נולד ביום א' כסלו וחשון הי' חסר מתי נעשה בר מצוה?

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

נולד ביום א' כסלו וחשון הי' חסר מתי נעשה בר מצוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

לכל אלו שנולדו לפני שלוש עשרה שנה בא' כסלו, שאינם נעשים בר מצוה בא' כסלו, אלא בל' חשון!
לכן עליהם להניח תפילין כבר ביום חמישי ל' חשון הבעל"ט.
על פי פסק המשנה ברורה (סימן נ"ה סקמ"ה) שמי שנולד בא' כסלו, ובשנה שנולד היה רק יום אחד ראש חודש (שלא היה בשנה זו ל' חשון)
ובשנה שנעשה בר מצוה יש שני ימים ראש חודש, שנעשה בר מצוה ביום א' דראש חודש.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

יערוסלב האט עס מפרסם געווען אויפן המבשר היינט?.
א רב האט מיר נעכטן געזאגט אז מזאל נאר לייגן תפילין לחומרא אבער נישט מצרף זיין צום מנין לקולא.
אטעטשמענטס
המבשר.jpg
המבשר.jpg (60.82 KiB) געזען 1597 מאל
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

איך האב עס באמערקט אין לוח דבר בעתו
אטעטשמענטס
דבר בעתו.jpg
דבר בעתו.jpg (202.06 KiB) געזען 1486 מאל
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איטרעסאנט. איז דאס די ערשטע מאל וואס אזאנס פאסירט?
אי לאו. ווי איז מען געוועזן ביז יעצט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

עס איז נישט דאס ערשטע מאל, און מיר ווייסן שוין לאנג פון דעם פסק פונעם משנה ברורה וקודמיו.
עס איז ביי מיר איינע פון די גאר-שווערע פסקים להלכה.
ווען די שאלה וואלט זיך געמאכט ביי מיינס א קינד, וואלט איך געפרעגט מורי הוראה מובהקים, ביז איך וואלט געטראפן איינער וואס פסק'ענט אז דער בחור'ל ווערט ערשט בר מצוה א' כסלו, און אויף אים וואלט איך זיך פארלאזט.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:עס איז נישט דאס ערשטע מאל, און מיר ווייסן שוין לאנג פון דעם פסק פונעם משנה ברורה וקודמיו.
עס איז ביי מיר איינע פון די גאר-שווערע פסקים להלכה.
ווען די שאלה וואלט זיך געמאכט ביי מיינס א קינד, וואלט איך געפרעגט מורי הוראה מובהקים, ביז איך וואלט געטראפן איינער וואס פסק'ענט אז דער בחור'ל ווערט ערשט בר מצוה א' כסלו, און אויף אים וואלט איך זיך פארלאזט.

און אויף וועלעכען וואסער וועסטו טרעפען א קאטשקע וואס וועט פסקענען פונקט ווי די ווילסט?
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

dinrap האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:עס איז נישט דאס ערשטע מאל, און מיר ווייסן שוין לאנג פון דעם פסק פונעם משנה ברורה וקודמיו.
עס איז ביי מיר איינע פון די גאר-שווערע פסקים להלכה.
ווען די שאלה וואלט זיך געמאכט ביי מיינס א קינד, וואלט איך געפרעגט מורי הוראה מובהקים, ביז איך וואלט געטראפן איינער וואס פסק'ענט אז דער בחור'ל ווערט ערשט בר מצוה א' כסלו, און אויף אים וואלט איך זיך פארלאזט.

און אויף וועלעכען וואסער וועסטו טרעפען א קאטשקע וואס וועט פסקענען פונקט ווי די ווילסט?

"שפיל ואזיל בר אווזא ועינוהי מיטייפי".

קען איינער מסביר זיין קלאר:
פארוואס דארף ער לייגן תפילין נאך 29 טעג פון חשון, דהיינו ביום ל' חשון, אויב עס איז נאכנישט א' כסלו? מיר ווייסן אז איין חודש מישט זיך קיינמאל נישט אריין אינעם צווייטן חודש, זע דברים ברורים בזה בשו"ע יו"ד סי' קפט סעיף ו וש"ך שם ס"ק יג.
אויב עס מאכט סענס, דעמאלט פארוואס פארט נישט דער חשבון ווייטער: מי שנולד ביום ב' כסלו בשנה שחודש חשון חסר, והבר מצוה שלו חל בשנה שחודש חשון מלא, יניח תפילין ביום א' בכסלו, אחרי שעברו שלשים יום מראש חודש חשון. וכן הלאה!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

לנדרים לשטרות ולגיטין איז דא אין די ראשונים אזא געדאנק אז די ערשטע טאג ראש חודש הייסט מער נישט ל' חשון.

ר"ן נדרים ס:
מהא שמעינן. דבשטרות נמי כשהוא כותב ביום החדש הראשון כותב ביום החדש פלוני ואין כותבו על שם חדש שעבר ואם עשה כן השטר מוקדם ופסול שהשטר נעשה בחדש השני ויאמרו שקודם לכן נעשה שאין יום ראשון של חדש שני נקרא על שם החדש שעבר בלשון בני אדם וביום החדש השני כותב ביום שני לחדש פלוני ומחרתו יום שלישי ואם יכתוב יום שני יפסל משום מוקדם דכיון דלענין נדרים אמרי' דיום ראשון דחדש חסר ריש ירחא קרו ליה הכי נמי דיינינן בשטרות דהא לקמן בסוף פרקין מדמינן שטרות לנדרים וכן בדין דשטרות וחיובין בלשון בני אדם הן בכל מקום מיהו כתב הרשב"א ז"ל בשם התוספות דבגיטין צריך לכתוב ביום שלשים לחדש תשרי שהוא ראש חדש מרחשון כדי להחמיר:

און אזוי איז געפסק'נט אין שו"ע יו"ד סימן רכ סעי' ד'. ובש"ך שם.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”