאָרֶץ אֲשֶׁר שָׁמְעוּ אֶת חָכְמָתוֹ, אז זיי זענען געקומען צו הערען חכמת שלמה וואס דאס איז חכמת התורה חכמת הקב"ה, און נישט די חכמה וואס זיי האבען געהאט אין זייערע לענדער פון פריער.

און כאטש אז מצרים און "כל בני קדם" האבען פארמאגט פיל חכמה שוין פון פריער, זאגט דער פסוק: וַתֵּרֶב חָכְמַת שְׁלֹמֹה מֵחָכְמַת כָּל בְּנֵי קֶדֶם וּמִכֹּל חָכְמַת מִצְרָיִם, און ער האט נישט גענומען זיין חכמה פון זיי, נאר פארקערט זיי זענען געקומען לערנען חכמה ביי אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”