האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האב איך שוין מסיים געווען ש"ס

יא
33
13%
ניין - איך האב שוין דורכגעלערנט רוב, און איך דארף נאך צוענדיגן געציילטע מסכתות.
33
13%
ניין - אבער שוין דורכגעלערנט א גרויס חלק.
79
31%
ניין - איך האב געלערנט די מסכתות פון ישיבה, אבער רוב ש"ס ווארט נאך פאר מיר.
110
43%
 
סך הכל שטימען: 255

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

קלוגער האט געשריבן:אוי! ווי האלט איך אויף די וועלט? כ'געדענק נאך אלץ בחור האב'ך געדמיונט פון ענדיגען ש"ס שנה ראשונה, זיסע חלומות געוועזען, דא זע'איך 13 אייוועלט שרייבער האבען שוין געענדיגט שס, ווי בין איך???

זייט נישט געפאלן. מעגליך אז די 13 וועלכע האבן געענדיגט האבן מסיים געווען דורך זאגן !
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ווייזער האט געשריבן:

LOL
בארוהיגסט מיך, אדער קען אויכעט זיין זיי זענען עלטער פון מיר, איך בין נאך גאנץ יונג, אבער נאך אלעס געבט עס א ציפ, מיין חלום איז געוועזען צו זיין א וועלטס מתמיד און ענדיגען שס באלד נאך די חתונה
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

יוד אלף האט געשריבן:1. די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון ש"ס (כמיין סקומט פון די אגודה)
2. ווער זאגט אז מען דארף קענען ש"ס?
3. ווייז מיר א מקור אז תורה איז א תבלין קעגן די יצר הרע (ברענג מיר נישט קיין ראי' אז כולל ענינים איז מסוגל, איך זיך א מקור אז גמרא איז מסוגל)
4. סיאיז שוין דא אן אשכול אלעס איבער וואקסינען

רחמנה ליצלן וויאזוי קען א איד שרייבן אזעלכע ווערטער!!
(לגבי סעיף 1, איך האף אז איר רעדט נישט פון קיין חסידישער רבי)
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

veltsman האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:2. ווער זאגט אז מען דארף קענען ש"ס?

פארדריי נישט די ווערטער
די שאלה איז געווען ווער זאגן מען דארף 'ענדיגן' ש"ס...
א ודאי 'קענען' דארף מען כל התורה כולה
ודוק היטב
[ודו"ק, ר"ת ו'וען ד'ו ו'וילסט ק'ענסטו]
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

ראספשע האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:2. ווער זאגט אז מען דארף קענען ש"ס?

פארדריי נישט די ווערטער
די שאלה איז געווען ווער זאגן מען דארף 'ענדיגן' ש"ס...
א ודאי 'קענען' דארף מען כל התורה כולה
ודוק היטב
[ודו"ק, ר"ת ו'וען ד'ו ו'וילסט ק'ענסטו]

רעב יוד, איך האב גארנישט משנה געווען, נאר מצטט געווען זיין תגובה
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

יידישע קהילות האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:מקובלני פון גדולים וצדיקים אז א בלאט גמרא איז די גרעסטע שמירה קעגן יצה"ר, די גרעסטע סגולה נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די גאס און דער בעסטער מוסר ספר!

אפשר ווייזטו צו א מקור פארדעם

מוראדיג
שכח
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך האב געלערנט גאנץ ש"ס נישט סתם פון א רבי, נאר פון אזא רבי וואס איז געווען ממש הרב דומה למלאך ד' צבאות.

אבל דא עקא ער האט מיר געגעבן אזא פליק אז איך האב אלעס פארגעסן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב געלערנט גאנץ ש"ס נישט סתם פון א רבי, נאר פון אזא רבי וואס איז געווען ממש הרב דומה למלאך ד' צבאות.

אבל דא עקא ער האט מיר געגעבן אזא פליק אז איך האב אלעס פארגעסן.

אהא, כ'ווינדער מיך שוין לאאנג וואו דער סאדאם איז פארשווינדן געווארן.... ר'האט זיך געזעצט לערנען...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז דער עולם אינטערסירט אין א פלאן וויאזוי מקען ענדיגן ש"ס?
זאל איך דאס טוהן ברבים אדער באישי אויף אן אינדיווידאלע אופן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

veltsman האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:1. די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון ש"ס (כמיין סקומט פון די אגודה)
2. ווער זאגט אז מען דארף קענען ש"ס?
3. ווייז מיר א מקור אז תורה איז א תבלין קעגן די יצר הרע (ברענג מיר נישט קיין ראי' אז כולל ענינים איז מסוגל, איך זיך א מקור אז גמרא איז מסוגל)
4. סיאיז שוין דא אן אשכול אלעס איבער וואקסינען

רחמנה ליצלן וויאזוי קען א איד שרייבן אזעלכע ווערטער!!
(לגבי סעיף 1, איך האף אז איר רעדט נישט פון קיין חסידישער רבי)

ליין איבער מיין תגובה, איך האב טאקע דאס געמיינט ארויסצוברענגן אויף א סארקאסטישן טאן
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

יידישע קהילות האט געשריבן:איז דער עולם אינטערסירט אין א פלאן וויאזוי מקען ענדיגן ש"ס?
זאל איך דאס טוהן ברבים אדער באישי אויף אן אינדיווידאלע אופן?

אדרבה קום ארויס

לעצטנס איז דא איינער ארויס פטיש יפוצץ מיט א פעסטע מהלך
ער האט געמאכט די דזשאב מיט מיר
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

יוד אלף האט געשריבן:לעצטנס איז דא איינער ארויס פטיש יפוצץ מיט א פעסטע מהלך
ער האט געמאכט די דזשאב מיט מיר

אים האב איך געמיינט
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

מיין טאטע האט א חבר וואס האט שוין געענדיגט שס אפאר מאל, ווען מ'פרעגט אים וויזוי, זאגט ער אז ער האט פלעין פשוט זיך געזעצט לערנען פון ברכות אין די רייע בלאט נאך בלאט נאך בלאט, ס'אט אים גענומען אפאר יאר, האט'ר צוגעלייגט נאך שעות יעדע וואך, און ער'ט געענדיגט, און די צווייטע מאל איז שוין געגאנגען סאך שנעלער, די עצה איז פלעין זיך זעצען לערנען א בלעטעל נאך א בלעטעל, פון זיצען שעות אויף די אונטערוועלט ענדיגט מען נישט אזוי שנעל שס,
[קלוגער, נאה דורש, ואינו.........]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך וויל נישט (און קען נישט) זיין פארנומען מיט יחידים דורך אימעיל, שרייב איך דא עיקרי הדברים וישמע חכם ויוסף לקח.
1. צייל אן, לויט די ליסטע דא וויפיל בלעטער דו דארפסט נאך האבן אויף משלים צו זיין.
2. נעם די ערשטע בלאט פון איינע פון די נייע מסכתות, און לערן עס אדורך. זעה ווילאנג עס האט דיר גענומען.
3. אויב נעמט עס דיר מער פון א שעה, דאן בין איך מייעץ אז דו זאלסט קויפן ארטסקרול/מתיבתא, אדער א רעקארדירטע שיעור.
4. נעם די סכום פון די בלעטער און צוטייל עס ביי 300, (דאס מיינט בערך א יאר, היות עס זענען דא שבת יו"ט שמחות וכו'.)
5. זיי מייחד א זמן קבוע יעדן טאג צו לערנען לויט #2.
6. רעכן אויס בערך ווען דו וועסט ענדיגן ש"ס, (מ'קען זיך אויך ארויספרינטן א לוח, פון די בלעטער לויט די טעג, ווען גיי איך אנהייבן יענע מסכת וכדומה)
7. זיי מודיע פאר דיינע נאנטע מענטשן, פאר דיין בני בית, פאר דיינע עלטערן אז אי"ה אין יענעם דאטום האפסטו צו ענדיגן ש"ס און צו מאכן א גרויסע סעודת סיום.
8. נאך יעדע 10% אדער 20% זעה צו דו האלסט דיך מיטן פלאן.
9. עס איז כדאי זיך צו געבן נאר 6 בלאט (אדער עמודים וכדומה) פער וואך, אזוי האט מען אלעמאל שבת און מוצ"ש אויף השלמה. אויב דארף מען נישט די השלמה, קען מען חזר'ן.
10. נאך יעדע מסכת ביים סיום, מאכט מען א קליינע סעודה'לע. עס איז א מצוה און אויך א מאטיוואציע אויף גיין ווייטער.
אי"ה בשם ה' נעשה ונצליח!!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

כ'האב אמאל געהערט פונעם וויענער רב שליט"א, ביי א דרשה האט ער פארציילט וואס ער האט געהערט פון רבי משה האנדלער ז"ל. ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט אים דער רבי, רביה"ק מסאטמאר, געזאגט משה זאלסט וויסן אין אמעריקע איז זייער גרינג צו זיין א איד, קיינער שטערט נישט, אבער ס'איז זייער שווער צו "וועלן" זיין א איד.

האט דער וויענער רב געזאגט היינט איז ממש זייער גרינג צו קענען ש"ס, ס'איז דא אזויפיל פירושים און טייטש גמרות, יעדער עם הארץ קען ענדיגן ש"ס. ס'איז שווער צו וועלן ענדיגן ש"ס. אבער אז מען וויל קען מען דאס מאכן גרינג.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב געלערנט גאנץ ש"ס נישט סתם פון א רבי, נאר פון אזא רבי וואס איז געווען ממש הרב דומה למלאך ד' צבאות.

אבל דא עקא ער האט מיר געגעבן אזא פליק אז איך האב אלעס פארגעסן.

:grin: האסט מיר געמאכט שטארק שמייכלען.
חיים של עושר
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 9:30 am

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של עושר »

איז דא א ענין צו ענדיגן ש"ס???

איך קריג מיך שוין מיט מיין חברותא פאר א לאנגע צייט. איך שריי חי וקים איך וויל ענדיגן ש"ס, מדארף זיך געבן א שאקל..

און מיין חברותא טענהט, ווען האסטו געהערט אז מזאל ענדיגן ש"ס? האסט אמאל געהערט אז די רבי זי"ע זאל מאכן א סיום הש"ס? מדארף לערנען, אז מוועט ענדיגן וועט מען ענדיגן, אז נישט איז נישט...

ווי אזוי געב איך מיר א עצה מיט אים?? העלפטס מיך ארויס. איך זיך א מקור
איזה עשיר השמח בחלקו
דיימאנד סוחר
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:55 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנד סוחר »

חיים של עושר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:46 pm
איז דא א ענין צו ענדיגן ש"ס???

איך קריג מיך שוין מיט מיין חברותא פאר א לאנגע צייט. איך שריי חי וקים איך וויל ענדיגן ש"ס, מדארף זיך געבן א שאקל..

און מיין חברותא טענהט, ווען האסטו געהערט אז מזאל ענדיגן ש"ס? האסט אמאל געהערט אז די רבי זי"ע זאל מאכן א סיום הש"ס? מדארף לערנען, אז מוועט ענדיגן וועט מען ענדיגן, אז נישט איז נישט...

ווי אזוי געב איך מיר א עצה מיט אים?? העלפטס מיך ארויס. איך זיך א מקור
גא"ם איז דא עפעס א עיניון דערביי??
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

חיים של עושר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:46 pm
איז דא א ענין צו ענדיגן ש"ס???

איך קריג מיך שוין מיט מיין חברותא פאר א לאנגע צייט. איך שריי חי וקים איך וויל ענדיגן ש"ס, מדארף זיך געבן א שאקל..

און מיין חברותא טענהט, ווען האסטו געהערט אז מזאל ענדיגן ש"ס? האסט אמאל געהערט אז די רבי זי"ע זאל מאכן א סיום הש"ס? מדארף לערנען, אז מוועט ענדיגן וועט מען ענדיגן, אז נישט איז נישט...

ווי אזוי געב איך מיר א עצה מיט אים?? העלפטס מיך ארויס. איך זיך א מקור
הגאון רבי מיכל יהודא לפקוביץ זצ"ל האט געהערט פונעם חזון איש אז ביז די בר מצוה דארף יעדער ענדיגן ש"ס.
קודם איז דאס אליין א מקור מוסמך. ווייל וואס עפעס ענדיגן? לערנען טאג זאל מען לערנען גמרא, וואס עפעס גאנץ ש"ס?

אבער איר פארשטייט אליין אז אויב דער חזון איש האט דאס געזאגט האמיר מער נישט קיין קשיות.

יעצט גיי מיר ווייטער איין קליינע סטעפ:
אויב מ'האט נישט געענדיגט ביי די בר מצוה, אדער מהאט בכלל נישט אנגעהויבן, איז מען שוין פטור?
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

ס'דא אן ענין צו ענדיגן כל התורה כולה און ש"ס איז א חלק דערפון.

והשנית, עס געט א שטארקע שטיפ צו לערנען ווען מ'צילט צו ענדיגן.

פונקט ווי נאך א מסכתא איז א יומא טבא לרבנן איז די שמחה פי כמה ווען מ'ענדיגט ש"ס.

א חיוב איז לכאורא אבער נישט דא.
וואס פאלטעך ביי?!?
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

מאשלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:24 pm
א חיוב איז לכאורא אבער נישט דא.
א איד איז מחויב צו לערנען כל התורה כולה, תושב"כ און תושב"פ, קוק אין שו"ע הרב הלכות תלמוד תורה
(שערי תירוצים פארוואס נישט איז דא גענוג, אבער מחויב איז מען)
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:49 pm
מאשלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:24 pm
א חיוב איז לכאורא אבער נישט דא.
א איד איז מחויב צו לערנען כל התורה כולה, תושב"כ און תושב"פ, קוק אין שו"ע הרב הלכות תלמוד תורה
(שערי תירוצים פארוואס נישט איז דא גענוג, אבער מחויב איז מען)
עקזעקטלי.. א ענין? א חיוב פאר יעדע איד
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מאשלי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:07 pm
ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:49 pm
מאשלי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:24 pm
א חיוב איז לכאורא אבער נישט דא.
א איד איז מחויב צו לערנען כל התורה כולה, תושב"כ און תושב"פ, קוק אין שו"ע הרב הלכות תלמוד תורה
(שערי תירוצים פארוואס נישט איז דא גענוג, אבער מחויב איז מען)
עקזעקטלי.. א ענין? א חיוב פאר יעדע איד
גערעכט, יעצט נאכגעקוקט.
וואס פאלטעך ביי?!?
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

צ״ק
געשטימט אויף די דריטע, ליידער ווען מען איז יונג פארשטייט מען נישט די ווערט פון ״צייט״. זייער אסאך צייט גייט לאיבוד מיט שטותים אדער סתם פעניערייען. מען כאפט אפילו נישט וויפיל צייט מען האט. אויב ניצט מען אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין קען מען בדרך הטבע ענדיגען ש״ס, אפילו איינער מיט א דורכשניטליכע קאפ, נישט קיין חילוק צו מען לערנט דף היומי אדער אן אנדערע סדר.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: האט איר שוין גענדיגקט - איינמאל - ש"ס? אנקעטע און דיסקוסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

נו, איצט אין די שובבי"ם ת"ת טעג, אפשר איז צייט זיך צו נעמען?

ווער קען אריינקומען מיט א סעמפל פון א אינווענטארי ליסטע וואס ער האט זיך פארצייכענט על פי וואס איך האב דא געשריבן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”