נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

נכרי בבית המדרש בשעת התפילה וקריה״ת - פאקן ספרים וכדו׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

עס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען לכבוד א שמחה אין א גאר היימיש חסידישן ביהמ״ד, ס׳איז מיר געווען א שטארקע וואונדער צו זעהן א זאך וואס איז עפעס ווילד פרעמד עכ״פ פאר מיר און וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגען אין דעם נושא.
בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען זיך צווישען עולם און פאקן אפ די ספרים פון די טישען ווי מ׳גייט גרייטן די מזונות פאר די קידוש, נאכדעם ביי מוסף גרייטן די ערלים די קידוש און ריקען בענק און טישען. ווען בשעת מעשה זיצען יודען און הערן דאס לייענען און דאווענען אויף די פלעצער.
לדעתי איז דאס א געוואלדיגע שטער און א בזיון ביהמ״ד אז א ערל טמא דרייט זיך ארום צווישן די מתפללים אין אזא זמן, נאכדערצו אז דער ערל כאפט אן און טראגט די הייליגע ספרי קודש. (איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

א שטיקל לימוד זכות. כידוע, און בעלזא איז געווען א ספעציעלע ענין אז א גוי אל אריינקומען פאר נעילה אנצינדען די לעכט. ארוסצוברענגן די ראו מה בין בני לבן חמי.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

רחש לבי האט געשריבן:עס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען לכבוד א שמחה אין א גאר היימיש חסידישן ביהמ״ד, ס׳איז מיר געווען א שטארקע וואונדער צו זעהן א זאך וואס איז עפעס ווילד פרעמד עכ״פ פאר מיר און וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגען אין דעם נושא.
בשעת׳ן לייענען קומען אריין צוויי ערלים אין ביהמ״ד, דרייען זיך צווישען עולם און פאקן אפ די ספרים פון די טישען ווי מ׳גייט גרייטן די מזונות פאר די קידוש, נאכדעם ביי מוסף גרייטן די ערלים די קידוש און ריקען בענק און טישען. ווען בשעת מעשה זיצען יודען און הערן דאס לייענען און דאווענען אויף די פלעצער.
לדעתי איז דאס א געוואלדיגע שטער און א בזיון ביהמ״ד אז א ערל טמא דרייט זיך ארום צווישן די מתפללים אין אזא זמן, נאכדערצו אז דער ערל כאפט אן און טראגט די הייליגע ספרי קודש. (איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).

לאמיר צוטיילן די זאך אויף שטיקלעך.

ערלים זאלן פאקן די ספרים, ליידער א גרויסע בזיון, אבער האב מיר שוין געזעהן אזאנס אין פארשידענע בתי מדרשים, איך האב שוין אפילו מוחה געווען אמאל (אין א ביהמ"ד וואס מ'שפארט נישט קיין געלט, און וואלטן געמעגט צאלן אביסל מער אז א איד זאל עס טוהן), און עס האט ב"ה אויפגעטוהן. אבער אין אנדערע פלעצער גייט עס נאך אן. צומאל וועט דער גוי נישט פאקן אין די שאפעס, אבער צוזאמנעמען אויפן וואגן, און עס ברענגן צו די שענק וכו'. ווער רעדט נאך ביים פסח'יג מאכן, איז כמעט איבעראל די ערלים וועלכע פאקן ארויס, וואשן אפ, און לייגן צוריק די ספרים.

ערלים גרייטן אן די קידוש, אויך גאנץ א נייע ערשיינונג, אבער כ'מיין אז ביי יעדע אידישע שמחה כמעט, גרייטן די ערלים אן די סעודות, און עס מאכט זיך טאקע גענוג פראבלעמען מיט יין נסך ועוד, אבער אזוי טוט מען איבעראל (חוץ אפשר אין סקווירא, וויזניץ מאנסי ועוד וואס היימישע יונגעלייט סערווירן). נאר וואס דען, ביי א קידוש געווענליך פלעגט נישט אויספעלן קיין וועיטערס, מ'האט אריינגעברענגט די מזונות אין יי"ש און פערטיג. אבער זייט מ'האט אנגעהויבן געבן גאנצעטע סעודות ביי קידושים, זענען אויסגעוואקסן וועיטערס מיט שניפסלעך ביי יעדע צווייטע קידוש.

ערלים אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען, זייער נישט בא'טעמ'ט, חוץ פון דעם וואס זיי ווייסן נישט פון קיין כבוד ביהמ"ד, כבוד התפלה, שמועסן און לאכן ארום הויך און שטערן דאס דאווענען, איז עס פשוט מיאוס ווען א גוי דרייט זיך אינמיטן די הייליגע תפלות. אבער דוכט זיך אז ביי פילע רבי'שע הויפן, וועלן די גוים שלעפן די ברענטשעס וכדו' אויב עס פעלט זיך אויס אינמיטן דאווענען. (ווער געדענקט דען נישט פנחס מיילעך מיט זיינע גוים...).

אלזא דא האבן זיך פשוט צאמגעטראפן אלעס צוזאמען, די ערלים דרייען זיך אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען, פאקן די ספרים, און גרייטן אן די קידוש.
נו, מאי כל הרעש......?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

ווערעצקי האט געשריבן:

זייער שיין צונומען ווערעצקי, ס׳איז באמת נאר צוויי פראבלעמען ווייל דאס אז די ערלים גרייטן א שמחה וואס איז נישט אין ביהמ״ד בשעת התפילה איז לכאורה ווי ארויסגעברענגט נישט קיין פראבלעם. נאר דאס זיך דרייען און גרייטן אין ביהמ״ד צווישען יודן וואס האלטן אינמיטן שופך שיח זיין פארן בורא עולם איז א געוואלדיגע שטער און בזיון ביהמ״ד. (דאס אז מ׳טוט דאס אין רבי׳שע חצירות דארף א עקסטערע אפהאנדלונג און ס׳איז נישט אינגאנצן דאס זעלבע)

עקסטרע, דאס אנרירען און פאקן ספרים איז א געוואלדיגע בזיון לכשעצמו וואס טאר זיכער נישט פאסירען, און איך קען נישט גלייבן אז ס׳איז דא בתי מדרשים ווי א ערל פאקט אפיציעל די ספרים. (פסח מאכן איז א שווערערע ארבייט אין א פארנומענע זמן, וואס מ׳קען אפשר פארשטיין)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין אמת'ן ווען וועלט געוועזן וועלט וואלט ווען דער שמש געדארפט פארקויפן די זכי' פון אויסזויבערן דעם בית מקדש מעט פאר דעם וואס צאהלט דאס מערסטע.

נאר, איז אבער דאס קעפל נישט אויפן פלאץ אין די היינטיגע פאריאגטע פערפלאגטע וועלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ס'ווערט דערציילט אויף רבינו יעקב בן יקר [דאכצעך] די רבי פון רש"י הקדוש, לשבחו האט געקערט דעם ביהמ"ד פארנט פון ארון הקודש, מיט זיין בארד
ממש א פלא, פארוואדזשע האט ער נישט געקענט אריין רופן אן ערל אין ביהמ"ד זאלן קערן, ציוואדזשע שמוציג מאכן די בארד??
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

farshlufen האט געשריבן:אין אמת'ן ווען וועלט געוועזן וועלט וואלט ווען דער שמש געדארפט פארקויפן די זכי' פון אויסזויבערן דעם בית מקדש מעט פאר דעם וואס צאהלט דאס מערסטע.

נאר, איז אבער דאס קעפל נישט אויפן פלאץ אין די היינטיגע פאריאגטע פערפלאגטע וועלט.

נו אפשר זאל שוין דער ערל זיין דער אפיציעלער שמש אויפן באלעמער אין די היינטיגע פאריאגטע פערפלאגטע וועלט?
לייבקע יענטע'ס
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבקע יענטע'ס »

רחש לבי האט געשריבן:(איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אז דער שמש נעמט אפאר יונגלעך נאכן לייענען אפצורוימען די טישען און העלפן גרייטען די קידוש).

דאס קען אריינגיין אין בורר, (נישט צו פסקנען נאר צו דן זיין דו מעלות וחסרונות לכאן ולכאן)
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

עס איז נישט אזוי ווייט די פאריאגטע וועלט - עס איז ענדערש אז די היינטיגע יונגלעך פאלגען שוין נישט דעם משמש אזוי שנעל ווי אמאל אפשר דארף מען אויפזוכן די אלטע משמשים און זיי פרעגן זייערע אלטע טאקטיקן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ווער פלעגט אלע יארן צוזאמנעמען די ספרים אין ביהמ"ד ראדני/ קר"י גרייט צו מאכן פאר של"ש?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איך קען ליידער אויך א בעל ביתישע ביהמ"ד מיט גרויסע לומדים און שיסן אויס געלט פאר יעדע שטיס און דער ערל איז דער עמטליכער פאקער און דרייט זיך ארום אגאנצן צייט און נעמט אוועק יעדע צוגעמאכטע ספר כדי די לומדים זאלן האבן הרחבות הדעת...
א שרעקליכע בזיון בעיני
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ניס קראכער האט געשריבן:ווער פלעגט אלע יארן צוזאמנעמען די ספרים אין ביהמ"ד ראדני/ קר"י גרייט צו מאכן פאר של"ש?

של"ש האסטו נישט קיין אנדערע ברירה אין די ריזיגע בתי מדרשים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

אמאל געהערט בשם א חשוב'ע דיין שליט"א אז שבת נאכמיטאג זאל ענדערש א גוי פאקן, אלס שאלה פון בורר
שויתי ה' לנגדי תמיד
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

סגל האט געשריבן:אמאל געהערט בשם א חשוב'ע דיין שליט"א אז שבת נאכמיטאג זאל ענדערש א גוי פאקן, אלס שאלה פון בורר

ווען מ'גרייט פאר א קידוש בדרך כלל פאקט מען נישט אוועק אין א סדר, מ'לייגט נאר אלעס אויף א צווייטע פלאץ piled up ממילא איז נישט שייך קיין בורר.
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

רחש לבי האט געשריבן:

דערפאר האב איך טאקע געשריבן "שבת נאכמיטאג"
דעמאלטס איז אויך גרינגער ווייל די ביהמ"ד איז ליידיג
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך פארשטיי נישט, צו פאקן אזוי ווי דער ערל, וואס ווייסט נישט צווישן א חומש און א נועם אלימלך און שטעלט זיי אין איין בערגל, מעג דאך א איד אויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

לעצטנס זיך געגרינדעט א חברה 'מורא מקדש', זיי מאכן מי שבירך'ס פון תוספות יו"ט
אפשר דארף מען אהין שיקן די קלאגע... אולי העלן זיי עס אין די הענט נעמען....
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

farshlufen האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, צו פאקן אזוי ווי דער ערל, וואס ווייסט נישט צווישן א חומש און א נועם אלימלך און שטעלט זיי אין איין בערגל, מעג דאך א איד אויך.

בתי מדרשים וואס די ספרים האבן נאמבערס און קאללערס פונדערויסן קען א גוי אויך וויסן וואו צו לייגן יעדעס ספר.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

די פראבלעם מיט אזוינע זאכען איז אז א אויבער חכם קימט שטענדיג מיט די אלטע קשיות: ווי שטייט עס????
יא ס'שטייט טאקע נישט אין שו"ע אז א גוי מעג נישט אנכאפען א הייליגע חתם סופר צו א הייליגע דברי יואל צו א הייליגע עבודת עבודה, אבער יעדע וואס האט אביסעל אידישליך געפיל ברויך אליינס פארשטיין אז דאס בלאנגט נישט.
מענין לענין, איז כדאי טאקע מעורר צו זיין אויף די אכילה גסה וואס מזעמיר ביי קדישים, מענטשען עסען זיך אן און שיכור'ן זיך אן און מגייט אהים און מלאזט די ווייב'ס טשאלענט פארשעמט, וכדי בזיון וקצף
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

"וואס מזעמיר"

נישט אלעס דארף מען זעהן, אז מ'זעהט האט מען וואס מעורר צו זיין

(כ'מיין גארנישט)
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

אדער יא האט געשריבן:"וואס מזעמיר"

נישט אלעס דארף מען זעהן, אז מ'זעהט האט מען וואס מעורר צו זיין

(כ'מיין גארנישט)

יאך ווייס נישט ווי אזוי איז דער מנהג אין טעגלאש, אבער דאהי ווערען די קדישים ווערען נישט געמאכט אין עפעס א וואלד, נאר אינמיטען שוהל שבת צופרי, און רוב מאל הייבט זיך עס אן אינמיטען דאווענען (קוה און שיר הכבוד איז א חלק פון דאווענען אין מיין סידור), אפילו איך זאל צומאכען די אויגען קען מען זיך נישט פארהוילען פון די זאפטיגע גערוכען
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

גולם פון פראג האט געשריבן:די פראבלעם מיט אזוינע זאכען איז אז א אויבער חכם קימט שטענדיג מיט די אלטע קשיות: ווי שטייט עס????
יא ס'שטייט טאקע נישט אין שו"ע אז א גוי מעג נישט אנכאפען א הייליגע חתם סופר צו א הייליגע דברי יואל צו א הייליגע עבודת עבודה, אבער יעדע וואס האט אביסעל אידישליך געפיל ברויך אליינס פארשטיין אז דאס בלאנגט נישט.
מענין לענין, איז כדאי טאקע מעורר צו זיין אויף די אכילה גסה וואס מזעמיר ביי קדישים, מענטשען עסען זיך אן און שיכור'ן זיך אן און מגייט אהים און מלאזט די ווייב'ס טשאלענט פארשעמט, וכדי בזיון וקצף

גאר שטארקע און אמת'ע דיבורים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

סגל האט געשריבן:אמאל געהערט בשם א חשוב'ע דיין שליט"א אז שבת נאכמיטאג זאל ענדערש א גוי פאקן, אלס שאלה פון בורר

איך מיין אז פלוני׳ס דיין האלט אז מען זאל לייגען אלע ספרים אויף איין טיש נארמאל מסודר נישט מיט א בזיון
אין מוצאי שבת זאל דער פאקער עס לייגען אין שאפער אזוי ווי ייעדער טאג
פארוואס דארף מען בכלל פאקען אין שבת צי נעמען א גוי
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

די שאלה איז נאר וואס מ'טוט מיט די חומשים, וואס מ'איז דאך מקפיד נישט צו לייגן אונטער אנדערע ספרים, ווערט א שאלה פון בורר, סתם אזוי דורך א גוי איז אויך נישט כמעשה, ווייל ער וועט דאך אזוי טוהן, איז דא די עצה וואס איינער האט שוין פריער געשריבן מיט סטיקערס וכדו', וואס דאן האט מען געלעזט אלע פראבלעמן, בורר דורך א גוי, און ער לייגט אלעס אויפ'ן ריכטיגן פלאץ בכבוד הראוי.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דער גוי אין בעלז איז געווען יום כיפור ביי נעילה צו אנצינדן לעכט. נישט קיין עמטליכע זאך.

ווען עס איז נכרי בביהמ"ד... פאקן ספרים...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”