תפילין בחוה"מ - אנקעטע און דיסקוסיע

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לייגט איר תפילין חוה"מ

איך לייג תפילין חול המועד
1
1%
איך לייג נישט כמנהג אבותי פון דורי דורות
61
59%
איך לייג נישט תפילין, אבער מיין טאטע/זיידע/עלטער-זיידע האבן יא געלייגט
7
7%
איך האב געלייגט אלץ בחור נאכן דאוונען
30
29%
איך האב געלייגט אלץ בחור ביים דאווענען
4
4%
 
סך הכול שטימען: 103

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תפילין בחוה"מ - אנקעטע און דיסקוסיע

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:45 pm

ביטע לייענט אדורך אלע מעגליכקייטן איידער איר גיבט אפ אייער שטימע.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:46 pm

בעצם איז דא צוויי שאלות, אפילו אזוינע וואס לייגען נישט תפילין חוה"מ איז דא אזוינע וואס אלס בחור האבן זיי יא געלייגט (נאכן/בשעתן דאוונען)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:48 pm

אסאך יידן אפשטאמיגע פון אונארישע-אשכנזישע קהילות אבער זענען געווארן נתקרב לחסידות נאכן קריג, האבן אויפגעהערט צו לייגן תפילין.
אינטערסאנט צו די פוסקים האבן מסכים געווען צו דעם.
ווייסט איינער פון אזוינע פוסקים ווי רבי יונתן שטייף אדער פאפא רב וכדומה צו זיי האבן אדרעסירט דעם נושא?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:56 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אסאך יידן אפשטאמיגע פון אונארישע-אשכנזישע קהילות אבער זענען געווארן נתקרב לחסידות נאכן קריג, האבן אויפגעהערט צו לייגן תפילין.
אינטערסאנט צו די פוסקים האבן מסכים געווען צו דעם.
ווייסט איינער פון אזוינע פוסקים ווי רבי יונתן שטייף אדער פאפא רב וכדומה צו זיי האבן אדרעסירט דעם נושא?

סאיז געווען דאכט זיך נאך עפעס א פוסקל אין וויליאמסבורג.. און כ'מיין אז דיינע צוויי אויסגערעכנטע פוסקים זענען געווען כפוף תחתיו..

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:09 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אסאך יידן אפשטאמיגע פון אונארישע-אשכנזישע קהילות אבער זענען געווארן נתקרב לחסידות נאכן קריג, האבן אויפגעהערט צו לייגן תפילין.
אינטערסאנט צו די פוסקים האבן מסכים געווען צו דעם.
ווייסט איינער פון אזוינע פוסקים ווי רבי יונתן שטייף אדער פאפא רב וכדומה צו זיי האבן אדרעסירט דעם נושא?

סאיז געווען דאכט זיך נאך עפעס א פוסקל אין וויליאמסבורג.. און כ'מיין אז דיינע צוויי אויסגערעכנטע פוסקים זענען געווען כפוף תחתיו..

איך רעד דיקא פון אשכנזישע פוסקים.
נישט געווען קלאר?
איך וואלט אפילו געדארפט משמיט זיין פאפא רב און טוישן מיט דעברעצינער רב וכדומה. אבער איך מיין אז אין די תחילת יארן פון תש"י - תש"כ האט ער נאכנישט געשפילט א ראלע פון אזא גרויסע פוסק.
עניוועי איך האב נאר אנגעכאפט משלים, איך בין נייגעריג צו זעהן און לייענען אלע און סיי וואספארע תשובות עס זענען פאראן אויף דעם נושא. (דהיינו: אשכנזישע יידן ואס טוישן ווייל זיי זענען געווארן "חסידיש")
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 4:49 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אסאך יידן אפשטאמיגע פון אונארישע-אשכנזישע קהילות אבער זענען געווארן נתקרב לחסידות נאכן קריג, האבן אויפגעהערט צו לייגן תפילין.
אינטערסאנט צו די פוסקים האבן מסכים געווען צו דעם.
ווייסט איינער פון אזוינע פוסקים ווי רבי יונתן שטייף אדער פאפא רב וכדומה צו זיי האבן אדרעסירט דעם נושא?

סאיז געווען דאכט זיך נאך עפעס א פוסקל אין וויליאמסבורג.. און כ'מיין אז דיינע צוויי אויסגערעכנטע פוסקים זענען געווען כפוף תחתיו..

איים סארי די צוויי פוסקים זענען נישט געווען כפוף אינטער קיין שום בשר ודם

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2018 8:11 pm

וואס איז מיט אזא אפציע?
"איך לייג יא תפילין, אבער מיין טאטע/זיידע/עלטער-זיידע האבן נישט געלייגט."

ס'דא אזעלכע אידן.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:25 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:וואס איז מיט אזא אפציע?
"איך לייג יא תפילין, אבער מיין טאטע/זיידע/עלטער-זיידע האבן נישט געלייגט."

ס'דא אזעלכע אידן.

ראשית כל, איז זעה אז דערווייל האט נאך "איך לייג יא תפילין" נישט באקומען קיין איין איינציגע וואוט.
והשנית, אולי זענען פאראן אזוינע יחידים בלעיקוואד וכדומה. אבער אויף א גרויסן פארנעם זיכער נישט, פארקערט יא!
איך מיין אז א גרויסע חלק פון די וועלכע "מיינען" אז אבות אבותיהם האבן נישט געלייגט קיין תפילין חוה"מ, זענען נישט גוט אינפארמירט. ועוד חזון למועד. א גוטן מועד.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:48 am

האט מיר א איד, א ת"ח, פארציילט (און ניין, ער וואוינט נישט אין לעיקוואוד, נאר אין מאנסי), אז ער האט מברר געווען אויף 100% זיכער אז זיינע אלע 4 עלטער זיידעס האבן נישט געלייגט תפילין חוה"מ. אבות אבותיו אפאר דורות פריער, האבן גאנץ זיכער - א חלק פון זיי - יא געלייגט תפילין חוה"מ.
דער יונגערמאן אליין לייגט יא תפילין חוה"מ, בצינעא, בלי ברכה. ער זאגט אז נאכן דורכלערנען דעם נושא לארכו ולרחבו, איז אים אויסגעקומען גלייכער אזוי צו טון, מחמת ספק.
איי, ער טוישט א מנהג פון עטליכע דורות? אויף דעם האט ער א לאנגער הלכה'דיגער בירור, אז ס'איז אויסגעהאלטן וואס ער טוט.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 7:27 am

איך האף אז ער האט עס דורכגעטון מיט אנדערע (וואס זעהט נישט אזוי אויס) ווייל ער זעהט מיך אויס ווי אן אויבער חכם

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:56 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האף אז ער האט עס דורכגעטון מיט אנדערע (וואס זעהט נישט אזוי אויס) ווייל ער זעהט מיך אויס ווי אן אויבער חכם

און דער וואס זיינע זיידעס האבן יא געלייגט, און ער לייגט נישט, (אזוי ווי טויזנטע אידן) איז אויך א אויבער חכם?? אדער דאס איז ביי דיר יא נארמאל

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 4:33 pm

חמרא האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האף אז ער האט עס דורכגעטון מיט אנדערע (וואס זעהט נישט אזוי אויס) ווייל ער זעהט מיך אויס ווי אן אויבער חכם

און דער וואס זיינע זיידעס האבן יא געלייגט, און ער לייגט נישט, (אזוי ווי טויזנטע אידן) איז אויך א אויבער חכם?? אדער דאס איז ביי דיר יא נארמאל

פון יא לייגערס צו נישט לייגערס איז גאנצעטע קהילות. ווצב"ש אלע אובערלאנדישע יידן וועלכע האבן זיך געצויגן קיין וומסב"ג האבן מיט די צייט זיך צוגעשטעלט צום מנהג פון רוב שטאט נישט צו לייגן. שטאט כמשמעו, אין דיין קהילה האט מען טאקע יא גלייגט אבער אין דיין פאקטישע קהילה-שטאט לייגט מען נישט. סאו אויב דו האסט פארשפעטיגט דיין 7:05 מנין אין וויען און דו גייסט קיין סאטמאר קטנסטו שוין קיין תפילין נישט לייגן.
מש"כ צו וערן א יא לייגער, איז געווענליך נישט געווען ביי די רבים נאר ביי יחידים. אולי אין לעיקוואוד.
סאו א יחיד איז מחדש עפעס דארף מען הערן וואס ער זאגט. אולי איז ער א אויבער חכם אולי א מהדר במצוות.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:03 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:איך האף אז ער האט עס דורכגעטון מיט אנדערע (וואס זעהט נישט אזוי אויס) ווייל ער זעהט מיך אויס ווי אן אויבער חכם

אן אויפריכטיגער חשד.
אבער מען קען דאס מברר זיין, צי עס קומט מחמת אויבער-חכם'קייט אדער יראת שמים יתירה.
וואלט ער געווען אן אויבער-חכם, וואלט ער אויפגעהערט דאווענען נוסח ספרד, זאגן לשם יחוד, גיין אין מקוה, לייגן רבינו תם'ס תפילין וכו' וכו' - אנשטעלנדיג א פנים אז ער וויל זיין ווי אבות אבותיו פון 400 יאר צוריק. למעשה, האלט עס ביי אים נאר מיט תפילין בחוה"מ אלס ספקא דאורייתא, אויב אזוי ווערט דער חשד אסאך שוואכער.
ביודעי ובמכירי, ער איז א ירא שמים און איז נישט משנה קיין זיז כלשהו ממנהגינו הקדושים.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 5:25 pm

ביינונז האט מען זיך געפירט צו לייגען תפלין אלס בחור ווייל מצד הלכה דארף מען ווען צולייגען מצד חסידות (זוהר הקדוש) שטייט גאר הארב אויב לייגט מען יא.

צאנזער רב האט געפסקעט אז בחורים זאלען זיך פירען כהלכה און יונגעלייט כחסידות.

בדרך הלצה אולי יכול להיות אז די בחורים זענען היינט צוטאגס די חסידים וואלט געדארפט זיין פונקט קאפויער אבער כעת טוה מיר ווי די הוראה פון הייליגען צאנזער רב און אזוי פלעגט טאקע די ברך משה הייסען טוהן פאר ווער עס האט אים געפרעגט.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוקטובער 02, 2018 8:31 pm

מטעמים האט געשריבן:ביינונז האט מען זיך געפירט צו לייגען תפלין אלס בחור ווייל מצד הלכה דארף מען ווען צולייגען מצד חסידות (זוהר הקדוש) שטייט גאר הארב אויב לייגט מען יא.

צאנזער רב האט געפסקעט אז בחורים זאלען זיך פירען כהלכה און יונגעלייט כחסידות.

בדרך הלצה אולי יכול להיות אז די בחורים זענען היינט צוטאגס די חסידים וואלט געדארפט זיין פונקט קאפויער אבער כעת טוה מיר ווי די הוראה פון הייליגען צאנזער רב און אזוי פלעגט טאקע די ברך משה הייסען טוהן פאר ווער עס האט אים געפרעגט.

מיר איז אלעמאל שווער געווען, פיין, ווילסט נישט טוהן מילי דחסידות אלץ בחור פארשטיי איך. אבער, דער זוה"ק זאגט דאך גאר הארבע עונשים פאר דער וואס לייגט, נו דו זארגסט זיך נאר פאר דיר נישט פאר דיין זון דער בחור?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 02, 2018 8:47 pm

פאר דעם איז דא א רב וואס קען זאגען וויאזוי זיך צו פירען.

קוק וויפיעל צדיקים וקדושים וואס האבען געטוהן ווי די שלחן ערוך און ווען זיי האבען געשפירט פאר ריכטיג געטוהן ווי די זוהר הקדוש, מיר קליינע קעפ קענען דאס נישט איינפירען מיר פירען זיך כל כולו ווי אינזערע הייליגע רביס.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוקטובער 02, 2018 11:29 pm

מטעמים האט געשריבן:פאר דעם איז דא א רב וואס קען זאגען וויאזוי זיך צו פירען.

קוק וויפיעל צדיקים וקדושים וואס האבען געטוהן ווי די שלחן ערוך און ווען זיי האבען געשפירט פאר ריכטיג געטוהן ווי די זוהר הקדוש, מיר קליינע קעפ קענען דאס נישט איינפירען מיר פירען זיך כל כולו ווי אינזערע הייליגע רביס.

אנטשולדיגט, איך פרעג א קושיא. זיי מוחל און געב מיר א תירוץ אדער זאג איך ווייס נישט.
וואס צו טוהן למעשה וועל איך אי"ה פרעגן מיין דיין שליט"א דעם יום טוב נאך מיין זוהן'ס בר מצוה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 02, 2018 11:35 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פאר דעם איז דא א רב וואס קען זאגען וויאזוי זיך צו פירען.

קוק וויפיעל צדיקים וקדושים וואס האבען געטוהן ווי די שלחן ערוך און ווען זיי האבען געשפירט פאר ריכטיג געטוהן ווי די זוהר הקדוש, מיר קליינע קעפ קענען דאס נישט איינפירען מיר פירען זיך כל כולו ווי אינזערע הייליגע רביס.

אנטשולדיגט, איך פרעג א קושיא. זיי מוחל און געב מיר א תירוץ אדער זאג איך ווייס נישט.
וואס צו טוהן למעשה וועל איך אי"ה פרעגן מיין דיין שליט"א דעם יום טוב נאך מיין זוהן'ס בר מצוה.

No clue what your problem is.

האסט געפרעגט און איך האב קלאר געענטפערט אז בחורים פירען זיך נישט כמנהג חסידות און הלכה שטייט העכער ווי קבלה, סאו די קשיא איז ענדערשט אויף די יונגעלייט וואס לייגען נישט.

זיך קניען ביי די ברכת שמונה עשרה איז די זעלבע מבוכה.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:51 am

מטעמים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פאר דעם איז דא א רב וואס קען זאגען וויאזוי זיך צו פירען.

קוק וויפיעל צדיקים וקדושים וואס האבען געטוהן ווי די שלחן ערוך און ווען זיי האבען געשפירט פאר ריכטיג געטוהן ווי די זוהר הקדוש, מיר קליינע קעפ קענען דאס נישט איינפירען מיר פירען זיך כל כולו ווי אינזערע הייליגע רביס.

אנטשולדיגט, איך פרעג א קושיא. זיי מוחל און געב מיר א תירוץ אדער זאג איך ווייס נישט.
וואס צו טוהן למעשה וועל איך אי"ה פרעגן מיין דיין שליט"א דעם יום טוב נאך מיין זוהן'ס בר מצוה.

No clue what your problem is.

האסט געפרעגט און איך האב קלאר געענטפערט אז בחורים פירען זיך נישט כמנהג חסידות און הלכה שטייט העכער ווי קבלה, סאו די קשיא איז ענדערשט אויף די יונגעלייט וואס לייגען נישט.

זיך קניען ביי די ברכת שמונה עשרה איז די זעלבע מבוכה.


האסט נישט גענפטפערט די שאלה. זענען בחורים חייב מ' רח"ל אויב זיי לייגן תפילין חוה"מ? יא אדער ניין? ווילסטו אריינלייגן דיין בחור אין א סכנה ח"ו? אויב אזוי פ"וו לייגן זיי?
וואס האט עס מיט להתנהג בדרכי חסידות צו נישט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:54 am

ווייל די הלכה זאגט אז מען דארף יא לייגען.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 22, 2019 5:44 pm

"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט